צוטעיפן די מויל... נישט דארט איז די אישו… ס׳איז גוט ווען מ׳איז אין דענייעל…. שוין אמאל געהערט פון א פאלמאנאלעדשיסט זאל עס רעקאמענדירן?!
און קורצן וואס געשעהט: די ווייעכע שטיקל אין בעק ווי די לופט גייט אריין ביים האלז, ווערט גרעסער/גרעבער פון פעטענס. די מוסקלען פרויבירן עס צו האלטן שטייף און אפן בשעת מ׳איז וואך, אבער ווען מ׳שלאפט און אלעס איז רילעקסט, לאזן די מוסקלען נאך, און די גראבע ווייעכע שטיקל פלייש דארט אינעווייניג צעלאזט זיך מער און ״ריסטריקט״ די לופט. ווען דאס געשעהט הייסט עס עפּניע. אויב ווערט נאך מער פעש, קען מען אטעמען מיט א גערידער בשעת מ׳איז וואך... על פי רוב איזעס איבערוואגיג, ביינעזאם מיט א רילעקסאר מעדיקעישנס, א שטייגער ווי קלאַנאַפּין, וכדומה. די מעדיקעישאנס העלפן שלאפן, אבער עס מאכט די עפניע פיל ארגער.
די PAP מאשין (פאזעטיוו עיר פרעשער) וואס בלאזט אריין לופט, בלאזט מיט א פרעשור צו האלטן די ווייעכע שטיקל פלייש אין די זייט און עס עפנט צוריק אויף די לופט רער. ווי מער פונט מען פארלירט, קען מען צעביסלעך מאכן די לופט פרעשער ווייניגער.
היינטיגע מאשינען זענען שוין זייער פארגעשריטן, ממש כמעט מ׳הערט עס נישט! און ס׳איז ״זייער״ קליג, עס ווייסט ווען מ׳אטעמט ארויס, און דעמאלטס מאכט עס די פרעשער ווייניגער נישט צו פייטן די ארויסאטעמען און ס׳זאל זיך שפירן גרינג און נאטירלעך. די מאשין איז זייער פארגעשריטן און וועט א גאנצע צייט זיך שפילן מיטן פרעשער לויטן אטעם! עס מאכט זיכער אז די פארלאנגטע פרעשער צו האלטן די רער אפן, איז אייביג דא, פאר אריין הייבט עס אליין די פרעשער (אינסטענטלי) פאר א אטעם ארויס, קומט עס ארויס פון די לונגען מיט א געוויסע פרעשער, די מאשין רעכנט עס אויס און לויט דעם מאכט עס ווייניגער בשעת די עקסהעיל. וחוזר חלילה א גאנצע נאכט.
די בעסטע מאסק פאר א היימיש איז מיט א בארד - וואס איז כמעט נישט מעגליך צו האבן א סיעל, און ווי אויך איזעס זייער נישט בע׳טעמ׳ט צו שלאפן מיט א גראבע מאסק אויפן פנים מיט א פייפ ארויס… איז די בעסטע עצה א קליינע ווייעכע פלעסטיק וואס גייט אונטער די נוז, עס מאכט א סיעל ארום די נוז לעכער, און מ׳דארף אליין געדענקען און מ׳געוואוינט זיך צו אז מ׳שלאפט מיט די מויל פארמאכט, אויב נישט, ליקט ארויס די לופט… ווי אויך האט די נעיזל-קאָשׁען א דינע העט-גיער וואס גייט ארויף העכערן קאפ און דארט קאננעקט זיך עס צו א פייפ וואס גייט צום מאשין.
אז עס פעלט אויס קען איך שטעלן א בילד.
עס לוינט זיך צו וויסן וויאזוי מ׳קען אליין אריינגיין אינעם ״קליניקעל״ מעניו, און אליין קענען טוישן די פרעשער. למשל מ׳איז פארקילט און די נוז איז פארשטאפט…
די אלע היינטיגע מאשינען זענען APAP. די A מיינט אטאמאטיק. מ׳שטעלט אן די מינימום נומבער פרעשער וואס מ׳מוז, און מ׳לייגט אריין די מאקסימום, און די מאשין וועט אליין ארויפגיין און אראפגיין לפי הצורך.
מען דארף אין ערגעץ נישט גיין מ'שיקט אהיים א דיווייס צו אים וואס ער טוט אן ביים שלאפן און טשעקט אים ווי אזוי ער שלאפט
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
ווייז אים אן וואס די געזונט וועלט שרייבט וועגן די ריסקס פון דעם Estimates indicate that sleep apnea increases the risk of heart failure by 140 percent and the risk of coronary heart disease by 30 percent. Sleep apnea patients are 2 to 4 times more likely to experience an irregular heartbeat or arrhythmia