פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין ווייטערדיגע אויסצוגן פון די נאכנישט ערשינענע בוך איבער די ביידען ווייסע הויז זעהט מען אויך היבשע דעקונג איבער וויצע פרעזידענט העריס און איר שטאנד אין די אדמיניסטראציע

פאוער ציטירט פון א ווייסע הויז קוואל וועלכע באצייכנט העריס אלס עימיצער מיט האזל אויערן וועלכע זענען אויסנאם סענסיטיוו צו צו סיי וועלכע רמז פון קריטיק אין איר ריכטונג און איז אלעמאל וואך און אלערט אויפצוכאפן די מידעסטע שפור פון אומצופרידנהייט מיט איר ארבעט און אז דאס איז די הויפט פאקטאר וואס שרייבט איר פאר איר וועג פאראויס וועלכע שריט צו נעמען

דער שרייבער שילדערט א וויצע פרעזידענט וועלכע איזא רעלאטיוו קליינע שפילער און אז אומערוויילטע ביידען געהילפן ווי ראן קלעין, מייק דאנילאן און סטיוו רישעטי האבן געהאט א פיל שטארקערע ווארט ווי העריס ווען עס איז געקומען צו דאמעסטיק אדער אויסערן פאליסי און איין אויסנאם איז געווען ווען די ביידען צירקל האט איר געגעבן א שאנס מיט איר רעדע אין מינכן ביי די זיכערהייט קאנפרענץ הארט איידער די רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע וואו זי האט געשטופט די באהויפטונג פון וואשינגטאן אז קיעוו דארף נעמען די געפאר זייער ערנסט

פאוער מאכט אויך די קעיס אז העריס איז העכסט אומבאלומפערט און קוקט אויס ווי עימיצער וועלכע שטעלט אלעמאל אראפ די אומריכטיגע פוס פאראויס טראץ אירע בעסטע פארזוכן עס צו פארמיידן

דורכאויס א זיצונג געציהלט אריבערצוגעווינען געוויסע רעפובליקאנע סענאטארן צו שטיצן די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל האט העריס אריינגעגעבן פאר סענאטאר ראדזשער וויקער פון מיסיסיפי איבער די טראמפ עקאנאמיע וועלכע זי האט שארף אראפגעריסן

פירנדע קאבינעט סעקרעטארן אנוועזנד האבן פארשטייפט זייערע פויסטן און צוגעדעקט זייערע אויגן זייענדיג גאר אומבאקוועם מיט די אומדיפלאמאטישע סטראטעגיע פון העריס אריבערצוברענגן רעפובליקאנער צו איר קאלום

ביי א צווייטע פאל האט העריס געגעבן אן אינטערוויו פאר א לאקאלע ראדיו פראגראם אין וועסט ווירדזשיניע און סענאטאר מענשין האט עס באטראכט ווי א פארזוך פון ווייסן הויז אים צו שטעלן אין פלאץ

א קורצע צייט שפעטער איז מענשין געווען אויף א זיצונג אין ווייסן הויז מיט העריס וועלכע האט זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן סענאטאר מיטן נישט גיבן די האנט און ביים ענדע האט זי ארויסשפאצירט פון צימער אן קיין באגריסונג אדער סיי וועלכע מעלדונג איז די זיצונג איז פארטיג און אז דער פרעזידענט וועט אים אצינד אויפנעמען פריוואט

פאוער שרייבט אז העריס איז גאר שטארק פארנומען צו שטעלן אלע סארט פראגן צו די וועלכע ברענגן איר רעפעראטן איבער אקטועלע אישוס אויך סדר היום זוכנדיג צו זיין די מעסטע צוגעגרייט און אינפארמירט וואס מעגליך און ליינט אסאך ביכער וואס העלפן איר קענען צימבלען די וועכלע האלטן איר אינפארמירט אבער איר קאנצעטראציע צו דיסציפלינירן די וועלכע טיילן איר מיט אינפארמאציע מאכט איר אומדיסציפלינירט ווען עס קומט צו איר איר אייגענע קאלענדאר

אין נאוועמבער 2021 למספרם זענען פירנדע ווייסע הויז באאמטע זיך צוזאמגעקומען אין די ווייסע הויז רעזידענץ אין די צייט וואס קאנגרעס האט זיך געגרייט ענדגיטליג צו באשטעטיגן די בוי צוריק בעסער ביל וועלכע איז געווען די ערשטע גרויסע דערגרייכונג פאר די נייע אדמיניסטראציע אויפן לעגיסלאטיוון פראנט

די איינציגסטע פערזאן וועלכע האט געפעלט איז געווען די וויצע פרעזידענט וועלכע האט שוין געהאט פארלאזט די ווייסע הויז פארן טאג אין ווען א העריס שטאב מיטגליד איז געוואויר געווארן איבער די זיצונג איז זי גשוין געווען אין איר הויז און געדארפט צוריקקומען צום ווייסן הויז

פאוער שרייבט אויך אז העריס ליידט פון א טיפע אומזיכערקייט איבער די באדייט פון איר היסטארישע סטאטוס אלס די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע וויצע פרעזידענט און דאס ביישטייערט גאר אסאך פון די דרוק ווא ס זי שפורט צו זיין עקסטרעם אויסגערעכנט און צוגעגריטי איבער יעדע קליינע באוועגונג וואס זי שטעלט

אין אנהויב האט העריס אנגעדייטעט אז זי וויל נישט האבן אלס טייל פון איר ראלע די אויפגאבע צו שטיין אין שפיץ פון פרויען רעכטן אדער סיי וועלכע זאך אנבאלאנגט ראסע אבער זי האט אין די זעלבע צייט געוואלט אז איר שטאב זאל באשטיין פון א מאיאריטעט פרויען און אז איר שטאב הויפט זאל זיין אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי און דאן ביידען שטאב הויפט ראן קלעין האט געהאלטן אז העריס מאכט זיך זעלבסט גאר ענג און באגרעניצט און פארשווערט זיך ארי אייגענע לעבן

עווענטועל האט העריס געטוישט ריכטונג אין איר געווארן א שטארקע ווארטזאגער אינערהאלב די אדמינסטראציע מאכנדיג גערודער איבער וואל רעכטן פאר מיאריטעטן און אזוי אויך איבער פרויען אישוס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2650
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

שכח @הכל הבל keep it coming זייער אינטרעסענט
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

פארענטפערט אסאך פראגען הבל!

אינטרעסאנט איך האב געהאט אויף איר אן ענדליכע בליק
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

שכח @הכל הבל איך באלעק מיר די פינגער פון דעם אשכול.

[כהאף סזאל זיין מער אקטיוו....]
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

הינגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 5:17 pm
שכח @הכל הבל איך באלעק מיר די פינגער פון דעם אשכול.

[כהאף סזאל זיין מער אקטיוו....]
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

שכח הבל! כ'האב באמת הנאה!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

ישר כח @הכל הבל

זיי ממשיך
סאיז כמים כרים כל נפש אייפה. עפעס אזוי איז די ווארט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1043
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

Potus האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:34 am
ישר כח @הכל הבל

זיי ממשיך
סאיז כמים כרים כל נפש אייפה. עפעס אזוי איז די ווארט
עייפה
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

שקר גמור האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 10:06 am
Potus האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:34 am
ישר כח @הכל הבל

זיי ממשיך
סאיז כמים כרים כל נפש אייפה. עפעס אזוי איז די ווארט
עייפה
קרים
על
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Mezofzef האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:10 pm
שקר גמור האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 10:06 am
Potus האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 1:34 am
ישר כח @הכל הבל

זיי ממשיך
סאיז כמים כרים כל נפש אייפה. עפעס אזוי איז די ווארט
עייפה
קרים
על
נישט קיין חילוק די ווארט די עיקר אז @הכל הבל שרייבט גוט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

@הכל הבל דעלישעס, ווי איז די דעקל פון דיין פעדער? איך וויל עס נעמען און באהאלטן.., זאל זיך גיסן פון דארט אן אויפהער...
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די אידישע וועלט איז איצט פארנומען מיט 3 ביכער און אלע האפן און בעטן צו ווערן פארשריבן אין די גאלדענע

אין די אלגעמיינע גאס ערשיינען אנדערע ביכער און דאסמאהל איז די רעדע פון קעסידי האטשינסאן וועלכע איז א געוועזענע טראמפ ווייסע הויז איינגעשטעלטע וועלכע האט געגעבן אן היסטארישע עדות אויפטריט פארנט פון די קעפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע

די בוך אונטערן נאמען "גענוג" וועט זיין אויף די פאליצעס קומענדיגע וואך דינסטאג און זי שרייבט צווישן אנדערן אז רודי דזשוליאני איז געווען זייער פארלוירן אין די טאג פון די קעפיטאל איבערפאל

זי באצייכנט זיין אויפפירונג פון יענע טאג ווי א פארסאפעטע וואלף וועלכע אנערקענט אז ער פאלט אט אריין אין א פאסטקע און אין די נעץ פון זיין פאנגער

זי באשולדיגט אז דזשוליאני האט איר ווילד און שטייף אנגעכאפט און אז דזשאן איסטמאן האט עס מיטגעהאלטן און געשמייכלט אומבאקוועם
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9627
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:46 pm

@הכל הבל א לייק איז נישט גענוג!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:48 pm

יישר!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

@הכל הבל יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונגען סיי דא און סיי איבעראל

כוועל עס נאר דא שרייבן נעקסטע מאל וועל איך לייקן אז סזאל נישט שטערן די געשמאק צו ליינען

זאלסט האבן א גמר חתימה טובה אינעם גוטן ביכל
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין ווייטערדיגע אויסצוגן פון די קעסידי האטשינסאן בוך:

אנגעהויבן פון אינמיטן דעצעמבער למספרם האט איר אויבערהאר מארק מעדאוס געוואלט דורכפירן טעגליכע פייערן אין זיין אפיס יעדע אינדערפרי צו פארניכטן דאקומענטן

זי שילדערט ווי אזוי ביים אריינקומען ברענגן פעקלעך אדער צומאל די מיטאג פלעגט זי אים צומאהל טרעפן איבערגעבויגן העכערן די פייער און אריינווארפן פאפירן און זיכער מאכן אז זיי ווערן פארברענט

זי האט שוין פארציילט איבער די פייערן ביי איר קאנגרעס אויפטריט און זאגט אז ווען קאנגרעסמאן נונעז האט אמאהל באזוכט מעקארטי האט ער אים געבעטן צו עפענען די פענסטער זינט די ציממער אנניז געווען איבערגעפולט פון שטוקנדע רויך

זי זאגט אויך אז זי האט געווארנט מעדאוס אז עס קען אנצונדן די פייער אלארם

האטשינסאן פארציילט נאך די קעפיטאל איבערפאל ווען די שטאב איז געווארן פארנומען מיטן פאקן די געפעק איז פרוי מעדאוס ערשינען צו העלפן מיטן פאקן און זי האט ארי געבעטן אז זי זאל אויפהערן אנצונדן די אייוועלע פאר איר מאן ווייל אלע זיינע אנצוגן טראגן א שווערע פייער גערוך און זי קען נישט נאכיאגן מיט די קלינער סקעדזשועל
אוועטאר
אן עפל ביים באס
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2022 1:22 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן עפל ביים באס »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:09 pm
אין ווייטערדיגע אויסצוגן פון די קעסידי האטשינסאן בוך:

אנגעהויבן פון אינמיטן דעצעמבער למספרם האט איר אויבערהאר מארק מעדאוס געוואלט דורכפירן טעגליכע פייערן אין זיין אפיס יעדע אינדערפרי צו פארניכטן דאקומענטן

זי שילדערט ווי אזוי ביים אריינקומען ברענגן פעקלעך אדער צומאל די מיטאג פלעגט זי אים צומאהל טרעפן איבערגעבויגן העכערן די פייער און אריינווארפן פאפירן און זיכער מאכן אז זיי ווערן פארברענט

זי האט שוין פארציילט איבער די פייערן ביי איר קאנגרעס אויפטריט און זאגט אז ווען קאנגרעסמאן נונעז האט אמאהל באזוכט מעקארטי האט ער אים געבעטן צו עפענען די פענסטער זינט די ציממער אנניז געווען איבערגעפולט פון שטוקנדע רויך

זי זאגט אויך אז זי האט געווארנט מעדאוס אז עס קען אנצונדן די פייער אלארם

האטשינסאן פארציילט נאך די קעפיטאל איבערפאל ווען די שטאב איז געווארן פארנומען מיטן פאקן די געפעק איז פרוי מעדאוס ערשינען צו העלפן מיטן פאקן און זי האט ארי געבעטן אז זי זאל אויפהערן אנצונדן די אייוועלע פאר איר מאן ווייל אלע זיינע אנצוגן טראגן א שווערע פייער גערוך און זי קען נישט נאכיאגן מיט די קלינער סקעדזשועל
זי איז געווען די מקור אויף די קעטשאפ מעשה?
He is crooked, He is sleepy, He is Joe Biden!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן עפל ביים באס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:12 pm

יא
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

.
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

האטשינסאן פארציילט אינעם בוך אז דורכאויס א באזוך ביי א פאבריק אין מאי 2020 למספרם האט טראמפ געטראגן א מאסקע צוליב די ווירוס

די מאסקע האט געהאט אויסגעקליבן א ווייסע מאסקע אבער האטשינסאן האט אים אויפגעקלערט עס איינצובייטן אויף א צווייטע סארט צייגנדיג אז די בענדלעך ארום זיין אויער איז פארשמירט פון די פארב וועלכע ער האט געשמירט אויף זיין געזיכט

טראמפ איז געווארן זייער בייז פארוואס קיינער האט אים נישט געזאגט בעפאר און פארפירט אז ער וויל מער נישט קיין מאסקע

האטשינסאן האלט אז דאס האט בייגעשטייערט צו טראמפ'ס פובליק אנטי מאסק סענטימענטן וועלכע האטבן נאכגעפאלגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מקעי קאפינס גרייט זיך צו ערשיינען אום אקטאבער 24 למספרם מיט א ביאגראפיע ביכל איבער יוטא סענאטאר מיט ראמני וועלכע גרייט זיך צו רעטייערן ביים ענדע פונעם איצטיגן סעסיע

קאפינס האט באקומען צענדליגע אינטערוויוס מיט ראמני אין די לעצטע 2 יאר, פריוואטע אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס און א פענסטער אריין אין די לעבן און שאפן פון א מאן וועלכע איז געגאנגען פון זיין די פירער פון די רעפובליקאנע פארטיי ביים באקומען די פרעזידענט נאמינאציע ביזן זיין א פירנדע פיגור צו קעמפן אקעגן די געוועזענע פרעזידענט און היינטיגע פראנט ראנער דאנאלד טראמפ

קאפינס דעקט אויף אינטערסאנטע דעטאלן איבער די פערזענליכע כאראקטער פון ראמני שרייבנדיג אז עס האנדלט זיך פון עימיצער ווועלכע איז טיף פארזינקן און שווערע געדאנקן און איינער וואס דערלעבט נישט צו האבן צופיל פארגעניגן פון זיין רייכטום און גוטע מזל

ראמני פרעגט זיך נאכאנאנד פארוואס עס איז אים באשערט צו האבן אזא גוטע לעבן און פארכט זיך אז איין טאג וועט עס ווערן צוגענומען פון אים און אז ער וועט שטארבן א ווילדע און טראגישע טויט

דער סענאטאר טוט זיך זעלבסט קריטיקירן פאר זיינע שריט און ליידט פון שולד געפילן און אבסעסיעס וועלכע גרעניצן זיך מיט OCD

עס לאזט זיך שפעקולירן אז די פאביעס פון א גרויזאמע טויט וועלכע נעסטן אין ראמני'ס קאפ זענען די רעזולטאט פון טראומא וועלכע ער איז אריבער מיט יארן צוריק ווען ער האט זיך געטראפן אויפן שוועל פון טויט נאך א שרעקליכע קאר אינצידענט אין פראנקרייך וואו ער איז געווען אויף א מיסיאן מיסיע צו שטופן די פארשפרייטונג פון זיין מארמאן רעליגיע

די בוך ציטירט פון ראמני אז ווען ער געווען איינע פון די געסט ביי א שפיל געלאדנט דורך איר אייגנטומער ראבערט קרעפט האט ער דארט געטראפן דאנאלד טראמפ און טראץ וואס זיי זענען נישט געווען איבריג באקאנט צווישן זיך האט טראמפ געשפורט גענונג באקוועם צו טראכטן הויך רעדנדיג צו ראמני'ס זוהן דזשאש איבער די מעגליכקייט זיך אפצוטיילן פון פרוי טראמפ

ראמני פארציילט אויך אז דורכאויס די שטורמישע 2016 למספרם רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי פארמעסט איז געווען א פונקט ביי וועלכע ער האט באטראכט א פלאן צו לויפן אויף איין טיקעט מיט סענאטאר טעד קרוז

ראמני איז נישט געווען קיין אנהענגער פון קרוז וועם ער באצייכנט אלס דעמאגאג און געפארפול אבער עס איז אים געווען גענוג וויכטיג צו פארזיכערן אז טראמפ באקומט נישט די נאמינאציע

נאכן אנערקענען אז די פלאן וועט נישט האבן צופיל סוקסעס האט ער עס אפגעווארפן און אנגעהויבן ארבעטן אז סענאטארן קרוז און מארקא רוביא זאלן פארעמען א פאראייניגטע טיקעט אויף וועלכע רוביא זאל לויפן אלס וויצע קאנדידאט אבער די צוויי זענען נישט איינגעגאנגען דערויף

ראמני האט דאן געשיקט א סעריע פון אימעיל'ס צו דזשאן קעסיק אפעלירנדיג אז ער זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט צו ערמעגליכן פאר א צווייטן איבערצוקומען טראמפ אבער יענע פארזוכן איז אויך געווען פרוכטלאז

ער פארציילט אויך אז ווען עס איז געקומען צו די 2020 למספרם קאסמפיין האט אפרע וויינפרי אים פארגעשלאגן צו שאפן א פאראייניגטע טיקעט אז די צוויי זאלן לויפן אינאיינעם און פארמיידן א טראמפ ווידערערוויילונג אבער ער האט עס אפגעווארפן גלויבנדיג אז עס וועט בלויז העלפן טראמפ

ראמני האט שפעטער פלאנירט צו לויפן אלס אינדעפענדענט אקעגן טראמפ און פאר א צייט געקלערט עס צו טוהן אפילו אן קיין ערנסטע שאנסן און בלויז צו באקומען א שאנס צו שטיין ביי א דעבאטע מיט טראמפ

עס איז אים געגאנגען אין לעבן צו קענען צימבלען טראמפ מיט איין ספעציפישע פראגע וואס האט אים געהאמערט אין קאפ טאג און נאכט און דאס איז פארוואס טראמפ האט פארגעשלאגן פאר ווירוס אנגעשטעקטע צו נוצן בליטש

ראמני איז געווען אויס מענטש אז די וועלט האט געלאכט פון די רעקאמענדאציע און געגאנגען ווייטער אין א צייט וואס לויט אים איז דאס געווען די באמערקונג פון טראמפ וועלכע איז געווען די סאמע מערסט אידיאטיש וואס ער האט נאר אמאהל געהערט

ער זאגט אז יעדע מאהל ווען טראמפ מאכט עפעס א מער שטארקערע אדער קלוגערע ארגומענט איבער סיי וועלכע טעמע טוט ער (ראמני) נאטורליך רעאגירן זאגנדיג: דערמאן מיר נאר איבער די קלאראקס

פון צייט צו צייט ווען ער דערמאנט זיך דערפון קען ער שפילן ווי ער צוהיסט זיך און אלארמירן זיינע ארומיגע מיט א שטקידננדיג געמאכטע שטימע: (מען זאל אים דרינגנד ברענגן) "קלאראקס"

פארלאפענע אפריל למספרם האט ראמני גערעדט מיט סענאטאר דזשאו מענשין און אים געמוטיגט צו עפענען אינאיינעם א נייע פארטיי אונטערן נאמען "שטעל אפ די נארישע"

אום יונואר 2 2021 למספרם הסאט סענאטאר ענגוס קינג אנפארטרויעט ראמני אז ער האט ערהאלטן אינפארמאציע פון א הויכראנגיקע פענטאגאן באאמטער אז די רעגירונג האלט אן אויג אויף אנליין אקטיוויטעטן צווישן רעכטע אקטיוויסטן מיט פלענער דורכצופירן געוואלדטאטן אין וואשינגטאן די סי אום יונואר 6 למספרם און אז ראמני קען מעגליך זיין איינע פון די ציהלן אויף וועם זיי וועלן לאקערן

קינג איז געווען באזארגט איבער ראמני'ס זיכערהייט און געפורט פאראנטווארטליך אים צו ווארענען פון פאראויס און ראמני האט געשיקט א טעקסט מעסעדזש צו סענאטאר מיטש מעקאנעל און אויף פארציילט איבער א פלאן פון די גרופעס אונטערצוצינדן מעקאנעל'ס היים און געוואלט וויסן אויב מעקאנעל איז גענוג באוואוסטזיניג אן גרייט צו נעמען די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען אבער מעקאנעל האט איגנארירט די מעסעדזש

ראמני ווערט ציטירט אינעם בוך רעדנדיג איבער סענאטארן דזשאש האולי און טעד קרוז וועם ער האט גאר שארף קריטיקירט נאך די קעפיטאל איבערפאל זאגנדיג אז זיי האבן געהאט א ראלע און געהאלפן פירן דערצו

אינעם אינטערוויו צום שרייבער ערקלערט ער זיין אויפברויז ספעציפיש צו די צוויי זינט ער האלט אז האולי איז דער קלוגסטער מאן אין די סענאט און אז קרוז איז נישט צופיל אונטערשטעליג און אז עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן גלויבן אז טראמפ האט ווירקליך געוואונען די וואלן און זייער רעטאריק איז דעריבער א קלארע באווייז אז זיי שטעלן פאליטיק העכער די קאנסטיטוציע

איבער סענאטאר דזשעי די ווענס זאגט ראמני אז עס איז נישט פארהאן עימיצער צו וועם ער האט מער אומרעספעקט ווי צו ווענס און דאס קומט נאך וואס ער איז גראדע געווען אנציקט פון זיין בוך וועלכע ער האט פובליצירט און ער האט געהאט האפענונג אז ווענס קען אפעלירן צו די ווייסע מיטל קלאס ארבעטער אן נוצן טראמפיזם אין זיין מעסעדזש

ער זאגט אז ווען ווענס האט באשלאסן אנהויב פון זיין קאפמיין אריבערצוגיין א גענצליכע טראנספארמאציע צו ווערן פארוואנדלט אין אן ארכי מאגא קאנדידאט האט אים עס שטערבליך פארדראסן און ארויסגענומען פון די געשיר

ער זאגט אז ער געשפורט א דראנג אנצוכאפן ווענס ביים אקסל און אריינשרייען אין זיין אויער: עס איז נישט ווערד זיך צו פארקויפן די נשמה פארן שטן

ווען ווענס איז געווארן ערוויילט און זיך באוויזן אין סענאט האט ראמני אנגעהויבן שפורן גאר אומבאקוועם צו סערווירן אינעם זעלבן אינסטיטוציע מיט ווענס פרעגנדיג מיט וואונדער און פאראכטונג: ווי אזוי קען מען זיצן נעבן אזא פארשוין ביים עסן מיטאג?!

איבער ראן דעסאנטיס זאגט ראמני אז עס פעהלט אים צוגעלאזנקייט און ווארימקייט און אז ביים זיך שטעלן פאר בילדער מיט וויילער אין אייאווע קוקט אויס ווי דער קאנדידאט ליידט פון צייין ווייטאג

ער זאגט אז דעסאנטיס איז פיל קלוגער פון טראמפ איז און איז באזארגט אז עס איז מעגליך א גרעסערע געפאר צום האבן ביים רודער א טראמפיסטישע סארט פירער וועלכע איז גענוג קלוג אויסצופירן דאס זייניגע ווי טראמפ וועלכע איז ווייניגער קלוג

ראמני האט אויך קאלירפולע אויסדרוקן און באמערקונגען איבער די קאנדידאטן אקעגן וועם ער האט זיךך פארמאסטן דורכאויס זיינע צוויי פרעזידענט פארמעסטן

ניוט גינגריטש באצייכנט ער אלס עימיצער וועלכע איז גרייט צו שטאלצירן מיט דערגרייכונגען פון אנדערע און זייער גוטהארציג אבער איז צו צופרידן מיט זיך זעלבסט

מייק האקעבי איז לויט ראמני א כאראקטער וועלכע פארשפרייט און פארקויפט געדאנקן און אידעעס צו פארדינען פאר זיך זעלבסט

באבי דזשינדאל רופט ער אן א נאריש קינד און אויף ריק סענטארום נוצט ער די טיטל סאנקטאמאניוס וועלכע טראמפ האט געגעבן פאר דעסאנטיס און זאגט אז ער איז מאדנע און פרעמד

איבער ריק פערי זאגט ראמני אז רעפובליקאנער מוזן קומען צום אנערקענונג אז זיי דארפן ערוויילן עימיצער וועלכע קען אויספיהרן א זאץ

אויף דזשאן קעסיק זאגט ער אז ער איז מאן מיט אן איינגעשרומפענע כח המחשבה און א געשוואלענע עגא און לויט ראמני איז זיין גאוה די ערקלערונג פארוואס עס גייט פונקן פייער ווען ער טרעפט זיך צוזאם מיט קריס קריסטי

זינט ראמני איז אנגעקומען אין סענאט איז ער נישט געווארן אנטפאנגען באזונדער היימליך דורך זיינע רעפובליקאנע קאלעגן וועלכע זוכן נישט צו האבן צופיל אפיר מיט אים און טראץ וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט א טייערע באקוועמע וואוינונג אז זיין פרוי און קינדער זאלן זיך קענען אפט אויפהאלטן דארט זוכן זיי נישט אהינצוקומען

דער סענאטאר טרעפט זיך מיינסטנס נעכט אויף א רעקליינער פארנט פון א ריזיגע טעלעוויזיע סקרין עסנדיג איינזאם זיינע צופלויגן געפאקטע סעלמאן סענדוויטשעס וועלכע פולן אן די פריזער און ער האט זיי באקומען פון סענאטארשע ליסא מורקאוסקי

ראמני איז נישט קיין שטארקע סעלמאן ליבהאבער אבער ווי באקאנט איז ער אדיקטיוו צו הייסע הינט האמבורגער סענדוויטשעס מיט קעטשאפ און ער האט אויסגעפונען אז אריינשמוגלען אביסל סעלמאן דערינען מאכט די מאלצייט נאך בעסער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג אקטאבער 22, 2023 2:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9627
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

@הכל הבל wow!! שכח!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11471
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צוקאש @הכל הבל

ווי ניד מאאאאר...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ר' זעקל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:45 pm
צוקאש @הכל הבל

ווי ניד מאאאאאאאאאאררררררררררררררר...
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוש, דאס איז וואן אף עי קיינד.

עה, דאס איז וואס איך טראכט נאך יעדע איינציגסטע הבל אנעליז!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”