אןונז זענען געוועהן 12 יאר אלט געלערנט אין פאפא חדר, וועל מיר עס קיינמאל פארגעסען אינמיטען פרישטיג איז א אינגעל (וואס איז געקומען שפעט) אריינגעקומען צולויפען פארציילען אז די טווין טייער ברענט! מען האט קודם געמיינט אז ער ווערטעלט.. מען איז ארויפגעלאפען אין די כיתה׳ס מיטהאלטען פון די פענסטערס, און אונז געדענקען אז די מלמדים זענען ארויף אויף די דאך גופא און פארשטייט זיך אז אונז האט מען נישט געלאזט.... אבער איינער אין מיין כיתה האט געטוען א טראבעל ער האט אנגעצינדען די רעדיאוי פון די מלמד׳ס ספיעקער, און נאכדעם איז געקומען א התעוררות דרשה אזאנס און אזעלעכטס היתכן אין חודש אלול זאל א אינגעל בייפאלען אזא עבירה
אבער די שלאפזע נעכט איז געוועהן זייער שרעקעדיג... געציטערט פון מיין אייגענע שאטען היות טערעריסטען טוען אין אמירעקע וואס זיי ווילען, אויב דאס איז נישט גענוג איז צייט מאמע נישט געוועהן דאהי אין אמירעקע זי איז געוועהן אויף א ביזנעס שוי אין געוועהן סטאק שיעור נישט ראש השנה... צום סוף אהיים געקומען זכור ברית צופרי...
א אינטרעסאנטע באמערקונג האב איך געהערט ווען איך בין געווען בייזוכען ביי איינע פון מקומות הקדושים און ירושלים ווי די הייליגע היסטוריה איז ליידער אזוי חרוב, ומפני חטאינו גלינו מארצינו. .. חורבן בית המקדש וואס האט געטוישט די אידישע וועלט אויף אייביג איז געווען די ניינטע טאג אינ'ם עלעפטען חודש (11/9)
חורבן מגדלי התאומים וואס האט געטוישט די גויאישע וועלט אויף אייביג ז'געווען די עלעווטע טאג אינ'ם ניינטן חודש(9/11)
איך האב געוואלט דאונלאודן דעם קליפ, אבער די פאלגענדע מעסעדזש איז ארויפגעקומען: Sorry, you can't view or download this file at this time.
Too many users have viewed or downloaded this file recently. Please try accessing the file again later. If the file you are trying to access is particularly large or is shared with many people, it may take up to 24 hours to be able to view or download the file. If you still can't access a file after 24 hours, contact your domain administrator.
איך בין געווען נאך חדר ביי קליימער און ווייט און באטראכט די רויעך, און בכלל נישט געכאפט אז עפעס סיריעס קימט דא פאר. גוים האבן מיר נאכגעשריגן jew עטס זענטס שולדיג, אבער דאן האב איך נישט געכאפט די שייכות מיט בין לאדין צי אונז אידן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours