דאס וואס דו באקומסט פאר די $50, קומט נישט צו קיין צענטעל וואס דו באקומסט ווען דו צאלסט פאר א קענאן קעמרע $150
אגב, די מעגאפיקסעל האט גארנישט מיט שארפע בילדער, עס קומט נאר צוניץ ווען מען וויל אויפבלאזן די בילדער צו 8X10 אדער גרעסער, די שארפקייט האט מיט די סענסאר פון די קעמרע, ווי גרויס עס איז
קודם כל, דער לינק וואס דו האסט געברענגט פירט צו קעי מארט, וואס בעט אכציג דאלער, נישט פופציג
איך זע גראדע אז די קעמרע האט די זעלבע גרויסע סענסאר ווי די פשוטע קענאן'ס, אבער עס נעמט AA בעטעריס, און בפשטות איז די געבוי פון די קענאן שטערקער ווי די פודזי
און ווי אויך צאלט מען אביסל פאר די ברענד נאמען....
ברייטליך האט געשריבן:
האב איך שפעטער געטראפן א זייער א גוטס און דאס איז די PANASONIC DMC ZS3
מיין שאלה איז צו איינער האב עקספיריענס מיט PANASONIC צו איז זייערע קעמערעס אזוי גוט ווי (אדער אפשר בעסער פון) CANON
איך האב געהאט דעם קעמערע און איך בין געווען באמת זייער צופרידן דערפון. ס'האט גענומען זייער קלארע פיקטשערס און נאך אסאך מעלות.
אבער איך האב איינמאל געדארפט א וואראנטי ריפעיר פון Panasonic און זיי האבן עס בשום אופן מיר נישט געוואלט נאכגעבן. טענה'נדיג אז עס איז מיין שולד, ווייל זיי האבן געטראפן עפעס א קליינע קריץ... אשר על כן האט Panasonic מיך פארלוירן אלץ זייער קאסטומער.
פון קענאן, איז דאס די בעסטע קעמרע פון די קליינע קעמרעס
די עיקר מעלה איז אז עס האט מעניועל קאנטראל, דאס הייסט איינער וואס וויל רוקן א געוויסע סעטינג (למשל ISO) אינמיטן מאכן בילדער, קען ער עס טון צווישן איין בילד און די צווייטע, און ער דארף נישט אריינגיין אין די סעטינגס, מ'קען אנשטעלן די דרייער אינדרויסן אז עס זאל רוקן די געוויסע סעטינג
העקער האט געשריבן:
פון קענאן, איז דאס די בעסטע קעמרע פון די קליינע קעמרעס.
די עיקר מעלה איז אז עס האט מעניועל קאנטראל, דאס הייסט איינער וואס וויל רוקן א געוויסע סעטינג (למשל ISO) אינמיטן מאכן בילדער, קען ער עס טון צווישן איין בילד און די צווייטע, און ער דארף נישט אריינגיין אין די סעטינגס, מ'קען אנשטעלן די דרייער אינדרויסן אז עס זאל רוקן די געוויסע סעטינג
קען מיר איינער זאגען סארא קעמרא סלוינט זיך צו קויפען s95 אדער lx5 אדער p300 אלע דריי זענען זייער ענדליך. אלע האבען מעלות וואס די צווייטע האט נישט. סאיז זיכער אז די lx5 איז די בעסטע אבער איך וויל וויסען אויב סאיז ווערד צו צאלען די פאר טאלער מער פאר דעים. די מעלה פון lx5 איז אז סהאט א leica לענס וואס סאיז די בעסטע היינט צו באקומען.
בקוצר לאמיך הערן וואס די עולם האלט. און ווי איך קען עס באקומען פאר ביליג.
איך האב נארוואס איינגעהאנדעלט א Canon Power ShotSX230 איך האב א קליינע פראבלעם דערמיט, ווען איך כאפ פיקטשער'ס האב איך נישט קיין פול דריי אינטש סקרין, זיי נעמען אוועק אביסל פון אלע זייטן. נאר ווען איך כאפ ווידיאו באקום איך די פולע סקרין. איך זע נישט וואו איך קען דאס אנשטעלן עס צו טוישן. ווייסט אפשר איינער פון די פראבלעם?