נייע ביזנעס איידיע (Invention \ patent בלע"ז)

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

ארפכשד, איך בין דא געווען איך בין שוין אבער אפען וועג ארויס, ער גייט און גייט גייט ...... הערסט מיר? איך בין שוין נישט דא! ביי. אייל בי בעק עראונד פייף....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

און איצט ליבע משתתפים בעק טו ווארק, שכויעח פאר די הערות ומהיום והלאה העל איך טאקע פריוון צו מאכן מיינע שורות מיט מער פאראגראפן בכדי עס זאל נישט קריכן פון די נאז לעכער און זאל זיין מער לעזבאר פאר די קרעטשמע טרינקער. און נאדיר טאקע שוין צוויי האקעס אויפן ENTER באטען אלטס תשובת המשקל

איינס...

צוויי...

שוין מיר זענען געבליבן דארט ווי איך האב מיך אנגעשטויסן און א געלד-צאפער קאמפעני, און ווי זיי האבן געמאכט דאס גענאר פון מיר, אבער איידער איך וועל ממשיך זיין מיטן כראנלאגישן סדר לאמער זיך אפשטעלן און פארשטיין געבן די קאנצעפט פון אן ענווענטש"ן, דאס אנהייב און ענדע דערפון.

דאס געבורט פון אן איידיע

קודם א קליינע הקדמה. ס'איז פארהאן צווישן אונז אן א שיעור מענטשן פאס פארמאגן אן אומבאשרייבליכן מתנה – געבענטשט פון הימל, וואס ווערט אנגערופן בלשונינו 'א ברייטע פאנטאזיע', די יעניגע זענען בדרך כלל תמיד בשמחה שטענדיג וועט מען זיי טרעפן מיט א שמייכל אויפן געזיכט, צו פארשטיין די עמקות דערפון איז זייער פשוט, ווייל אין תוך גענומען קענען כמעט אלע עפעס פאנטעזירן, נאר וואס דען א קליינע פאנטעזירער אויב גייט ביי אים עפעס ח"ו נישט אזוי איי איי איי, הייבט ער באלד אן טראכטן און דמיונ'ן ווי ארג די מצב קען אים נאך ווערן, און די פאנטאזיע טאבע פאנגט זיך אן קייקלען בארג אראפ לויפט אדורך ווילדע גראזן און דערנאר ביז ס'פאלט אריין אין וואסער מיט א הילכיגן פלאטשקע. דער אויבנדערמאנטער פאלט אריין אין א מרה שחורה דערנאך אין א לייכטע דעפרעסיע, אן אנגעצויגנקייט ווערט פארשפרייט אויפן געזוכט און זה הוא - דאס איז עס.

יעצט אבער לאמיר גיין צום 'ברייטן פאנטעזירער' מיט אים איז שוין די מעשה גאר אנדערש, ווי שלעכט עס זאל אים במציאות זיין, איינמאל ער שפאצירט אריין אינעם עולם הדמיונות קען ער גאר שווער ארויס פון דארט, טא וואס פעלט אים דען, ער איז דערין ראשו ורובו אזוי אז ער שפירט בכלל נישט ווי ער פאנטעזירט, ער דערגרייכט די העכסטע דרגות וואס די פאנטאזיע ערלויבט, און טאקע דערפאר איז ער שטענדיג בשמחה אפי' ווען ער וועקט זיך אויף פונעם פאנטאזיע ווייל זיין מוח ווירבלט אלטס מיט אן אנטוזיאסטישקייט אויף א בעסערן מארגן, און ער פארמאגט די כלים שוין איצט צו האלטן (נאר במחשבה פארשטייט זיך) ביים ציל וואס ער גארט אזוי צו עררייכן, דערפאר אפי' ער פאלט דורך מיט איין פריעקט הייבט ער נישט די הענט אויפגעבענדיג נאר שטעלט זיך אויף און גייט ווייטער, און סוף כל סוף קומט ער טאקע אן. ווארום ער דארף נישט קיין ארקיטעקט וואס זאל אים פארשרייבן א בלופרינט, ער האט דאס אלעס אויסגעשטעלט ביי זיך אין מח, און ווען אימער ער וויל קען די מח האלטן און איין שפייען ריזיגע פאוסטער סייז בלו פרינטס פון אלע סארטן, און אז איין ביזנעס גייט נישט כדבעי נעמט ער זיך באלד צום צווייטן און צום דריטן.

יעצט. איך בין נישט מסופק אז פאר טייל ליינער איז שוין זיכער אמאל און א גוטע מינוט בייגעפאלן עפעס א גלענצענדער אויסערגעווענליכע אויסטרעף – איידיע, זאל עס זיין א ביזנעס סארט איידיע א ניי בייפאלנדע צוגאנג פון טון ביזנעס, אדער גאר א פראדוקט צו אינווענטן וואס זאל פארנעמען דאס אויבן אן אין די געשעפטן, איך שפיר ווי מאנכע הייבן אן שפירן היימיש, טייל הייבן אפי' אויף די הענט, אנדערע שעמען דיך נאך, מ'הייבט זיך אן דערמאנען פון דאס און יענץ וואס מען האט אמאל געקלערט פון אינוועסטירן גערעכט? אוודאי יא, אבער ביי טייל ענדיגט זיך דאס נישט דא, מען פאנגט אן זיך מעמיק זיין אונ'ם אויסטרעף, במחשבה מאכט מען דאס שוין, עס באקומט שוין א פנים אזוי און אזוי די קאליר און די שעיפ, ביז מען זעט דאס שוין און די געשעפטן, רוב מאל לאזט מען לויפן וויכטיגע זאכן און מען ווערט צוגעבינדן צום איידיע מיט'ן גאנצן הארץ און וועזן, מען קען שוין נישט שלאפן ביינאכט, מען שפירט זיך גליקלעך ביז גאר, אבער מיין טייערע פריינט שטעל דיך אפ א מינוט, דער מענטש באגרייפט נישט ווי ער האלט, ער האט איצט גענדיגט די ערשטע און גרינגסטע חלק פונעם אינווענטש"ן פראצודור, אויפקימען און טראכטן פונם איידיע- דאס אלעס.

וואס ווייטער? – מארקעט ריסערטש

צום ערשט, וויאזוי ווייסט מען אז די שטורעם איידיע וואס האט אים אריינגעבליצט איז ראוי לעלות על שלחן מלכים ?, אז מיר פאלט ביי עפעס א נייע סארט קאר אויסשטעל פון דריי רעדלעך, די טיר אויפן דאך, און אנשטאט רויטע לייטס פון אונטען זאל זיין בלויע (אגב דו ווייסט יא פארוואס אלע קארס פארמאגן נאר רויטע לייטס פון אונטען ???) קען מען דאס שוין פעטנעטירן און ארויסשטעלן אונעם יערליכן קאר שוי? די ענפער איז קליפ און קלאר - ניין. נאר וואס דען, די סטאטיסטיקטס צייגן אז 80 פערצענט גוטע בייפעלער קומען פון אזעליכע וואס ארבייטן אדער זענען פארטון אינעם פעלד וואס האט שייכות מיט זייער אויסטרעף, ווי למשל אן עלעקטערישן פלעגט אפט כאפן א שאק ביים פאריכטן לעבעדיגע דראטען, איז אים בייגעפאלן צו מאכן א קליין מאשינקעלע וואס קען טעסטן די לעבדיגקייט פונ'ם ווייער א.א.וו.

און צום פאנטעזירער נאך א כלל גדול ביים אויפקומען מיט אן המצאה. נישט וויל דו האסט נאכנישט געזען אזא באגריף מיינט דאס אז ס'איז נאכנישט פארהאן!, מענטשן האבן געארבייט אויף פריעקטן חדשים לאנג און אנקומענדיג צום ינייטעד סטעיטס פעטענט אפיס וועלענדיג דאס פעטענטירן זענכן זיי געוואר געווארן אז כבר הי' לעולמים איינער אזא חכם ווי ער איז שוין אויפגעקומען דערמיט. איי פארוואס איז דאס נישט און די געשפעטן?, איז פארהאן דערפאר אפאר תירוצים 1. פונקט דארט ווי דו האסט דאס געזוכט איז עס נישט געווען, 2. דער אינווענטער האט בלויז ארויפגעלייגט א פעטענט דערויף אבער האט נישט געהאט די פאנדינג דאס ארויסצוגעבן בפועל לעיני העולם, 3. די געדאנק קען זיין פיין אבער קיינער וויל נישט אינוועסטירן דערין וויבאלד מען קען דאס צוליב געוויסע סיבות נישט פעטענטירן (ווי מיר וועלן נאך בעז"ה שרייבן דערוועגן).

איז ווען עס פאלט איינעם ביי עפעס א גוטס ווי אזוי ווייסט מען צו מען קען זיך ריקן פאראויס דערמיט?.דא גייט מען צו צום צווייטן סטעפ אונעם פראצודאר וואס ווערט אנגערופן 'מארקעט ריסערטש', דאס איז געמאכט זיכער צו מאכן אז מען גייט נישט דא ווארפן געלט אין מיסט, און אז עס איז נאכנישט דא די געדאנק אויפן מארקעט און אז קיינער האט דאס נאכנישט פעטענטירט.

אבער איידער מיר גייען פארשטיין געבן וויאזוי מען מאכט די ריסערטש, איז גלייך צו האבן די קאפ אויפן פלאץ און פארשטיין דאס פשוטסטע אז א בייפאל וואס קען בייפאלן א זעקס יעריגס און איז אזוי פשוט ווי די רעסעפי פון זאלץ וואסער, איז קיין בייפאל נישט, וועלכער חדר אינגל קען נישט רעכענען 1+2, נאר אזא איידיע וואס אויפן ערשטן בליק שטארצט דאס ארויס פון צווישן אנדערע, דאס איז שוין עפעס וואס ברויך באטראכט ווערן פון די נאנט.

האטס מיר און זייטס מיר, און אי"ה מארגן וועט מען דן זיין וויאזוי מען מאכט טאקע מארקעט ריסערטש.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

להוי ידוע אז כ'האב געוואלט שרייבן ווייטער איבער מארקעט ריסערטש, נאר וואס דען איך זעה אז ס'איז נישט פארהאן קיין קונים דערפאר, על כן ה'על איך איצטערט נעמען ערלויב ביז ס'וועט זיך צושארן פרישע קאסטעמערס.

אבער דאס וועל איך יא טאן, אלטס פוסק הדור קען איך נעמען אויף מיינע ברייטע פלייצעס צו ענפערן אלע אנפראגעס וואס איינער האט בנוגע אונזער געשרייבכטס, על כן ווער עס האט עפעס א קשיא קען פרעגן און כ'וועל פארבירן צו ענפערען און פארשטיין געבן לפי עניות דעתי ושכלי הקטן!!
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

פון וואנעט ווייסטו אז ס'איז נישטא קיין קאסטומערס?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זאג נאר צדיק, דאס האט איר דערשמעקט מיט אייער ביזנעס קאפ אז ס'איז נישטא קיין קונים דערפאר? כ'מיין אז אויב יא, דאן האט איר זיך נאך אויך וואס צו לערנען.

און אין ביזנעס וועל איך מיך לאזן לערנען פון אייך, אבער אין שרייבן תגובות און ארטיקלען וועט איר זיך לערנען פון מיר, דאן דיעל?

מ'שרייבט און מ'שרייבט לטובת הציבור, נישט קיין חילוק צו איינער שרייבט אז ער האט הנאה צו נישט, יא מ'מעג בעטן שכוחות, איך בעטעס אויך אפט, אבער סטאפן שרייבן? דאס בשום אופן נישט. קאפאטשינא?

יישר כח פאר אייער ארטיקל, כ'האב הנאה דערפון, איך וויל ליינען נאך.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

איך הער אז 'איך הער' האט זיך ענדליך געלאזט הערן, אבער האט מיך נישט געהעריג דערהערט!

די כוונה איז ח"ו געווען אויפצוהערן פון זיך לאזן הערן, נאר בלויז געווען א טאקטיק צו זעהן ווי מען האלט אויף די וועלט צו דער עולם איז נאך אינטערסירט בכלל צו הערן און מגיב זיין דערויף, אדער ברויך מען שאפן עפעס פרישע ביזנעס ווארע וואס צו שרייבן, און טאקע דאס האב איך געוואלט דערהערן, און ב"ה אז די אויערן פונקצענירן נאך (און אזע עלטער קניינעהארע...) און איך הער אז 'איך הער' און אנדערע נייגן נאך צו אן אויער צו הערן מיינע בויך דרייענישן.

שכויח פאר אלע און איך האף אז מארגן וועט איר הערן פון מיר.

לאמיר אלע שטענדיג הערן נאר בשורות טובות
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
ארפכשד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 28, 2008 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארפכשד »

ביזנעסקאפ האט געשריבן: איך האף אז מארגן וועט איר הערן פון מיר

איך האף אז נאך היינט!
א איד פון דערהיים, מלא חן...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

ביזנעסקאפ מיר האבן געדולד און מיר גלייכן שטארק אייערע ווערק פון צוויי שטאנדפונקטען

1. דו שרייבסט הומאריסשטיש, דו לייגס גוט אראפ אן ענין, ממש אזוי ווי די בעסטע קרעטשמע שרייבער
2. מיר זעען דא א אויפשפראצונג פון א ביזנעס קאפ איינער וואס וועט מהנה זיין דעם ציבור מיר זאכליכע הילף איידיעס עצות און אינפארמאציע

איז אזוי ...
אויף חלק א' האבן מיר שוין גע'שכוח'ט כדבעי'...

און יעצט ווארטן מיר מיט אפענע מיילער אז דו זאלסט צוקומען צום פוינט... יא מיר האבן געדולד און מיר פארשטייען אז פאר א גוטע ביזנעס ארטיקל לוינט זיך צו ווארטן (עיין ערך חיים ברוך - וואס אויף אים ווארטן מיר אויך מיט געדולד) אבער דאס מוזטו פארשטיין אז די נעקסטע שכוח און הגבה פונעם ברייטן ציבור וועט קומען אי"ה אויף חלק ב'

אבער איין זאך וויל איך דיר אויפמערקן זאלסט זיין פארזיכטיג נישט צו סתם אנצוציען דעם עולם און מיר האפן אז דער פאנטשליין זאל נישט זיין עפעס א גוטער וויץ
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

אקעי אז דער עולם בעט אזוי שטארק ממשיך צו זיין, העל איך נישט זיין קיין אכזר און זיך נישט לאזן צו שטארק בעטן און טון למעשה, אבער למען האמת און צו זיין אויפריכטיג איז כדאי צו וויסן אז איך גלייך גראדע שטארק ווען מען בעט זיך איין ביי מיר. און והעיקר איז צו זיין א גוטע בעטער...!

האמיר געהאלטן ביי מארקעט ריסארטש, וואס איז די צוגאנג דערצו?.

די ערשטע זאך פארשטייט זיך איז זיך צו פארבינדן מיטן גרעסטן ידען בזמנינו הרה"ג בלא בלא בלא וכו' הרב גוגל שליט"א' טייפט אריין וואס איר זוכט אויף אלע מיני נעמען וואס איר קלערט אזא זאך קען זיך רופען.

להערה בעלמא ! ביים סירטשן אויף גוגלען איז כדאי משום מראית עין (א גוט אויג בלע"ז) נישט ארויסצושרייבן פונקטליך ברחל בתך הקטנה וואס איר זוכט, נאך דערצו לעצטענס ווען די גאווערמעט הייבט אן נאכקוקען די סירטשעס (צוליב טעראריזעם פארשטייט זיך...) ע"כ איז בעסער צו זיין פארזיכטאג, איך נעם נישט קייו אחריות דערויף עס קען זיין בלויז א קאנספיראציע, אבער ווי גייט די כלל 'בעסער סעיף דען סארי'!

יעצט ביים זוכן איז גלייך צו זיכען אויף מער ווי איין סוירטש ענדזשין, מ'קען ניצן google, yahoo, live search, וכדו', דאס איז וויבאלד יעדע פון זיי סורטשט אויף א אנדערע וועג, איז אמאל קען דאס וואס איר זוכט ביי איינעם יא ארויפקומען און ביים צווייטן נישט.

נו מ'האלט שוין דארט אז זעט אויס ווי קיינער רעדט נישט דערפון איז מען נאך נישט פארטיג, יעצט דארף מען סירטשן און אזעליכע סייטס וואס האבן אדער קענען האבן שייכות צו די אינדאסטערי וואס איז נאנט צו אייער אויסטרעף, ווי למשל אייער איידיע איז א געוויסע נייע באקוועמליכקייט צו ניצען און א קאר, דאן זוכט און ראוד עסאסיעשענס א.ד.ג.

צו פרעגן ברמיזה א שאלה – דארט ווי מען קען פרעגן (answers.com וכדו') איז אויך נישט קיין שלעכטע געדאנק. אויך איז ראטזאם צו כאפן א בליק אין וויקפדיע (נישט אין די אידישע פארשטיט זיך...) אדער אויב ס'איז דא עפעס ענדליך צו דעם. אויב זענען די רעזולטאטן גינסטיג און ס'איז טאקע גארנישט פארהאן, דארף איר זיך דאן אפלאזן פונ'ם דומם און אפירנעמען דעם מדבר.

מען נעמט אפיר די בני בית, א חבר, א נאנטע פריינט נישט קיין חילוק ווער, יענער דארף נאר האבן א שטיקל ידועה בהבלי עולם הזה, מען כאפט א שמועס מיט אים און צווישען די שורות פרעגט מען אים (ס'איז דאך א סוד וואס מען ברויך האלטן ביי זיך אין בויך, אז נישט קען יענער דיר נאך פארלויפן די וועג, ווי מיר וועלן נאך ב"ה צוקומען) אויב ער ווייסט א סעלושען צו אייער פראבלעם, אויב זאגן אלע בפה אחד אז אזאנס איז נאכנישט פארהאן, דאן קען מען גיין צום דריטן סטעפ.

אבער צום געדענקן און ווי מיר האבן שוין ערווענט אויבן, אז סאיז פארהאן א מעגליכקייט אז אויף אייער געדאנק איז שוין דא א פעטענט, וואס דאס איז זייער שווער געוואר צו ווערן חוץ איינער וואס איז שטארק באהאווענט וויאזוי צו סירטשן די אפיציעלע וועבזייטל פונם יונייטעד סטעיטס טרעדמארק און פעטענט אפיס, אזוי אויך זענען פארהאן פארשידענע קאמפעניס וואס צפעצילעזירן זיך און פעטענט סירטשעס פאר אפאר דאלער.
און צום שלוס אויף היינט, מען ברויך אריינלייגון אסאך יגיעהנ און צייט אויף סירטשן נאכזיכן און נאכקראצן אויב אזוינס האט זיך נאכנישט באוויזן אויפן מארקעט, אדער צו מ'האלט שוין אינמיטן ארבייטן אויף אזא פראיעקט.

קומענדיגע לעקציע איבער מאכן א 'פראטאטייפ'.... קאמינג סאן....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

שכוח פאר דיין צייט!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

חשובער ביזנעסקאפ

פונעם קעפל "נייע ביזנעס איידיע (אינווענטשען בלע"ז)" און פון דיינע ערשטע תגובה, האט אויסגעקוקט אז דו רעדסט דא פון א 'ספעציפישע ביזנעס איידיע' וואס דו ווילסט דא אנטראגן דעם ציבור און כאילו דו וואלסט ווען דא געוואלט איינרעדן דעם עולם אז פון דיין געוואלדיגע איידיע וועט א יעדער מאכן געלט נוסח מל"מ און דאס איז דאך כמובן נישט מעגליך, און דאס איז די סיבה וואס דער עולם איז ארויסגעטאנצן פון די הויט און דיר באפאלן.

אבער יעצט זעהן מיר אז דא רעדט מען פון גאר א צווייטע נושא: דהיינו די גאר אינטערעסאנטע און גאר אינפארמאטיווער שמועסבנוגע "ווי אזוי פירט מען אויס א 'פאטענט אדער ביזנעס איידיע' מכוח אל הפועל אן ריזיקירן אז א צווייטער זאל מאכן געלט פון דיין האריוואניע", זאלסטו וויסן אז מיר באלעקן זיך די פינגער פון יעדעס ווארט, און מיר ווארטן בכליון עניים אויף דאס ווייטערע.

גלייכצייטיג ווילן מיר זיך אביסל אנטשולדיגן, אבער ס'קען זיין אז מיר זענען גארנישט שולדיג ווייל דער קעפל איז אביסל אומקלאר, ווען דער קעפל וואלט געווען עפעס ווי "אויספירן א נייע ביזנעס איידיע (אינווענטשען בלע"ז) למעשה"וואלטן מיר ווען גראד פארשטאנען.

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו...
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

ביזנעס קאפ טענק יו טענק יו
איך האב תיכף פארשטאנען פונעם קעפל אז דאס מיינסטו,
איך האב א ביזנעס קעפל, הא?....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פונעם קעפל האבעך טאקע נישט פארשטאנען, אבער פון די ערשטע תגובה יא.

עניוועי, קיפעט אפ, מיר האבן הנאה.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

שכוח פאר אייך אלע פאר די חיזוק און פארן ארויסווייזן אינטרעסע אויף מיינע האנט ווערק.

באמת פונ'ם קעפל "נייע ביזנעס איידיע (אינווענטשען בלע"ז)" קען זיך טאקע דאכטען אז כ'האב געוואלט אנשטעקן דעם עולם מיט אפעס פרישע בעלאני"ס, אבער למעשה האב איך נישט געטוישט די קעפל אויף "ווי אזוי פירט מען אויס א 'פאטענט אדער ביזנעס איידיע' , דאס איז דערפאר ווייל בעיקר האב איך נאר געוואלט האקן אויף די ספעציפישע קאמפעניס וואס מאכן א לעבן אויף אונזער אויסגעהארעווטע געלט, אבער למעשה האט זיך עס אריינגעדרייט אויף גאנצעטע שיעורים, און וויבאלד איך זעה אז דער עולם האט הנאה געהאט און מעו האט געוואלט הערן נאך, האב איך נישט געקענט בלייבן אינדערמיט, און מיר וועלן בעז"ה טאקע ממשיך זיין.

קומענדיגע בעז"ה מארגן נאכמיטאג.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

געליינט און הנאה געהאט, ווארט אויף נאך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מיר האבן עס יעצט געליינט, און זייער שטארק הנאה געהאט פון דיין רייכן פעדער און קלארע שריפט.
יישר כחכם און מיר ווארטן אויף נאך.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

איידער מיר גייען ווייטער מוז איך מיך אפשטעלן אויף א קורצע מוניט און קלארשטעלן פאר'ן עולם אז אז איך נעם נישט קיין אחריות און קיין שום ריספאנסעבילעטי אויף וואס מען קען ארויסלערנען אדער פארשטיין פון מיינע שרייבעכטצער, אונזער ביישרייבכטצער איז געשטעלט בעיקר כדי מענטשן וואס ווילן גיין אין די ריכטונג, און מיינען אז מען רעדט דא פון ווערן רייך איבערנאכט, מ'קען אויפהערן ארבייטן וויבאלד אין מח וועבט זיך עפעס א נייע איידיע, זאלן וויסן אז לא זו הדרך, אונזערע ארטיקלען איז נאר צו פארשטיין געבן די צוגאנג פון אינווענטשנ"ס און אירע קאנסעקווענצן (יא איר האט גוט געליינט 'קאנסעקווענצן', ווייל רובא דרובא בלייבט מען שטעקן אינדערמיט, און צוגאב צום ברייטן לאך אין די קעשענע), און פאר די וואס האלטן ערענסט ביים אריינגיין בעובי הקורה און וויל פארשטיין מער, איז פארהאן אויפן מארק גענוג און נאך גוטע ביכער, מיין ביישרייבונג איז נאר ממש אויפן שפיץ גאפל, ווייל אויף די נושא איז דא ביכער צו ליינען א גאנץ קיילכיג יאר אן אויפהער. די בעסטע איז אבער פאר די וואס ווילן זיך יא אריינטון דערין, איידערן טון סיי וואספארא שריט, איז גלייך זיך דורכצורעדן מיט א לויער וואס פארשטייט דערצו, דאס זאג איך אייך פון ערפארונג 'והחכם עיניו בראשו' עס לוינט נישט צו שפארן די פאר הונדערט דאלער פארן לויער און און שפעטער דערלייגן אפאר טויזענט.

צוריק צום ענין, מיר האבן גענדיגט איבער די וויכטיקייט פון 'מארקעט ריסערטש' און פארוואס דאס פעלט אויס, יעצט צום קומענדיגן סטעפ, איידערן בויען א 'פראטאטייפ' פעלט זיך וויכטיג אויס צו מאכן א DISCLOSURE DOCUMENT וואס איז דאס א 'דיסקלאזשער דאקעמענט', דאס איז לאגעלע באווייז ווען די האסט אנגעהויבן ארבייטן אויף דיין פאטענט, אזוי אז אויב א צווייטער האט פונקט אנגעפאנגן ארבייטן אויף די זעלבע געדאנק, אדער איינער איז געוואר געווארן פון דיין איידיע און וויל עס אויכאפן, זאל מען וויסן ווער איז געווען די ערשטער, מען באשטעלט אזא צעטל פונ'ם (commissioner of patents (u.s patent office, מען קען צומאל ווארטן אביסל ווילאנג דאס קומט אן דאן דארף מען ארויסשרייבן פינקטליך די געדאנק, אראפמאלן דערויף א סקעטש דיאגרעם, צולייגן 10 דאלער און צוריקשיקן, און האפענטליך איז דיין איידיע פראטעקטעט. נאכאמאל דאס איז נישט קיין פעטענט פיילינג, דאס דינט נאר אלטס שטיקל עדות אויב ס'וועט דארפן אנקומען אין געריכט.

עס איז פארהאן אן איינרעדעניש ביי מענטשן צו ניצן די מעטאד פון פראטעקשן, אראפצושרייבן די איידיע, ארויסמאלן, און אנטערשרייבן, און דערנאך דאס ארוישיקן צו זיך אליין, און וויבאלד די ענוועלאפ איז פארמאכט און אפגעזיגעלט פונ'ם פאטסט אפיס איז דאס א גוטע באווייז, למעשה אבער האט די געריכט דאס ארויסגכווארפן אז דאס איז גארנישט ווערט כחספא בעלמא.

עס איז פארהאן א בעסערע וועג פון די דיסקלאשער דאקעמענט פראטעקשן, אזוינס וואס איז רעקעמענדירט דורך אסאך פעטענט לויערס וואס רופט זיך LOGBOOK דאס איז א געבינדענע NOTEBOOK די פאפירן דארפן זיין דוקא געבינדן (פלעסטיק אדער ווייער געבינדן איז נישט גוט) און לויט ווי מען האלט טעגליך און די 'סטעידשעס' פון דעוועלעפמענט שרייבט מען טעגליך אריין די DATE און ווי מען האלט מיט'ן פראיעקט, מען שרייבט אינטער, אזוי אז אויב מאכט זיך שפעטער פראבלעמען קען מען זען מיט קלארע באווייזן למי החותמת ולמי הפסולים. אבער צום וויסן אז אז די ביידע אויבענדערמאנטע זענען נישט קיין 100 פערצענטיגע באווייזן, ס'קען נאר גרינגער מאכן אויף שפעטער, עס איז פארהאן נאך וועגן פון פראטעקשן, אבער דאס איז בעיקר די צוויי אנגענימענע כללים.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע:וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

קיפ אפ די גוד ווארק

דרך אגב: דיין דיסקלעימער איז ריזיג גוט
און דאס דארף ווען דינען אלס א דיסקלעימער פאר "גאנץ 'איי וועלט' און בפרט פאר 'איש את רעהו יעזורו' און אירע סובפורעמען, ווייל מענטשן נעמען אן זאכן ממש ווי תורות לאקשן, און מען קען הערן 'ערוואקסענע מענטשן' זאגן מיט א פעסטקייט "איך האב עס אליין געזען אויף די אינטערנעט"... אויך מיר א ראי'...
הק' משה אהרן ( וועבסייט - פראפייל )
לערנט אייך אויסצו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח. איך שלינג מיט דורשט דיינע ווערטער.
An article a day keeps the babies away
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

שעהנעם דאנק הרב ביזנעס קעפל, מיר האבן יעצט אדורך געליינט אלע אייער לעצטערע באשרייבונגען, עס איז געווען א עקסטערע הנאה יעדעס שטיקל באזונדער, סיי פונעם תוכן, סיי פונעם שריפט סטייל, און מיר ווארטן אויף דאס קומענדע.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וואס גייט דא פאר? שוין זייער לאנג נישט געליינט עפעס פריש דא. ר' ביזנעסקאפ, מיר האבן הנאה געהאט, און מיר ווארטן אויף פרישע. א דאנק.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

איך שטיי נאר אין די זייט און איך האף אז די איבעריגע על'ן פועל'ן...:oops:
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

אנטשולדיגט מיינע טייערע זיסע פריינט פארן זיך פארזוימען אזוי לאנג, אבער די וואך בין איך געווען היפש ביזי, אי"ה קומענדיגע וואך האף איך צו שרייבן ווייטער.
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

א גיטען מיסטער ביזנעס קאפ איך בין ערשט יעצט אריין געפאלען אין דעם אשכול א גרויסען יישר כח סאיז זייער איפארמאטיוו אין זייער גיט געשריבען

נאכאמאל י"כ
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

א גוטן חשוב'ע ליינער, עמו אנכי בצרה, אני הקטן האב שוין דערלייגט כמעט אן אלף מיט די פאלשע קאמפעניס וואס געבן זיך אפ מיט אינווענשאן'ס, מ'דארף זיך אכטונג געבן פון זיי אזוי ווי פון פייער, זיי נעמען געלט און דעליווערן גארנישט, כאטשיק זיי אדווערטייזן זיך אויף אלע מעידזשאר נעטווארקס און אויפן רעדיא זענעען זיי פשוט א "סקיעם", עס איז נישט לאנג צוריק דורכגעפירט געווארן א געזעץ אין קאנגרעס אז די אינווענשאנס קאמפאני'ס דארפן "דיסקלויזן" וויפיל מענטשן האבן שוין געמאכט מער פראפיט דורך זיי וויפיל מען האט געצאלט פאר זיי, איר ווייסט וויפיל מענטשן דאס איז בדרך כלל "0" זיי ריקן אריין דעם צעטל צווישן אנדערער ליגעל פעיפערס מ'דארף זיך זייער וואטשן.

איך וויל אויך בעטן דעם חשוב'ן ביזנעס מאן צו רעדן פון א "פראוויזשינעל פעטן אפליקעישאן" באקאנט אלץ PPO עס איז כדאי צו מאכן דאס תיכף ומיד, דער גרויסער אויפטו איז אז מ'קען שוין שרייבן אויף די איידיע פעטן פענדינג און ס'האלט אן איין יאר, ולמען האינטערסאנטקייט, איר קענט מאכן א PPO אפילו אויף אידיש, ווייל מ'ליינט דאס נישט נאר אויב ס'מאכט זיך א קאנפליקט, און דעמאלט'ס קען מען עס שוין איבערזעצן,

הרבה יש להאריך בנושא זה רק כתבתי בחפזי כל האדם כות"ב
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”