לאמיר זיך אריינלאזן אין דעם שווערן נושא פון אפלייען פאר OPWDD סערוויסעס.
וואס זאל איך טון אויב איך טראכט אז איך קען ווערן אפראווד? איר דארפט אריינרופן איינע פון די קעיר מענעדשמענט קאמפעניעס און זיך פארבינדן מיט זייער אינטעיק טיעם.
דער ערשטע זאך וואס מען דארף האבן צו אפלייען איז א דעוועלאָפּמענטאַל דיסאַביליטי. דאס הייסט אז נאר איינער וואס האט א קאנדישאן וואס שטערט פון זיך דעוולאפן איז קוואלפאצירט פאר רעגירונג הילף.
ווי אזוי ווייזט מען אויף אז מען האט אזא קאנדישאן? מען דארף האבן בעיקר דריי רעפארטס: 1 א פיזיקל רעפארט פון אייער געהעריגע דאקטאר, 2 א סֵייקאָלאַשיִקעֶל רעפארט פון א סייקאלישיסט, 3 א סאשעל היסטארי. פון די דריי רעפארטס וועט די רעגירונג באשליסן אויב איר האט א דעוועלאָפּמענטאַל דיסאַביליטי. די אינטעיק טיעם וועט אייך העלפן באקומען די רעפארטס.