מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

איך באטראכט די מעגליכקייט פון זיך אריינלייגן צו ארבעטן מיט קינדער אדער בחורים אלץ א פאך. איך זיך אינפארמאציע וועגן דעם ענין. וואס זענען די ארבעט מעגליכקייטן? וואס דארף מען האבן צו אריינגיין אין די ליין? וויאזוי באקומט מען זיך אריין?

ביטע טיילט פון אייער אינפארמאציע און עקספיריענס.

שכח.
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

Which area?
Age?
Which program?
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

zurich האט געשריבן: Which area?
Age?
Which program?

ברוקלין.

איבריגע וויל איך טאקע וויסן. וואספארא פראגראמען זענען דא וכו'.
zurich
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

דאס איז זייער א ברייטע שאלה און כמעט נישט מעגליך צו ענטפערן

א יעדע מוסד איז אנדערש לגבי נעמען ארבעטערס,

און ווי אויך איז דא א געוואלד פון סארטן הילף וואס מקען געבן,

דערנאך קומט די חלק פון פאנדינג וואס א יעדער נוצט אנדערע סארטן,

די בעסטע איז אז די כאפסט א שמיעס מיט איינער וואס טוט עס אין א מוסד ווי די וואלסט געצולט צו ארבעטן און די כאפסט א שמיעס מיט יענעם וואס פארלאנגט זיך אין די פלאץ און צו סאיז דא עפעס וואס די קענסט טון פון דיין זייט צו קענען זיין אפראוואד פאר פאנדינג.
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

ב"ה מיר ארבעטן מיט בחורים א לאנגע צייט שוין, ומלפנים מיט קינדער, מיר וואלטן גערן מסכים געווען ארויסצוהעלפן אבער.....................
די שאלה איז וואס ווילסטו טוהן??????????
קריאה???
סתם לערנען?????
פראפעסינאלע מענטעל הילף???????
OT??????
די ווילסט ווערן א סאשעל ווארקער???????
טוהן אין חינוך פאר אזעלכע מיט יודישקייט פראבלעמען??????
וכו' וכו' די ליסט איז זייער גרויס
הארווי
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:32 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארווי »

I'm sorry for writing in English; I cant type Yiddish. I as a special ED teacher, can help you with lots of information. First of all where are you living
?????There are many programs with different rates
(only in NYC)Special Ed =75
ABA= Between 25-45 depends on experience and education(Nation wide)
Pre voc= 35-45 .Bachelors required (not in NJ)
Comhab=17(not in NJ)
respite=20(not in NJ)
However you can contact me privately. A lot Hatzlacha with your new job.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

ישר כח פאר די וואס האבן גענטפערט.
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

די לעצטיגע פראגרעם HCBS איז א Hot item יעצט, יונגעלייט מאכען זייער שיין מיט די פראגרעם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן: די לעצטיגע פראגרעם HCBS איז א Hot item יעצט, יונגעלייט מאכען זייער שיין מיט די פראגרעם

אפשר קענסטו ברענגן מער דיטעילס
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

וואס עפעס? האט געשריבן:
לאמיר פארשטיין האט געשריבן: די לעצטיגע פראגרעם HCBS איז א Hot item יעצט, יונגעלייט מאכען זייער שיין מיט די פראגרעם

אפשר קענסטו ברענגן מער דיטעילס

דאס איז פראגרעם וואס באצאלט פאר קינדער ביז יארן פין 21 , שעות צו פארברענגען מיט זיי פאר אדער נאך חדר, יונגעלייט דא אין ק''י אויף די פראגרעם מאכען בערך 40-45 א שעה מען קען שיין ענדיגען די וואך דערמיט טאמער איז מען פול
בראקערס זיכען יונגעלייט מיט לעכט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מ'זוכט נישט אינגעלייט כמעט, מ'זוכט נאר אינגעלייט מיט א דעגרי וואס זיי דארפן האבן פאר יעדע גרופע פון עטליכע אינגעלייט. אין דעם איז דא א שרעקליכע מאנגל.

בכלל איז שווער צו גלייבן אז די מעדיקעיד גייט נישט אפשטעלן דעם פראגראם, נאכן זען וויפיל קינדער ווערן דיאגנאזירט און וויפיל דאס קאסט זיי אפ. דאס איז נישט קיין סטעיט עדוקאציע פראגראם, נאר א מעדיקעיד פראגראם פאר עמטליך באגרעניצטע מענטשן וואס ווערט אויסגענוצט. (בכלל זאל מען פרעגן א שאלה)

דאס איז וואס דער פראגראם באדייט:

[left]Home- and Community-Based Services (HCBS) are types of person-centered care delivered in the home and community. A variety of health and human services can be provided. HCBS programs address the needs of people with functional limitations who need assistance with everyday activities, like getting dressed or bathing
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

לאמיר פארשטיין האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
לאמיר פארשטיין האט געשריבן: די לעצטיגע פראגרעם HCBS איז א Hot item יעצט, יונגעלייט מאכען זייער שיין מיט די פראגרעם

אפשר קענסטו ברענגן מער דיטעילס

דאס איז פראגרעם וואס באצאלט פאר קינדער ביז יארן פין 21 , שעות צו פארברענגען מיט זיי פאר אדער נאך חדר, יונגעלייט דא אין ק''י אויף די פראגרעם מאכען בערך 40-45 א שעה מען קען שיין ענדיגען די וואך דערמיט טאמער איז מען פול
בראקערס זיכען יונגעלייט מיט לעכט

ווער שטעלט צו דע פראגראם המספיק? דארף מען א דעגרי פאר דעם?
אוועטאר
Idea
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 08, 2018 1:20 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Idea »

HCBS ווערט צוגעשטעלט דורך אלע היימישע קאמפעניס המספיק'ס אפטיילונג אויף דעם הייסט Comfort health ווערט אויך צוגעשטעלט דורך אלע אנדערע א שטייגער ווי רעים HSC Hand in hand וכו' מען קען מאכן אויף יעדע אזא קינד בערך $3800 א חודש געוואנדען אונטער וועם מען ארבעט (דהיינו וויפיל יענער ציפט אראפ איך מיין דער דריטער וואס איז אינוואלווד נישט די אבערדערמאנטע קא.) זייענדיג שטארק אינוואלד אין די נושא קומט מיר אויך פאר אז די גאווערמענט גייט איין טאג כאפן אז ס'איז מעקסימייזד, הגם צו זיין א קאנדידאט פאר דעם פראגראם דארף מען נישט קיין שטארקע דייעגנאוז, ווייל דער פראגראם איז דירעקט באשאפן געווארן צו פיקסן קליינע פראבלעמען ווען מען איז נאך יונג כדאי צו פארמיידן גרויסע פראבלעמען ווען מען איז גרויס, וואס כידוע יעדע עדאלט וואס ל"ע הייבט אן ליידן אויף די עצבים אין קומט אן אין ריהעב קאסט דאס שווערע שווערע טויזענטער פאר די רעגירונג, אין טאקע וועגן דעם האבן זיי געמאכט די פראגראם, איז נאכאלץ זייער אויפאלנד אז אין די פאר געגענטער איז דא אזויפיל קראנקע,

יעצט בנוגע צו ארבעטן אונטער דעם איז דאס א געוואלדיגע פרנסה, וואס כידוע שפילט דאס א שטארקע ראלע אינעם איצטיגן מלמדים קריזיס פארוואס זאל דער וואס זוכט צו זיין א כלי קודש זיין א מלמד אין מאכן 800 א וואך ווען ער קען ארבעטן פיל גרינגער אין מאכן דאפעלט,

עס קומט מיר פאר אז יעדער וואס האלט נאך עמעזאן אין ביטקאון עפענט יעצט א קאמפעני צו בילן די זאך......

עד כאן פאר יעצט פאר עני שאלות פילט פריי צו פרעגן
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נישטאמת האט געשריבן: דארף מען א דעגרי פאר דעם?

מ'דארף נישט קיין דעגרי, אבער איבער יעדע פאר אינגעלייט דארף זיין א סופערווייזער מיט א *פולע* דעגרי, וואס איז שווער צו טרעפן כעת.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

נישטאמת האט געשריבן:
לאמיר פארשטיין האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
לאמיר פארשטיין האט געשריבן: די לעצטיגע פראגרעם HCBS איז א Hot item יעצט, יונגעלייט מאכען זייער שיין מיט די פראגרעם

אפשר קענסטו ברענגן מער דיטעילס

דאס איז פראגרעם וואס באצאלט פאר קינדער ביז יארן פין 21 , שעות צו פארברענגען מיט זיי פאר אדער נאך חדר, יונגעלייט דא אין ק''י אויף די פראגרעם מאכען בערך 40-45 א שעה מען קען שיין ענדיגען די וואך דערמיט טאמער איז מען פול
בראקערס זיכען יונגעלייט מיט לעכט

ווער שטעלט צו דע פראגראם המספיק? דארף מען א דעגרי פאר דעם?

המספיק, עס האט זיך לעצטענס אריינגעריקט א ניי Organization מיטען נאמען Hand in Hand , אין ק''י מאנסי זענען זיי די גרעסטע שפילערס אין די פראגרעם
מען דארף האבען א Transcript וואס דאס קען מען באקומען פין די ישיבה/ כולל ווי מען האט געלערענט אין Collage
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

שמעתי, אז מ'האט ארעסטירט גוים וועלכע האבן אריינגעגעבן צודרייטע שעות, צום ביישפיל אינמיטן נאכט וכדו', מ'האט געטקרעקט זייער סעלפאון, און פעסטגעשטעלט אז זיי האבן זיך נישט אפגעגעבן אין די צייט מיטן קלייענט
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
לאמיר פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2016 9:56 pm

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר פארשטיין »

אשר מ. האט געשריבן: שמעתי, אז מ'האט ארעסטירט גוים וועלכע האבן אריינגעגעבן צודרייטע שעות, צום ביישפיל אינמיטן נאכט וכדו', מ'האט געטקרעקט זייער סעלפאון, און פעסטגעשטעלט אז זיי האבן זיך נישט אפגעגעבן אין די צייט מיטן קלייענט

אויך געהערט דערוועגען אבער דאס איז געווען אויף א אלטע קעיס און נישט פון די פראגרעם נאר פון OPWDD
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יענץ איז נישט געווען OPWDD נאר אירלי אינטערווענשען, און יענע האבן געטון אזעלכע צודר.... זאכן ווי בילן ביז 2-3 פארטאגס (מען רעדט דא פון אירלי ענטערווענשען, 4-5 יעריגע קינדער!), בילן יעדע איינציגע טאג פון יאר, און נאך אזעלכע זאכן. איינער אין די סיטי האט באמערקט די מאדנע בילינג פעטערן און האט דאס ריפערט צו די סיטי דעפארטמענט אף אינוועסטיגעישאנס, וועלכע האט דאס ריפערט צו די FBI (היות מעדיקעיד איז טיילווייז פעדעראל), און די רעשט איז היסטאריע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

כ'זעה אז דא איז דא אן ערנסטע צומישעניש אין די נושא פון קעיר מענעדזשמענט און HCBS, וועל איך פרובירן עס קלארצושטעלן אביסל.

קעיר מענעדזשמענט מיינט אז די עלטערן באקומען איינער וואס זאל זיי ארויסהעלפן מיט עדווייס, גיידענס וכדומה.
דערנאך איז דא HCBS,וואס שטעלט צו וואן אן וואן סערוויסעס ארויסצוהעלפן מיט קינד ווי אויסלערנען סאושעל סקילס, ארויסנעמען פון שטוב צו געבן פאר'ן קינד אדער די עלטערן א ברעיק וכדומה, וואס יעדער וואס האט קעיר מענעדזשמענט איז 'מעגליך' עלידזשעבל דערצו. דער קעיר מענעדזשער מאכט א געוויסע אסעסמענט (LOC) וואס איז מחליט אויב יענער איז עלידזשעבל,און אויב איז ער עלידזשעבל קען ער באקומען די סערוויסעס.

מען קען נישט האבן HCBS אן קעיר מענעדזשמענט (עכ"פ אין מענטל העלטה, מעגליך אז OPWDD איז אנדערש).

אמאל פלעגט קעיר מענעדזשמענט און HCBS נאר זיין אוועילעבל פאר OPWDD (מענטשן מיט באגרעניצונגען). עטליכע יאר צוריק אבער האט די סטעיט איינגעזעהן אז עס וועט זיי לוינען צוצושטעלן די סערוויסעס פאר קינדער מיט פלעינע מענטל העלטה פראבלעמען (ענקזייעטי, דעפרעשאן וכדומה) כדי זיי צוהעלפן איבערקומען און ארויסקריכן פון די פראבלעמען,ווייל אויב מען נעמט נישט קעיר דערפון ווען זיי זענען יונג קאסט דאס שפעטער פיל מער פאר תפיסות, שפיטעלער און אינסטיטושענס.

סאו יא, די סערוויס איז אויך פאר קינדער מיט קלענערע, היילבארע פראבלעמען, און ניין, ס'איז נישט געמאכט פאר עדזשוקעישאן. פאר דעם איז דא P3.

די נאמען פון די מענטל העלטה קעיר מענעדזשמענט פראגראם איז health home, און יעדע געגנט איבער ניו יארק סטעיט האט א צווייטע העלטה האום אונטערוואס אלע קעיר מענעדזשמענט אגענטורן זענען אונטערגעווארפן. CCF (Collaborative for Children and Families) איז די העלטה האום פאראנטווארטליך פאר ניו יארק סיטי. אין אנדערע ווערטער, זיי זענען די צענטראלע קעיר מענעדזשמענט אגענטור אונטער וועלכע אלע קעיר מענעדזשמענט אגענטורן אין די סיטי ארבעטן.
comfort health איז המספיק'ס קעיר מענעדזשמענט אגענטור פאר העלטה האום (אזוי הייסט די קעיר מענעדזשמענט פראגראם פאר פלעינע מענטל העלטה, נישט OPWDD). די HCBS סערוויסעס גייען דורך המספיק דירעקט.
כ'מיין אז Hand in Hand און רעים האבן יא ביידע סערוויסעס אונטער די זעלבע נאמען/אפטיילונג.

יעצט בנוגע דעגריס איז אזוי: צו זיין א קעיר מענעדזשערדארף מען א בעטשעלערס דעגרי (120 קרעדיטס), אבער א ישיבה דעגרי (נישט היי סקול דיפלאמע נאר א דעגרי פון א ישיבה וואס איז א קאלעדזש) איז גענוג פאר דעם.
יעדער קעיר מענעדזשער קען נאך האבן א באגרעניצטע צאל קינדער אונטער זיין אויפזיכט, און דעריבער דארף מען האבן אסאך מענטשן מיט דעגריס.

פאר טייל HCBS סערוויסעס (ComHab, Respite) דארף מען נישט קיין דעגרי, און פאר טייל (CFSS, CATS) דארף מען יא. שטייצעך אז מען צאלט מער פאר די סערוויסעס פאר וואס מען דארף א דעגרי. און אויך דא איז גענוג א ישיבה דעגרי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5023
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע:איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

Re: מעגליכקייטן צו ארבעטן מיט קינדער/בחורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יצחק אייזיק האט געשריבן: בכלל איז שווער צו גלייבן אז די מעדיקעיד גייט נישט אפשטעלן דעם פראגראם, נאכן זען וויפיל קינדער ווערן דיאגנאזירט און וויפיל דאס קאסט זיי אפ. דאס איז נישט קיין סטעיט עדוקאציע פראגראם, נאר א מעדיקעיד פראגראם פאר עמטליך באגרעניצטע מענטשן וואס ווערט אויסגענוצט. (בכלל זאל מען פרעגן א שאלה)

דאס איז וואס דער פראגראם באדייט:

[left]Home- and Community-Based Services (HCBS) are types of person-centered care delivered in the home and community. A variety of health and human services can be provided. HCBS programs address the needs of people with functional limitations who need assistance with everyday activities, like getting dressed or bathing

ווי געזאגט איז HCBS בפירוש אויך פאר מענטשן מיט פראבלעמען ווי ענקזייעטי, דעפרעשאן וכדומה.

אבער איר זענט גערעכט מיט דעם אז מעדיקעיד וועט ווארשיינליך שניידן. פאקטיש האט שוין יונייטעד העלטקעיר (וועלכע איז באקאנט ארויסצואווארפן פון זייער נעטווארק דאקטוירים וועלכע האבן אסאך פאציענטן) געמאלדן אז אנגעהויבן יאנואר 1 וועלן זיי מער נישט דעקן HCBS דורך איינס פון די היימישע אגענטורן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.