די פערטע אפציע פון לאז געמאכט איז שיקן א געווענליכע אימעיל דורך OE למשל און עס פרינט זיך ארויס צו יענעמס פעקס.
למשל איין אזא קאמפאני וואס איך נוץ איזhttp://WWW.MYFAX.COMעס איז דא פארשידענע פלענס פון 10 דאלאר א חודש און העכער געוואנדן וויפיל פעקסעס מען שיקט און באקומט. איך האב א לאקאל נומבער וואס שרייבט זיך אויף ביים שיקן, און צו דעם נומבער קען איך אויך באקומען פעקסעס.
ווען איך וויל שיקן א פעקס, שיק איך א געהעריגע אימעיל און איך שטעל אריין יענעמס פעקס נומבער אזוי:[email protected]איך קען אטטעטשן א פדף וכדומה און אלעס פרינט זיך ארויס פון יענעמס פעקס כאילו לא היה.
און ווען איך באקום א פעקס, קומט אן א אימעיל מעסעזש אז איך האב ערהאלטן א פעקס. גיי איך אריין אין מיין אקאונט דארטן און איך עפען עס אלס פדף. אז איך וויל פרינט איך ארויס מיטן פרינטער.