וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

הרים סביב האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 1:11 am
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 11:30 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 10:39 pm
יישר כח @שפילקעס

(אגב, שטייט שוין אין ירושלמי אז ר' יהושע האט זיין מאמע איהם גענימען אין ביהמ"ד מיט זיין בעטל אלץ פיצל קינד)
יא יא. די פלא יועץ ברענגט דאס.

אבער פשוט ווי מ'לערנט עס איז די מאמע פון ר' יהושע געגאנגן אין בהמ'''ד און געזאגט פאר די תושבי ישיבה זאלן מתפלל זיין אז די עיבור זאל זיין א ת''ח.

די פלא יועץ איז דער מחדש אז די כוונה פון איר גיין אין בהמ''ד איז געווען אז ער זאל הערן דברי תורה.
אין ירושלמי דארט שטייט קלאר אז די כוונה איז געווען אז זיינע אוירען זאלן הערען דברי תורה : ראה את רבי יהושע וקרא עליו (ישעיהו כח) את מי יורה דעה זכור אני שהיתה אמו מולכת עריסתו לבית הכנסת בשביל שיתדבקו אזניו בדברי תורה

די ירושלמי רעדט נאכן געבוירן 'מולכת עריסתו' . די שמועס דא איז איבער די 'ימי העיבור'.

עיין מס' אבות פרק ב משנה ח ''רבי יהושע אשרי יולדתו'' ובמפרשים שם.

זיי אלע ברענגן אז בימי העיבור איז די מאמע געאנגן אין בהמ''ד אז מ'זאל מתפלל זיין אז די 'עיבור' זאל זיין א ת''ח.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

וואו איז די מקור וואס מאנכע נאך שמו"ע טאנצן זיי א דרייער טאנץ??
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 10:41 pm
וואו איז די מקור וואס מאנכע נאך שמו"ע טאנצן זיי א דרייער טאנץ??
שוין אויסגעשמועסט געווארן מער ווי איינמאל אין דעם אשכול, און ווי ווייט מ'האט פרובירט איז נישט דא קיין עכטע מקור דערויף (מיינט נישט אז עס איז אפגעפרעגט.)

זע דא איינס viewtopic.php?p=4600846#p4600846
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

תגובה דורך מפי השמועה »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 12:13 am
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 10:41 pm
וואו איז די מקור וואס מאנכע נאך שמו"ע טאנצן זיי א דרייער טאנץ??
שוין אויסגעשמועסט געווארן מער ווי איינמאל אין דעם אשכול, און ווי ווייט מ'האט פרובירט איז נישט דא קיין עכטע מקור דערויף (מיינט נישט אז עס איז אפגעפרעגט.)

זע דא איינס viewtopic.php?p=4600846#p4600846
קען זיין ווייל ווען איינער האט געוואלט כאפן קדושה האט מען שנעל אויסגעטרעטן און ווען מען האט צוריק געטרעטן האט מען שוין געזאגט קדוש קדוש, דעריבער האט שנעל געמאכט א דרייער טאנץ, און אזוי ווי דער עולם איז געווארן געוואוינט דערצו איז דאס שוין געבליבן ווייל הרגל נעשה טבע
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ווי איז די מקור אז מען זאגט אמן ביי חודש בענטשען ביי "יחדשהו הקב"ה עלינו ועל כל עמו בית ישראל, לטובה ולברכה" - אמן. "לששון ולשמחה" - אמן. וכו'..

אין די זעלבע ביי מוסף ר"ח "חדש עלינו את החדש הזה לטובה ולברכה" - אמן. "לששון ולשמחה" - אמן. "לישועה ולנחמה" - אמן.

אויף יעלה ויבוא בחזרת הש"ץ ווען מען זאגט "זכרנו ה"א בו לטובה" - אמן האב איך געטראפן א א"ר בשם שיירי כנה"ג אז מען איז מפסיק צו זאגן אמן.
זיידי ביידען
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 29, 2021 12:29 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידי ביידען »

איז דא א מקור וואס איז אנגענומן ביי די פרויען אז אויב מען האט זיבן יונגלעך באקומט מען א שטוהל אין גן עדן
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זיידי ביידען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:49 pm

ביי אונז איז מקובל פארקערט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4131
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:54 pm
זיידי ביידען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:49 pm
איז דא א מקור וואס איז אנגענומן ביי די פרויען אז אויב מען האט זיבן יונגלעך באקומט מען א שטוהל אין גן עדן
ביי אונז איז מקובל פארקערט
מיינסט אויף די וועלט
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

מפי השמועה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 5:58 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:54 pm
זיידי ביידען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:49 pm
איז דא א מקור וואס איז אנגענומן ביי די פרויען אז אויב מען האט זיבן יונגלעך באקומט מען א שטוהל אין גן עדן
ביי אונז איז מקובל פארקערט
מיינסט אויף די וועלט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32198
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זיידי ביידען האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:49 pm
איז דא א מקור וואס איז אנגענומן ביי די פרויען אז אויב מען האט זיבן יונגלעך באקומט מען א שטוהל אין גן עדן
האט נישט.

געוויסע שרייבן סברות אז יעדע זון וואס זאגט קדיש (אדער סתם אלץ ברא מזכי אבא) נעמט ארויס פון איין דרגא אין גיהנום (ווי דוד האט געטון דורך תפילה פאר אבשלום.) אבער א מקור האט עס נישט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

שפע רב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 2:49 pm
ווי איז די מקור אז מען זאגט אמן ביי חודש בענטשען ביי יחדשהו... און די זעלבע ביי מוסף ר"ח
מסתם איז עס בכלל "בסדר ברכות הרבה" דערמאנט אין שבלי הלקט סוף סימן כ"ג עיין שם
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=69

גראדע איז דא ספרדים וואס זאגן אמן ביי ברכת קדשנו במצותיך פון שבת ויו"ט.
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

איינער האט געפרעגט וועגן דעם מקור פון ניצן א האלצערנע לעפל ביי בדיקת חמץ, און א צווייטער האט געענטפערט אז ס'איז א משנה ברורה אדער א שולחן ערוך הרב, האב איך געפרעגט א תלמיד חכם, האט ער געלאכט און געענטפערט אז ס'איז א מקור חיים פונעם חוות דעת. אזויווי ער האט מיר נישט געזאגט דעם מראה מקום, בין איך שנעל געלאפן עס אויפזוכן, און דאס האב איך געטראפן.
Untitled.png
Untitled.png (138.59 KiB) געזען 289 מאל
דא שטייט אין פנים, אז אויב מ'האט נישט געטראפן קיין חמץ, זאל מען פארברענען דעם כלי וואס מ'האט געניצט צו אויפזוכן דעם חמץ. פארשטייט מען דאך פון דעם אז מ'מוז ניצן א האלצערנע לעפל כדי אז מ'זאל עס קענען פארברענען. איך ווייס אבער נישט פארוואס ס'איז איינגערינגעלט, און נאך א קשיא, ווייל אונז טרעף מיר אייביג די צען ברעקלעך וואס מ'האט באהאלטן, דעמאלטס פארוואס פעלט נאכאלץ אויס דער הלאצערנע לעפל?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:53 pm
איינער האט געפרעגט וועגן דעם מקור פון ניצן א האלצערנע לעפל ביי בדיקת חמץ, און א צווייטער האט געענטפערט אז ס'איז א משנה ברורה אדער א שולחן ערוך הרב, האב איך געפרעגט א תלמיד חכם, האט ער געלאכט און געענטפערט אז ס'איז א מקור חיים פונעם חוות דעת. אזויווי ער האט מיר נישט געזאגט דעם מראה מקום, בין איך שנעל געלאפן עס אויפזוכן, און דאס האב איך געטראפן.

Untitled.png

דא שטייט אין פנים, אז אויב מ'האט נישט געטראפן קיין חמץ, זאל מען פארברענען דעם כלי וואס מ'האט געניצט צו אויפזוכן דעם חמץ. פארשטייט מען דאך פון דעם אז מ'מוז ניצן א האלצערנע לעפל כדי אז מ'זאל עס קענען פארברענען. איך ווייס אבער נישט פארוואס ס'איז איינגערינגעלט, און נאך א קשיא, ווייל אונז טרעף מיר אייביג די צען ברעקלעך וואס מ'האט באהאלטן, דעמאלטס פארוואס פעלט נאכאלץ אויס דער הלאצערנע לעפל?
דאס איז דאך א רמ"אנישט קיין מק"ח.

דער האלצענער לעפל איז לזכר הגעלת כלים. געבליבן אז מקויפט דאס צוזאמען מיט די ליכט אין פעדער....
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
די אבודרהם שרייבט אז מזאגט ביידע
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:43 am

ווי?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9270
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
טאמער דאווענסטי נוסח ספרד, זאג נוסח פולין.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:56 am
סעקאנד אפינניען האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 5:43 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
די אבודרהם שרייבט אז מזאגט ביידע
ווי?
אנהייב קריאת התורה.
◄ ווייז ספוילער
ואומר אל ארך אפים ורב חסד ואמת פסוק הוא. אל באפך תוכיחנו על שם ה' אל באפך תוכיחני. חוסה ה' על ישראל עמך. על שם חוסה ה' על עמך. והושיענו מכל רע על שם הושע ה' את עמך. חטאנו לך על שם חטא ישראל. אדון סלח נא כרוב רחמיך אל על שם סלח נא לעון העם הזה כגודל חסדך ועל שם כרוב רחמיך מחה פשעי. אל ארך אפים מלא רחמים אל תסתר פניך ממנו על שם אל תסתר פניך ממני. חוסה ה' על ישראל עמך וכו'. והצילנו מכל רע על שם הצילה מחרב נפשי. וכתב בעל משמרת המועדות שהטעם שאומר בראשונה והושיענו ובאחרונה והצילנו כי תחלה אנו מבקשין על הגאולה מהגלות והיא הישועה השלימה ואחר כך אנו מבקשין רחמים כי גם תוך זמן היותנו בגלות הוא יצילנו מכל רע מצרות האויבים וגזרותם. עד כאן. ותמצא בשתיהן חמשים תיבות כנגד עשרת הדברו' וארבעים יום שעמד משה בהר לקבל התורה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17295
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 6:59 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
טאמער דאווענסטי נוסח ספרד, זאג נוסח פולין.
געזעהן אמאל די הסבר פון נוסח פולין און אשכנז, אדער אשכנז זאגט מען נאר איינס ע"פ דעם מטה משה, און פולין זאגט מען ביידע.

וכן נהוג אצלנו (בעלזא).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:26 am

וועלכע זאגן ענק קודם?
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 6:59 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
טאמער דאווענסטי נוסח ספרד, זאג נוסח פולין.
וואס האט איינס מיט איינס?

ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:35 am

כסדר פונעם אבודרהם, די ערשטע ורב חסד וכו' והושיענו, און נאכדעם ומלא רחמים וכו' והצילנו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:38 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:35 am
אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:26 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 6:59 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
טאמער דאווענסטי נוסח ספרד, זאג נוסח פולין.
געזעהן אמאל די הסבר פון נוסח פולין און אשכנז, אדער אשכנז זאגט מען נאר איינס ע"פ דעם מטה משה, און פולין זאגט מען ביידע.

וכן נהוג אצלנו (בעלזא).
וועלכע זאגן ענק קודם?
כסדר פונעם אבודרהם, די ערשטע ורב חסד וכו' והושיענו, און נאכדעם ומלא רחמים וכו' והצילנו.
אז מרעדט שוין יא פון בעלזא מנהגים. פארוואס נאר אינעם גרויסן שוהל ליגן די ס"ת אזוי ווי שיטת הב"ח. משא"כ אין אלע אנדערע נישט?

והשנית, אינעם תקופה פונעם רב מהר"א אין אר"י איז אויך אזוי געווען? אדער דאס איז נתחדש געווארן בבית שני (שגדולה היתה מבית הראשון...)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:38 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:35 am
אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 7:26 am
דריידל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 6:59 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:37 am
שוין יארן וואס איך האב ביי מיר צוגעצייכענט נאכצוקוקן וועלכע א-ל ארך אפים מיר זאגן ביים פתיחת הארון.

דערווייל זאג איך מאנטאג איינס און דארנעשטאג דעם אנדערע. פשוט ווייל איך האב נישט קיין מושג.

איינער ווייסט דא מער דערפון. ווער האט געזאגט וועלכע?
טאמער דאווענסטי נוסח ספרד, זאג נוסח פולין.
געזעהן אמאל די הסבר פון נוסח פולין און אשכנז, אדער אשכנז זאגט מען נאר איינס ע"פ דעם מטה משה, און פולין זאגט מען ביידע.

וכן נהוג אצלנו (בעלזא).
וועלכע זאגן ענק קודם?
כסדר פונעם אבודרהם, די ערשטע ורב חסד וכו' והושיענו, און נאכדעם ומלא רחמים וכו' והצילנו.
דאכט זיך מיר אז אין מהרי בר חי האב איך געזען אז דער רבי זצל האט געזאגט ביידע
לעצט פארראכטן דורך שאינו יודע אום דאנערשטאג מארטש 21, 2024 9:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5243
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 12:53 pm
איינער האט געפרעגט וועגן דעם מקור פון ניצן א האלצערנע לעפל ביי בדיקת חמץ, און א צווייטער האט געענטפערט אז ס'איז א משנה ברורה אדער א שולחן ערוך הרב, האב איך געפרעגט א תלמיד חכם, האט ער געלאכט און געענטפערט אז ס'איז א מקור חיים פונעם חוות דעת. אזויווי ער האט מיר נישט געזאגט דעם מראה מקום, בין איך שנעל געלאפן עס אויפזוכן, און דאס האב איך געטראפן.

Untitled.png

דא שטייט אין פנים, אז אויב מ'האט נישט געטראפן קיין חמץ, זאל מען פארברענען דעם כלי וואס מ'האט געניצט צו אויפזוכן דעם חמץ. פארשטייט מען דאך פון דעם אז מ'מוז ניצן א האלצערנע לעפל כדי אז מ'זאל עס קענען פארברענען. איך ווייס אבער נישט פארוואס ס'איז איינגערינגעלט, און נאך א קשיא, ווייל אונז טרעף מיר אייביג די צען ברעקלעך וואס מ'האט באהאלטן, דעמאלטס פארוואס פעלט נאכאלץ אויס דער הלאצערנע לעפל?
חק לישראל רבי ישראל וועלץ .jpg
חק לישראל רבי ישראל וועלץ .jpg (31.43 KiB) געזען 108 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”