Re: איז Affinity פון Serif א קאמפעטישען פאר Adobe?
קלאָצקאָפּ האט געשריבן: סתם פאר נייגעריגקייט, וואספארא אינטערעס האבן די צוויי היימישע ניקס דא עס צו שטופן? (דערצו ווען ס'איז דערווייל נישט פאסיג פאר'ן היימישן עולם)
פרעגסט דאך אזוי גוט... (אין צום פינטל אריין...). די תירוץ איז אז ס"ה האב איך זיך לעצטענס באגעגענט דערמיט און ס'איז מיר גאר שטארק געפאלן (וועסט נישט פארשטיין נאר נאכן עס אויספראבירן), די שנעלקייט דערפון, די וועג וויאזוי מ'קען מיקס'ן וועקטערס מיט פיקסל'ס/פיקסל בראשעס, Studio Link, וכו' אזש איך האב געשפירט אז יא... דאס איז פאר מיר... ס'קען ביטען אדובי פאטא שאפ - איליסטרעיטער... נאכ'ן זיך ארומשפילען א שטיק צייט דערמיט האב איך אנערקענט די פראבלעם מיט RTL און פארשטאנען אז ס'איז נישט 100% ניצבאר כעת (הגם ס'איז דא היבשע וועגן זיך אן עצה צו געבן, מיט פאטא זעכיר).
זייענדיג פריש פאר'ן פראגראם, האב איך פארשטאנען אז ווילאנג די עולם וועט נישט וויסן דערפון, וועט קיין אידיש נישט ווערן סופפארטעט אזוי שנעל.