שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אהההה....... אביסעלע רואיגער...
יעצט דארף מען נאך וויסן ווער האט זיי אנטדעקט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

העי! לא נגמר עד שנגמר.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4918
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אקעי. סא, וואס האט די זוהר פעיפער מיט די צוויי וואס נעמען זיך דאס לעבן אין מדינת ישראל? און וואו איז דער אלטער קארל מיט די באטל? און ווער האט אויסגעשטאכן די רעדער פון נתי?
אוי כ'פרעג זאכן וואס מ'ווייסט שוין.
עניוועי, שיק.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

חברה, אונז זענען נאך ווייט פון פארטיג.

מיט א רואיגקייט...
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

ברק, ארץ ישראל. תש''פ.

שמעון האט ארויסגענומען דעם צעטל וואס זיין טאטע שלמה אהרן האט אים געגעבן, און אנגעהויבן פארליינען וואס די ווערטער וואס ר' מנחם האט אים געזאגט אין יענעם לעצטן טאג:

"תש''פ איז א גורל'דיגער יאר!

ווי באקאנט פאר די יודעי חן ווייזט די אות פ' אויף חרון אף בכלליות און בפרט אין צורה פון א מגיפה. אין יאר תש''פ וועט פארקומען א מגיפה איבער דער וועלט, עפעס וואס וועט שעדיגן אסאך מענטשן. דער מגיפה וועט קומען פון די ווייטע קאמוניסטישע אפיקורסישע כינע און שעדיגן די וועלט.

אויב אידישע קינדער וועלן אויך ליגן אין אפיקורסות דאן, וועט עס זיין א שוידערליכע גזירת כליון אויף כלל ישראל. כל זמן שיש עבודה זרה בעולם חרון אף בעולם, דער חרון אף אין צורה פון א מגיפה וועט באטרעפן דוקא די אידישע קינדער חלילה און זיי אומברענגען איינס ביי איינס רח''ל, און עס וועט איבערלאזן נאר א הייפעלע אידן אין א ווינקל כדי צו איינהאלטן די שבועה אשר נשבע לאבותינו, אבער רוב כלל ישראל וועלן אומקומען אין דעם ביטערן גזירה ח''ו רח''ל.

דער גזירת כליון וועט ווערן אויסגעפירט דורך א גוי וואס האט אין זיך א ניצוץ פון דעם קליפה וואס ווערט גערופן 'סיסרא', טאקע דער וואס האט געוואלט הרג'נען אלע אידן אין די צייטן פון דבורה הנביאה, און דער וואס שטייט נאך ביז היינט אויבן און פרובירט צו מעורר זיין א גזירת כליון אויף כלל ישראל ח''ו. דער דאזיגער גוי וועט אויך קומען פון דער זעלבער ארט פון וואו סיסרא איז געקומען און ער וועט זיין אן אייניקל בן אחר בן פון יענעם סיסרא.

אבער אויב וועט דעמאלטס פארקומען א גרויסע התעוררות תשובה פון אידישע קינדער בכלל, און בפרט פון אידן וואס זענען שוין אריינגעפאלן אין די אפיקורסות וואס וועט דעמאלטס ריען אויף דער וועלט, איז אויב וועלן אזעלכע ווייט פארקראכענע אידן תשובה טון מיט אן אמת און אנערקענען אין די אמונת השם און אין די אמת'דיגקייט פון די תורה, דאן וועט מען מיט דעם צורייסן די ביטערע גזירה און דער מגיפה וועט אויפגעטוישט ווערן און פארשפרייט ווערן אויף די אומות העולם. כלל ישראל וועט ליידן דערפון נאר מינדליך און אויף א קליינע פארנעם, און דאס אליין וועט אויך מעורר זיין צו תשובה אסאך אידישע קינדער.

און יעצט פערזענליך צו אונז, האט מיין רבי ר' שלום מיר מגלה געווען, אז איך מנחם פארמאג אין מיר א ניצוץ פון דער שופט ברק בן אבינועם, און דער רבי ר' שלום פארמאגט א ניצוץ פון דבורה הנביאה, וואס דערפאר טאקע זאגט ער אזויפיל נבואות און עתידות פאר אידישע קינדער.

דעריבער, אין יענע צייט ווען דער גזירה וועט נתעורר ווערן, וועלן לעבן אויך מיינע אייניקלעך, און בפרט איין געוויסע אייניקל, וואס אזויווי ברק איז געווארן אויסגעקליבן צו זיין הייליגע עבודה צוליבן ברענגען צדקה פארן בית המקדש ווי חז''ל דערציילן אונז, אזוי אויך וועט יענער אייניקל זיין א גאר גרויסער בעל צדקה און בעל חסד. בפרט אין יענער צייט וועט ער עוסק זיין אין א גאר גרויסער מצוה פון צדקה וואס דאס וועט טאקע מגין זיין אויף כלל ישראל, צדקה תציל ממות, און טאקע פון יענעם ארט וועט קומען דער ישועה.

אויך אן אייניקל פון ר' שלום לעמבערג'ער וועט האבן א שייכות מיט דער מצוה און ארויסהעלפן מיט דער גרויסער זכיה צו ראטעווען כלל ישראל פון פארניכטיגונג.

לאמיר אוודאי האפן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און כלל ישראל וועט דעמאלטס תשובה טון כדבעי און ווערן געראטעוועט דערפון".

שטיל.

אלע זענען געזיצן פארגאפט און ערשטוינט, ממש אפענע נבואות ווארט ביי ווארט פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון אין די לעצטע יאר צייט, אלעס שוין פאראויסגעזען מיט א אכציג יאר צוריק, און אויך אנטפלעקט די סודות וואס עס האט זיך אפגעטון דא אינטער די קוליסן אויבן אין הימל.

אויב האט מען געמיינט אבער אז מען ווייסט שוין אלעס האט מען געזען עס איז נאך דא לאנגע וועג צו גיין.

פלוצלינג איז נתי אויפגעשפרינגען פון זיין זיץ איז אויסגעשריגן "ענק כאפן נישט נאך א פרט דא, דער נבואה פירט אויס אז דעם לעמבערג'ערס רבי'נס אייניקל וועט אויך ארויסהעלפן דא, איך בין אן אייניקל פון דעם צדיק!".

שאק!

און דאן פון דער אנדערער זייט צימער האט נאך א מאן אויפגעשפרינגען פון ארט און אויסגעשריגן "איך בין דאך אויך אן אייניקל פון דעם צדיק פון לעמבערג". געווען איז דאס נפתלי, מרדכי'ס חבר, וואס האט געהאלפן אויפגראבן דעם פראיעקט.

"און אינטערעסאנט" האט מרדכי אנגעמערקט נאך א אזוי גערופענע קא-אינצידענט "אונזער משפחה האט אלע יארן געלעבט טאקע דא אין דעם מושב ברק, א מושב וואס ווערט גערופן אויפן נאמען פון ברק בן אבינועם, און איז גלייך נעבן דעם ארט וואו מיר האבן אלעס געפינען. זעט אויס אונז האבן אלץ געשפירט אז דא ליגט עפעס וואס האט א שייכות צו אונז".

דער ציבור האט נישט געקענט קומען צו זיך פון אזעלכע אפענע אנטפלעקונגען. יוסי איז געזיצן אויבן אן און פון זיינע אויגן האבן גערינען טרערן, און אלע ארום האבן מיטגעוויינט א בכיה של שמחה זעהענדיג וואספארא זאכן עס טוען זיך אפ פאר זייערע אויגן. אלע זענען צוריק אל חיק אביהם שבשמים און אויף אזעלכע וואונדערליכע וועגן, און זיי האבן געהאט די זכיה צו ראטעווען כלל ישראל פון כליה.

פלוצלינג האט שלמה אהרן געגעבן א פרעג יוסי "יוסי, האסטו נישט פערצופאל נאך א זון מיכאל? געדענק איך גוט? און אויב יא, וואו איז ער? האט ער שוין אויך תשובה געטון?".

יוסי'ס האט פארמאכט זיינע אויגן און געזאגט שטיל קרעכצענדיג "אוי... מיכאל...".
חחח...
קוסקוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2022 10:23 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוסקוס »

אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

אזא צייט אין א בוק קוק איך שוין וויפל נאך פארזעצונגען ס'איז, אין ווען כ'גיי שוין וויסן אלע סודות.

נא! מעכל וואס איז די נמשל!!
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

מושב ברק, עמק יזרעאל. תש''פ.

עס האט גענומען א מינוט ביז דער עלטערער יוסי האט געקענט קומען צום ווארט, מען האט געזען ווי ער ווערט פארשוועמט אין אלטע זכרונות און ער פרובירט צו דערציילן דערפון וויפיל מעגליך:

"ליידער דעמאלטס האב איך דער ערשטע מאל עכט איינגעזען אז איך פארפאר שוין אינגאנצן" האט ער אנגעהויבן פון דער ענדע.

"אין דער אנהייב נאך מיין ארויפקומען קיין ארץ ישראל און חתונה האבן, האב איך ליידער אסאך געפרעדיגט מיינע קינדער קעגן די אידישע פאלק און די אידישע רעליגיע, גאר אסאך ליידער.
ביז ביז איינע פון מיינע קינדער, טאקע דער מיכאל, האט גענומען פאקטישע שריט דערין. ער האט זיך אריבערגעצויגן קיין דייטשלאנד, חתונה געהאט מיט א פאלנער גויטע א טאכטער פון א נאצי, און אפילו געגעבן פאר זיין זון א נאמען נאך דער ארכי מערדער אדאלף היטלער. עפעס וואס אפילו איך מיט מיין גאנצע שנאה און האס צו אידישקייט האט דאס שוין נישט געקענט אראפשלינגען".

יוסי האט נישט געקענט ווייטער רעדן נאר אויסגעבראכן אין א יאמערליכע געוויין, א געוויין פון חרטה און צובראכענקייט.

"דו ווייסט וואו ער איז היינט?" האט שלמה אהרן געוואלט וויסן, עפעס א געפיל האט אים געזאגט אז דער ישועה פאר די משפחה דארף צו זיין א גאנצע און מיכאל אויך א טייל דערפון.

"ניין, איך האב נישט קיין אהנונג" האט יוסי קלארגעשטעלט מיט א קול פיל מיט ווייטאג.

די פארזאמעלטע אויפן ארט האבן ווייטער געשמועסט צווישן זיך געשמאק און איבערגעגאנגען די אלע וואונדערליכע אנטפלעקונגען ביז אהער, ווען פלוצלינג האט דער טיר זיך געפענט.

"מיכאל!!!!" האט יוסי אויסגעשריגן.

טראץ וואס ער איז שוין געווען עלטער מיט פערציג יאר זינט ער האט אים די לעצטע מאל געזען האט ער אים דערקענט אין א סעקונדע. ווייל א טאטע בלייבט א טאטע.

קארל - מיכאל האט אריינשפאצירט אין זאל, ער איז גלייך צוגעלאפן צו זיין אלטן טאטע און אים ארומגענומען מיט געוויין און בענקעניש. אזוי זענען זיי געליגן איינער אויפן צווייטן פאר צען מינוט.

דאן האט ער אויפגעהויבן זיין קאפ און האט זיך ארומגעקוקט אויף אלע זייטן באטראכטענדיג דעם מאדנעם פארזאמלונג דא. "וואס גייט דא פאר?" האט ער געוואלט פארשטיין "וואס זוכן דיזע מענטשן דא ביי דיר טאטע?" האט ער געפרעגט.

"אה..." האט מרדכי זיך אריינגעמישט און אנגעהויבן מסביר זיין "דאס איז א לאנגע לאנגע מעשה, זעץ דיר אראפ נעבן מיר, איך בין דיין ברודער מרדכי, לאמיר אינאיינעם שמועסן".
חחח...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נישט צום גלייבן אז איך ליין א נאוועל!!!!

האלאו!!! דא לאזט מיך ארויס פון דא????
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

אינטערנאציאנאל. אדר תש''פ.

אנהייב יארע 2020 איז די גאנצע וועלט געווארן אויפגעטרייסעלט און געטוישט פאר אייביג, ווען א מיסטעריעזע טויטליכע וויירוס ארויס פון וואהאן טשיינע האט אנגעהויבן זיך פארשפרייטן גלאבאל און אריינגעווארפן אין פאניק ביליאנע איינוואוינער אויפן ערד קוגל.

לענדער האבן פארשפארט זייערע גרעניצן, מענטשן האבן זיך איינגעשפארט אין די הייזער, שטעט האבן פארשפארט געשעפטן און שולע'ס, פליגער'ס האבן זיך נישט געהויבן, איבעראל האט מען זיך געדרייט פארמאסקירט און זאגאר מיט הענטשוך.

די עיקר פאניק האט אנגעהאלטן די ערשטע צוויי חדשים, דערנאך האט עס אביסל נאכגעלאזט אבער די מגיפה האט ווייטער געבוזשעוועט מיט א שטארקייט, און יעדע מאל מען האט שוין געמיינט עס איז שוין געקומען צו אן ענדע האט ער נאכאמאל אנגעהויבן מיט א פרישקייט אין א פרישע כוואליע.

דורכאויס די צוויי יאר פון תש''פא און תש''אף זענען געווארן אנגעשטעקט דערפון כאטש 600 מיליאן מענטשן, און געשטארבן דערפון זענען בערך פינף מיליאן.

ליידער זענען אויך אסאך אידן אוועקגעריסן געווארן פון אונז פריצייטיג דורכאויס דעם מגיפה, אבער ווייניג האבן געוואוסט וואספארא המתקות און דערלייכטערונגען עס זענען געווען דערין. פון א כמעט גענצליכע גזירת כליון אויף כלל ישראל האט עס דערגרייכט צו די נידריגע ציפערן פון אומגעקומענע און אלעס אין זכות פון תשובה און די זכות פון צדיקים.

די טרוביטשע חסידים האבן שפעטער אויסגעטייטשט אז דער גרויסער מעמד תפלה ותשובה האט א געהאט א שייכות מיט דער מגיפה, אבער באמת איז געלעגן דערין פיל מער וואס זיי אליין האבן אויך נישט געוואוסט.
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

עפילאג

ישוב 'כלל ישראל'. תשפ''ב.

א טומל און געפילדער טוט זיך דא, טויזנטער היימישע אידן באלאגערן דעם שטח פון די נייע ישוב אין עמק יזרעאל, א שמחה און עקסטאז נעמט ארום אלע צוקונפטיגע איינוואוינער פונעם ישוב בפרט און כלל ישראל בכלל, א פרישע ריזיגע ישוב פון פרומע אידישע קינדער ווערט דא יעצט באנייט און די ערשטע הייזער ווערן נארוואס באוואוינט.

א ריזיגע חנוכת הבית ווערט יעצט געפראוועט. דער אויבן אן ווערט שוין פילער און פילער, מערערע אדמורי''ם און רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זייערע חסידים און תלמידים וועלן זיך דא אריינציען בקרוב באזעצן זיך אויפן אויבן אן, און אסאך עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן מיט די לאנגע פראצעדור ביז אהער באקומען זייער פארדינטע כבוד מיט זייער זיץ אויפן מזרח וואנט.

די צוויי הויפט מחותנים שמעון און נתי לויפן פון איין ווינקל צום צווייטן פיל מיט עקסטאז און אויסטערלישע פרייד, שמעון איז אינגאנצן באנומען אז מען האלט שוין ענדליך דא, אזויפיל דראמאטישע איבערלעבענישן און מיסטישע פאסירונגען איז ער אריבער ביז אהער אזש מען וואלט ווען געקענט שרייבן א גאנצע בוך דערפון וואס קיינער וואלט ניטאמאל געגלייבט עס איז וואר און קראנט, און ענדליך האלט מען שוין אבער דא ווען די פרייליכע אידישע עלטערן וועלן קענען זיך אריינציען אין די ברייטע הייזער און אויפציען א אידישע שטוב מיט א רחבות. "זה חלקי מכל עמלי" מורמעלט ער צו זיך.

אין די זייט אויף א ווינקל געפינט זיך א קליין טישל וואו עס זיצן עטליכע מענטשן וואס האבן נישט אין פלאן דא זיך אריינצוציען, אבער האבן א גרויסע שייכות מיט דעם פראיעקט. דאס איז געווען די צוויי ברודער ר' מיכאל און ר' מרדכי - צוויי אידן וואס זענען מדקדקים בקלה כבחמורה און אויך יעצט אין שנת האבילות נאך זייער זעליגער פאטער און בעל תשובה ר' יוסף, אויך זענען געזיצן דארט ר' נפתלי, און זייערע קינדער און אייניקלעך.

אינמיטן די העפטיגע הכנות צום מעמד האט שמעון געגעבן זיך א שטעל אפ ביי דעם טיש און זיך געגעבן א רוף אן צו זיי "מענטשן מיינען אז דער ישוב הייסט 'כלל ישראל' וויבאלד עס נעמט אריין אלע סארט אידן דערין, אבער אונז דא ווייסן אז עס הייסט אזוי אויך ווייל דער דאזיגער מצוה פון צדקה און די פילע תשובה וואס איז ארויסגעקומען דערפון דאס האט געראטעוועט כלל ישראל פשוטו כמשמעו, אזא ישוב דארף טאקע הייסן כלל ישראל".

אלע האבן צוגעשטימט און שטילערהייט זיך ארויסגעלאזט אין א באשיידענעם אבער טיף באדייטענדעם טענצל אויפן ניגון 'חסדי ה' כי לא תמנו' און 'הטוב כי לא כלו רחמיך'.
חחח...
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

יישר כח @מעכל! אין מילם!!!
-
די שאלה איז ווער ס'האט אויסגעזאגט פאר די פאליס אז זיי פלאנען דעם וויירוס?
די?
אויב יא מוזן מיר זאגן א עקסטערע שכח...
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע:Kollel

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

פימזען האלץ האט געשריבן:
יישר כח @מעכל! אין מילם!!!
-
די שאלה איז ווער ס'האט אויסגעזאגט פאר די פאליס אז זיי פלאנען דעם וויירוס?
די?
אויב יא מוזן מיר זאגן א עקסטערע שכח...
קארל
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כא כא כא כא כא!





מ-ש-ו-ג-ע-נ-ע-ר
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

wow wow שטא קיין ווערטער אויף די רייד וואס מ'קנעכל האט אונז גענומען, אנבליוועבל טעלענט!!
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע:צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.

טענקס מעכל, זייער פיין געוועזן.
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

וויאזוי זאגן זיי..
כ'דריי מיך נישט אין פארברענגען אבער אז כ'בין שוין יא אריינגעפאלן מיז איך שוין שרייבן....
כ'מאך עס גוט!!!

הערליכע מעשה מיך געהאלטן געשפאנט פאר אפאר טעג.
טענקס מעקנעכל.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5059
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

קוקט אויס אז און א עכטע מעשה איז נישט דא קיין יו עף אוס.
----
מקנעכעל, א ריזיגע שכח כהאב זייער הנאה געהאט.
האסט געשריבען די מעשה אויף איינמאל?


ווי איז היינט אדאלף פאוטשי?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל, געשפינט א געשיכטע פאר אונזערע אויגן.

שכוח מעכיל
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

דיין כוח הדמיון איז קריעטיוו און דיין שפּראַך איז זייער זייער גוט.
ש'כח פארן צושטעלן אזא מעסטער פיעס און אנהאלטן סטעדי מיטן נישט אויסציען די נערווען.
קענט וועיט פאָר די נעקסט וואן...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזא הערליכע שפין וועב אזוי שיין צוזאם געפאלכטן.. געהאלטן געשפאנט אנגעצויגן הונדערטע ליינער'ס

יישר כח טייערע מעכל האט גוט גענאגעלט דער גאנצע חבריא קדישא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

פאלעסיידס האט געשריבן:
קוקט אויס אז און א עכטע מעשה איז נישט דא קיין יו עף אוס.
----
מקנעכעל, א ריזיגע שכח כהאב זייער הנאה געהאט.
האסט געשריבען די מעשה אויף איינמאל?


ווי איז היינט אדאלף פאוטשי?
1) אגב האביך געהאט א ערנסט אין פלאן צו אריינמישן יו עף או'ס.
די איינציגסטע פלאץ מען טרעפט א מעגליכע רמז דערפאר אין די תורה איז ביי די שירה פון דבורה הנביאה, אורו מרוז, דבורה שעלט די שטערן מרוז אז ער איז נישט געקומען העלפן די אידן ביי די מלחמה, וואס געוויסע טרעפן א רמז אז מען רעדט דא צו די עליענ'ס פון דער שטערן... האביך געהאט אין פלאן אז יעצט וועלן זיי העלפן אפשטעלן דער לארענצא און מתקן זיין וואס זיי האבן דעמאלטס נישט געטון...

אבער וואס קעניך טון, א עכטע מעשה קען מען נישט פארדרייען פון די פאקטן...

----
2) דער פלאן דערפון האביך געהאט פון דער ערשטער מינוט ווי שוין געשריבן דא, אבער עס אפגעשריבן איז עס געווען קאפיטל ביי קאפיטל און עס אזוי געלייגט. שטייצעך ס'צוגעקומען מערערע געדאנקן אינדערמיט.

----
3) אדאלף איז דאך געווען א ריינע גוי פון זיין מאמע'ס זייט. ער האט ב''ה געפייגערט דארט אין חיפה איבערלאנדיג זיין אידישע טאטע ריין פון גוי'שע קינדער.
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

יישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה און פלאג און מיר באדאנקט פאר מיין מיה און פלאג...!!

--
מנהלים, ביטע טוישן די קעפל, ס'שוין נישט איינגעהילט אין מיסטעריע און די שפאנונג איז שוין פאריבער.
חחח...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע:קעגן איבער

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

איינער פרעגט מיר אין אישי פארוואס לארענצא האט אזוי שטארק געוואלט די ישוב זאל זיך נישט אויסארבעטן?

כאב פארגעסן צו ארויסברענגען דער חלק אז ער האט געשפירט עפעס אינערליך אז דער ישוב וועט אים צושטערן זיין גאנצע פלאן. ער האט ערגעץ וואו אינדערמיט געדארפט זיך אויסדריקן אז עפעס זאגט אים זיין געפיל אז דא ליגט א מלחמה מיט זיין פלאן. און אזויווי די גאנצע געשיכטע איז דאס אויך געווען א מיסטישע געפיל וואס זיין קליפה האט אים געגעבן צו זאגן...
חחח...
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: שפאנענדע געשיכטע: איינגעהילט אין מיסטעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

מעכל, עכט א קונץ פון אייער זייט! איז זענט עפעס איין שטיק טאלאנט!

קום אריין קלאר, ווי לאמג שרייבסטו שוין די פארזעצונג? האסטו שוין געהאט אנגעגרייט פון פריער די נעקסטע קאפיטל?

מאך א ביאיינד די סעינס.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”