9/11 מיטן פרעזידענט (חלק ב' ארויף)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

כאפצעם האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:28 pm
געוויסע רוסישע אקאונטס באריכטן אז ס'געקומען אן ארדער פאר די רוסן צו ריטריעטן פון ראבאטינע, די לעצטע ליין אוו דעפענס בעפאר די טאקמאק טרענטשעס.
נא אפשר קומסטו ענדיגן? עס איז א אנבעליוועבל מייסטער ארבעט!!!
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

האמיר עס יעצט געליינט @כאפצעם א געוואלדיגע ארבעט, אפשר קענסטו טרעפן עפעס צייט אין די קומענדיגע וואכן פאר חלק ב'?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@כאפצעם טייערער, מיר ווארטן שוין דריי יאר פאר דיין חלק ב' פון די גאר אינטערעסאנטע באריכט.

ביטע ביטע...
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

כאפצעם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 9:48 pm
אי"ה, ח"ו לאזן הענגען, און באמת קען איך שוין לאנג ארויפלייגן אבער כוויל נישט קיין רויע ארבייט סאו ס'בעסער ציווארטן בכדאי שיעשו
גאנצע דריי יאר צוריק...
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

@כאפצעם סא מעסיוו ארבעט ווען קומט די המשך?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
איש נבון
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
לאקאציע:אויף דער וועלט

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש נבון »

@כאפצעם מעסיוו דזשאב געליינט יעצט אין איין אטעם. און פארשטייט זיך אז איך קוק ארויס אויפן המשך.. looking fwd
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

@כאפצעם אפשר דאך א המשך לכבוד 9/11 הבא
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
DIET COKE
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 9:48 am
לאקאציע:אין פרידזשעדער
פארבינד זיך:

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DIET COKE »

@ כאפצעם
wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow wow

ווען קומט נאך????????????????????????????
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

דער פלאנט ממשיך צו זיין פון דריי יאר צוריק אדער נישט??????????????????????
ער איז נישט נארמאל אונז אלע אנגעצויגן און געלאזט הענגען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!..................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!...........................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!............ .
אוועטאר
DIET COKE
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 9:48 am
לאקאציע:אין פרידזשעדער
פארבינד זיך:

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DIET COKE »

שטופן מיט געוואלד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:02 pm
דער פלאנט ממשיך צו זיין פון דריי יאר צוריק אדער נישט??????????????????????
ער איז נישט נארמאל אונז אלע אנגעצויגן און געלאזט הענגען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!..................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!...........................!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!............ .
@ כאפצעם
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע:לויפט

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפצעם האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:28 pm
פאלגענד איז א דעטאלירטע כראנאלאגיע פונעם סדר היום סעפטעמבער 11 2001, פון פרעזידענט בוש און זיין סוויטע.
אקעי סארי חברה פאר די פארשפעטיגונג, לכבוד די יארצייט היינט נאכט האט עטץ דא חלק ב'.... לייענט מיט אפעטיט. ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידינו.

11:30- דער עיר פאורס וואן פליגער שמייסט אין די לופטן קומענדיג פון פלארידע, דער ציל איז דערווייל אן "אנדיסקלאוזד לאקאציע". פרעזידענט בוש זיצנדיג אינעם עירפאורס 1 סיטואציע צימער האט ער א וויו פון צוויי זייטן פענסטער, פון וועלעכע ער קען קלאר און לעבעדיג מיטהאלטן די 2 F-16 זשעטס וואס באגלייטן דעם פרעזידענטס פליגער, איינס ביי איטליכער זייט, כמעט אנרירנדיג די פליגלעך..

כאטש די שטארקע אנגעצויגנקייט איז מר. בוש אצינד רעאלאטיוולי היבש מער בארוהיגט, זיך אנרופנדיג צו די ארומיגע אין א מער לייכטערע שטימונג: "דער (טעראריסט/היידזשעקער) וועט דארפן זיין א גאר גוטער פילאט אונז צו קענען כאפן"..

ביי דעם פונקט האבן די ווייסע הויז באאמטע אנגעהויבן באקומען באזארגטע מעסעדזשעס פון געזעצגעבער און רעגירונג באאמטע פרעגענדיג ווער ס'איז אין קאנטראל פון די גאווערמענט... איז דער פרעזידענט נאך בכלל אין טשארדזש?

די מצב ארום דעם פרעזידענט איז געווארן מער אנגעצויגן ביי די מינוט, דער עולם איז געקומען צום רעאליזאציע אז דער פרעזידענט מוז זאפארט ווי אמשנעלסטנס אדרעסירן דאס לאנד און צייגן פירערשאפט.

געוויסע שטאב באאמטע האבן דאן פארגעשלאגן א ווילדע געדאנק, דהיינו דער פרעזידענט זאל אדרעסירן דאס לאנד אין א געשפרעך פונעם עירפאורס וואן טעלעפאון. מר. בוש ווארפט אפ דאס געדאנק, טענהנדיג אז דאס פאלק מוז אים זעהן לעבעדיג אויפן סקרין רעדן צו זיי.

נאך עטליכע טעלעפאון געשפרעכן פון עירפאורס וואן צום ווייסן הויז סיטואציע צימער איז דער פרעזידענט געקומען צו די רעאליזאציע אז דער מצב איז א גענצליכע קאטאסטראפע און ער ברויך איבערנעמען די לייצעס תיכף.



דער פרעזידענט גיבט דאן ארויס א פארארדענונג צו לאנדן דעם ערעפלאן ביז געציילטע מינוט, סייווי אימער!

11:35- די באשלוס ווערט געמאכט צו לאנדן אינעם נאענטסטן באזע, צו געבן דעם פרעזידענט א געלעגענהייט צו אדרעסירן דאס לאנד.

סיקרעט סערוויס אגענטן מעלדן איין די גרופע פרעסע לייט אינעם הינטערשטן טייל פונעם פליגער וועגן דעם באשלוס, באגלייט מיט א שטרענגע ווארענונג פארבאטנדיג ארויסצוגעבן די לאקאציע פונעם רעדע. ערלויבנדיג פאר די מידיע צו מעלדן בלויז אז דער פרעזידענט איז ביי אן "אנדיסקלאוזד מיליטערישע פאציליטעט ערגעצווי אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן".

11:40 - קאנטראל טורעם אין 'בארקסדעיל' מיליטערישע עירפאורס באזע אין לואיזיאנע באקומט א ראדיא קאמיוניקאציע פון עירפאורס וואן מיט א פארלאנג צו לאנדן מאמענטאל.

דער קאנטראל טורעם רעספאנד "אויף ווען שאצט איר דעם לאנדונג"? ווען תוך כדאי דיבור באקומען זיי א ראדיא זענדונג פון די דרויסענדיגע באזע וואכפונקט מעלדנדיג אז זיי באאבאכטן אצינד עירפאורס וואן זיך דערנענטערן צום באזע.

די באזע וועלעכע איז שוין אזוי אויך געווען אויף היי אלערט און העכסטע לעוול מיליטערישע גרייטקייט האלטנדיג אין סאמע ברען פון ערענסטע נוקליארע מושטירונגען איז תיכף אריין אין פול לאקדאון מאוד זיך גרייטנדיג צו אויפנעמען דעם מער מערסט באוואכטן ערעפלאן אויפן כדיר העולם.

הארט בעפארן לאנדן איז געקומען א פרישע שטרענגע פארארדענונג: אלע סעלפאונס מוזן ווערן גענצליך פארלאשן! דאס איז געקומען צו פארמיידן סייוועכע מעגליכע געפארן פון אויפכאפן דעם פרעזידענטס לאקאציע.

דאן אבער זענען די רייזענדע אויפגעשפרינגען ווען אויף די טעלעוויזיעס אויפן פליגער האט זיך פלוצים באוויזן מיטן גאנצן פראכט זייער אייגענע ערעפלאן עירפאורס וואן.. באגלייט מיט וואל טו וואל קאווערידזש דורך אלע נאציאנאלע קאנאלן, צייגענדיג לעבעדיג ווי דער פרעזידענטס פליגער גרייט זיך צו לאנדן...

דער ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר האט ארויסגעלאזט אן אנגעצויגענע זיפץ, מירמלענדיג, "נו שוין, דער קאץ איז ארויס פון זאק".. און דער טעלעפאון באנוץ פארבאט איז בטל געווארן.

11:45- עיר פאורס וואן מיטן פרעזידענט און זיין סוויטע דערויף מאכט א געאיילטע לעצט מינוטיגע לאנדונג ביי די 'בארקסדעיל' מיליטערישע עירפאורס באזע אין לואיזיאנא אין באגלייטונג פון 2 עף 16 פליגער. די F-16'ס פליען ביז כמעט דעם ראנוועי און ממש ביים לאנדונג פון עירפאורס 1, מאכן זיי א שארפע מענאווער צוריק אויף ארויף.


איין F-16 האט דאן זיך ארומגעדרייט און געלאנדעט, זיך צו אנפולן מיט גאז, בעת דער צווייטער פליעט נאכאנאנדע רינגס ארום דעם לופטפעלד באזע באשיצנדיג אירע אנוועזנדע. וחוזר חלילה מיטן אנדערן F-16.

דער עירפאורס 1 פליגער ווערט גלייך ארומגענימען מיט א גרעסערע גרופע מיליטערלייט פונעם לאקאלן באזע וועלעכע יאגן אראפ די מיטרייזענדע פונעם ערעפלאן, בעת אינאיינעם מיט די סיקרעט סערוויס נעמען זיי אראפ דעם פרעזידענט אין א בליץ שנעלקייט און זעצן אים אריין אין א בלויע דאדזש קאראוואן מיניווען, און די איבעריגע שושבינן און פרעסע לייט ווערן פלאצירט אין א מיני באס פון הינטן, ווען פון פארנט און הינטן באגלייטן עטליכע געפאנצערטע טרעקלעך מיט זעהבארע מיליטערלייט וואס האלטן אויסגעשטרעקטע ביקסן פון די אפענע פענצטער.


דער טשיעף זשענעראל פונעם באזע נעמט אויף דעם הויפט סיקרעט סערוויס אגענט און מעלדט אים איין: "דו זעהסט די ענדלאזע שורות בי. 52 באמבערס? יעדע פליגער איז אנגעלאדענט מיט נוקס. זאג מיר נאר ווי דו ברויכסט זיי". דער סיקרעט סערוויס אגענט כאפט א טשיל. "פארצייל דאס נאר נישט דעם פרעזידענט" ענטפערט ער האלב וויצלדיג און האלב ערענסט..

דער קאראוואן זוימט זיך נישט קיין רגע, נאר פארט גלייך צו צום צענטראלן בנין פונעם באזע וועלעכע ווערט אצינד ארומגענימען מיט עטליכע פרישע שיכטן שוץ ליניעס.

דער פרעזידענט זעצט זיך אראפ מיט זיינע געהילפן אין איינע פון די ארטיגע אפיסעס און גייט איבער אין קורצן וואס ער וועט רעדן צום לאנד. עס איז קלאר ביי די אנוועזנדע אז דער פרעזידענט מוז אראפשטעלן א טאן פון זיכערקייט און פירערשאפט אויב וויל מען פארמיידן דאס לאנד זאל גענצליך אריינפאלן אין פאניק.







אין א דערנעבנדיגן פענסטערלאזער צימער האבן ערשיינט עטליכע באאמטע פון די ווייסע הויז 'עדווענס טיעם' וואס זיי גרייטן אן בעפאר דעם פרעזידענטס באזיכן. זיי האבן אריינגעברענגט דעם פרעזידענטליכן פאדיום, די מייקס, און א גרעסערע צאל לאמפס צו שטארקער באלייכטן דעם צימער, אנגעבליך מורא האבנדיג ס'זאל נישט אויסזעהן ווי דער פרעזידענט רעדט פון א באהאלטענעם בונקער.

12:36- פרעזידענט בוש ערשיינט אין צימער אין א גאר אנגעצויגענע שטימונג פארנט פון די פרעסע לייט און בעת די קאמארעס פונעם גאנצן לאנד זענען אנגעשפיצט אין זיין ריכטונג.


אין א קורצע אבער שארפע 2 מינוטיגע רעדע צום פאלק האט דער פרעזידענט דערקלערט: "פרייהייט זעלבסט איז אטאקירט געווארן היינט דורך פנים'לאזע קאוערדס, און פרייהייט וועט ווערן פארטיידיגט". דאן האט ער פארזיכערט אז ער איז אין קאנטאקט מיט די ווייסע הויז, קאנגרעס, און מיליטער צו פארזיכערן דאס לאנד און צו זיך פארטיידיגן פון סייוועלעכע ווייטערדיגע געפארן.

אויספירנדיג: "די שטארקייט פון אונזער פאלק ווערט ווערט אצינד אויספרובירט, אבער מאכט קיין טעות, מיר וועלן צייגן די וועלט אז מיר מאכן דעם פארהער". און איז תיכף צוריק ארויס צו זיין הינטער צימער.


נאך א שנעלע באראטונג צווישן די סיקרעט סערוויס, די פרעזידענטס געהילפן, און די פענטעגאן, איז געבליבן אז עס איז דערווייל נאכאלץ נישט פארזיכערט פארן פרעזידענט צו לאנדן אין וואשינגטאן די. סי. און א צווייטער לאקאציע מוז זאפארט געטראפן ווערן, זינט דער לואיזיאנע באזע לאקאציע איז שוין אצינד אנדעקט פארן פובליק.

בעפארן זיך רוקן ווייטער האט די סיקרעט סערוויס באשלאסן צו נאך מער איינציען די זיכערהייט צירקל און איינגעשטעלט א "נוקליער בונקער פול" וואס עלימינירט די גאנצע ווייסע הויז פרעסע קליקע, אחוץ 5 פרעסע לייט; 1 רעפארטער פאר פרינט צייטונגען, איינס פון ראדיא, איינס פאר טעלעוויזיע, א פאטאגרעפירער און א קאמארא מאן.

א ווייסע הויז זיכערהייט באאמטער איז דאן ארויפגעקומען אויפן פרעסע באס, ספאנטאן געגעבן א כאפ די איינצעלנע רעפארטער און זיי גענימען צום פליגער, בעת די גאנצע פארבליבענע פרעסע פול, אלגעמיינע ווייסע הויז געהילפן און אפילו א קאנגרעסמאן דערינטער זענען פארדענט צו פארבלייבן. די אנטוישונג איז געווען גרויס, וויסנדיג אז דאס מיינט זיין געשטראנדעט פאר ווער ווייסט ווי לאנג, זינט אלע קאמערציאלע פליגער זענען אונטער לאקדאון.

צו זייער סורפרייז איז געקומען א שליחות פון פרעזידענט דירעקט אז א מיליטערישער זשעט זאל זיי נעמען דירעקט קיין ענדרוס עירפאורס באזע אין וואשינגטאן די סי.

3:00- עיר פאורס וואן לאנדעט ביים "אפפאט עירפאורס באזע" אין אמאהא, נעבראסקע, ווי עס געפינט זיך דער הויפט אונטערערדישן סטראטעגישען קאמענד צענטער.






תיכף ביים לאנדן האט זיך שוין אנגעזעהן די ערענסטקייט פונעם סיטואציע, ווען אויף אלע ווינקלען זענען געווען סטאנציאנירט באוואפענטע ציל שיסער און דער גאנצער סוויטע איז גענימען געווארן אין עקסטרעמע איילעניש צו א קליינע בודקע אין צענטער פונעם באזע, וואס די אינהאלט פון דעם בודקע איז מער ווייניגער אן עלעוועיטער שעף וואס פירט אראפ צום סטראטעגישן קאמענד צענטער, 40 פוס אונטערן ערד.






[/image]
דאן איז דער קליקע נאכמער איינגעצויגן געווארן ווען א באפעל איז געקומען אז יעדער אויסער דעם פרעזידענט אינערליכע צירקל מוז בלייבן אויבן.

דער איינצעלנער מיטרייזענדע עי. פי. רעפארטער האט אויפגעהויבן א פראטעסט היתכן די אפיציעלע "נוקליער בונקער פול" קאוד פארלאנגט איר צו מיטפארן אין בונקער, אויף וואס די אנטווארט איז געקומען אז דער פרעזידענט פארט אראפ צו א 'נאציאנאלע זיכערהייט' אסיפה, צו וואס קיינער קען נישט מיטקומען.

דער פרעזידענט איז דאן אראפ אינעם ספעציעלן פארזיכערטן בונקער פון די מיליטער'ס סטראטעגישן קאמענד און זיך פארבינדן דורך א סעקיור קאנעקשאן מיט די ארמיי הויפטקווארטירן אין מערילענד און אין וואשינגטאן און מיט די ווייסע הויז סיטואציע צימער ווי וויצע פרעזידענט טשעיני און די איבעריגע אדמיניסטראציע הויפטן זענען געווען פארזאמעלט.


במשך די קומענדיגע 2 שעה האבן די באאמטע איבערגעגעבן פארן פרעזידענט א ראן דאון פונעם טאג און די פלענער פון האלטן דאס לאנד פארזיכערט פאר די יעצטיגע צייט.

דער פרעזידענט האט זיך אויך פארבינדן מיט ניו יארק סיטי מעיאר רודי זשוליאני און גאווערנער פאטאקי צו דערלאנגען פעדעראלע הילף.

א ספעציעלע נאציאנאלע זיכערהייט ווידיא קאנפערענץ איז דאן אפגעהאלטן געווארן מיטן פרעזידענט אין אמאהא און די נאציאנאלע זיכערהייט שטאב און די סי איי עי הויפטן אין וואשינגטאן די סי.


דער פרעזידענט האט פארגעלייגט פארן סי איי עי דירעקטאר 'זשארזש קענעט' די ברענדיגע פראגע אויף יעדעמס געדאנק: ווער האט דאס געטוהן?!

מר. קענעט האט געענטפערט שטייף: "מיין האר, מיר גלויבן אז דאס איז אל קאידא"! צולייגנדיג: "אונזערע אפשאצונגען זענען ווייטער טעטיג, אבער עס זעהט אויס, עס שפירט, און עס שמעקט פון אל קאידא".

דריקנדיג פאר די באווייזן האט דער דירעקטאר אויפגעדעקט פאר די אנוועזנדע די הויפט פאדעם זייערע וואס איז געווען א טעלעפאון קאול פון א פליה מאנשאפט מיטגליד אויף אמעריקאן עירליינס פלייט 11 צום לופטליניע, ווי זי האט תיכף ביים היידזשעקינג איבערגעגעבן פארן אפיס די זיץ נומערן פון די הייזשעקער. די אינפארמאציע איז דאן איבערגעגעבן געווארן פאר די צענטראלע שפיאנאזש אגענטור וואס אידענטיפיצירט די רייזנדע אלס אל קאידע פארבינדעטע.

דער פרעזידענט האט איינגעשטימט מיט די ס"ה און דירעקטירט די באאמטע אנצוהייבן א נקמה פלאן.

די ווייסע הויז קאמיוניקאציע שטאב, באוואפנט מיט די פרישע קריטישע אינפארמאציע, האט אנגעהויבן צוגרייטן א פרישע סטעיטמענט פונעם פרעזידענט צום פאלק. דער פרעזידענט האט אבער זיך געקשנ'ט אז ער וויל מער נישט רעדן פונדערווייטענס און דער קומענדיגער אויפטריט דארף פאסירן פון ווייסן הויז. זיך אויסדרוקנדיג מיט א קענטיגע גרימאס: "ווילאנג וועלן די טעראריסטן מיר דא האלטן אראפגעבינדן".

דאן איז באשלאסן געווארן אז די סיטואציע אין וואשינגטאן די. סי. איז גענוג סעיף, און די סיקרעט סערוויס האט געגעבן דעם גרינע ליכט פארן פרעזידענט זיך אומצוקערן.

5:00- האט דער פרעזידענט מיטן פמליא געמאכט דעם וועג צוריק ארויס פון בונקער, ארויף צום עיר פאורס וואן אהיימצופארן קיין וואשינגטאן, ווי א צעשאקעלטע רעגירונג ווארט שוין אומגעדולדיג פארן פרעזידענטס קאמענד.

די F-16 פליגער האבן ווידעראמאל אנגענימען זייער קאמבאט פאזיציעס און זיך געהויבן אינאיינעם מיטן עירפאורס וואן, פליענדיג פאראלעל הארט דערנעבן דורכאויס דעם גאנצן וועג.


זייענדיג אין די לופטן האט דער פרעזידענט געכאפט א שפאציר ארום דעם פליגער הערן די רעאקציעס פון די מיטרייזענדע איבער דעם שרעקעדיגן טאג. ביים הינטערשטן חלק פליגער זענען געזיצן די ענגע צאל פרעסע לייט און דער ווייסער הויז פאטאגראפירער 'דאג מילס' האט געווארפן א קאמאנטאר צום -שוין אזוי אויך אנגעצויגענער- פרעזידענט: "א שווערער טאג, הא?" אויף וואס מר. בוש האט רעאגירט מיט אויפבלאזן זיינע באקן און געענטפערט: "אבער קיין שום באנדיט וועט אונזער לאנד נישט אראפברענגען".

דער אנוועזנדער עי. פי. רעפארטער האט זיך גענימען טייפן דעם קאמאנטאר, זיך גרייטנדיג דאס צו פארשפרייטן, אבער ווי נאר מר. בוש האט געהערט דאס קלאפן אויפן קיבאורד האט ער זיך געגעבן א דריי אויס: "העי, אףף די רעקארד". הויפטזעכליך וועלנדיג ניצן דעם ליניע פערזענליך אין זיין שפעטערדיגע רעדע צום פאלק.

זייענדיג נאך אין די לופטן האבן די רייזענדע נאך עספיעט מיטצוהאלטן אויף די סקרינס לעבעדיג דער לעצטער מכה בפטיש פונעם טאג, ווי דער צווייטער ווארלד טרעיד צענטער שמעטערט אראפ צו דער ערד, איבערלאזנדיג אש און פארך, פון וואס די אנוועזנדע האבן זיך נישט געקענט גלייבן די אייגענע אויגן.

6:00- עיר פאורס וואן מיטן פרעזידענט און זיין סוויטע לאנדעט אין ענדרוס עירפאורס באזע אין וואשינגטאן די. סי. ווי די כאאס איז מערקבאר אין יעדן ווינקל.



שארף שיסער אויף אלע דעכער ארום, גאנצעטע געביידעס עוועקואירט, ווייסע הויז אונטער לאקדאון, און צענדליגער פאליצייאישע אויטאס מארשירן ארויף און אראפ פענסילוועניע עוועניו, אפשטעלנדיג יעדע מינדעסטע פארדעכטיגטער.

דער פרעזידענט איז דאן גענימען געווארן פון עיר פאורס צום דערנעבנדן ווארטנדן עיר פאורס העליקאפטער, פליענדיג צום ווייסן הויז אונטער א גאר שווערע וואך דורכאויס די קורצע רייזע.

אנקומענדיג אין ווייסן הויז איז דער פרעזידענט אריין גלייך צום אוועל אפיס, ווי ער האט זיך אראפגעזעצט מיט זיינע נאענטסטע געהילפן און ווייסע הויז קאמיוניקאציע באאמטע צו אפשרייבן דעם היסטארישן רעדע צו די אמעריקאנער פאלק וואס ער גרייט זיך מאמענטאל צו דערלאנגען פונעם אוועל אפיס.

מ'האט געשריבן און געמעקט, פארגעשלאגן און אפגעשלאגן, צב"ש די קאמיוניקאציע געהילפן האבן געוואלט דער פרעזידענט זאל דערקלערן א "דעקלעראציע פון מלחמה" אנטקעגן די טעראריסטן, אבער בוש האט זיך געאייסערט אז דאס אמעריקאנע פאלק איז גענוג צושאקעלט אויפן מאמענט און כעת איז וויכטיג בלויז צו פארזיכערן דעם ציבור אן איבעריגע שרעקעדיגע ווערטער..


ממש בעפאר די רעדע האט דער פרעזידענט באשלאסן אריינצושטיפן די -שוין היינט באקאנטע- ליניע: "מיר וועלן נישט מאכן קיין שום פונאדערשייד צווישן די טעראריסטן זעלבסט, און די וואס האדעווען זיי".

8:30- עס איז שוין געווען ביים זון אונטערגאנג ווען דער פרעזידענט איז ערשינען אויף די טעלעוויזיעס דורכאויסן לאנד, ווי א רעקארד 80 מיליאן אמעריקאנער זענען געווען צוגעשמידט צום סקרין, הערנדיג דעם קאמענדער-און-טשיעף רעדן צו זיי דאס ערשטע מאל פונעם אוועל אפיס, זינט די שרעקליכע אטאקעס באלד 12 שעה בעפאר.



דער ווייסע הויז שטאב, ביינאזאם מיט די העכסטע באאמטע אינערהאלבן אדמיניסטראציע, האבן מיטגעהאלטן דעם גאנצן רעדע פונעם אונטערערדישן ווייסע הויז סיטואציע צימער


דער פרעזידענט האט אנגעהויבן מיט א גאר ערענסטע שטימע: "מיינע פעלאו סיטיזענס, היינט איז אונזער וועג פון לעבן, אונזער פרייהייט זעלבסט, געקומען אונטער אטאקע אין א סעריע געצילטע און טויטליכע טעראר אטאקעס".

מר. בוש האט ממשיך געווען מיט טרייסט וואונטשן פאר די משפחות פון די באטראפענע און דאנק ווערטער פאר די העראאישע וואלענטירן, אלגעמיינע בירגער וואס האבן מנדב געווען בלוט, און די פירער ארום די וועלט וואס האבן אויסגעדרוקט סאלאדאריטעט מיט די פאראייניגטע שטאטן.

דער פרעזידענט האט אויסגעפירט זיין קורצע 5 מינוטיגע אדרעס: "טעראר אטאקעס קען שאקלען די יסודות פון אונזערע גרעסטע בנינים, אבער קען נישט צורירן די יסודות פון אונזער פאלק. עס קען צעפיצלען אייזן, אבער קען נישט בייגן די אייזן פון די אמעריקאנער פאלק'ס שטארקייט".

צוענדיגנדיג: "דאס איז א טאג ווען אמעריקאנער פון יעדן סארט פאראייניגן זיך פאר יוסטיץ און שלום. אמעריקא איז בייגעשטאנען שונאים בעפאר, און וועלן דאסמאל טוהן דאס זעלבע. קיינער פון אונז וועט אמאל פארגעסן דעם היינטיגן טאג, ווען צו די זעלבע צייט גייען מיר פאראויס צו פארטיידיגן פרייהייט און אלעס וואס איז און גוט און גערעכט אין די וועלט".

"טענקיו, א גוטע נאכט, און גאד בלעסס אמעריקא".



דאן, נאך עטליכע פארמאלע בילדער פון די פרעסע, כנוסח וואשינגטאן, האט דער פרעזידענט פארלאזט דעם אוועל אפיס, שפאנענדיג מיט זיין סוויטע אראפ צום ווייסן הויז קאמענד צענטער אינעם אונטערערדישן "סיטואציע צימער".

דארט אינעם געפאנצערטן סיטואציע צימער האבן אים שוין אפגעווארט דער וויצע פרעזידענט דיק טשעיני, פארטיידיגונגס סעקרעטאר דאנעלד ראמספעלד, נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער קאנדעליזע רייס, ווייסע הויז דטאב הויפט ענדי קארד, און די איבעריגע באאמטע פון די נאציאנאלע זיכערהייט טיעם.


איבער א טאץ זשאמבא טשאקלעט קוקיס, קרעקערס, און אפילו קאלערדיגע ציקערלעך, איז דער טיעם איבערגעגאנגען די פאסירונגען פונעם טאג, און דער פרעזידענט האט ווידער פארגעלייגט זיין פארלאנג פאר א קלארע 'פלען אוו עקשאן' צו די ערשטע מעגליכקייט, נקמה צו נעמען אין די מייסטער קעפ פון דעם שוידערליכן אקט.

דאן האט דער פרעזידענט פארלאזט דעם וועסט-ווינג געביידע, און געמאכט זיין וועג צום ווייזן הויז רעזידענץ אפטיילונג, ווען ביים טיר האט ער זיך אויסגעדרייט צו די פרעסע מיט איין לעצטע סטעיטמענט פאר די נאכט:

"דער פערל הארבער פון דער 21'סטער סענטרי איז פארגעקומען דעם היינטיגן טאג, מיר גלויבן אז דאס איז 'אסאמא בין לאדין'!".

וואס איז געווען דער פלאן אוו עקשאן? ווער זענען געווען די הויפט שפילער? וויאזוי האט עס דער אמעריקאנער פאלק אויפגענימען? וויאזוי איז געווען די גרייטקייט פונעם אמעריקאנער מיליטער? וויאזוי האבן די אלוועלטליכע פירער רעאגירט? וויאזוי האט מען בלאקירט תיכף ווייטערדיגע ענליכע געפארן? וואס זענען געווען די פאליטישע קאנסעקווענצן?

חלק ג' יבוא אי"ה (אויב מ'וועט זעהן פון די לייקס אז די עולם איז אינטערסירט....).
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

שכח @כאפצעם איז צוריק פונקט אין צייט
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

@כאפצעם גאר אינטערסאנט, שכח פאר אייער ארבעט.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

@כאפצעם ייש"כ!
א לייק איז נישט גענוג!
ווער וויל מנדב זיין א פי.די.עף. ביז אהער?
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

בעל דמיון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:54 pm
@כאפצעם ייש"כ!
א לייק איז נישט גענוג!
ווער וויל מנדב זיין א פי.די.עף. ביז אהער?
יא, א PDF וואלט גוט געווען.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
y2k
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 4:11 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך y2k »

מאסיוו
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@כאפצעם מאסיוו איז א אנדערסטעיטמענט, ס׳קען זיך דאכטן אז די ביסט דארט געווען!!

פליז מאך אונז נישט ווארטן נאך א יאר פאר די נעקסטע חלק…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ער האט דעליווערט מאסיוו!

שכח.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

@כאפצעם שכח.
שרייב נאך
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

טענקס @כאפצעם גאר אינטערעסאנט.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

הערליך שב'הערליך!
אוועטאר
שטופן מיט געוואלד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 3:10 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטופן מיט געוואלד »

ש'כוח כאפצעם!!!!!!!!!!!!!
דו ביזט ממש amazing!!!!!!!!
{כ'האף אבער אז דו רעכענסט צו אלע תגובות צו די לייק'ס און אז דו וועסט אונז נישט לאזן ווארטן אזוי לאנג....}
פליז ווי שנעלער חלק ג'!!! ביטע ס'זאל דיר נישט דורן דריי יאר צו עדיטן!!!!
און נאכאמאל - אלס איינער וואס האט זייער ליב די מינע היסטאריע - א ריזיג'ן ש'כוח!!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כאפצעם, האסט מיר אפירגעברענגט פון מיין זכרון דעם פרעזידענטס רעדע פון יענעם טאג.

ער האט געמאכט אן איינדרוק פון אן אנטשלאסענער באזעסענער פירער
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דובאי
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 05, 2023 6:25 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובאי »

Wow!! שכח גדול! מאסיוו!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: 9/11 מיטן פרעזידענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מעכטיג.

כ'ווארט אויף חלק ג'.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”