אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אלעס פאר שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה זיידע מיט אלע קינדער און אייניקלך
פלעטצר- זמירות - סדר היום - דרשות - גראמען - תורות - ענינים- און נאך

ווער עס האט עפעס זאל עס דא ארויף לייגען
תזכו למצוות
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לעצט פארראכטן דורך Ban Mazel אום דינסטאג מאי 03, 2022 3:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

ווענט זיך פאר וועם
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

וואס הייסט? סקאסט צא סאך? סאיז נישט ווערד? סאיז נישט קיין וואקאציע? מען צוקריגט זיך נאכדעם? קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם ? מסביר'ט אויב סאיז שייך
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

טשעירמאן האט געשריבן:
abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

וואס הייסט? סקאסט צא סאך? סאיז נישט ווערד? סאיז נישט קיין וואקאציע? מען צוקריגט זיך נאכדעם? קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם ? מסביר'ט אויב סאיז שייך

סקאסט צא סאך? יא
סאיז נישט ווערד?נײן
סאיז נישט קיין וואקאציע?נײן
מען צוקריגט זיך נאכדעם? (געװענדליך אײנער מיטן שװיגער אײנער מיטן קעכער אײנער מיטן מגלח װעים מ׳האט געברענגט אלס משגיח תמידי אײנער מיט די האטעל װעגען די צימער װאס זײ האבן אײנער פ״װ מ׳ברענגט קינדער אײנער האט מען געהײסן ברענגען 2 טעיסטער טשאױס פאר מלוה אין א צװײטער 2 אראנדש דזשוס װאס ס׳איז נישט קײן פער דעיל אא״װ)
קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם? מסביר'ט אויב סאיז שייך
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

abeg האט געשריבן:

מען דארף מאכען א עקסטערע אשכול צו עס לוינט זיך, צו נישט
די אשכול איז פאר ווער עס האט פלעטצר- זמירות - סדר היום - דרשות - גראמען - תורות - ענינים- און נאך פארשידנע סחורה וואס קען זיין אינטערסאנט פאר דו עולם וואס האלט אז עס לוינט זיך יא צו מאכען אזא שבת,
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel האט געשריבן:

איך האב געטראפען א אשכול פאר דעם פעלט אויס צו פארן אויף א שבת התוועדות?
Kodak
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kodak »

We made a few times, it was awesome and worth every penny
Say cheese, it's a Kodak film
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4240
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע:אין מיין שיך!

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

דעיס איז אייער מיינאונג - מיין מיינטונג איז אז עס איז יא ווערד
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א סדר היום וואס איך האב באקומען פון איינעם

זמנים וסדר לימי התוועדות של משפחת ..... שיחי'
(☺די ערשטע מאל וואס זיי גייען זיך צושטעלן צו א זייגער)

פרייטאג אינדערפרי ביז מיטאג
דער עולם לאזט זיך ארויס מיט די קארס, באסעס, ווי אויך מיט די פיס מיט אלע קלאפערגעצייג פון די שטאטיש'ע גרעניצן אין א מזל'דיגע שעה, און מ'קומט אן בשעה טובה ומוצלחת קיין...
כלליות'דיגע אנווייזונגען
פאר די געהויבענע התוועדות
ביי יעדע סעודה בעט מען יעדן צוצילייגן א האנט, און במשך די סעודה וועט מען אי"ה זינגען פאסיגע נגינים, און מ'וועט הערן דברי תורה וספורי צדיקים פון די חשובע ברודערס און שוואגערס, מ'בעט די עזרת נשים אז בשעת מען זאגט דברי תורה זאל מען זיך האלטן שטיל, כדי יעדער זאל הנאה האבן.

פלעצער אינעם ריזיגן קאמפלעקס:
נישט פארמישן יעדע פלאץ האט זיין באנוץ
1.עס איז צוגעשעלט געווארן א באזונדערע גרויסע פלאץ פאר א סמאוקינ"ג ערי"ע אונטער די הערליכע לבנה (עס ווערט צוגעשטעלט לבנה פאר יעדעם)
2.עס איז צוגעשעטלט הערליכע שלאף שטיבער פאר יעדע משפחה, מען בעט דעם חשוב'ן עולם נישט צו לאזן שמוציג מיט עסנווארג
3.דער ביהמ"ד וועט אויך דינען אלס שבת שטוב פאר די סעודות ומסיבות וקידושא רבא. ווי אויך פאר אלע באטייליגטע מתמידים וואס ניצן אויס יעדע רגע פאר לימוד התורה.
4.א שיינע לאבי מיט קאוטשע'ס פאר אלע זמנים וואס מ'פארברענגט אין האטעל
5.שפיל פלאץ פאר קינדער
6.שפיל פלאץ פאר ערוואקסענע (די געוועזענע קינדער)
7.די וואס ווילן לערנען וועלן מיט א רואיגקייט קענען לערנען אין ביהמ"ד אום געשטערט
די גאנצע צייט וואס מען געפינט זיך ........ וועט האפענטליך בעזהשי"ת זיין צוגשעטעלט לייכטע איבערבייס מיט קאווע, און יעדער וועט אי"ה פארברענגן, לויט זיין געשמאק
3:00פרייטאג נאכמיטאג שלאפן גיין (נעגל וואסער נישט וויכטיג) די קינדער וואס שלאפן נישט זאלן זיך נישט דרייען אין די שלאפן ערטער
5:00טועמיה=האפענטליך (ביזן זמן)
6:50אפברענען די ליכט (מיט די נאסע פיאות) פארעדיגע ליכט (טרעוול ליכט בלע"ז) פארגעשלאגן
7:01זמן הדלקת הנירות (קיין בעל וועט נישט בלאזן, יעדער קען פאר זיך בלאזן – ביטע נישט בלאזן אויף יענעם)

7:30וועט אונזער חשובע זיידע דער ראש המשפחה פארלערנען חומש רש"י אין ביהמ"ד (עס וועט אויפברענגן די נאסטלאגישע זכרונות ווי אונזערע עלטער זיידעס פלעגען לערנען אין ישיבה)

7:46מנחה דורך א חשובער בעל תפלה שליט"א
8:10א געשמאקע קבלת שבת דורך א אויסגערופענער חזן פון משפחת "......." (בלויז 2 ניגונים וועט געזונגען ווערן ביי לכה דודי, כאטש מען ליינט די וואך פר' זכור)
9:05בערך מעמד שלו' עליכם

האלט אייך געשפאנט א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט ביי די סעודה
מען בעט יעדער זאל זיך האלטן צום פראגראם
עסן \ דברי תורה \ דרשה \ זמירות \ און אינטערסאנטע שמועסן
הערליכע ענינים וואס ברויכן אויסגעשמועסט צו ווערן
להרבות פעלים לתורה וליהדות

נאכן בענטשן וועט פארקומען א באטע פאר די וואס זענען נישט איינגעשלאפן ביי די פיש
ווי מ'וועט פארברענגן מיט געשמאקע נגינה און ספורי צדיקים
8:30וועט דער משמש ארום גיין וועקן (מיט דעם האמער- אזוי ווי אין די אלטע-היים) אויף די טירן, [ווער עס וויל נישט אויפשטיין דורך בלויז א לייכטע קלאפ נאר דורך......זאל זיך מעלדן צום אונטער שמש הרב ..... ווער עס וויל אויפשטיין פריער זאל זיך מעלדן צום יונגסטן פעטער]
8:30חברה תהילים אין עס זאל דורך דעם באקאנטן מנהל חברה תהילים ...... עס וועט פארקומען א הגרלה אויף גלילה נאך חברה תהילים – "קינדער מאכטס ענק גרייט"
9:08סוף זמן קריאת שמע
9:30ברכות מנין א'
9:31ברכות מנין ב'
9:45ידיד נפש דורך א ווארימער בעל תפלה________________________
שחרית דורך א וועלט בארימטע חזן פון משמפחת החזנים וואס מיר האבן ספעציעל געברענגט פון דערווייטנס הרב ____________________ די קינדער זאלן דאווענען נעבן זייערע טאטעס
מפטיר וועט עולה זיין דער חשובער בר מצוה בחור מו"ה ...... שליט"א – כאטש מען ליינט פר' זכור זאל מען נישט קלאפן מיט די פיס ביז נאכן ליינען– די ווייבער שול וועט זיין אפן (נישט ברענגן קיין קערידשס צוליב מאנגל אין פלאץ)
מוסף – וועט זיידי דאווענען צוליב דעם וואס די קומענדיגע וואך געפאלט די יארצייט פון ...... זיידי ע"ה
קידושא רבא איז אנגעגרייט לכבוד די נייע הוט (מיר האפן אז עס וועט זיין מילכיגס, און באגלייט מיט פרויען און מענער ברוינפן,) ובצפיותינו צפינו צוגעשטעלט דורך יעדער וועט אויך טרינקן א לחיים לכבוד מושי פון לאנדאן וואס האלט מיט פון דערווייטענס.
די סעודה (שוין מיט די טיש בעקיטשע) א נייע און פרישע פראגראם יעדער איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די גאנצע פראגראם מ'בעט יעדן איינעם מיטצוזינגן און אויסהערן די דברי תורה.

נאך די סעודה
די קינדער זאלן זיך נישט נישט דרייען אין די שלאפן עריע בשעת'ן שלאפן נאר פארברענגן רואיג צווישן זיך, עס וועט זיין צוגעשטעלט א גאנצן נאכמיטג אנבייס מיט מעלאנ"ע [שבת אויב'ס – ווי מען האט עס אמאל גערופן]

5:00וועט פארקומען א העכסט אינטערסאנטע קינדער פראגראם אנגעפירט דורך דער חשובער מלמד פון כתה א' מיט די הילף פון...
6:00אבות ובנים מ'וועט לערנען צוזאמען טאטעס מיט קינדער, ווי עס וועט נאכאמאל פארקומען די גלילה גורל פאר מנחה.
7:00פרקי אבות פאר מענער וועט פארקומען דורך דעם חשובן מלמד פון ...... שליט"א אין היכל הביהמ"ד
7:00פרקי אבות פאר פרויען דורך אונזער חשובע באבע תחי'
7:35זמן מנחה (מען בעט אז יעדמ'ס פיאות זאל שוין זיין אויף דעמאלטס אויסגעגראד) [די ברעטל איז נאך אפן מען קען זיך נאך מעלדן] ...... א שאַק וועט באטרעפן דעם עולם ווען דער בעל קורא וועט צוגיין, פרטים יבואו
8:00סעודה שלישית דברי תורה וועט געהערט ווערן דורך זיידי שליט"א
די פלאץ פון די פרויען סעודה שלישית וועט געמאלדן ווערן אויף באזונדערע מודעות
מוצש"ק 8:30
8:50הבדלה דורך זיידי שליט"א (זיידי איז קעגן די מנהג פון ווארפן האנטוכער) – גלייך נאך הבדלה וועט מען זיך ארויסלאזן אין א רקידה פון המבדיל , דערנאך קומט א גאר שיינעם פראגראם פון מלוה דמלכה, מיט הערליכע דרשות, און שיינע סיפורים.

מודעה ואזהרה נישט פארגעסן ח"ו צוזאם לייגן דעם טלית
ותוצאותיו מי ישורנה ה"י

10:00וועט זיידי אריינקומען צום גרויסן מלוה דמלכה
ווי עס איז ערווארטעט גאר א רייכער פראגראם,

זמן פון גיין שלאפן יעדער לויט זיין באגער

8:00 וועט דער משמש ארום גיין וועקן (צוליב די מידעקייט פון דעם עולם וועט מען דאס מאל וועקן מיט האק אויף די טירן ),
9:07סוף זמן קרי"ש
9:15מודה אני – כמנהג וותיקין
9:30ידיד נפש
10:15פת שחרית –
11:15ווער עס וויל עסן בלויז שריים פון ערליכע אידן זאל קומען 11:20)
דורך אויס די וואך זאל מען איבער שמועסן (ביי די דראמאטישע, וויכטיגע, זעלטענע, קורצע, פריוואטע, קאנפערענץ קאל'ס) ווי עס וואלט געקענט זיין מער סוקסעפול דער שבת אוועק צו לייגן עס אויף די קומענדיגע געלעגנהייט

נ.ב. בילדער פון דעם שבת וועט זיין צו באקומען אין דער "די וואך, כל העולם כלו, עולם החרדי, משפחה, השבוע, דער בליק, אוצרות, ליכטיגע היים, עונג שבת, ירושלימער אידישע ליכט, דער בלאט, דער איד, די צייטונג (די פרויען בילדער וועט מען צענזורירן) דשורנאל, בולעטין, המספיק גאזעט, קאמיונעטי קאנעקשן, סמארט שאפער'ס, לוח המודעות, לוח יום ביומו, אזויווי איר האט פארפאסט די וואך צו ליינען איינס פון די וויכטיגע אויסגאבעס זעט משלים צו זיין די קומענדיגע וואך נישט צו פארפאסן קיין איינס ח"ו, יעדער ווערט געבעטן צוצולייגן א האנט אויסצורוימען און צוזאם נעמען אלע חפצים עס זאל נישט ליגן בלויז אויף געציילטע אידן

און מיט דעם איז אוועק געלייגט א רייכע שבת
אין די היסטאריע פון אונזער משפחה בעזר השם יתברך

צוריק אין חדר לערנען פלייסיג די הייליגע תורה

יעדער טוט זיך גאר באדאנקען פאר די אלע געשוויסטר וואס האבן אהערגעשטעלט אזא הערליכע שבת, יעדער האט ארויסגענומען זיין טייל אינעם שבת

און מיר אלע וואונטשן פאר אונזער טאטע און מאמע / זיידע און באבע,
אריכת ימים ושנים טובים
מיר זאלן זיך צוזאמען קומען אסאך מאל בלויז אויף שמחות

א גוט געבענטשט יאר וואונטשן מיר זיך אלע געשוויסטער איינע פאר'ן אנדערן פון הארצן טיפן

וואונטשט משפחת .....
פאר משפחת ......
און צו גאנץ כלל ישראל
און פאר אונזערע טאטע מאמע / זיידע באבע
ובפרט צו אונזער עלטער באבע לאורך ימים ושנים טובים
TELTECH
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 3:05 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TELTECH »

פארשטייט זיך אז עסן קויפט מען נאר ביי https://www.shabbosdepot.com/
open advanced hotline - unlimited channels- over 700 features

low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems

1716-227-2222 - [email protected]
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב עס שוין געמאכט מיט מיין משפחה און מ'האט עס זייער ענדזשויט
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שבת משפחה גראם
א גוט שבת. בקול מצהלה,
די גאנצע. משפחה אלע,
חשובע אידן אנשי מעלה,
דעם שבת קודש יתמשך טלא,
השפעות טובות ווערט נתמלא,
יעדנס בקשה ומשאלה,
און מיט א תפלה,
דא מתחילה,
ה' שפתי תפתח ופי יגיד תהלה,
הצלחה פולע,
אויף מיין פעולה,
ווייל אגרא דבי הילולי מלה,
פול מיט גלויבן,
און דערהויבן,
דעם פון אויבן,
טוט מען לויבן,
מזמור שיר ליום השבת טוב להודות,
בשיר חנוכת,
פול מיט גליק איז,
אזא מתיקות,
איך צו-קוק-עס,
אזא שבת פון די שענסטע עבודות,
= אזא חבורה,
זינגט זיך שירה,
די גאנצע משפחה. די גאנצע דירה,
= מיט א שמירה,
אויף די אלטע צורה,
איש וביתו מיט די שבחים אירע,

====אז מנעמט אין אכט,
דעם שבתדיגן פראכט,
מיט א טיעפן בליק א טיעפערן טראכט,
= אין א וועלט פון רוחניות'דיגע טרוקעניש,
יעדן טאג א פרישע אנשיקעניש,
א אידישע משפחה א דערקוויקעניש,
מיט טאטע מאמע וואס אויף די גאס קוקן-ניש,
וואס עס זאגט די גאס מענטשליכע געזעמעלעך,
נאר טון וואס סאיז דער רצון ה' וועל-איך,
אין דעם שטוב אנגעצינדן הייליגע פלעמעליך,
נאר די תורה זאגט דארט אני אמלוך,
וואס פאר די וועלט איז שיין איז פאר אונז פארחורבעט,
אין אידישקייט אין תורה נאר מ'הארעוועט,
מיט מצות איז מען אייביג פאר-פארעוועט,
נאר נחת פון די דורות זעהן נאר-ער-וועט,
===============געשפאנט
====מיט ==== אין די האנט
טעג און שעות נאכאנאנד,
מיט עבודת השם אינטערגעלאנט,
==אוי א בריליארנט א בריליאנט,
פאר נאנטע און ווייטע וואויל באקאנט,
==אוי א בריליארנט וואס ס'שיינט,
א פרייליכן שבת מיר האבן היינט,
-מ'דערמאנט,
ס'איז אינטרעסאנט,
די שטוב אזוי שטארק און קראנט,
צווישן אלע גוטע פריינט,
מיט איר צניעות און פארשטאנד,
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Ban Mazel האט געשריבן: א סדר היום וואס איך האב באקומען פון איינעם

זמנים וסדר לימי התוועדות של משפחת ..... שיחי'
(☺די ערשטע מאל וואס זיי גייען זיך צושטעלן צו א זייגער)

7:01זמן הדלקת הנירות (קיין בעל וועט נישט בלאזן, יעדער קען פאר זיך בלאזן – ביטע נישט בלאזן אויף יענעם)

די בלאזן ליין איז נאך די בעסטע:lol:אלעמאל וועט זיין איינער וואס וועט בלאזן. אבער איך מיין סאיז ווערט די ארבעט\געלט וואס אזא שבת קאסט. די פארגעניגן וואס די עלטערן האבן פין אזא שבת איז ממש ממש
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

זמנים וסדר לכבוד השבת שבת אחים

12:00........פתיחת שערים מיט א שמחה דקדושה און מיט א אויסטערלישע התרגשות
לקראת דעם לאנג ערווארטעטען שבת קודש "שבת אחים"
די אדרעס פאר די GPS איז......

ווי דער חשובער ציבור וועט זיך אויספאקן און זיך ארום קוקען אויף די הערליכע האטעל מיט אירע צוגעהערן.
2:00.......... צובייס-מזונות און קאלטע געטראנקן
3:00........וועט זיין די זמן צו גיין שווימען בעזה"ש פאר מענער (אויב די וועטער וועט ערלויבן) .
4:00.......... פרייטאג נאכמיטאג שלאפן גיין (נעגל וואסער נישט וויכטיג) די קינדער וואס שלאפן נישט זאלן זיך נישט דרייען אין די שלאפן ערטער
5:30........טועמי' חיים זכו א געשמאקע און ווארימע טועמי' און חדר האוכל (ביטע זיך האלטן צו די באשטימטע צייט)
7:52.........זמן הדלקת הנרות

7:52............תפילת מנחה ביים זמן הדלקת הנרות
דורך אונזער חשובער ברודער הר"ר ----------------- שליט"א
דברי פתיחה - פאר קבלת שבת
דורך אונזער חשובער ברודער, הרב ----------------- שליט"א
בענין:די ווארעמע שבת'דיגע געפילן צום געהויבענעם שבת קודש

קבלת שבת
וועט געהרט ווערן דורכען בעל תפילה ממוחה הרב -------------------- שליט"א

פאר כגונא וועט מען זינגען די היילגען ניגון בר יוחי' לכבוד התנא אלוקי ר' שמעון בר יוחאי

סעודת ליל שב"ק חקל תפוחין קדישין

זמירות שירות ותשבחות במשך הסעודה
מען פארברענגט מען שמועסט און מ'זינגט צוזאמען בשבת אחים גם יחד

במשך די סעודה, וועט מען בין גברא לגברא הערן, ספורים און רעיונות..

אכילת הדגים
פי"שר"ת פ'ול י'ראת ש'מים,
דיפ"סר"ת ס'פעציעל ד'עליקאטע פ'יש י'והך

אצינד וועט דער שבת קודש באגריסט ווערן דורך
אונזער געשמאקער ברודער, הרב ------------------ שליט"א
בענין:די געשמאק און די ריוח פון א שבת "שבת אחים"

זמירות: כל מקדש,

דברי תורה מיטן ריכטיגן ברודער'לכע טעם
דורך אונזער חשובער ברודער, הרב -------------- שליט"א
בענין:דער סך הכל וואס מיר לערנען פון אזא אחדות בהשקפת הפרשה

נאכן זיך ווינטשן לחיים טובים ולשלום,
זמירות: מנוחה ושמחה, לעבעדיגע אידישע ניגונים.
מאכלי שבת: יוהך זו"פ, ר"ת פ'יינע ו'וארימע ז'מירות,

זמירות: א לעבעדיגע ניגון, יום שבת קודש הוא,
מאכלי שבת: בשר וכל מטעמים וועט סערווירט ווערן.
זמירות: ניגונים וועלן געזינגען ווערן דורך די פרחי המשפחה בחורי חמד און ילדי תשב"ר

שירות ותשבחות, און א לעבעדיג טענצל לכבוד שבת = ריקודין לכבוד שבת מלכתא

זמירות: יום שבת קודש הוא..

פארן בענטשן וועט מען הערן דברי תורה
פון די חשובע אייניקלעך, אברכים און בחורי חמד שיחי'

זמירות: קה אכסוף נועם שבת
ברכת המזן
דורך אונזער חשובע נעפיו הרב ----------------- שליט"א

מסיבת שבת אחים לכבוד שבת קודש - באטע בלע"ז
זמירות: שירות ותשבחות: שבח... לקל אשר שבת מכל המעשים
זמירות: מה ידידית, צמאה נפשי, ווארימע אידישע ניגונים
ווארימע ניגונים, קה רבון עלם... שירה וזמרה

ספעציעלע טייערע ווערטער, פון אונזער חשובער שוואגער
הרב ----------------- שליט"א.
בענין:אונזער נישט אויסגעוועפטע געפילן פונעם פאריעריגן שבת

סוף זמן קריאת שמע בשעה 8:41
מקוה חמין וקאווע יהי אי''ה לכל הציבור ברווח גדול (ביטע אויספאלגען די אנווייזנגן)
עס איז ציגעגרייט א אוצר הספרים ווי מען וועט זיך קענען צוגרייטן צום דאוונען אזוי ווי א עהרליכע איד - ביטע צירוק לייגען נאכן לערנען אזוי ווי ------- -------זיידי ע"ה פלעגט פארלאנגען
תפלת שחרית בשעה9:30 - מנין ב' 9:31

פסוקי דזמרה
דורך אונזער חשובע ברודער הרב -------- ---------- שליט"א
תפלת שחרית
דורך די וועלט בארימטע חזן הר”ר ---------- ------- שליט''א
תפלת מוסף
דורך אונזער חושבע ברודער הרב י-------------- -------------- שליט"א

קידושא רבה אחר התפילה
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

בשעת די קידוש וועט די עולם הנאה האבן פון א גאר שיינע און געשמאקע שמועס
דורך אונזער חשובע נעפיו הרב ------------- --------- שליט"א

הפסק פון 29 מינוט און 29 סעקונדעס

סעודת יום שבת קודש - עתיקא קדישא
(שוין מיט די טיש בעקיטשע) א נייע און פרישע פראגראם יעדער איז ערווארטעט מיטצוהאלטן די גאנצע פראגראם מ'בעט יעדן איינעם מיטצוזינגן און אויסהערן די דברי תורה.

זמירות שירות ותשבחות במשך הסעודה
מען פארברענגט מען שמועסט און מ'זינגט צוזאמען בשבת אחים גם יחד
במשך די סעודה, וועט מען בין גברא לגברא הערן, ספורים און רעיונות

נאכן ווינטשן לחיים טובים ולשלום,
וועט מען הערן א אינהאלטספולע תורה'דיגע שמועס
פון אונזער חשובע ברודער, הרב ------------- --------- שליט"א
בענין:א גרינגע אויפנאמע פאר יעדן מצב, וויאזוי?

נאך די אייער מיט צוויבל

אצינד וועט מען הערן דברי הודאה
דורך אונזער חשובע ברודער הרב--------- ----------- שליט"א
בענין:שבח והודאה פארן אייבירשטן און אלע צייטן.

זמירות: ניגוני שמחה, ברוך ה' יום יום,

זמירות: ברוך קל עליון, וכל המינים,

נאך די טשולענט
אצינד: א שבת'דיגע גריס.

וועט מען הערן דברי תורה
פון די חשובע אייניקלעך, בחורי חמד שיחי'

זמירות: יום זה מכובד... שירות ותשבחות.

ברכת המזון
דורך אונזער חשובע נעפיו הרב --------- ----------שליט"א

שינה בשבת תענוג
5:30 פירות טיש וטעימה קלה

ושננתם לבניך
ספעציעל שיינע מתנות פאר די קינדער און בחורים בשעה 6:30

חברת תהלים לתשב"ר ולבחורי חמד, ולאברכים,שיינע גורלות ומתנות בשעה 6:45
פרק אבות בשעה 7:00
דורך אונזער חשובע ברודער הרב ----------- ----------- שליט"א
זמן מנחה 7:30 בדיוק

שלש סעודות רעוא דרעווין
בהיכל הביהמ"ד הגדול

נאכן ווינטשן לחיים טובים ולשלום, וועט מען הערן דברי תורה
דורך אונזער חשובע ברודער הרב ---------- -------- שליט"א
בענין:אנהאלטן די ברודערליכקייט, נאכן שבת,

זמירות: אתקינו סעודתא, בני היכלא, בבואו מאדום, אודה, שיר המעלות,

דערנאך וועט מען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע דברי תורה פון רבינו הק' זי"ע

זמירות: ידיד נפש, קל מסתתר,

מעריב און הבדלה

סעודתא דדוד מלכא משיחא
בערך משעה 10:00

וועט זיין צוגעשטלט א רייכע מלוה מלכה ווי עס איז ערווארטעט גאר א רייכער פראגראם
און א גרויסארטיגע

סעדות ל"ג בעומר לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

א ספיציעלע קאפעליע וועט אראפ קומען מהנה זיין דעם עולם בשירה וזמרה

ספעציעלע טייערע ווערטער
דורך אונזער חשובע ברודער הרב ----------- ----- שליט"א
בענין:די געוואלדיגע גרויסקייט פונעם הייליגן תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי

ברכת המזון "בערך" משעה 12:00 ואילך

מודעה ואזהרה נישט פארגעסן צוזאם לייגן דעם טלית ותוצאותיו מי ישורנה ה"י

און מ'פארט אהיים בשעה טובה ומוצלחת מיט פולע באגאדשן מיט ברודער'לכע געפילן זיך צו האלטן באחדות אזוי ווי ----------- זיידי ע"ה האט שטענדיג פארלאנגט און אויך געשריבען און די צוואה אז מען זאל זיך האלטן צוזאמען.
דער אייבישטער זאל העלפן און זכות פון אינזערע חשובע עלטערן און זכות פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זאלן מיר אלע זוכה זיין צו אלע גיטע השפעות אמן:
חזק חזק ונתחזק
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך האב געמאכט א זמירות לשבת וקונטרס אידישע ניגונים אויף ווארד אז א יעדער זאל עס קענען אויסשטעלן ווי אזוי ער וויל,
אפשר שפעטער וועל איך אויך ארויף לייגן א PDF פון דעם
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14893
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

Kodak האט געשריבן: We made a few times, it was awesome and worth every penny

וויפיל האט עס געקאסט? געהערט פון עטליכע אז עס קען קאסטען צווישען 8 און 10 טויזענט פער משפחה
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

הרב_שלום האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן: We made a few times, it was awesome and worth every penny

וויפיל האט עס געקאסט? געהערט פון עטליכע אז עס קען קאסטען צווישען 8 און 10 טויזענט פער משפחה

מען קען עס אויך מאכן אין דובאי פאר בערך הונדערט אלפים פער משפחה
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קונטריסים וגליונות ע"י מערכת להתענג שטעלט צו זייער שיינע קונטריסים אלעס וואס עס פעלט זיך אויס פאר א שבת התוועדות וכדו'
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

abeg האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

וואס הייסט? סקאסט צא סאך? סאיז נישט ווערד? סאיז נישט קיין וואקאציע? מען צוקריגט זיך נאכדעם? קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם ? מסביר'ט אויב סאיז שייך

סקאסט צא סאך? יא
סאיז נישט ווערד?נײן
סאיז נישט קיין וואקאציע?נײן
מען צוקריגט זיך נאכדעם? (געװענדליך אײנער מיטן שװיגער אײנער מיטן קעכער אײנער מיטן מגלח װעים מ׳האט געברענגט אלס משגיח תמידי אײנער מיט די האטעל װעגען די צימער װאס זײ האבן אײנער פ״װ מ׳ברענגט קינדער אײנער האט מען געהײסן ברענגען 2 טעיסטער טשאױס פאר מלוה אין א צװײטער 2 אראנדש דזשוס װאס ס׳איז נישט קײן פער דעיל אא״װ)
קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם? מסביר'ט אויב סאיז שייך

איין זאך זעה איך אז דו האסט א דיספאנקשענל משפחה.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14893
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

עדה האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן: We made a few times, it was awesome and worth every penny

וויפיל האט עס געקאסט? געהערט פון עטליכע אז עס קען קאסטען צווישען 8 און 10 טויזענט פער משפחה

מען קען עס אויך מאכן אין דובאי פאר בערך הונדערט אלפים פער משפחה

איך רעד פון מאכן אויף די ביליגסטע וועג, קאסט בערך 1000 דאללער פער מענטש (צ.ב. א משפחה מיט 4 קינדער וועט צאלען 6000 דאללער)
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
עדה
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

הרב_שלום האט געשריבן:
עדה האט געשריבן:
הרב_שלום האט געשריבן:
Kodak האט געשריבן: We made a few times, it was awesome and worth every penny

וויפיל האט עס געקאסט? געהערט פון עטליכע אז עס קען קאסטען צווישען 8 און 10 טויזענט פער משפחה

מען קען עס אויך מאכן אין דובאי פאר בערך הונדערט אלפים פער משפחה

איך רעד פון מאכן אויף די ביליגסטע וועג, קאסט בערך 1000 דאללער פער מענטש (צ.ב. א משפחה מיט 4 קינדער וועט צאלען 6000 דאללער)

דעפיין ביליגסטע וועג

עס איז דא די אפציע פון דינגען א גרויסע הויז אין אפסטעיט און מיטנעמען עסן, עס קאסט נישט אזוי סאך
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: אלעס ארום שבת התוועדות פאר די גאנצע משפחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Greeneryid האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:
טשעירמאן האט געשריבן:
abeg האט געשריבן: די ערשטע זאך ברױכט מען װיסען אז ס׳איז ארױסגעװארפענע געלט

וואס הייסט? סקאסט צא סאך? סאיז נישט ווערד? סאיז נישט קיין וואקאציע? מען צוקריגט זיך נאכדעם? קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם ? מסביר'ט אויב סאיז שייך

סקאסט צא סאך? יא
סאיז נישט ווערד?נײן
סאיז נישט קיין וואקאציע?נײן
מען צוקריגט זיך נאכדעם? (געװענדליך אײנער מיטן שװיגער אײנער מיטן קעכער אײנער מיטן מגלח װעים מ׳האט געברענגט אלס משגיח תמידי אײנער מיט די האטעל װעגען די צימער װאס זײ האבן אײנער פ״װ מ׳ברענגט קינדער אײנער האט מען געהײסן ברענגען 2 טעיסטער טשאױס פאר מלוה אין א צװײטער 2 אראנדש דזשוס װאס ס׳איז נישט קײן פער דעיל אא״װ)
קיינער טוט עס נישט און סאיז נישט איינגעריסען ביים עולם? מסביר'ט אויב סאיז שייך

איין זאך זעה איך אז דו האסט א דיספאנקשענל משפחה.

פון װי זעהט איר דעס? אפשר ברענג איך נאך פון אײנער װאס האט מיר פארצײלט װאזױ די התװדות בײ אײער משפחה האט אױסגעקיקט? (קען אױסקיקען)
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”