כ'וואלט... ווען נישט...
א גייסטישע אמנעזיע, פון קאפ ביז פערשט
וואו יעדע פאנטאזיע, צובלאזן ווערט ערשט
כ'וואלט נגינה פארפאסט, ווען נישט מיין סביבה
וואלט פון מיר געשפאסט, נאך אין ישיבה
כ'וואלט נישט געהאסט, מיין נידריגן ניווא
כ'וואלט געמאלן א בילד, ווען נישט איך באמערק
ווי שוואך און מילד, קומט אויס מיין ווערק
ס'איז נישט מיין שולד, אזוי קוקן אויס בערג
כ'וואלט גמרא געאקערט, ווי אן אויפרייצער
אין תוספות גע'חקר'ט, ווען נישט מיין יצר
וואלט אין מיר געפלאקערט, ווי א קוילן הייצער
כ'וואלט געדאוונט הייליג, ווען נישט ס'איז טמא
פארשמירט אזש שמייליג, מיין זינדיגע נשמה,
פארלוירן מיין חלק, אין לויף פון מלחמה
כ'וואלט פארדינט א גראשן, ווען נישט מיין קראפט
איז אזוי אויסגעלאשן, קיין רביעית זאפט
מיין בערזל אויסגעדראשן, קיין פרוטה געשאפט
מיין מוח צאמקלייבט, די אלע זאכן
דעם שטערן רייבט, אזש צום קראכן
וואס'זשע בלייבט, פאר מיר צו מאכן?