בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:33 am

די יעצטיגע איז ווייניגער ווי א כזית און עס איז ניטאמאל ווערד לצור על פי צלוחית...
ערנסט גערעדט - דאס זענען קליינע קיך האנטוכער.
די איצטיגע זענען פונקט גוט, גרעסער איז נישט אלעמאל א מעלה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

געווען דארט לעצטענס, כ'האב זיך איינגעהאנדלט א קאווע אונטן ביים מאשין.
אוי איז עס פיין געווען!
ווי אויף איך אזא מאשין? כ'וויל עס אין אפיס. ש'כח פון פאראויס
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער זומער
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:35 am
ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:33 am

די יעצטיגע איז ווייניגער ווי א כזית און עס איז ניטאמאל ווערד לצור על פי צלוחית...
ערנסט גערעדט - דאס זענען קליינע קיך האנטוכער.
די איצטיגע זענען פונקט גוט, גרעסער איז נישט אלעמאל א מעלה.
הכל לפי המבייש [ווישן] והמתבייש...
עס איז אביסל צו קליין לענ"ד, עס וואלט געמעגט צונעמען א פאר טפחים.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:37 pm
סקילמן סטמאר
וויען
ויזניץ די גרויסע
ברסלב 3 שוהלן
סטמאר סאוט 8
פאפא א סאך
ראדני פארשטייטזאך
נייטרא
ברנדווין?
ווען קומט א בארכיט איבער אלע שולען ?
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

גדל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:50 am
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 11:37 pm
סקילמן סטמאר
וויען
ויזניץ די גרויסע
ברסלב 3 שוהלן
סטמאר סאוט 8
פאפא א סאך
ראדני פארשטייטזאך
נייטרא
ברנדווין?
ווען קומט א בארכיט איבער אלע שולען ?
היום אם בקולו תשמעון.. .
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
Presidential Estates
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

Presidential Estates האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:36 am
געווען דארט לעצטענס, כ'האב זיך איינגעהאנדלט א קאווע אונטן ביים מאשין.
אוי איז עס פיין געווען!
ווי אויף איך אזא מאשין? כ'וויל עס אין אפיס. ש'כח פון פאראויס
@קנאפער ידען ...
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער זומער
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

Presidential Estates האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:53 pm

@קנאפער ידען...
לייג א בילד

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:54 pm
Presidential Estates האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:53 pm
Presidential Estates האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:36 am
געווען דארט לעצטענס, כ'האב זיך איינגעהאנדלט א קאווע אונטן ביים מאשין.
אוי איז עס פיין געווען!
ווי אויף איך אזא מאשין? כ'וויל עס אין אפיס. ש'כח פון פאראויס
@קנאפער ידען...
לייג א בילד
כ’האב נישט גענומען.
ווען יא קען איך אז אויך אויפטשעקן.
כ’האב געהאפט אז די שמש ליינט דא....
👇👇👇👇👇👇👇
א גרויסע 6 בעדרום ’פול פורנישד’ הויז צו פארדינגען פאר שבת אדער זומער
פאר מער אינפארמאציע קום אין אימעיל.
צו פארמיידן חשש גילו...

[email protected]
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

רעים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:10 am
מיניטשער וועלט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 7:36 am
שיינע שטריימעל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:46 pm
בין איך אריינגעפאלן אין בנין בראך איך האב געוואלט טשרזשען מיין פאון אבער נישט דא דארט קיין טשרזשעס פאר פשוטע טעלפאנס נאר פאר גרעסערע פאונס

מה פשט?
אודאי איז דא
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

"בראך"ניות ובגשמיות, אברהם לייב אין בראך שוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

בס"ד
אדר א תשפ"ד
" בראך"ניות ובגשמיות ..
אינמיטן צענטער פון שטאט, פארק אווע מיט בעדפור'ט א שיינער געבוי, רייך און ווייס.
בית בראך.

איך קען נישט אריבערגיין דארט אן אריינגיין צו איך דארף דאווענען אדער נישט.

אינדרויסן א געפילדער פון סקול באסעס און מחנות קינדער מיט מענשטן וואס איילן זיך, און די לייט'ס דהיינו רמזורים, איז מער המלצה וי א חוק לא יעבור.
ממה נפשך?
סאיז גרין לייט פאר די קארס, אבער ממילא פארשטאפט די גאס, און זיי קענען נישט פארן, איז דו דארך גייער לויף אריבער.
איז גרין פאר די דורך גייער?
אבער דווקא יעצט איז געווארן פלאץ צו ווייטער פארן, דער באס דרייווער איז רבים אין דו ביסט א יחיד, נו? יחיד ורבים הלכה כרבים און דער באס פארט ביים רויטן לייט און מ'לעבט זיך בשלום און פארשטאנד.

[b ]ביז מעקומט אריין אין בראך.

א אנדער וועלט, אויך א טומל מיט מענשטן אבער שטיל!
נישטא קיין קולות נישט קול ענות פון א אנגעשטרענגטער גבאי, נישט קולות פון דאווענער'ס, אלעס דא איז מיט א בני מלכים'דיגן רואיקייט .
היינט בין איך שוין געגאנגען זעהן, שמעקן און לעקן בי שחרית.

אברהם לייב.... דו ביסט דאס? יא, שלום עליכם, עליכם שלום.
כל מיני מענשטן דערקענען מיר ,אין אמעריקע און איבעראל, און דא וויל איך בעטן מחילה בחסד און מחילה ברחמים, איך געדענק נישט קיין פנימ'ער, ווערט נישט ברוגז אז א טאג ארום וואס אונז האבן גערעדט וועל איך אייך נישט דערקענען, איך האב געשפערכן און אויפטריט'ס פאר המון יידן בלי עין הרע.
איז א חלק דערקענען מיר, איינער פון בייטאג און איינער פון בין השמשות.. איינער פון באלאגאן וידאוס און איינער פון אלטע קלעזמער אלבאם'ס איינער פון קול מבשר און איינער פון איועלט, וכו'
לא הרי זה כהרי זה, איינער קוקט דיר אין די אויגן און וויל זיך דארמאנען? ??...
א וו האב איך איהן געזעהן??
אה..
און איך מוז נישט ווייזן אז איך האב געגעסן פון עץ הדעת און געוואטש א כשרן סמארטפאן און געזען די קליפס זיינע.
א אנדערער וייס גענוי פונקט און פאלארירט יעדן טריט און שריט מיינע, יעדן טאג, אבער ס'פאסט נישט פאר א מכובעדיגער 50 יעריגער ייד זיך צו ארוייסווייזן צו א ירושליימיער גאסט, א האלבער אקטער, א קלעזמער נאך דערצו, א פערטל אוואנטוריסט, און א מיט א מסוכנ'דיגן מויל און פענע...
האט ער טאקע אנגעווארן א גוט פעפער ווארט, אבער רצונו של אדם זהו כבודו.

אין תהילות יואל, און ראדני, אין נישטא קיין עלעקטראנישע טיר צו די מיקווה, 2 דאלאר א טבילה זיי האבן נישט קיין מורא פאר מקווה שמוגלערס, לעומת דעם איז דא א סאך פראדוקטן אויף סטענדערס צו פארקויפן און א נעבאך'דיגע פושקע אין זייט, אז ווער סוויל קויפן און אריינבאצאלן.

אבער דא איז בית בראך !
א טייערער פלאץ, מיר ווייסן אז וואס מרבה נכסים מרבה דאגה...
איז דער פרייז דא 3 גאנצע דאלאר און א רעכטע אייזערנע עלקטעראנישע טיהר צו מקווה, נו, לאמיר זעהן ווער וועט זיך אריינגאנבענען און נישט באצאלן...
טראץ דעם איז נישטא במקום הנראה לעין קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מיקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)

און די פרעמדע געסט?
און סאיז דא א סאך... אוהו...
זאלן זיי גיין אין ראדני אדער תהילות יואל אדער פריימאן, אין מקווה, און שפעטער קומען דא אפווארטן די גבירים פאר א נדבה.

די מקווה איז רייך און מיט טייערער מארמאר שטיין, דער טוש שאוער, איז קונציג אז נאר א קביעותדיגער ווייס וי צו עפענען מיט א בעהלאטענעם קנעפל די וואסער.
געענדיגט די מקווה, ארויף די טרעפ און מעגייט טרינקען א קאווע.
ווארט א רגע, דער גוי רייניקט!
געווארט?
יא אבער נישט געהאלפן, ער טרעט נישט אפ, ער רייניקט א גאנצע צייט, כל עוד הנר דולק, און טאקע פונקט בי דעם ווינקל פון די הייסע וואסער און קאווע, סאו שטופ איהם לייכט מיט א סארי שטילערהייט, און והחי יתן אל לבו, שהכול נהיה בדברו.

שיינע שטיבלאך, מיט א גאנצער מערכה פון ליכט צינדן, הרבה מעלות עשו בנרות, אויבן די נר נשמה'ס, אונטער דעם, סתם ליכט און אונטער דעם א אוויסוואל צו קויפן וואסערע סארט ליכט, נר נשמה, נר תמיד די ווילסט, א מיניגעשעפט אין יעדן שטיבל.

די בענק זייער שיין אבער טייט, מזעהט אז דא ווארט מען אויף מענשטן וואס האלן זייער פיגור דאר געזונט און נישט גראב חלילה, די טישן געפרעסט איינער צום צווייטן, דא דאווענען מענשטן מיט דרך ארץ וועלן זיך נישט אריינשטופן איינער אין צווייטן, נאר האבן געדולט ביז יענער וועט לאזן אריינגיין אדער ארויס.
דער גרויסער שיינער היכל בית המדרש איז פול מיט לערנערס פון זייער פרי ביז נאכט, ווער?
אלע: עלטערע יידן און יונגעלייט וואס נאר וואס גע'ענדיגט שבע ברכות, בחורים און אפילו יינגלאך פאר די בר מצוה מעזיצט און מעלערנט.
ביים אריינקומען איז דא א גרויסער טיש מיט א פלסטיק טישטאך גרייט צו לעגן דארט תיקון ליקער און קייקס קיכל, לעילוי נשמת.
איך האב נישט געהאט קיין סך מזל ועוונותי גרמו און ס'עגעווען ליידיג, בדרך כלל איך בוייע אויף דעם, כדי אפכאפן די הארץ און זיך זעצן רואיג א שטיק צייט לערנען ווען דער קאפ איז פריש אינדערפרי.
טאקע מאנטיג קריאת התורה טאג, מיר מכבד געווע מיט הגבהה, שכויח!
דער טיש איז ליידיג, אבער א גרוגרת דרבי צדוק איז יא געווען דארט אויפן טיש, אין געשטאלט פון א באקס מיט ביסקעויט, און א טייערער פלאש וואדקא, ווייניג, אבער א טייערע פלאש נישט קיין פראסטע וי אין אנדער בתי מדרשים פון פשוטי העם וי למשל פאפא, וואס דארט איז דא קאווע אבער נאר ביז ס'ענדיגט זיך דער עשירית האיפה מאס נאךגעמאכטע טייסטערסצויס קאווע, פונקט בי סיום שחרית מניין.

ווער דאוונט אין בראך ?
דער עיקר זענען יונגעלייט פון 20 ביז 35 יאר אומגעפער, איינציגע זקנים, וואס לכבודם האט מען געבוייעט עקסטערע בתי הכבוד, זאלן נישט דארפן אראפ און ארויף און חלילה קען אמאל זיין אז ביז זיי קומען אן אונטן צו דעם לאקאלער אשר יצר שטיבל, איז שוין איבעריג דער אריינגיין, און מדארף לויפן אהיים בייטן ספיציפשע וועש...
אבער געשען איז פונט פארקערט...
די יונגע ראצערס וואס כוחם במתנם נוצן דעם בית הכבוד אויבן, א שאד די צייט זייערע, אדער מלערנט אדער מעהאט ביזנעס אדער מקען פארפאסן א טייער אבק לשון הרע פון א פאר חברים.
און די אלטע?
אה...
זיי האבן מורא ווייזן אז זי געהערן שוין צו די סעקטע פון "והדרת פני זקן", און טאמער א אלמן וואס ווארט חתונה נאכאמאל וואס וויל נישט מעזאל מוציא לעז זיין חלילה.. איז לויפט ער אראפ צום בית הכיסא אונטן, עולם הפוך ראיתי.
געבוייעט האט זיך מיט די צייט דארט א מין חבורה פון אייגענע קהילה, שטיצן איינער דעם צווייטן מיט צדקה קאסע און עזר נישואין, וואס פונקט אין די תקופה טיילט מען אויס די מעמבער אפליקאציע פאר די מתפללים קבועים, איך בין דאך א גאסט בין פטור פון דעם שטייער.
אין ראדני למשל אי דא א בעהאלטענער וינקל מיט פת שחרית, כסעודת שלמה המלך בשעתו, איך וועל אייך אויסזאגן דעם לאקיישן:
שטילערהייט: אונטן אין רעכטע זייט, זעהט אויס קומט נישט צו קיין שום פלאץ, גיי ווייטער נאכאמל רעכסט און לינקס, און וועסט שוין שמעקן איי שפייז מיט שאר וועטש'טעבלס, וואס ספירט אן און א ערנסטער ייד, וואס אין לו בעולמו כלום נאר אריינעמען נאך זאכן אויפן טיש, וואס ספעלט, און רייניקן די גענוצטע.
איך בין זיך מודה, איך האב 2 מאל דארט געגעסן, אז איך בין זאט געווארן ביז מארגן, א טויסט מאשין צו פאברענען די ברויט איז אויך דארט דא .
אבער דאס איז שוהלן וואס זענען נישט אזוי משקיע אין שיינקייט, האבן פראסטע טישן, נישט געפיינט די ווענט, דעם שבת האב איך געהערט אז דער סאטמער רב האט דארט געדאוונט אין ראדני.
אבער דא, מין טייערער פריינד איז בית בראך!
איז א פאלאץ, ספאסט נישט זאלן זיך דרייען ארחי פרחי און שמוציגן מיט עסן און איבעבייסן.
אבער א מענשט דארף דאך יא עסן?
אה!
גאנץ אונטן לעבן מקווה, איז דא א קליין שיינער וינקל, א צימער א פראכט, מיט אלעס סארט איינגעפאקטע עסן ווארג, מילכיגס וכיוצא, אבער ביטע נעם ארויס דיין טייסטער און צאל!
דא איז נישט היכל ישעיה ס'ער!
יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך, נאר דעמאלט וועסטו פרישיאיידטן דיינע עסן, און האלטן בכבוד די סביבה וואס איז א ים מיט געלט און כוחות דארט אריינגעטהן אויף כבוד בית אלוקים.

אויבן אין די צוויטע שטאק
איז דא א בית סופרי סת"ם, א מורה הוראה שטיבל, פאשפארט די טיר.
און א עזרת נשים מיט א ספרים שאפע, אויך פארשלאסן, אבער דארט איז דא אן מורא ספרי ליקוטי הלכות פון רבי נתן מברסלב זצ"ל, פאר די וואס וויל זיך נישט באנוגענען מיט ר' מיילעך בידערמאן'ס טיפע גרויסע ציטירינגען פון ליקוטי הלכות, אדער פון ספרי רבי צדוק מלובלין וואס גאנצע שטיקער ברסלב זענען דארט ציטירט ווארט בי ווארט, אויב איר ווילט נאך א בעהלטענעם ארט פון ספרי ליקוטי הלכות, און נישט חלילה געכאפט ווען אריינגיין אין איינע פון ברסלבער בתי מדרש, וואס קען שאטן א שידוך, אדער מעמד הכבוד, איז דא דא אדער לויפט שטילערהייט אין ראדני, אויבן איז דא א אוצר הספרים, גאר שיין און רייך און איינגענעם, גייט נאך לויט א.ב. און בי אות ל' טאקע גאר אויבן א וו יד אדם אינה מגעת, איז דא סעט ליקוטי הלכות פון רבי נתן זצ"ל, נעמט א לייטער און קריכט און שרייבט צוואה פאר דעם, חלילה זאל נאר נישט פאסירן א אומגליק ביים קריכן אויבן צום שעלף פון ברסלבער ספרים.
ארויס פון בית בארך צו היכל ישעיה צו בעדפארט גאס, פארוואס? איך האב דאך אן א שיעור פלעצער צו עסן?
ניין.
איך בין פארליבט אין דעם היכל ישעיה, און וועגן דעם א עקסטערע ארטיקל אי"ה.
אז איר וועט נישט זיין קארג און לייקן אן רחמנות און אן א צאהל, די פריערדיגע ארטיקלען און תגובות מיינע וועט ווערן א אתערותא דלתתא און אי"ה וועל איך שרייבן נאך, אזוי אויסרועהן די אפגערשויפע נערוון אונזערע.
[/b]
אטעטשמענטס
20240226_090324.jpg
20240226_090324.jpg (391.25 KiB) געזען 1921 מאל
20240226_090322.jpg
20240226_090322.jpg (262.39 KiB) געזען 1921 מאל
20240226_093117.jpg
20240226_093117.jpg (128.1 KiB) געזען 1921 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

@אברהם לייב בורשטיין
טראץ דעם איז נישטא קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)
איך האב הנאה א חסידישער איד גייט נישט אין שויער...
אדער האט איר שטארקע שמירת עיניים נישט באמערקענדיג די שאמפא...

די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
אוועטאר
רעגענדיגע זונטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:14 pm
לאקאציע:אין מיין קאר.

Re: "בראך"ניות ובגשמיות, אברהם לייב אין בראך שוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגענדיגע זונטאג »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:55 pm
בס"ד

ווער דאוונט אין בראך?
דער עיקר זענען יונגעלייט פון 20 ביז 35 יאר אומגעפער, איינציגע זקנים, וואס לכבודם האט מען געבוייעט עקסטערע בתי הכבוד, זאלן נישט דארפן אראפ און ארויף און חלילה קען אמאל זיין אז ביז זיי קומען אן אונטן צו דעם לאקאלער אשר יצר שטיבל, איז שוין איבעריג דער אריינגיין און מדארף לויפן אהיין בייטן ספיציפשע וועש...
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יוש..

@אברהם לייב בורשטיין איר האט א זיסן שפראך
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:03 pm
@אברהם לייב בורשטיין
טראץ דעם איז נישטא קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)
איך האב הנאה א חסידישער איד גייט נישט אין שויער...
אדער האט איר שטארקע שמירת עיניים נישט באמערקענדיג די שאמפא...

די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
יאפ, דא אן אויסוואל, שיין באשריבן ר' אברהם לעיב !
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: "בראך"ניות ובגשמיות, אברהם לייב אין בראך שוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:55 pm
בס"ד

אין תהילות יואל, און ראדני, אין נישטא קיין עלעטעראנישע טיר צו די מיקווה, האבן נישט קיין מורא פאר מקווה שמוגלערס, לעומת דעם איז דא א סאך פראדוקטן אויף סטענדערס צו פארקויפן און א נעבאך'דיגע פושקע אין זייט, ווער סוויל קויפן און אריינבאצאלן.
אבער דא איז בית בראך!
א טייערער פלאץ, מיר ווייסן אז וואס מרבה נכסים מרבה דאגה...
איז דער פרייז דא 3 גאנצע דאלאר און א רעכטע אייזערנע עלקטעראנישע טיהר צו מקווה, נו, לאמיר זעהן ווער וועט זיך אריינגאנבענען אן באצאלן...
טראץ דעם איז נישטא קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)

און די פרעמדע געסט?
און סאיז דא א סאך... אוהו...
זאלן זיי גיין אין ראדני אדער תהילות יואל אדער פריימאן, אין מקווה, און שפעטער קומען דא אפווארטן די גבירים פאר א נדבה.

איך גלייך זייער בראך.
אויסער די איין זאך.

די מקוה פרייזן.

דאס ארויפשרייפעכטס פון די פרייזן איז אן עוולה לענ''ד. ווער ס'זעהט די טרעפיק דארט ווייסט אז די מקוה איז א הערליכע הכנסה, אפילו אן בעטן טייער.

מיט אזא ציבור, וואלטן זיי געמעגט זיין ביליגער ווי אנדערע פלעצער, אנשטאט טייערער.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:13 pm
יאפ, דא אן אויסוואל, שיין באשריבן ר' אברהם לעיב !
יא יא

אברהם לעיב....
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:03 pm
@אברהם לייב בורשטיין
טראץ דעם איז נישטא קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)
איך האב הנאה א חסידישער איד גייט נישט אין שויער...
אדער האט איר שטארקע שמירת עיניים נישט באמערקענדיג די שאמפא...

די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
אדוני.
אויב א גאסט זעהט דאס נישט, איז בעסער לייגן די שאמפא מער אפן. איך ברענג מיט מיר סייוי אייגענע שאמפא בדרך כלל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:22 pm
מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:03 pm
@אברהם לייב בורשטיין
טראץ דעם איז נישטא קיין שאמפא אומזיסט וי בי אנדערע מקוועס, מעווייסט שוין אז דא קומען די בעסערע מענשטן וואס האבן פאר 100 דאלאר א יאר א אייגענעם שיינעם לאקער, דארט איז גרייט שוין מראש השנה לראש השנה, שאמפא, נעגל שניידער, דארדאראנט שטילערייט, (נישט אזא חסידישער פראדוקט)
איך האב הנאה א חסידישער איד גייט נישט אין שויער...
אדער האט איר שטארקע שמירת עיניים נישט באמערקענדיג די שאמפא...

די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
אדוני.
אויב א גאסט זעהט דאס נישט, איז בעסער לייגן די שאמפא מער אפן. איך ברענג מיט מיר סייוי אייגענע שאמפא בדרך כלל.
די ספעשל מינע, וואס אלע ארץ ישראל'דיגע אידן נוצן אן א מאס?...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
[/quote]
אדוני.
אויב א גאסט זעהט דאס נישט, איז בעסער לייגן די שאמפא מער אפן. איך ברענג מיט מיר סייוי אייגענע שאמפא בדרך כלל.
[/quote]

די ספעשל מינע, וואס אלע ארץ ישראל'דיגע אידן נוצן אן א מאס?...
[color=#00404 0]
יא... די העד און צ'ילדערן שאמפא....
א שאד ארץ ישראלדיגע יידן לערנען נישט א פאר זאכן פון ווילימסבורג.
למשל זעהן בערג מיט גארביטש, גרויסע שווארצע פלאסטיק זעק, וואס מייז אוו ראצן זענען דאקנבאר פאר די הכנסת אורחים לכל דיכפין מ8 שרצים באצירט אלע גאסן טאג טעגלאך, און דאך נישט אנצינדן א פייער פאר א הפגנה...
אדער נישט נוצן א וואש ליפע, וואס מערייניגט דעם קערפער געהעריג, און אין אמעריקע באנונגט מען זיך מיט די הענט, מזעהט א דער עולם איז נישט געוואינט
וואשן דישעס, און נאר די גויעטע קומט רייניגן, דא איז נאר טרינקען, עסן און ווארפן אין גארביטש, אז יא, וואלטן זיי געווסט אז אן נוצן א ליפע איז די זייף נאר זכר למקדש כהלל, און נישט עפעקטיב.
[/quote][/color]
אטעטשמענטס
FB_IMG_1708864714164.jpg
FB_IMG_1708864714164.jpg (97.25 KiB) געזען 1584 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3844
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

@אברהם לייב בורשטיין , זיי מסביר. די ארץ ישראל'דיקע דארפן זיך לערנען נישט צו נוצן אדער די אמעריקאנער יא צו נוצן?
געשטימט פאר ראשעק הול
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: "בראך"ניות ובגשמיות, אברהם לייב אין בראך שוהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:55 pm
בס"ד
אדר א תשפ"ד
"בראך"ניות ובגשמיות..
אינמיטן צענטער פון שטאט, פלושינג מיט בעדפור'ט א שיינער געבוי, רייך און ווייס.
בית בראך.

פארק מיט בעדפארד
לעצט פארראכטן דורך מהודר אום מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

צולייגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:07 pm
@אברהם לייב בורשטיין, זיי מסביר. די ארץ ישראל'דיקע דארפן זיך לערנען נישט צו נוצן אדער די אמעריקאנער יא צו נוצן?

די אמעריקאנער מעגן לערנען פון ארץ ישראלידיגע, נוצן א וואשן ליפע.
איך האב גראדע געזען אין תהילות יואל אדער א אנדערע, אז סאיז דא קליינע שמאטקאלאך ג על ג צו רייניגן דעם גוף, אנשטאט די ליפעס.
מיט זייף איז וויזט אויס א טראומה פון דעם קשר אין די שואה, פון יידישע קערפערס מיט זייף רח"ל, אפשר דעריבער ווארפטמען זיך מיט דעם אזוי

..
אטעטשמענטס
FB_IMG_1707857805280.jpg
FB_IMG_1707857805280.jpg (134.41 KiB) געזען 1463 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:48 pm
די לעצטע מאל איך האב באזוכט דארט איז געווען א אויסוואל פון עטליכע סארט שאמפא און הארטע און לויזע גוף זייף איך גלייב נישט עס האט זיך געטוישט, ווער ווייסט אפשר יא
אדוני.
אויב א גאסט זעהט דאס נישט, איז בעסער לייגן די שאמפא מער אפן. איך ברענג מיט מיר סייוי אייגענע שאמפא בדרך כלל.
[/quote]

די ספעשל מינע, וואס אלע ארץ ישראל'דיגע אידן נוצן אן א מאס?...
[color=#00404 0]
יא... די העד און צ'ילדערן שאמפא....
[/quote]

[/quote]
אין בנין בראך איז דא אויף די וואנט אין די שאוער גאר גרויסע אנזעהבארע קעסטעלעך פון ווי מען קען ארויסקוועטשן די העד און צ'ילדערן שאמפא גענוג און נאך, ווי אויך די פירט פלאס שעמפא און ווי אויך עקסטערע קעסטליך פאר באדי (גוף) זייף.
עס זענען דא אפאר פון יעדע, גאר אנזעהבאר,שיין אנגעצייכענט וועלעכע איז וואס. זייער אינטערעסאנט אז איר האט עס נישט באמערקט.

@פאפקארן האט מיר אריינגעשיקט א בילד
IMG_5099.jpeg
IMG_5099.jpeg (61.29 KiB) געזען 998 מאל
לעצט פארראכטן דורך איצל פיצל אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בנין בראך-איר אייגנארטיגקייט. (נישט קאמפיין)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:21 pm
וואו שאפט מען דאס?

שלומי קליין זאגט אז ער קען נוצן איינס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אברהם לייב בורשטיין
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

פון איין בראך צום צווייטן... שיינע בתי מדרש. גלבשטין בראך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

געווען היינט אין געלבשטין וואס איז בעצם נאך א בראך בית מדרש, מארסי עוועניו.
יא, סדנא דבארך חד הוא.....

מקווה זייער שיין.
געפאקט מיט יידן.
3 דאלאר א טונק אין מקווה.
שאמפא כיד המלך אקעגן די אויגן, וואס האבן נישט קיין גלעזער אינעוויניג כידוע, דער חידוש איזה די האנטוכער באמת ריין, און נישט חוזר וניעור נעכטיגע נוצעריי, נישט געקארגט אויף ריין זייף ביים וואשן די האנטוכער וויזט אויס.

הויך געבוייעט, פאלאץ ממש, ברייט, מיט גענוג פאלאץ אדורך ג'יין צווישן די בענק און טישן, קיינע ליכט אפזונדערונג אין די שטיבלאך, א יונגער עולם האט נאך נישט יארצייטן כמעט...
טאקי די זעלבע סיבה וואס איך האב נאך שחרית געברויכט זוכן א אנדער בית מדרש, טועם זיין עפעס און זיצן דעמאלט לערנען נאכן דאווענען.
נישטא קיין טיש פאר תיקון, קיינע ביסקוויט אויך נישט, דא קומט מען דאווענען נישט פרעסן!
די קאווע אבער בטעמט, וויזט אויס די ארגינאלע טייסטערסצ'ויס.

יינגלעך פאר בר מצוה גייען דא נאך געלט.
דעמאנט מיט 45 יאר צוריק, אין שוהל אין מאה שערים מנחה מעריב, ברסלב אמאליגע, איך זעה וי פון יעדער טיש הויבט זיך אויף א מתפלל און גייטס ארום אלי טישן, שטעקט אויס די הענט צו צדקה...
א קינד בין איך, א תמים, געמיינט אז דאס איזה דער מנהג, האב איך אויך גענומען מאכן א דריי אין שוהל און באקומען גראשן'ס, עד היום ליגט מיר אין קאפ וווער סעהאט מיר געגעבן א גאנצער פונט! פאר סגעווען שקלים.
נו?
וואס טוט מען מיט די געלט?
איך גיי נאך א קבצן, און זעה אז ער גייט זיך קויפן פלאפעל ביי קרישבסקי שוק מאה שערים.... ברוך יעקב קרישבסקי שיחיה א גאון, א סטאלער מיט יארן שפעטער, האט ערפידעט די וועלט באווסטע מאשין וואס מאכן די פלאפעל קניידלך אטאמטטיש, נאר ער האט נישט איינגעשריבן אלץ אייגעננער פאטענט נעבאך.
איך גיי דארט, און אנשטאט וי אלי אוונט גיין בעטן אומזיסטע ברעקלאך פלאפעל וי אלי קינדער, האב איך גערויפט א אייגענע פיטא פלאפעל!!
אזוי אויך מיט רויכערן ציגארעס.. קענט, טיים, איראפע, פון 9 יאר גערייכערט... בי מיין בר מצווה אויפגעהערט רייכערן, געווען א מעלה עשן כל שהוא...
באקומען א טעלעפאן אין מיין כשרע סעלפאן, אנטלויף איך שנעל רעדן אין גאס, פארוואס? יעדער רעדט נאר עברית, פון ירושלים.
קהל פון זייער יונגע לייט, ברויך מען נישט א בית הכבוד אויבן, פריידליך צו געסט,
אטעטשמענטס
פלאפעל קרישבסקי, קינדער בעטן ברעקלאך אומזיסט
פלאפעל קרישבסקי, קינדער בעטן ברעקלאך אומזיסט
FB_IMG_1709069055843.jpg (278.64 KiB) געזען 1074 מאל
לעצט פארראכטן דורך אברהם לייב בורשטיין אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”