אלעס ארום עקסערסייז
די תוצאות פון דעם זענען אז ווען א לעפל פאלט ארויס פון האנט ביי נאכט מאל, אדער די קאצקא פונעם קאווע גליטשט זיך ארויס פונעם נארוואס אויפגעשטאנענע האנט, דארף מען איבערקלערן מער פון איין מאל צו ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג איינצובייגן א גאנץ געביידע פון רמ"ח אברים און שס"ה גידים, צוליב אן פשוטע געבויגענע שטיקל אייזען.
איך ווייס אז ס'איז דא פלעצער וואו מען קען גיין פאר געלט, אבער אויב איינער קען אריינקומען מיט מהלכים, סודות אויב ס'איז בכלל דא, אדער אינסטראקשאנס, עצות וויאזוי אנצוגיין מיט די עקסערסייז, וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך פאר מיר און פאר יעדער וואס וויל זיך האלטן פריש.
דעריבער, וואלט געווען א גרויסע תועלת, טאקע פאר אונזער קרייז, אז דער עולם זאל אריינקומען מיט סיי וואס, וואס קען צוהעלפן דעם אשכול זאל טראגן די ריכטיגע משמעות, און ס'זאל ברענגען צו געזונט.
הצלחה וברכה!
יעדער איז וועלקאם.