Libre Office and other MS Office substitutes
די מנהג איז אנצוהויבן מיט א וויץ, וועל איך מעורר זיין דער עולם וואס גלויבט אז ביל געיטס וויל עכט פארסמ'ן דער וועלט מיט וואקסינן, ממילא האט ער ממציא געווען א פאנדעמיק מיט א וואקסין. ווען דער געיטס וויל טאקע דערגרייכן דער ציל, האט ער א בעסערן עצה. ער זאל אפקויפן אלע פראגראמס וואס דער עולם נוצט און זיי פארוואלגערן פאר איין פראגראם, אז מ'זאל בדרך כלל נישט האבן קיין אפציע. נאך דעם זאל ער מאכן די פראגראם'ס אלע אזוי הינקעדיג און שלעפעריש, מיט זינלאזע באגס און שפרינגערייען אין מיטן, אזש דער וועלט וועט אזוי משוגע ווערן ביז צו באגיין זעלבסטמארד. דאס איז אסאך לייכטער ווי וואקסינן.
יעצט צום פונקט. מייקראסאפט אפיס איז א גרופע פראגראמן וואס באנמעט די געווענדליכע באנוץ פון רוב פראדאקטיווער מענטשן אויף דער אינטרנט. זענען געקומן א גרופע מענטשן און ממציא געווען א פראגראם מיט crowdsourcing אז די ציבור בכללותה זאל צוזאמען ארבעטן און מאכן אן אומזיסטע אפציע אנשטאטס ווינדאוס. דער מערסטע פאפולאר פון די אלע פראגראם'ס הייסט Apache Open Office וואס האט אסאך מעלות און איז גענצליך אומזיסט, לכתחילה ממש.
דא האט מען א לינק ווי מ'קען עס באקומן.
ווי געווענדליך, זענען פארהאנן פארשידענע אישוס, אזוי ווי מיט יעדער סאפטווער פראגראם, און דער עולם ווערט געבעטן צוצולייגן א האנט און אונז אלע אויסלערנן וויאזוי מ'נוצט די פראגראם און איר פיל פיעטשורס.