Cyber Security

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלייניקייט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:17 pm

Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלייניקייט »

ברוכים הבאים!!!

דא וועט מען קענען שמוסען און פאברענגען אלעס ארום Cyber Security והמסתעף.

ביטע שערטס מיטן עולם אלעס וואס איר ווייסט איבער דעם ענין און נושא.

א יישר כח.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

צום אלעם ערשטן דארף מען וויסן אז נאך אלע סעקיוריטי מעשערס וואס מען איפלעמענט, איז דא איין זאך וואס איז פיל מער וויכטיגער. רוב פעלער פון קאמפעניס וואס זענען דורך געפאלן איז עס געווען צוליב עס האט געפעלט די איין וויכטיגע זאך.

די זאך הייסט "שכל". פשוט נוצן די שכל וואס די באשעפער האט געשאנקען.
טראכטן פאר מען קליקט אויף א לינק צו עס מאכט טאקע סענס. טראכטן א מינוט בעפארן שיקן טויזענטער דאלער. טראכטן א מינוט בעפארן ארויסגעגעבן די פעסווארד וכו'וכו'.

צענדליגער פעלער שטעלט זיך ארויס אז די באנוצער זאגט "איך האב מיך טאקע אביסל געוואונדערט אבער איך ווייס טאקע נישט פארוואס איך עס געעפענט."
אינגערמאן! מיט נאך צוויי סעקונדן טראכטן וואלסטו געשפארט אפאר מיליאן דאלער. מיט שעות קאפוויי פון פארצויגענע לעגאלע לאסאוטס וכו'.

א חלק פון סייבער סעקיוריטי סערוויס נעמט געווענליך אריין טרענירונגען פאר די ארבייטער צו טראכטן בעפארן קליקן.

פארשטייט זיך אז אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א תפלה צום באשעפער פאר שמירה והצלחה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
חברה_מאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:13 pm
לאקאציע:In the NOC

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברה_מאן »

שכח @קו הישר! איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען אזא אשכול, איך האב עס אייביג אפגעשטיפט ווייל איך האב געוויסט אז ס'גייט מיר קאסטן אסאך button presses אויפן קיבאורד.. ס'איז באמת דא אסאך צוצולייגן בלויז צו דיין הקדמה, אבער די עיקר וואס איך פיל אז די פראבלעם איז, אז דער עולם היימישע אינגעלייט גייען אריין אין אפיסעס אן די מינימאלע knowledge פון קאמפיוטערס, סאו ווען די זאגסט אז מ'דארף ניצן שכל קען מען זיין קלוג ביז איבערמארגן, אבער ס'פאלט אים נישט איין אין וויסטן חלום אז ווען ער קליקט allow אדער yes אויף עפעס נאכדערצו אסאך מאל מיט "מנהל רשות" (admin Rights) וואס פאר א רושם דאס קען האבן. סאו ערשטענס איינס, אויב ביסטו א אינגערמאנטשיג וואס האט זיך געקויפט א לעפטאפ (אזויווי די סטייל איז..) איז אייביג א גוטע איידיע צו בעטן א חבר/שוואגער וואס קען זיך אביסל מער אויס צו מאכן א admin account און דו זאלסט האבן נאר א standard user account, דאס אליין קען פארשפארן אסאך עגמת נפש, און שנית וואס איז אויך זייער וויכטיג צו האבן א גוטע פילטער נישט נאר אלס אידישקייט, נאר די פאקט איז אז זייער אסאך פון די סייטס וואס טויגן נישט זענען בכוונה אריינצונארן מענטשן מיט וויירוסעס וכדו'.
דאס איז בלויז א מעין דמעין וואס מ'קען רעדן, that's it for now
A Computer without a "good Antivirus", is like walking in the dark without a reflector..!
if you can't afford a paid one, use a good free one at least
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אין די פעלד פון סייבער סעקיוריטי איז דא צוויי חלקים: זיך פארזיכערן (pro active) און פאררעכטן (reactive), ביידע זענען וויכטיג און מ'דארף האלטן און איין אינוועסטירן דערין.

זיך פארזיכערן פון פאראויס (pro active)

ס'דא אומצאליגע זאכן וואס קענען געטון ווערן צו פראטעקטן א קאמפיוטער)/ביזנעס/נעטווארק, מ'דארף האבן א גוטע טעקנישן וואס קען די פעלד, און ווי קוי זאגט: שכל. האבן כסדר'דיגע טרענירונגען פאר די ארבעטער איז זייער א וויכטיגע זאך, למשל יעדע חודש אן אנדערע טיפ סתם צו עפענען די אויגן און פשוט וויסן וואס קען אלץ זיין א פראבלעם.

פאררעכטן נאכן זיין אין א פראבלעם (reactive)

קיינער וויל זיך נישט זען אין אזא מצב וואס איינער פון די ארבעטער האבן געווייערט אפאר טויזנט דאלער אין דער באקומער שרייט חי וקים אז ער האט עס נישט באקומען. אדער אז אלע קאסטומער באקומען אן אימעיל פון דיר צו אפדעיטן געוויסע אינפארמאציע אויף א געוויסע סייט וואס דו האסט נישט קיין אנונג ווער ס'האט דאס געשיקט.

אבער אויב פאסירט עפעס אין דעם נושא, סיי וואס, ווי גרויס אדער קליין די אימפאקט איז, מאך זיכער אז ס'קען נישט פאסירן נאכאמאל. די קומענדיגע מאל קען עס זיין אסאך מער מאכטפול.

שרייב אראפ 2 3 עקשאן אייטעמס וואס פון היינט און ווייטער גייט די פראסעס צוגיין אביסל אנדערש, אביסל מער פארזיכטיג. סקען זיין אביסל אומבאקוועם, אבער ס'לוינט!
אוועטאר
Mystic-Music
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 15, 2023 9:16 pm
לאקאציע:בודד

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mystic-Music »

וויא קען מען זיך לערנען אט די פאך פון קארד רייטינג פראגרעמינג טראבעלשאאטינג וכו..?
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

סובסקרייבד
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: Cyber Security

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:47 pm
סובסקרייבד
גם אני
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”