וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5506
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

גלות איד האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע דיין אז מ'מעג רופן 311 כדי צו קענען פארקן דא יעצט און מכאן ולהבא. און דאס הייסט נישט קיין מסירה נאר עביד איניש דינא לנפשיה. ווייל בעצם מעג איך דא פארקן און איך באקום הילף פון די פאליציי צו קענען פארקן דא מכאן ולהבא. אנדערש ווי ביי מסירה וואס מ'רעדט ווען איך האב א תביעת ממון וואס יענער איז מיר שולדוג וכדומה.

פרעג אים איבער ווייל האסט מסתמא נישט גוט געהערט.

אויב איז דא א צד ספק אז ער גייט באקומען א קנס איז עס אסאך הארבער ווי רופן א חבר פאר א תביעת ממון. א תביעות ממון איז נאר דא די איסור פון ערכאות, באופן פון א קנס איז ריין מסירה.

איך האב קלאר געהערט דעם פסק הלכה פון א חשוב'ע דיין מוסמך. היות ווי יענער שטערט מיר פון גיין דארט פארקן אויף א פלאץ וואס איך בין בארעכטיגט אלץ עביד איניש דינא לנפשיה מעג מען אלעס טוהן אנצוקמען דארט. אפילו אויב דאס וועט יענעם ברענגן א קנס און א הפסד ממון.

אושפיזין האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע דיין אז מ'מעג רופן 311 כדי צו קענען פארקן דא יעצט און מכאן ולהבא. און דאס הייסט נישט קיין מסירה נאר עביד איניש דינא לנפשיה. ווייל בעצם מעג איך דא פארקן און איך באקום הילף פון די פאליציי צו קענען פארקן דא מכאן ולהבא. אנדערש ווי ביי מסירה וואס מ'רעדט ווען איך האב א תביעת ממון וואס יענער איז מיר שולדוג וכדומה.

וואלט געווען גוט אז דו שרייבסט די נאמען פונעם דיין, קענסט העלפן אסאך אידן

איך שרייב להדיא נישט די נאמען ווייל איך ברענג נאך דא קלאר די סברא, יעדער קען איבער שמועסן די סברא מיט זיין דיין.

דיין סברא וואס די שרייבסט אז עביד איניש דינא לנפשיה איז אינטרעסאנט ווייל
רמא חושן משפט ד האט געשריבן: ודוקא הוא בעצמו יכול למעבד דינא לנפשיה אבל אסור לעשות ע"י העכו"ם (ת"ה סי' ש"ד) ומיהו אם עבר ועשה ע"י השרים אם לא היה יכול להציל שלא בענין אחר מה שעשה עשוי (ע' במהרי"ק שורש קס"א)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בבקשה האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן: איך שרייב להדיא נישט די נאמען ווייל איך ברענג נאך דא קלאר די סברא, יעדער קען איבער שמועסן די סברא מיט זיין דיין.

דיין סברא וואס די שרייבסט אז עביד איניש דינא לנפשיה איז אינטרעסאנט ווייל
רמא חושן משפט ד האט געשריבן: ודוקא הוא בעצמו יכול למעבד דינא לנפשיה אבל אסור לעשות ע"י העכו"ם (ת"ה סי' ש"ד) ומיהו אם עבר ועשה ע"י השרים אם לא היה יכול להציל שלא בענין אחר מה שעשה עשוי (ע' במהרי"ק שורש קס"א)

יאפ, אפענע רמ"א אז דורך א גוי איז נישט שייך קיין דינא לנפשיה.

אפי' דורך א צווייטע איד איז נישט אזוי פשוט אז מ'מעג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

זאגסטו מ'טאר ניטאמאל רופן א חבר צו העלפן שטעכן די רעדער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן: מעג איך ריפען 311?!?!?

אויב גייט ער צוליב דעם באקומען א געלט שטראף איז דאס מוסר ממון חבירו ביד עכו"ם, דאס איז ריין מסירה און דארף א היתר פון א רב.

אפילו סטראשענען צו רופן איז אסור, דאס גייט אריין בגדר אילך ואמסור.

א מיצר לרבים מעג מען מסר'ן. אזוי שטייט אין שו"ע.

קענסט העכסטענס פרעגען א רב צי דאס גייט אריין בגדר מיצר לרבים (לבי אומר לי אז איינער וואס קלעבט אהן יענעמ'ס קארס איז אין די בחינה).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

לפנות בוקר האט געשריבן: ווי קען מען זען אויב די דרייוועי איז לעגאל?

Wow a1 האט געשריבן:
ער האט געלט??? האט געשריבן: אגב, ווילעך שוין לאנג וויסען ווי מ׳קען בודק זיין אויף א דרייוו-וועי צו ס׳איז לעגאל.
עניוואָן?

איך האב ארימגעזיכט, עס איז נישטא,
נישט נאר דעיס, די פאליס האט אויך נישט קיין רעקארד, אויב איינער וואס האט א אמלאגאלע דרייוועי און ריפט די פאליס אויף דיר, גייסטו באקומען א טיקעט, און די אליין דארפסט אויסגעפינען אז עס איז אמלאגאל און עס פייטן.

אויף די DOB וועבסייט קען מען דאס אויפזיכן.
לייגט אריין די בילדינג וואס איר ווילט בודק זיין, סקראולט אראפ, און דריקט "Permits in-process/issued" קוקט אויב עס האט א "Job Type" A3-ALT3 און אויב יא מיינט עס אז עס האט א פערמיט, מאכט אויך זיכער צו קוקן די Expiration date און די Status
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן: א חבר מיינער האט געהאט מיט א שכן, יענער האט געמאכט א כמו גאראדש און פארשטייט זיך געלייגט א נאו פארקינג טווענטי פאר האוער דרייוועי, מיין חבר האט געפארקט דארט און געווארן אנגעקלעבט מיט סטיקערס, ער האט נישט אראפגענומען די סטיקערס און ווײטער געפארקט דארט, למעשה האט אים דער שכן געטראפן און באשריגן מאכסט מיר שאדן געלט וכו'
זאגט אים מיין חבר עס איז נישט קיין דרייוועי און איך האב די זעלבע רעכטן ווי דיר, איך נעם דאס טאקע נישט די ערשטע ספאט אבער אויך דארף איך נישט סוירקלען די גאס צוואנציג מאל..
האט אים יענער געזאגט אז ער האט אלעס געפיילט לעגאל, און ער האט קלאר געפרעגט די אינספעקטאר אויב ער מעג פארמאכן די גאראדש האט אים די אינספעקטאר געזאגט אז עז לאנג ער האט געפיילט לעגאל און ער קומט נאך אלע רעגולאציעס קען ער פארמאכן די גאראדש און ווען ער באשליסט אז ער וויל עס האבן אפן קען ער דאס טון.

איז מיין שאלה ס'איז דא אזא באגריף אדער ער ער איז משקר?

עפעס ווייסעך האט געשריבן: אויף די DOB וועבסייט קען מען דאס אויפזיכן.

האב איך יעצט געטשעקט יענע לאט, ס'האט געפיילט פאר א פערמיט אין 2017 און עקספייערט 2018
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

עפעס ווייסעך האט געשריבן:

די ספעציפישע קאוד איז דאכט זיך פאר סיי וועלכע ארבעט אויפן סיידוואלק, נישט דוקא קורב קאט

און אפילו עס שטייט עקספייערט מיינט נישט אז די דרייוועי האט עקספייערט, נאר אז די פערמיט צו טוהן די ספעציפישע ארבעט האט עקספייערט און אויב וויל מען עס טוהן שפעטער דארף מען פיילן א פרישע פערמיט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

שנאפס האט געשריבן: די ספעציפישע קאוד איז דאכט זיך פאר סיי וועלכע ארבעט אויפן סיידוואלק, נישט דוקא קורב קאט

מעגליך, סיי וויאזוי, קען מען קליקן אויף עס פאר מער אינפארמאציע
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

עפעס ווייסעך האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: די ספעציפישע קאוד איז דאכט זיך פאר סיי וועלכע ארבעט אויפן סיידוואלק, נישט דוקא קורב קאט

און אפילו עס שטייט עקספייערט מיינט נישט אז די דרייוועי האט עקספייערט, נאר אז די פערמיט צו טוהן די ספעציפישע ארבעט האט עקספייערט און אויב וויל מען עס טוהן שפעטער דארף מען פיילן א פרישע פערמיט

מעגליך, סיי וויאזוי, קען מען קליקן אויף עס פאר מער אינפארמאציע

העלפט נישט, מען פיילט דאס נאר אויב די קורב קאט איז די איינציגסטע קאנסטרוקציע וואס דו טוסט, ווען מען בויעט איבער א גאנצע הויז איז עס א חלק פון די גאנצע דזאב

דאס צו טרעפן דארף מען דרוקן אויף דזאבס/פיילינגס, און אינעם פערמיט אויפזוכן צו ער האט אריינגעטשעקט ביי קורב קאט, אויב די פערמיט איז אפראווד מיינט עס אז עס איז לעגאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

פעניאק האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: א חבר מיינער האט געהאט מיט א שכן, יענער האט געמאכט א כמו גאראדש און פארשטייט זיך געלייגט א נאו פארקינג טווענטי פאר האוער דרייוועי, מיין חבר האט געפארקט דארט און געווארן אנגעקלעבט מיט סטיקערס, ער האט נישט אראפגענומען די סטיקערס און ווײטער געפארקט דארט, למעשה האט אים דער שכן געטראפן און באשריגן מאכסט מיר שאדן געלט וכו'
זאגט אים מיין חבר עס איז נישט קיין דרייוועי און איך האב די זעלבע רעכטן ווי דיר, איך נעם דאס טאקע נישט די ערשטע ספאט אבער אויך דארף איך נישט סוירקלען די גאס צוואנציג מאל..
האט אים יענער געזאגט אז ער האט אלעס געפיילט לעגאל, און ער האט קלאר געפרעגט די אינספעקטאר אויב ער מעג פארמאכן די גאראדש האט אים די אינספעקטאר געזאגט אז עז לאנג ער האט געפיילט לעגאל און ער קומט נאך אלע רעגולאציעס קען ער פארמאכן די גאראדש און ווען ער באשליסט אז ער וויל עס האבן אפן קען ער דאס טון.

איז מיין שאלה ס'איז דא אזא באגריף אדער ער ער איז משקר?

כקען נישט אויפהערן לאכן

:lol::lol:

איר קענט אים אפפערן א בעסערע געדאנק, פארוואס זאל ער בלויז רעדן ליגענט? טראג אים אן צו אנ'מקל'ען איינע פון זיינע ב"ב אזוי זאל ער האבן אן אינוואליד אינדערהיים וועט ער קענען באקומען א דיעסעבלד פארקינג...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: א חבר מיינער האט געהאט מיט א שכן, יענער האט געמאכט א כמו גאראדש און פארשטייט זיך געלייגט א נאו פארקינג טווענטי פאר האוער דרייוועי, מיין חבר האט געפארקט דארט און געווארן אנגעקלעבט מיט סטיקערס, ער האט נישט אראפגענומען די סטיקערס און ווײטער געפארקט דארט, למעשה האט אים דער שכן געטראפן און באשריגן מאכסט מיר שאדן געלט וכו'
זאגט אים מיין חבר עס איז נישט קיין דרייוועי און איך האב די זעלבע רעכטן ווי דיר, איך נעם דאס טאקע נישט די ערשטע ספאט אבער אויך דארף איך נישט סוירקלען די גאס צוואנציג מאל..
האט אים יענער געזאגט אז ער האט אלעס געפיילט לעגאל, און ער האט קלאר געפרעגט די אינספעקטאר אויב ער מעג פארמאכן די גאראדש האט אים די אינספעקטאר געזאגט אז עז לאנג ער האט געפיילט לעגאל און ער קומט נאך אלע רעגולאציעס קען ער פארמאכן די גאראדש און ווען ער באשליסט אז ער וויל עס האבן אפן קען ער דאס טון.

איז מיין שאלה ס'איז דא אזא באגריף אדער ער ער איז משקר?

עפעס ווייסעך האט געשריבן: אויף די DOB וועבסייט קען מען דאס אויפזיכן.
לייגט אריין די בילדינג וואס איר ווילט בודק זיין, סקראולט אראפ, און דריקט "Permits in-process/issued" קוקט אויב עס האט א "Job Type" A3-ALT3 און אויב יא מיינט עס אז עס האט א פערמיט, מאכט אויך זיכער צו קוקן די Expiration date און די Status

האב איך יעצט געטשעקט יענע לאט, ס'האט געפיילט פאר א פערמיט אין 2017 און עקספייערט 2018

האב איך יעצט אנגעטראפן די CO, יאפ דער בחור האט א פערמיט פאר א פארקינג אפי' ס'איז פארמאכט

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: א חבר מיינער האט געהאט מיט א שכן, יענער האט געמאכט א כמו גאראדש און פארשטייט זיך געלייגט א נאו פארקינג טווענטי פאר האוער דרייוועי, מיין חבר האט געפארקט דארט און געווארן אנגעקלעבט מיט סטיקערס, ער האט נישט אראפגענומען די סטיקערס און ווײטער געפארקט דארט, למעשה האט אים דער שכן געטראפן און באשריגן מאכסט מיר שאדן געלט וכו'
זאגט אים מיין חבר עס איז נישט קיין דרייוועי און איך האב די זעלבע רעכטן ווי דיר, איך נעם דאס טאקע נישט די ערשטע ספאט אבער אויך דארף איך נישט סוירקלען די גאס צוואנציג מאל..
האט אים יענער געזאגט אז ער האט אלעס געפיילט לעגאל, און ער האט קלאר געפרעגט די אינספעקטאר אויב ער מעג פארמאכן די גאראדש האט אים די אינספעקטאר געזאגט אז עז לאנג ער האט געפיילט לעגאל און ער קומט נאך אלע רעגולאציעס קען ער פארמאכן די גאראדש און ווען ער באשליסט אז ער וויל עס האבן אפן קען ער דאס טון.

איז מיין שאלה ס'איז דא אזא באגריף אדער ער ער איז משקר?

כקען נישט אויפהערן לאכן

:lol::lol:

איר קענט אים אפפערן א בעסערע געדאנק, פארוואס זאל ער בלויז רעדן ליגענט? טראג אים אן צו אנ'מקל'ען איינע פון זיינע ב"ב אזוי זאל ער האבן אן אינוואליד אינדערהיים וועט ער קענען באקומען א דיעסעבלד פארקינג...

קוק מיין פאריגע תגובה, ער איז שוין גארנישט קיין שקרן..
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן: א חבר מיינער האט געהאט מיט א שכן, יענער האט געמאכט א כמו גאראדש און פארשטייט זיך געלייגט א נאו פארקינג טווענטי פאר האוער דרייוועי, מיין חבר האט געפארקט דארט און געווארן אנגעקלעבט מיט סטיקערס, ער האט נישט אראפגענומען די סטיקערס און ווײטער געפארקט דארט, למעשה האט אים דער שכן געטראפן און באשריגן מאכסט מיר שאדן געלט וכו'
זאגט אים מיין חבר עס איז נישט קיין דרייוועי און איך האב די זעלבע רעכטן ווי דיר, איך נעם דאס טאקע נישט די ערשטע ספאט אבער אויך דארף איך נישט סוירקלען די גאס צוואנציג מאל..
האט אים יענער געזאגט אז ער האט אלעס געפיילט לעגאל, און ער האט קלאר געפרעגט די אינספעקטאר אויב ער מעג פארמאכן די גאראדש האט אים די אינספעקטאר געזאגט אז עז לאנג ער האט געפיילט לעגאל און ער קומט נאך אלע רעגולאציעס קען ער פארמאכן די גאראדש און ווען ער באשליסט אז ער וויל עס האבן אפן קען ער דאס טון.

איז מיין שאלה ס'איז דא אזא באגריף אדער ער ער איז משקר?

עפעס ווייסעך האט געשריבן: אויף די DOB וועבסייט קען מען דאס אויפזיכן.
לייגט אריין די בילדינג וואס איר ווילט בודק זיין, סקראולט אראפ, און דריקט "Permits in-process/issued" קוקט אויב עס האט א "Job Type" A3-ALT3 און אויב יא מיינט עס אז עס האט א פערמיט, מאכט אויך זיכער צו קוקן די Expiration date און די Status

האב איך יעצט געטשעקט יענע לאט, ס'האט געפיילט פאר א פערמיט אין 2017 און עקספייערט 2018

האב איך יעצט אנגעטראפן די CO, יאפ דער בחור האט א פערמיט פאר א פארקינג אפי' ס'איז פארמאכט

כמעט ברור ער האט עס פארמאכט אומלעגאל נאכן באקומען דעם סיאו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

ער מעג עס נישט פארמאכן...

וואס קען געשען? למעשה האט ער א פערמיט
חינוך האט געזיגט!
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אז ער האט עס פארמאכט איז נישטא קיין גאראזש. קען זיין אז לכתחילה איז עס געווען לעגאל. ווי אנדערע האבען ערווענט, איז די פערמיט נישט אז די פארקינג ספאט אויף די גאס איז דיינס, נאר אז דא איז א ספאט אריינצוגיין אינעם דרייוועי. אבער אז ער האט עס פארמאכט איז נישטא קיין גאראזש איז די לעגאלע קירב-קאט נישט אינטערעסאנט.
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

לעכטיגער האט געשריבן: אז ער האט עס פארמאכט איז נישטא קיין גאראזש. קען זיין אז לכתחילה איז עס געווען לעגאל. ווי אנדערע האבען ערווענט, איז די פערמיט נישט אז די פארקינג ספאט אויף די גאס איז דיינס, נאר אז דא איז א ספאט אריינצוגיין אינעם דרייוועי. אבער אז ער האט עס פארמאכט איז נישטא קיין גאראזש איז די לעגאלע קירב-קאט נישט אינטערעסאנט.

קארעקט
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

זיין פערמיט איז פאר א קורב קאט צו קענען אריינפארן אין זיין גאראדזש אדער פארקינג, אויב האט ער עס פארמאכט אין ער קען נישט אריינפארן נאר ער פארקט אינדרויסן, קענסטו פונקט אזוי פארקן דארטן….
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

אמר"ש, די גוטסקייט פון געוויסע, אפילו ער האט א דרייוו וועי וועט ער פארקען אויף די גאס אין טאקע נישט ביי זיין ספאט. דאס זענען ספעציעלע גוטע מענטשן.
האב איך אמאל מיטגעהאלטן ווי א שכן איז געגאנגען בעטן אז דו פארקסט אויף די גאס לכה"פ טוה עס פארנט פון דיין פלאץ נישט אויפצונעמען סתם פלעצער. דער איד האט זיך אויסגעלאכט. האט דער שכן נאכגעקוקט און פארשטייט זיך געזען אז די פלאץ איז בכלל נישט לעגאל. דענק איך נישט פונקטליך צו דער איד האט געבלאקט דער דרייוועי און די בעה"ב האט גערופן פאליס אדער ער איז גראד געגאנגען, באדאם ליין, דער איד האט געמוזט פארעכטען די קירב און אלע שכנים האבן הנאה געהאט
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2403
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

צ/ק
די מעשה גייט אז *מנחם היישעריק האט זיך געקויפט א הייזקעלע אינעם עיר התורה והחסד בי פי, און האט דערביי אריינגעשטאכן א מעסער אין זיין בילקע נישט לאזנדיג קיינעם פארקירן און פארנט פון זיין געביידל, צו ס׳געפעלטעך יא צו ס׳געפעלט מיך אויך, און ווען די קומסט צוריק פון א מאנדראו חתונה 2 ביינאכט, לייג צו צום סקעדזשאל א שעה צוויי ביז די טרעפסט א שטיקל קרקע וואס עפעס א נערישע בהמה האט דערווייל נאכנישט באגנב׳ט פונעם רבים.
א שיינע מעשה?!

(*נאמען קרעדיט: חיים זאב עלנבויגן ״די וואך שריפט.״ די נאמען איז מיר געפאלן)
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

עפעס ווייסעך האט געשריבן: אויף די DOB וועבסייט קען מען דאס אויפזיכן.
לייגט אריין די בילדינג וואס איר ווילט בודק זיין, סקראולט אראפ, און דריקט "Permits in-process/issued" קוקט אויב עס האט א "Job Type" A3-ALT3 און אויב יא מיינט עס אז עס האט א פערמיט, מאכט אויך זיכער צו קוקן די Expiration date און די Status

ער בעט מיך זייער פיל אינפארמאציע וואס כ'ווייס נישט, Block number, Lot number ווי אזוי ווער איך געוואר/געב איך זיך אן עצה ?
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

טוט זיך...? האט געשריבן: ער בעט מיך זייער פיל אינפארמאציע וואס כ'ווייס נישט, Block number, Lot number ווי אזוי ווער איך געוואר/געב איך זיך אן עצה ?

מדארף נישט אלעס אריינלייגן, פיל אויס בלויז איין שורה. (וועלכע דו ווילסט)
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

עפעס ווייסעך האט געשריבן:
טוט זיך...? האט געשריבן: ער בעט מיך זייער פיל אינפארמאציע וואס כ'ווייס נישט, Block number, Lot number ווי אזוי ווער איך געוואר/געב איך זיך אן עצה ?

מדארף נישט אלעס אריינלייגן, פיל אויס בלויז איין שורה. (וועלכע דו ווילסט)

האמיר אזוי געטון און ס'קומט ארויף א פאפ-אפ Please select a valid borough before continuing.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: וואס איז די מעשה מיט איליגעל דרייוו-וועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

סא סעלעקט די בארא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

וויאזוי ערלויבן זיך אידן צו מאכן אומלעגאלע דרייוועיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אסאך טינט אין אשכולות זענן שוין געשריבן געווארן דא איבער די הייסע נושא,

אבער לעצטענס איז עס ממש ארויס פין אלע גבולים ממש יעדע נייע הויז קומט מיט א דרייוועי וואס איז ע"פ רוב נישט לעגאל,
און דאס מאכט דאס טרעפן פארקינג א גיהנום,

ווילעך וויסן מיט וואסערע רעכט בארעכטיגן זיך גאטפארכטיגע אידן דאס צו טוען,
פארוואס הייסט דאס נישט גזילת רבים?
וואס איז דאס אנדערש פין ארויסבויען א עקסטענטשאן אויפן סיידוואלק?
וויאזוי זענן אידן אזוי סעלפיש?

זאלן ביטע די בעלי הדרייוועיס אריינקומען מסביר זיין פארוואס זיי שטעכן אריין א גאפל אינעם בילקע,

און אפשר האבן זיי א גערעכטע טענה,
צו מן התורה צו ע"פ דינא מלכיתא.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”