בחורים אויף אייוועלט?
עס פאסט זיך קודם פארצושטעלן, אביסל פון מיין ביאגראפיע, כאפ א בליק אויף מיר, די זעהסט דא די בילד נעבן מיר? עס זעהט אויס ווי דיין ראש ישיבה'ס זיידע, הא? לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, די בילד איז נישט פון מיר. קוק מיר נישט אזוי אן, עס איז עכט נישט פון מיר, עס איז פון ר' אורי זוהר זצ''ל איך האב פשוט קאנעקטעד צו זיין פראזענדליכקייט, אויב האסטו נאכנישט געהערט פון אים פרעג זיך נאך, ער האט עכט אן אינטרעסאנטע היסטאריע הינטער זיך.
לאמיר אנפאנגען פון אנפאנג, איך האב מיר איינגעשריבן אויף אייוועלט בערך 13 חדשים צוריק, און מיר ארויסגעסיינט בערך פאר כמעט 3 חדשים צוריק, (אין די צייט האב איך שוין געהאט צענדליגע אוועטארס פאר איך בין געבליבן סטאק מיט די יעצטיגע), אין די בערך 11 חדשים וואס איך בין געווען אקטיוו אויף אייוועלט פלעג איך שרייבן שרייבן און שרייבן, איבעראל אויף אייוועלט, וויפיל עס האט זיך געלאזט, אויב האב איך עפעס געקענט צוגעבן האב איך עס געשריבן אויב האב איך נישט געקענט צוגעבן האב איך עס אויך געשריבן, עס איז געווען באמת א מחי' איך האב מיר אויסגעגעבן נעקסט לעוול, סיי אין פאברענגען סיי אין די נייעס קאך לעפל און ווי אימער.
נו שוין, יעצט אז איר קענט מיר שוין אביסל לאמיר גיין צו מיין דרשה.
ווי איך פארשטיי זענען דא בחורים וואס שרייבן אויף אייוועלט, לעצטנס מעגליך אביסל מער ווי שטענדיג, און פאברענגען דרייט זיך איבער ווי אין די זאטע יארן, מאנכע האבן עס ליב און די אנדערע שיסן עריטוט, עס קאכט זיך א מחי', דאס ביז אהער איז גוט און ערווארטעט.
לאמיר דא געבן מיינע 3 סענט (אינפלאציע דזשאוק חחח...) בנוגע בחורים אויף אייוועלט, צו איז גוט אז בחורים שרייבן אויף אייוועלט, איז עס גוט פאר די בחור איז עס גוט פאר אייוועלט?
פאר אייוועלט איז לדעתי די בעסטע זאך אז בחורים שרייבן, בחורים נישט קיין חילוק וועלכע עלטער האבן בדרך כלל אסאך מער צייט און אויך א קלארערע מח פון א געוויסע זין, די בחורים זענען די וואס קענען מאכן אייוועלט אסאך אסאך מער אינטרעסאנט און געשמאק, א יונגערמאן האט שוין נאך דאגות וואס נעמט אים אוועק די קאפ, און ווי עלטער מען ווערט, ווערט די נגיעות מער און מער אין כמות און אין איכות, (חוץ אויב מען ארבעט אויף זיך נעקסט לעוול). צו האבן די בחורים מיט די קלארע מוחות, וואס קוקן אן די וועלט אסאך מער אמת'דיג און אסאך פרישער, געבן זייערע מיינונגען, איז נאר א געווינס פאר אייוועלט.
אזוי אויך איז עס א געווינס פאר די אלע יודן וואס פילן נישט גוט מיט זיך, און דארפן אזוי נייטיג א ברעטל ווי זיך אויסצוגעבן זייערע ליידיגקייט, זיי קענען קומען און חוזק מאכן פון די פרישע כוחות און אזוי זיך פילן אסאך גערעסער און בעסער, דאס איז א געוואלדיגע און מעגליך אויך קריטיש וויכטיגע געווינס וואס אייוועלט האט מיט די בחורים.
יעצט לאמיר גיין צו די סטעיק, צו איז עס גוט פאר די בחור צו זיין אויף אייוועלט?
און לאמיר גלייך פארעכטן די שאלה, עס זאל מער אפשפיגלען וואס די ספק איז, צו איז עס גוט פאר סיי וועלכע מענטש צו זיין אויף אייוועלט?
באלאנגט א בחור אויף אייוועלט? באלאנגט א יונגערמאן אויף אייוועלט?
(די שאלה איז נישט מער פאר א בחור ווי פאר א יונגערמאן, נעמט אין אכט אז מען רעדט נישט צו א בחור מעג יא צו נישט זיין אויפן אינטערנעט, יעדער ווייסט זייער גוט די תירץ, איך רעד פון די בחורים וואס האבן געטראפן זייער וועג אהער, זיי זענען שוין דא, און פאר זיי איז אייוועלט פינקט אזא אינזל אין די אינטערנעט ווי פאר די עלטערע).
אוודאי איז עס קעיס ביי קעיס, איך וויל נאר דא אהערשטעלן די קעיס פון מיין קוק ווינקל ותן לחכם..
כדי צו ענטפערן אויף די ברענעדיגע שאלה, לאמיר צוריק גיין צו מיין מעשה. ווי געשריבן אויבן פלעג איך שרייבן ווי א טראק, עס איז געפלאסן דברי.. נאן סטאפ. און עס האט מיר באמת געהאלפן, אזוי האב איך מיר אויסגעליפטערט, און איך האב געפילט ווי עס העלפט מיר זיך אויסצוגעבן און עס איז א מחי'.
וואס האט פאסירט? גלייבטס מיר עס איז נישט נוגע פינקטליך וואס, און איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט וויסן וואס, וואס איז זיכער אז פון הימל האט מען אזוי געוואלט און מען האט מיר אויסגעשפארט פון אייוועלט פאר א וואך. עס האט מיר זייער נישט געפאסט, איך בין געווען שטארק אנגעווייטאגט, אבער ב''ה נאך א טאג צוויי נישט שרייבן (אויך נישט מיט אנדערע ניקס למען המחאה) האב איך אנגעהויבן צו זעהן, מיינע אויגן זענען געווארן ליכטיג, איך האב אנגעהויבן צו זעהן די זאך פון אן אנדערע זייט, וואס אייוועלט איז פאר מיר וואס האט עס געטין צו מיר.
איך האב געזעהן ווי איך האב אין די לעצטע יאר געלעבט א דאפלטע לעבן, איך האב טאקע געטין וואס איך האב געדארפט סיי יודישקייט ענינים סיי אינדערהיים און סיי ביי די ארבעט, אייוועלט האט מיר טעכניש 'אויך' צוגענימען צייט, אבער די עיקר וואס איך האב באמערקט, אז עס האט מיר אריינגעלייגט אין א פאלשע לעבן, איך האב געהאט מיין געהעריגע לעבן, און מיין אייוועלט לעבן, און מיין מח מיין הארץ מיינע געפילן זענען געווארן ציטיילט צווישן עכט און פעיק.
דאונט געט מי Wראנג, איך האב בעצם מצליח געווען אין אלע הינזיכטן, און געווען צופרידן און נישט געפילט ווי עפעס פעלט מיר בכלל, און עס האט מיר טאקע נישט געפעלט, נאר מיין מיך איז געווארן ציטיילט צווישן די עכטע און פאלשע לעבן, און אזוי האט עס אראפגעציפט פון מיין עכטע לעבן יעדן טאג נאך א טראפל און נאך א טראפל.
וויאזוי ווייס איך אז עס האט אראפגעציפט פון מיין לעבן? קודם כל מאכט עס סענס, אבער בעיקר ווייס איך עס ווייל איך האב עס געזעהן געפילט און געלעבט.
זייט איך האב אויפגעהערט שרייבן האבן זאכן אנגעהויבן צו פארן אויף א וועג כמעט אזוי ווי די עין הרע ארגיניזעישנס עדווערטייזן... איך קען נישט מפרט זיין, ווייל פון גילוי שטיי איך ווייט ווייט אוועק נאך ביז היינט. סיי אין ביזנעס סיי אינדערהיים, מיין עכטע לעבן האט אנגעהויבן צו שטראלן ב''ה די באשעפער זאל ווייטער העלפן.
בסך הכל צום קעפל (צ''ק = צום קעפל פאר די בחורים און טאטעס וואס ווייסן נישט) בחורים אויף אייוועלט? איז עס א גוטע זאך אדער נישט פאר א מענטש צו שרייבן אויף אייוועלט? די תירץ איז אזוי ווי יעדע זאך האט צוויי זייטן, די נושא איז נישט אנדערש, די מעלות פון שרייבן אויף אייוועלט איז אימצאליג, און אז די ליינסט מיינע שירות ווייסטו שוין מנהסתם פארוואס אייוועלט איז גוט פאר דיר און וואס עס געבט דיר צו, און פאר מיר איז נאך ביז היינט אייוועלט אויך גוט, דא ליין איך די נייעס, און איך ליפטער מיר אויס אלץ א שטענדיגער ליינער, עס איז די בעסטע כשרע פלאץ פאר די זאכן, און איך בין זיכער אז פאר אנדערע איז א טובה אז זיי שרייבן. יעדע זאך האט מעלות און יעדע מענשט איז אנדערש. נאר וואס, אן עצה טובה איז צו האלטן די אויגן אפן, עס זאל נישט ווערן א חלק פון דיין לעבן, די גייסט חתונה האבן די גייסט ווייטער מיט דיין לעבן די ווערסט עלטער, לאז נישט קיינעם צו נעמען א חלק פון דיר, פון דיין מח דיין הארץ און פון דיינע געפילן, נישט קיין חילוק ווי גלאנציג און געשמאק עס איז, די ביסט חשובער, דיין לעבן שטייט קודם, געב נישט אויף קיין אינטש פון דיין דיך פאר ווירטועלע הנאה.
איך ווינטש פאר אלע גוטע יודן סיי מיט וועם איך פלעג פאברענגען און אזוי אויך מיינע ווירטואלע געוועזענע קעגנער (אזוי צו זאגן...) און אזוי אויך פאר די חשובע הנהלה וואס ארבעטן אזוי איבערמידלעך צו האלטן די פלאץ ריין און כשר פאר אונז אלע למען כבוד שמו יתברך, און פאר יעדעם איינעם. יעדער זאל האבן די גרעסטע הצלחה און סוקסעס אין זייער טאג טעגליכע באשעפטיגונג, מיט זייער משפחה מיט זייער יודישקייט און מיט זייער זיך.
דן