בפשיטות האט געשריבן: איך בין א גרינער אין די גאנצע עירבאדס חבריא, נאך קיינמאל עס נישט געניצט און אפילו נישט פראבירט, למעשה האט זיך מיר אנגעגליסט צו קענען שפאצירן אויף די גאסן אנע דארפן האלטן די האנט געבינדען צום אויער...
מיין שאלה איז אויב נעם איך די עפל בין איך די מערסטע פארזיכערט מיט א גוטע מאשינקע, אדער לוינט זיך צו פראבירן די נאכגעמאכטע קאמפעניס? און אויב יא וועלכע פון די נאכגעמאכטע?
איך בין גרייט זיך צו לאזן קאסטן פאר א גוטע מאשין, איך גיי עס ניצן פאר א פשוטע קייסערע פליפ פאון.
ישר כח פון פראנאויס
"נאכגעמאכטע קאמפעניס", דאס הייסט אזאנע גארבידזש קאמפאניס וואס מאכן נאך ממש דער אויסקוק פון עפל וכדו', קויף זיכער נישט.
עפל פאר א נישט עפל דעווייס איז בכלל נישט אזא מציאה אין מיין אפיניען (קודם פעלט דיר אסאך פון די מעלות וואס דו האסט ווען ביים נוצן אן אייפאון, און עס איז פשוט זייער טייער.)
אבער די אנדערע מיטל-רעידזש כלים קענען זיין זייער פיין ווי טענק יו האט שוין צואגעוויזן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]