ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א מין קעפל דאס.. מקען מיינען אז דער שרייבער פון די שורות לעבט אין מאדים.. קען זיין אבער נישט ממש.

איז אזוי, אינפלאציע ציפט אונז אלע.. סאיז אבער נישטא צופיל צו טון איבער דעם, סאיז א מכת מדינה, הגם מקען קויפן אסאך אויף אמאל אויף באלק און אזוי ארום שניידן די גראסערי קאסטן מיט א שיין ביסל אבער די פראבלעם הייבט זיך אן מיט פראדוקטן וועלכע דארפן א היימישע הכשר און דארטן הערשט א טאטאלע מאנאפאל פון קארגע 5 קאמפאניס וועלכע מאכן אויס כמעט 90 פראצענט פון די גראסערי פראדוקטן און זיי טוען מיטן עולם וואס אימער זיי ווילן. אין די צייט וואס די אלגעמיינע אינפלאציע אין גראסערי פראדוקטן שטייט ביי ארום 12 פראצענט שטייט די היימישע "אזוי גערופענע" אינפלאציע ביי 30-35 פראצענט (!!!) און מיר אלע ביזי מענטשן קענען זיך אויפן קאפ שטעלן.. מיר האבן צוויי ברירות.. אדער יא קויפן אדער נישט קויפן..

איז אזוי. בכדי צו טרעפן א לעזונג צו א פראבלעם דארפן מיר עס קודם קלאר אידענטיפיצירן, ווי די מאמר חז"ל לויטעט; שאלת חכם חצי תשובה. פארוואס טאקע זענען די אידישע פרייזן הויעך? די ענטפער איז פשוט, סאיז דא א מאנאפאל!! די כלל איז בדוק ומנוסה; איינמאל קאפיטאליזם קומט אריין אין בילד ווערן די פרייזן אטאמאטיש געזעצט!!

איינמאל מיר פארשטייען אז די פרייזן פראבלעם באשטייט פון א חיסרון אין קאמפעטישאן איז אונזער לעזונג זייער קלאר; איינשטעלן א מאסיווע קאמפעטישאן אין די עסן אינדוסטריע!! אבער וויאזוי? פאוואליע...

מיר אלע זענען ציגעוואוינט צו ברענד נעים אייטעמס אויף וועלכע מיר ווילן נישט אויפגעבן, איר וועט ווייטער קויפן די JJ קריעם טשיז (בלויז א דוגמה) אפילו די אנדערע זענען ביליגער.. איז וואר? ני ווער איז דער וואס לאזט נישט צו קיין קאמפעטישאן? מיר די קאנסומערס!!! ווער רעדט נאך ווען די אףף ברענד פראדוקטן זענען נישט אזוי געשמאק און נאך טייערער נאך אויכעט ווי די געהעריגע ברענד... ניטאמאל אין חלום זאל עס מיר קומען!!

למען האמת, די ריזן קאמפעניס האבן די גראסעריס ביים קארג אויכעט.. אויב נעמסטו אריין ברענד פלוני קענסטו פארגעסן פון מיין גאנצע רייע פון פראדוקטן און דער גראסערי קען פשוט צישפארן.. אבער סאיז נישט ממש אזוי. און ווער רעדט נאך אויב געוויסע כשרע ברענדס וועלן אנהייבן צו ווערן פארקויפט עקסקלוסיוולי אנליין... מקען נישט ממש סטראשענען קיין גראסעריס.

אמאל האבן די גראסעריס זיך צאמגענומען אויף איין אזא מאנאפאל קאמפעני אין וועלכע א טייל גראסעריס האבן גענומען פון זיין קאמפעטישאן און א טייל נישט.. יענער קאמפעני האט טאקע אויפגעהערט צו סופלייען די גראסעריס וועלכע האבן אריינגענומען זיין קאמפעטישאנס ברענד און די אנדערע גראסעריס האבן זיי רי-סופלייט דורכן ארדערן מער וויפיל זיי דארפן (ברם יזכר האיש לטובה ר' וועלוול גאלדשטיין וועלכער איז געשטאנען דערינטער)..
אלענפאלס, ס'סטראשעט זיך נישט אזוי גרינג די גראסעריס און זיי אליינס ווייסן אז סאיז נישט מער ווי א קאצן שפרינג אז סזאל זיך עפענען אנליין כשרע גראסעריס אדער גאר אז געוויסע נייע ברענדס זאלן זיך אנהייבן פארקויפן עקסקלוסיוולי אנליין.. קיינער וויל נישט איבערציען די שטריק אין א וועלט פון קאמפעטישאן.. אפילו נאר פאטענציאלע קאמפעטישאן.. במילה איז אונזער עצה קלאר: מיר מוזן איינשטעלן קאמפעטישאן אין די עסן מארקעט!!




אקעי גענוג געווען.. לאמיר גיין צו די עצות

1מיר גייען מאכן א ווינט צו קויפן בלויז די אףף ברענד פראדוקטן.. אפילו ווען סאיז טייערער און אפילו ווען סאיז ווייניגער געשמאק!!
מיר האבן גארנישט קעגן די גרויסע קאמפעניס מיר ווילן פשוט צוריק איינשטעלן קאפיטאליזם אין די כשרע עסן מארקעט!!
בלי נדר, מיר וועלן עפענען א פרישע "אףף ברענד אידענטיפיקאציע אשכול" וועלכע גייט אידענטיפיצירן די אלע ברענדס וועלכע באלאנגען "נישט" צו די ריזיגע קאמפעניס און מיר וועלן אדורכגיין אייטעם ביי אייטעם און אידענטיפיצירן די אףף ברענד קאמפעניס (אוואדע האף איך אויף דעם ציבורס הילף, כבין נאר דער מתחיל) און בשם השם נעשה ונצליח.. אויב דער עולם וועט אנהייבן שטיצן די פאר פארבליבענע קליינע קאמפעניס וועט עס זיי ערלויבן זיך צו אויסברייטערן און אין די נאנטע צוקונפט און איינשטעלן א באלאנס אין די כשרע עסן מארקעט.

נאכאמאל. ביטע נישט קוקן אויף קיין פרייזן. לאמיר יא קוקן אויף איינשטעלן קאמפעטישאן און א באלאנס צו די ריזן מאפיא עסטעבלישמענט און זיי פשוט אינטערברעכן דורכן בויען קאמפעטישאן. די ביליגע עסן פרייזן גייען ממילה נאכקומען...!!! ביטע נישט קוקן אויף די פרייזן כרגע.




נאך עצות צו לעזן די עסן פרייזן קריזיס

2לאמיר אנהייבן לעבן סימפל. אפשר קענען מיר אליינס קענען און סטארידזשן פראדוקטן? אפשר קענען מיר אליינס מאכן רוב סאוסעס וכו'?

בלי נדר וועלמיר עפענען א נייע אשכול מיט געכשרטע ווידעאוס פון פראדוקטן וואס מקען אליינס מאכן

לאמיר זיך כאפן אז די סטאנדארט און קאנפערט אין וואס מיר זענען פארכאפט ערלויבט די עסטעבלישמענט צו מאכן פורים פון אונז.. וויפיל פראדוקטן קענען מיר אליינס מאכן און סטארידזשן פאר די יאר און דערצו פאר גאר ביליג? אסאאך!!!!

3לאמיר מחזק זיין די אשכול וועלכע אידענטיפיצירט די זאכן וועלכע דארפן נישט קיין השגחה און אזוי ארום ארויסהעלפן אחינו בני ישראל זיך אן עצה צו גיבן.
אזוי אויכעט, ווער סקען ארויסהעלפן ר' אליעזר קרויס אין זיין קאושער ליסט פראיעקט תבא עליו ברכה




כבין נישט קיין בעליווער איז איינשטעלן וועד'ן, רבנים, עסקנים, תקנות און חרמות... פלעין סגייט זיך נישט אויסארבעטן.. מרעד מיר דא פון רעאליסטישע זאכן וואס איך און אייך קענען שוין "היינט" "יעצט" טון מיט שטוינענדע ווייטגרייכענדע רעזאלטאטן

כבין בעצם מסכים מיט ר' לעיזערן אז מדארף א קאושער ליסט אבער אנפארטשענעטלי.. אפילו אין די מאדערענע וועלט אפערירן בערך די זעלבע פאר קאמפעניס אינטער אנדערע ברענדס.. סאו.. די היימישע עולם דארף אידענטיפיצירן די מינופלירער.. אדער בעסער די "נישט מיניפולירער" די אףף ברענד קליינע קאמפעניס און זיי גאר שטארק שטיצן.


(א ריזן ייש"כ @יקוש פייוויש פארן צישטאנד ברענגען דעם אשכול)
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:29 am, פארראכטן געווארן 10 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מסתמא האט געשריבן:

למען האמת, די ריזן קאמפעניס האבן די גראסעריס ביים קארג אויכעט.. אויב נעמסטו אריין ברענד פלוני קענסטו פארגעסן פון מיין גאנצע רייע פון פראדוקטן און דער גראסערי קען פשוט צישפארן.. אבער סאיז נישט ממש אזוי. און ווער רעדט נאך אויב געוויסע כשרע ברענדס וועלן אנהייבן צו ווערן פארקויפט עקסקלוסיוולי אנליין... מקען נישט ממש סטראשענען קיין גראסעריס.
דאס איז באמת די גרעסטע פראבלעם, איך קוק אלס אויף אנדערע ברענדס, נישטא קיין צופיל גרויסע אויסוואל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7259
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »



@מסתמא, צום זאך ווי שטענדיג.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

חבר אני לכל אשר יעשה
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9143
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
סיו"ן
וַיְהִ֣י פַּ֣חַד ה' עַ֚ל כָּל־מַמְלְכ֣וֹת הָֽאֲרָצ֔וֹת אֲשֶׁ֖ר סְבִיב֣וֹת יְהוּדָ֑ה וְלֹ֥א נִלְחֲמ֖וּ עִם־יְהוֹשָׁפָֽט
--

אוועטאר
דאפלטע ניק
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 4:27 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאפלטע ניק »

יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
וואס עפעס גייט מען צונעמען דיין פרנסה אויב מ'גייט קויפן אנדערע ברענדס ביטע זיי מסביר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

באבע מעשה האט געשריבן:
@מסתמא, איהר האט זייער גוט געשריבן און ס'איז א פראבלעם וואס ציפט די געדערים און ליידיגט דאס קעשענע אבער איהר לייגט עס אראפ ווי כאילו די גאנצע שולד ליגט אויף די קאמפאני'ס און די גראסערי געשעפטען זענען דא די גרויסע נרדפים...
ניין ניין!!

די גראסעריס קעשן פיין איין די מאנאפאל.. די יסוד אבער וואס מדארף טארגעטן איז די עצם מאנאפאל. איינמאל דאס איז ציבראכן וועט די גראסערי שוין נישט קענען לייגן קיין ריזן מארק אפ'ס

מדארף טארגעטן דעם יסוד.. די הויפטקוואטיר פון די פרייזן מיניפולאציע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
טוה מיר א טובה, קיין איין גראסערי גייט נישט פארלירן זיין פרנסה…

די גראסערי ארדער מיט די זעלבע מארק אופ קאסט היינט לערך דאפלט ווי געציילטע יאר צוריק דאס מיינט אז ס׳בלייבט איבער ״דאפלט ריוח״ וועסט מיר זאגן אז די הוצאות פון די גוים וכולהו שטייגט אפשר אויך אביסל אבער דער ציבור וואקסט יעדעס יאר בליעה״ר און יעדע איינציגסטע גראסערי מאכט היינט הערליך פרנסה, די אלע אלמנה חובות ווערט היינט קעיר גענומען פון נדיבים בעם די גראסערי אוניערס האבן פיינע בעל הבתישע קאנטרי הייזער און מ׳קען זיך ערלויבן צו פארן וואקאציע יעדן שני וחמישי סאיז נישט יושר צו זינגען יעצט רחמנות מיט אזוי סאך מער נעט פראפיט ווי ביז לעצטנס

דער ציבור בלוטיגט און אדרבה די גראסערי׳ס דארפן גאר ארויסהעלפן אויב זיי זענען טאקע נישט שולדיג נאר די סופלייער איז שולדיג….
לעצט פארראכטן דורך די נקודה אום דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

מסתמא לאמיר דיך איינפלאנצן גרינע הענטעלעך

כהאלט שוין לאנג אז יעדער זאל זיך מאכן א גארטן מיט אלע מינע וועדזשטעבעלס, סיי סגייט אויסקומען ביליגער און סיי סאיז בעסער פאר די מענטש אלטס די חלק פון לעבן מיט די נאטור.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

נארמאליזעם האט געשריבן:
מסתמא לאמיר דיך איינפלאנצן גרינע הענטעלעך

כהאלט שוין לאנג אז יעדער זאל זיך מאכן א גארטן מיט אלע מינע וועדזשטעבעלס, סיי סגייט אויסקומען ביליגער און סיי סאיז בעסער פאר די מענטש אלטס די חלק פון לעבן מיט די נאטור.
מיין עיקר עצה איז עכט נקודה נאמבער איינס פון קויפן אףף ברענד פראדוקטן

פלאנצן איז נישט קיין שלעכטע פלאן אבער סגעדויערט אזויפיל צייט און הערשט האסטו נישט דערפון ניצן פאר מער ווי 3-4 חדשים מערסטנס.. א חוץ אויב דו ביסט גרייט צו איינגיין אויף ערד גרינצייגן ווי פאטעיטעס און מייערן..

אליינס קענען און מאכן סאוסעס איז נישט אזוי ביטער שווער און הערשט האלט עס פאר זייער לאנג
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע:ווי די טראבעל געשעט

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?
די גראסערי'ס פארלירן גארנישט!
אין מיין שכינות איז דא א קליינע גראסערי וואס האט שוואך ארויפגעריקט די פרייזן, ווען כ'האב געפרעגט די אייגענטומער וויאזוי ער באווייזט דאס צו האלטען זיינע פרייזען נידריג האט ער מיר געזאגט אז ער ריקט נאר ארויף די פרייזן מיט די זעלבע פראצענט ווי די קאמפאני'ס... ומכלל לאו אתה שומע הן....
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קויפן די ביליגערע ברענדס - יא
קויפן אין גוי'אישע מארקעטס אן דעילי בעיסעס - ניין און נאכאמאל ניין!!!
אז מ'וועט קויפן אין גוי'אישע מארקעטס וועט מען שפעטער וויינען אז ס'נישט דא גענוג היימישע גראסעריס
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
קויפן די ביליגערע ברענדס - יא
ניין!! נישט קויפן די ביליגערע ברענדס!!!

נאר קויפן די ברענדס וועלכע ווערן "נישט" געאונט דורך די מאנאפאלי קאמפעניס.. אפילו סאיז נישט אזוי גוט און אפילו סאיז טייערער. דאס איז די לעזונג!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »



ענדליך איינער טוט צום זאך.

@מסתמא, זכות זיכו הרבים בידך.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
קויפן די ביליגערע ברענדס - יא
קויפן אין גוי'אישע מארקעטס אן דעילי בעיסעס - ניין און נאכאמאל ניין!!!
אז מ'וועט קויפן אין גוי'אישע מארקעטס וועט מען שפעטער וויינען אז ס'נישט דא גענוג היימישע גראסעריס
וועלן צוריקקומען די אמליגע גראסעריס, וואס זענען נישט געווארן אזעלכע גרויסע עשירים דערפון, טרעף עפעס א אנדערע סטראשע ביטע
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מסתמא האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
קויפן די ביליגערע ברענדס - יא
ניין!! נישט קויפן די ביליגערע ברענדס!!!

נאר קויפן די ברענדס וועלכע ווערן "נישט" געאונט דורך די מאנאפאלי קאמפעניס.. אפילו סאיז נישט אזוי גוט און אפילו סאיז טייערער. דאס איז די לעזונג!
אאנטשולדיגט, כאגעמיינט די קלענערע ברענדס.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

יידישע קהילות האט געשריבן:
למשל, איך האב א גראסערי, קען איך אפשר פארשטיין פ"וו אייוועלט דארף זיין דער מיטל וואו מ'גייט זיך נעמען צו מיינע ביינער? צונעמען מיין פרנסה?

ווילסט הערן דער נמשל?

לאמיר עס מסביר זיין מיט אן אנדערע משל.

למשל איך בין א טאטע פון 8 קינדער, און איך דארף זיי פיטערן טעגליך, (עכ"פ די טעג וואס עס איז נישטא קיין לאנטש פראגרעם....), און אלע אונזער הייליגער גראסעריס ברענגען נאר אריין וואס עס איז זיי גרינגער, און זיי רעכענען זיך נישט מיט וואס עס איז ביליגער.
און איך פארדין ווייט ווייט נישט גענוג צו דעקן אלע העכערע קאסטן.
קוים מיט צרות האב איך געשטיפט ביז יעצט.

ממילא האב איך נישט קיין ברירה און איך מוז פראבירן צו צווינגען אויף א וועג וואס איך קען (פרעשור בלע"ז) ער זאל זיך יא רעכענען מיט מיר און מיט מיינע גלייכן.

מיט דעם פארשטיין מיר דעם נמשל, אז ווען דו וואלסט ווען געהאט א גראסערי, וואלסטו ווען געקענט זיכן צו פארקויפן ביליגער ברענדס, און שטופן ביליגער, ממילא וואלטן די ביליגערע ברענד'ס געקענט פארקויפן פאר דיר פאר נאך ביליגער, און אונז וואלטן מיר פארדינט דערפון.
Mountain Biker
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:14 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mountain Biker »

מילכיגס ווערט בעסיקלי געאנט ביי איין ברענד, סא וואס איז די לעזונג(לצד אז זיי העכערן די פרייזן און די וועלט אריין, ויש לדין בזה ואכמל).

די אייטעמס וואס האט די מערסטע קאמפעטישן איז קרעקערס.
יעצט איז די שאלה צו ביי דעם איז דא ברענדס וואס האבן נישט געהויבן די פרייזן, אויב האט יעדער געהויבן איז פשט אז די וועסט נישט טרעפן א אף ברענד.


אייטעמס וואס האבן א uo מיט אקאושער ליסט קען ארבעטן.



פארהאן ערליכע היימישע אידן וואס קויפן סיריאל מיט א uo עיין corn chex
זומער וואקאציע Colorado - Utah
[email protected] . http://www.AlpineTravelny.com
אוועטאר
א טיפערע טראכט
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 9:03 am
לאקאציע:אויפן וועלטל

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טיפערע טראכט »

מסתמא! דער עולם איז מיט דיר!

(אפילו די וואס שרייבן קריטיק איז עס פשוט ווייל זיי האבן עס ליב...... באמת האלטן זיי אויך אזוי ווי אונז)
פארקויף מיר נישט קיין לאקשען, איך בין שוין סייווי overweight.

-מיינע מחשבות -
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בעל מדרגה האט געשריבן:


ענדליך איינער טוט צום זאך.

@מסתמא, זכות זיכו הרבים בידך.
גא"מ
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3878
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

Mountain Biker האט געשריבן:
מילכיגס ווערט בעסיקלי געאנט ביי איין ברענד, סא וואס איז די לעזונג(לצד אז זיי העכערן די פרייזן און די וועלט אריין, ויש לדין בזה ואכמל).

די אייטעמס וואס האט די מערסטע קאמפעטישן איז קרעקערס.
יעצט איז די שאלה צו ביי דעם איז דא ברענדס וואס האבן נישט געהויבן די פרייזן, אויב האט יעדער געהויבן איז פשט אז די וועסט נישט טרעפן א אף ברענד.


אייטעמס וואס האבן א uo מיט אקאושער ליסט קען ארבעטן.



פארהאן ערליכע היימישע אידן וואס קויפן סיריאל מיט א uo עיין corn chex
רוב רובם פון די ברענדס זענען אונטער איינס אדער צוויי מאנאפאלירער...

---
מסתמא, קלעווער און מאסיוו. ווי אייביג
געשטימט פאר ראשעק הול
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

אסאך פון די אזוי גערופענע קליינע ברענדס זענען גע'owned דורך די גרויסע ברענד און זיי נוצן גאר די קליינע ברענד אונטערצוהאקען די קלענערע קאמפעניס, לדוגמא

Givat is a Mehadrin brand
Glicks is owned by the same owner of Gefen (kayco)
Lakewood Farms is a Golden Flow brand
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7872
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ווען די גראסעריס זאלן נאר לייגן די פרייז פאר יעדע אייטעם אינטער דעם אזווי אמאל וואלט גוט געווען, צו לויפן מיט יעדע אייטעם צום סקענער איז יענע חתונה.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מקווה איד האט געשריבן:
ווען די גראסעריס זאלן נאר לייגן די פרייז פאר יעדע אייטעם אינטער דעם אזווי אמאל וואלט גוט געווען, צו לויפן מיט יעדע אייטעם צום סקענער איז יענע חתונה.
ניין.. מיר רעדן אויסדריקליך נישט פון שאפן פרייזן. מיר רעדן פון שאפן ברענדס/קאמפעניס

דאס דארף צו זיין רעלאטיוו גאנץ גרינג
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”