עס איז געמאכט פון COAL TAR און דא קוקט אויס אז עס איז קארבען וואס איז מער א כמו נאטירליכע זאך אבער לכאורה נישט קיין קארטיזאן
What is the main ingredient in coal tar? Coal Tar is a nearly black, viscous liquid, heavier than water, with a naphthalene-like odor and a sharp burning taste, produced in cooking ovens as a by-product in the manufacture of coke. Crude Coal Tar is composed of 48% hydrocarbons, 42% carbon, and 10% water.
יש בו האט געשריבן:
ס׳העלפט פאר 5 מינוט און נאכדעם קומט עס צוריק ערגער
much much worse
האסט עס פראבירט?
treading it from the inside he makes sense what he says i heard this idea from lot of health ppl and also dr i know a few ppl that did it and they are clean for along time i am starting now i spoke to him he is
משה בארא פארק האט געשריבן:
if any one has an info about things that could help please write it please try to help ppl with this issue
איך האב א נאנטער חבר וואס האט געפערליך געליטן אויף סארייעסיס, ממש דאס לעבן איז אים געווען חרוב, ס’האט אים גערינען און געשווימען פון זיין האנט, ער האט געדארפט ארום בינדען זיין האנט מיט א דיקן האנטוך, און עס טוישן יעדע פאר שעה ווייל ס’האט שוין ארויס געליעקט, געלויבט דער אייבישטער ער האט נאר געליטן אויף די הענט און א משהו אויף די פוס.
ער איז געווען ביי יעדן דאקטער וואס די רעפערל אגענטורן האבן רעקאמענדירט, מ’האט אים געגעבן קארטיזאן קריעם’ס, און פילן, סטערוידס, און וואס נישט, און ווען ס’האט נישט געהאלפן האט מען געגעבן שטערקערע דאזעס, און נאך שטערקערע, אז די פארמאסי האט אים געפרעגט צו דאס איז פאר אן עלעפאנט, ולא נודע כי בא אל קרבנה.
כולם פה אחד האבן געזאגט ר’ איד, איר וועט זיך דארפן צוגעוואוינען צו לעבן מיט דעם, דאס איז נישט א זאך וואס גייט אוועק גיין, גראדע איין דאקטער אין ”ען ווי יו” האט מציע געווען א שאט וואס קאסט 150,000 איין דאז, יא גוט געליינט הונדערט פופציג אלפים, ס’דארף מסתמא צו העלפן, ער האט מסביר געווען אז דאס סורפרעסט אזוי שטארק דעם אימיון סיסטעם אז ס’וועט כמעט זיכער ארבעטן, אבער ער קען נישט זאגן אויף ווי לאנג, ווייל ס’איז נאך א נייע זאך.
די וואך איז נישט פארריבער און מיין חבר איז אריבער געקומען מיט א ריזן טשאקאלעד ארענדזשמענט זיך בעדאנקן פאר דעם איד, ס’איז שוין נישט געווען קיין זכר פון די צרעת, און עד היום שוין צוויי יאר ווייסט ער נישט פון קיין עקזימע, סארייעסיס, וכל שם חניכא דילי’.
ווען די איברים הפנימים האבן נישט די לכלוכית וואס זיי דארפן, קענען זיי נישט פונקציאנירן, אז די לעבער איז טרוקן ווי א פעפער, און ער קען נישט רייניגן די בלוט, איך ווייס נישט צו ער שיקט די מעסעדזש ווייל ער איז ברוגז, שיטת סארנא, צו פשוט ס’איז א פועל יוצא אז די בלוט איז שמיציג איז דאס איינע פון די סייד אפעקטס, ס’איז מיר נישט רעלאוואנט פונקטליך וואס און פארוואס, מיר זאגן דאך יעדן טאג גלו וידוע לפני כסא כבודך, ס’איז מיר גענוג אז דער אייבישטער ווייסט, ס’איז בעסער ווען איך ווייס נישט.
איך קום נישט חלילה זאגן נישט צו פאלגן די דאקטוירים מיט די מומחים, איך פארצייל פשוט א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן פון די נאנט, ואידך פירושא זיל גמור (עיין רש”י פרשת אחרי ”אל ... כדרך ש... פלוני)
הצלחה רבה און א רפואה שלימה בקרוב
אל תמנע טוב מבעליו, אויב איינער האט עקספיריענס מיט דעם לטוב או למוטב לאזט אייך הערן, זאלן אנדערע אידן אויך נהנה זיין.