עקזעיוטיוו פליגל פון די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

עקזעיוטיוו פליגל פון די יונייטעד סטעיטס גאווערמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אזוי ווי מיר שטייען יעצט אין די קורצע 72 טאג וואס א פרעזידענט -דאסמאל דאנאלד טראמפ- האט אויסצוקלויבן די ארבייטער פון די עקזעקיוטיווע פליגל פון די אמעריקאנע רעגירונג, און יעדער איז פארנומען מיט ווער ס'גייט זיין טשיף אף סטעף און ווער סעקרעטערי אף סטעיט אא"וו, האב איך פרובירט אביסל נאך צו זוכן וויפיל איינגעשטעלטע זענען דא אין די פעדעראלע רעגירונג [וואס טוישן זיך מיט יעדן פרעזידענט] און וואס זענען זייערע אויפגאבעס.

ווי באקאנט, איז די אמעריקאנע רעגירונג איינגעטיילט אין דריי הויפט חלקים: די 'עקזעיוטיוו' וואס דאס נעמט אריין דעם פרעזידענט מיט זיין סטעף און אלע אנדערע ארבייטער אונטער זיי, די 'לעגיסלעטיוו' וואס נעמט אריין די געזעץ געבער פון 'קאנגרעס' און 'סענאט', און די 'דזשודישיערי' דאס איז די 'קאורט סיסטעם' וואס שטייט העכער פון אלעס.

די סיבה פון די איינטיילאכץ איז ווייל די פאונדינג פאטערס פון אמעריקע האבן געוואלט אויסשטעלן דאס לאנד אויף אזא וועג ס'זאל נישט זין אזוי ווי די אמאליגע רעגירונגען וואס זענען געלעגן אין די הענט פון איין אדער עטליכע מענטשן וואס זיי האבן געוועלטיגט אויפן לאנד מיט א שטייפע האנט און געקענט טון וואס זיי האבן געוואלט, דערפאר האט מען צוטיילט די 'פאוער' אין דריי חלקים אז קיינער זאל נישט האבן צופיל פאוער.

אונז וועלן יעצט ארום רעדן נאר פון די עקזעקיוטיווע חלק פון די רעגירונג, וואס דאס איז די למעשה'דיגע רעגירונג וואס פירט דאס לאנד דעי טו דעי אונטערן שפיץ פונעם פרעזידענט און זיין קאבינעט.

דאס איז איינגעטיילט בעיקר אין צוויי חלקים, דער פרעזידענט און זיין פריוואטע סטעף- סעקרעטעריס, עדווייזערס, אא"וו, וואס ווערט אנגערופן די "Executive Office of the President" און דערנאך איז דא די 'פעדעראל עקזעקיוטיוו דעפארטמענטס' וואס נעמט אריין די אלע פעדעראלע דעפארטמענטס, וואס יעדע דעפארטמענט ווערט געפירט דורך איינע פון די 'מיניסטארן' (סעקרעטעריס) אינעם 'קאבינעט'. און אונטער זיי די אנפירער פון די פילע עידזשענסיס וואס זענען אונטער יעדע דעפארטמענט.

מיר וועלן אנהייבן מיטן פרעזידענטס פערזענדליכע געהילפן.


Executive Office of the President


די עקזעקיוטיוו אפיס אף די פרעזידענט אין קורצן EOP אדער EOPOTUS, איז די כלליות'דיגע נאמען אויף די גאנצע ווייסע הויז סטעף פון סעקרעטארן געהילפן און ראט געבער צום פרעזידענט, און אויך די וואס פירן די טעכנישע חלקים פונעם ווייסן הויז, און די אפיס פונעם וויצע. דאס איז איינגעטיילט אין 11 אגענטורן וואס יעדע אגענטור האט באזונדערע אפיסעס און סטעף.




White House Office


דאס איז די אפיס וואס פון דארט ווערט געפירט די גאנצע ווירטשאפט פונעם פרעזידענט, און זיי פארפיגן אויף די אלע אנדערע אגענטורן אין די 'עקזעקיוטיוו אפיס'. און אונטער די אפיס איז דא נאך פילע אפיסעס פון אדווייזערס צום פרעזידענט אין פארשידענע געביטן, און נאך.

Office of the Chief of Staff

די 'ווייט האוז אפיס' ווערט אנגעפירט דורך די טשיף אף סטעף, וואס דאס מיינט אז ער פירט אן די גאנצע 'עקזעקיוטיוו אפיס'.
דער נענטסטער געהילף צום פרעזידענט איז דער 'טשיף אף סטעף'. ביז אין די 1940'ס בערך איז נישט געווען אזא פאזיציע, נאר אנשטאט איז געווען א 'פרעזידענט'ס פרייוועט סעקרעטערי' וואס פלעגט אגב אין די ערשטע יארן ווערן באצאלט פונעם פרעזידענטס אייגענע טאש. דערנאך האט מען צוטיילט די ארבעט פון די פרייוועט סעקרעטערי פאר עטליכע פאזיציעס. די גרעסטע טייל פאר די 'טשיף אף סטעף' און אויך האט מען דאן געמאכט א 'פרעס סעקרעטערי' און נאך. (די אפיציעלע נאמען ווי עס ווערט הינט גערופן 'טשיף אף סטעף' איז ערשט געווארן שפעטער אין 1960)

די אויפגאבע פונעם שטאב הויפט איז ווי פריער געזאגט צו זיין דעם פרעזידענטס פערזענדליכע סעקרעטאר. ער נעמט אויף די נאנטע געהילפן און עדווייזערס און די אנדערע שטאב איינגעשטעלטע, ער גייט מיטן פרעזידענט איבעראל און איז זיין גבאי, און ער איז א מענטש וואס האט 'באהאלטענע פאוער' ביהיינד די סינס ער פירט די גאנצע 'עקזעקיוטיוו אפיס' .

דערנאך זענען דא אין דעם אפיס עטליכע 'דעפיוטי טשיף אף סטעף'ס', און עטליכע 'סיניאר אדווייזערס' צום פרעזידענט.

אין די 'ווייט האוז אפיס' איז דא נאך פארשידענע אגענטורן, אט ריז א ליסטע פון די אלע אגענטורן וואס פונקציאנירן אינערהאלב די 'ווייסע הויז אפיס':

• Domestic Policy Council
◦ Office of National AIDS Policy
◦ Office of Faith-based and Neighborhood Partnerships
◦ Office of Social Innovation and Civic Participation
◦ White House Rural Council

• National Security Advisor

• National Economic Council

• Office of Cabinet Affairs

• Office of the Chief of Staff

• Office of Communications
◦ Office of the Press Secretary
◦ Media Affairs
◦ Research
◦ Speechwriting

• Office of Digital Strategy

• Office of the First Lady
◦ Office of the Social Secretary

• Office of Legislative Affairs

• Office of Management and Administration
◦ White House Personnel
◦ White House Operations
◦ Telephone Office
◦ Visitors Office

• Oval Office Operations

• Office of Presidential Personnel

• Office of Public Engagement and Intergovernmental Affairs
◦ Office of Public Engagement
◾ Council on Women and Girls
◦ Office of Intergovernmental Affairs
◦ Office of Urban Affairs

• Office of Scheduling and Advance

• Office of the Staff Secretary
◦ Presidential Correspondence
◦ Executive Clerk
◦ Records Management

• Office of the White House Counsel




Council of Economic Advisers


נעמט אריין א טשעירמאן, און עטליכע באורד מעמבערס וואס געבן ראט פארן פרעזידענט איבער עקענאמישע אנגעלעגנהייטן




National Security Council


דאס איז בעיסיקלי צוזאמענגעשטעלט פון פארשידענע מיניסטארן און איינגעשטעלטע אינערהאלב אנדערע דעפארטמענטס. די קאונסיל קומט זיך צוזאם אדורכצורעדן יעדע ערנסטע סעקיורעטי אישו פאר אמעריקע

דער פרעזידענט איז די טשעיר, און דערנאך נעמען אנטייל די וויצע, סעקרעטערי אף סטעיט, און נאך.




Council on Environmental Quality


דאס איז די אפיס וואס געט זיך אפ מיט די ענווייראמענטעל אישוס.

די אפיס ווערט געפירט פון א דירעקטאר, און עטליכע געהילפן צום דירעקטאר.




Executive Residence staff


דא ווערט געפירט די טאג טעגליכע טעכנישע חלקים פון די פרעזידענטס פערזענדליכע רעזידענץ. (די עידזשענסי איז געווארן א אפיציעלע פארט פון די EOP ערשט אין 2002)

דאס ווערט געפירט דורך די "White House Chief Usher" וואס פירט בעיסיקלי די ווירטשאפט פון דעם פרעזידענטס רעזידענץ, אין די 'עקזעקיוטיוו ריסיידענס אפיס' איז דא נאך צוויי אפיסעס פון הויפט מענעדזשערס אינערהאלב די רעזידענץ.




Office of Administration


דאס איז געשטעלט צו האלטן אן איבערזיכט איבער די אלע אגענטורן פון די 'עקזעקיוטיוו אפיס' אויב זי פירן אויס זייערע אויפגאבעס ריכטיג,

די הויפט איינגעשטעלטע זענען דער דירעקטאר און נאך זעקס הויפט געהילפן אונטער אים.




Office of Management and Budget


די אפיס אף מענעדזשמענט און בודזשעט אין קורצן OMB איז די גרעסטע פון צווישן די אלע EOP אגענטורן. עס איז געגרינדעט געווארן אין 1921 אלס טייל פון די טרעזשורי דעפארטמענט, און אין 1939 איז עס אפגעטיילט געווארן און אריין געשטעלט אין די EOP.

זייער ארבעט איז צו אויסשטעלן די באדזשעט פונעם פרעזידענט, און אויך צו איבערגיין איבער אלע פעולות פון די גאנצע פעדעראלע רעגירונג און זעהן צו אלעס פירט זיך לויט די פאלעסיס און וויזיע פונעם פרעזידענט.

די הויפט פירער פון די אגענטור זענען די דירעקטאר, עטליכע דעפיוטי דירעקטארס, און נאך 5 הויפט געהילפן מיט פארשידענע נעמען.

די OMB איז איינגעטיילט אין פילע אפטיילונגען, פאלגענד איז א ליסטע פון די אלע דיוויזשאנס:

Legal Affairs Division

Legislative Affairs Division

Strategic Planning and Communications Division

Management and Operations Division

Economic Policy Division

Legislative Reference Division

Budget Review Division

Resource Management Offices Natural Resources Programs

Education, Income Maintenance and Labor Programs

Health Programs

General Government Programs

National Security Programs


Deputy Director for Management and Chief Performance Officer Office of Federal Financial Management

Office of Federal Procurement Policy

Office of E-Government and Information Technology

Office of Performance and Personnel Management

Office of Information and Regulatory Affairs




Office of National Drug Control Policy


דאס איז די אגענטור וואס געט זיך אפ מיט אלע ענינים ארום 'דראגס'. וואס מען זאל יא מעגן און וואס נישט, ווי אזוי זאל מען עס אינפארסירן, וכדו'.

די אפיס ווערט געפירט דורך די 'דירעקטאר' וואס ווערט אויך גערופן 'DRUG CZAR'




office of Science and Technology Policy


די אפיס איז געגרינדעט געווארן אין 1976 צו געבן ראט פארן פרעזידענט איבער די נייע טעקנאלעדזשי וואס אנטווירלט זיך כסדר, און בכלל אויף אלע נושאים וואס האט מיט סייענס.

די אפיס ווערט געפירט דורך די דירעקטאר אויך גערופן President's Science Advisor. דערנאך זענען דא נאך 5 דירעקטארס אונטער אים אויף פארשידענע געביטן אינערהאלב טעק. און סייענס.




Office of the United States Trade Representative


די אפיס ארבעט אויס און נעמט קער פון די 'טרעיד פאלעסיס' פון די רעגירונג. זיי האבן אפיסעס אין עטליכע לענדער איבער די וועלט.

די אפיס ווערט געפירט דורך די United States Trade Representative .




Office of the Vice President of the United States


דאס איז די אפיס פונעם ווייס פרעזידענט וואס געט אים ראט איבער אלע נושאים.

דא איז א ליסטע פון די פארשידענע עדווייזערס און געהילפן אינערהאלב די אפיס אויף אלע אנגעלעגנהייטן:

Assistant to the President and Chief of Staff to the Vice President

Deputy Assistant to the President and Chief of Staff to Dr. Jill Biden

Deputy Assistant to the President and Deputy Chief of Staff to the Vice President

Counsel to the Vice President

Chief Economist and Economic Adviser to the Vice President

Deputy Assistant to the President and National Security Advisor to the Vice President

Deputy National Security Advisor to the Vice President

Deputy Assistant to the President and Senior Advisor to the Vice President

Special Assistant to the President and Director of Communications

Press Secretary to the Vice President

Deputy Press Secretary to the Vice President

Assistant Press Secretary to the Vice President

Special Assistant to the President and Assistant to the Vice President for Intergovernmental Affairs, Public Engagement and Correspondence

Director of Administration

Director of Advance

Director of Legislative Affairs

Director of Scheduling

Assistant to the Vice President
לעצט פארראכטן דורך וואוילע שעפעלע אום מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 6:32 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שיינע דזשאב.

האסט אויסגעלאזט אגריקולטור מיניסטער.:?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שיינע דזשאב שעפעלע
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער שיין, אינטערסאנט צו וויסן. זוך מיר אחברותא עס איבערצו׳חזר׳ן... עני יוניט עוועילעבל?

ייש״כ שעפעלע!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

Wow שעפעלע מעסטער ארבעט,

כ'ווער מיד אפילו נאר פון ליינען אזויפיל נעמען פון אגענטורן, כ"ש ווען מ'דארף זיך נעמען צום עבודה און צאמשטעלן די קאבינעט, כ'מיין אז טראמפ איז פשוט אריינגעפאלן, ער גייט דארפן ארבעטן ביטער שווער,
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

מיט טראמפ אלץ די "קאמענדער אין טוויטער" קרעדיט וואלף בליצער
וועט דארפן צוקומען א 12'טע אפיס אין די Executive Office of the President= EOP
וואס וועט הייסן, "Office of Suddenly tweets affairs"
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{ אלברט איינשטיין }
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שיינע ארבייט שעפעלע.


א אנאנימעס סארס אינעם ק.נ.א. באזע גיבט איבער אז זיי האבן ערהאלטן א איינוויטאציע פון מר. קושנער, דעם פרעזידענטס איידעם, צו אראפשיקן 2 רעפארטערס קיין וואשינגטאן כדי צו קענען דעקן די נייעס ארום די ווייסן הויז.

אונזער סארס זאגט אז דאס איז זייער א בכבוד'דיגע מאמענט פאר ק.נ.א. "מיר זענען זייער איבערגענומען פון די איינלאדענונג. דאס ווייזט אויף א פאזעטיווע געפיל פונעם פרעזידענטס אפיס אין אנבאלאנגט אידישע אנגעלעגענהייטן. מיר קוקן ארויס דערויף."

די ק.נ.א. מענעדשמענט האט נישט אויפגעהויבן קיין טעלעפאנען. ווי אויך האבן זיי זיך אנטזאגט צו קאמענטירן.
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4126
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

shmatte

you have to change your picture from biden to trump already
לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאן אתה הולך »

שיינע 'ראן דאון', שכח.

איין קליינע הערה, די 'דזשודישיערי' איז נישט העכער אלעם, די איידיע פין די דריי ברענטשעס איז, אז ס'איז 'קא איקיעל' ברענטשעס מיט 'טשעקס ענד בעלענסעס' איינער אויפן אנדערן אזוי צי מינימיזירן אז קיין איינע פין די ברענטשעס זאלן נישט נעמען צופיל פאוער.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איה"נ, נישט גוט ארויס געברענגט.

געמיינט צו זאגן אז זיי קענען אפווארפן די באשלוסן פון די אנדערע
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”