אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

נאכן געבן קרעדיט פאר @צוויי גילדען וועל איך עפענען מיין פריוואטע אשכול וואס דארט וועל איך לאזן לופטערן מיינע מיינונגען/אפיניענס/מחשבה'לעך/אבזווארוואציעס/שיטות/חששות/דעות/און נאך...
למען ישוטטו בו רבים ותרבה הדעת.

ובזה החלי:

viewtopic.php?t=64797
א שיינעם קעפל:
שטות'ישע וואלן אין מדינ"י
משלאגט זיך אויף שטותים
און אין די ענדע באקריגט א יעדער ניטאמאל א פחות משתות
#שתות'ישע וואלן.
ש'טא ווער זאל לאכן...
א חולי רעה וואס מיום עמדי על דעתי האב איך נישט געקענט פארשטיין מה שייכות קהילות ועדות שיכטן און קרייזן צו שטאטישע וואלן.
קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס זאל אנגיין פארן גערער ווער די מיסט/פאסט טראגער זאל זיין?
ווען די ליטווישער מתנגד וועט דארפן ארויס בויען מיינט ער דען אז די ליטווישע מעיאר וועט אים בעסער העלפן?
פארוואס מיינט חסידות "מער" אז זיי דארפן אייביג שיקן די ראש העיר קאנדידאט? פארוואס זאל מען נישט מאכן קיין געהעריגע פריימעריס אינערהאלב די שטאטישע וואלן? מה שייכות מצוות "ועשית" צו בחירות? עד מתי וועלן די קארופטירטע פאליטיקאנטן אויסנוצן די ועשית ככל אשר יורך פאר זייערע "ועשית ככל העולה על רוחך"?...
ווא גייט מיך אן צו עריק עדעמס איז א גערע חסיד אדער א שלומי אמונים חסיד?
די מייז אין בני ברק קומען נאר צו די וויז'ניצע הייזער? ווען זיי טרעפן זיך אן מיט א ליטווישע טיהר מאכן זיי א "ויפסח"?
פארוואס אריין וואנדלען א גאנצע עדה אין מחלוקות עיגא און אייגענשאפט ע"מ לקבל פראסק?
זייטס מוחל, פאר פלאדס און קלאגס רופט די בעסטע פלאמער, פאר די שבע ברכות באשטעלטס די בעסטע קעיטעררער, און פאר די ראש העיר אמט שטימט פאר די טויגלעכער מבין הקאנדידאטן.
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 3:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס מיינונגען אויף אקטועלע נושאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ווען עס קומט צו רעדן פון ענייני צניעות מלבושי נשים שייטלען אד"ג
לענ"ד די שורש הנגע איז:

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 1:09 am
מניעות האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:16 am
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:12 am
פון די ''איש הישר בעיניו יעשה'' סינדראם האט איר אמאל געהערט?
אט דאס איז די אורזאך.

נישט אמת..
פרעגט דיך נאך אין ווייבער שול, מקען זעהן ערליכע איידעלע נשים וואס האבן קוים טעקסט אויף פאון גייען אנגעטוהן ה"י..
ספעלט עפעס אין די יסודות!!
איש הישר בעיניו איז טייטש - וואס איך טוה איז גלייך. [בבחי' העמידו דבריהם על דין תורה]
מ'קען זיין 'ערליך' [ליין: נישט] און גיין שה"י...
די יסדודות וואס פעלן איז פאלגן צדיקים און רבנים, הגע בעצמך, וויאזוי קען מען זיך איינרעדן אז מ'איז ערליך ווען מ'גייט אנגעטוהן במלבושי שחץ נארישקייט... דאס קומט פון ערגעץ, יא, פון די פלאץ וואס הייסט "איש הישר בעיניו" - מ'מוז נישט קויפן א סמארטפאון כדי צו גיין מיט אזונה מיני שייטלען [אנטשולדיגט פאר מיין ספעלינג מעסטעיק] מ'דארף בלויז האלטן אז וואס איך האלט/טוה איז כשר וישר, דאן קען מען זיין ערליך און גיין אנגעטוהן נישט ערליך.
א גוטע נאכט.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

מיין מיינונג אויף די וועג וויאזוי צו באהאנדלען די פאלעסטינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מאטל שניידער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:51 am
די ביליאנען וואס זענען אריינגעפלאסן קיין עזה די לעצטערע יארן איז מוח באגליש!
דאס איז די גרעסטע ראיה אז מיט זיי קען מען נישט טוהן קיין ביזנעס.
טרעפ מיר איין שלאמזל וואס טראץ די ביליאנען וואס אינוועסטירער האבן אים געשאנקען האט ער נאכאלץ באוויזן צו אנזעצן אויף אזא פארנעם.

עטליכע אראבישע אימפעריעס ווי די UAE און באכרעין האבן זיך שוין טיילווייז געכאפט אז מ'נערט זיי אויס און מ'זייגט ארויס ביליאנען פאר גארנישט, זיי האבן שוין טיילווייז געסטאפט די גרויסע נדבות חלוקה און דאס איז די סיבה פון זייער נארמאליזאציע מיט מדינת ישראל, זיי האבן איינגעזען אז מיט די פאלעסטינער אליינס איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש.

לויט זייער פלאן - צוזאמען מיט מדינת ישראל און אמעריקע בשעתו אינטער טראמפס הנהגה - האט מען געוואלט ווייזן פאר די פארזויערטע פאלעסטינער אז מדינת ישראל איז א פאקט. [למעשה ולא להלכה] און אויב זיי וויל נאך חלומען פון א לעבן אין פרידן [סינגאפור] זאלן זיי ווי שנעלער פארשטיין די סוגיא און זיך לאזן פירן דורך די איזרעליס בשותפות מיט די רייכע אראבישע אימפעריעס בהשגחת אמעריקא.

אבער מה עשה הקב"ה
דאנעלד הלך.
און צוזאמען מיט אים איז נתניהו אויך געגאנגען, און דאס האט טיילווייז חרוב געמאכט די גאנצע נארמאליזאציע פלענער וואס איז געווען געוועבט רובו ככולו דורך רעכטע פאליטיקאנטן, און ווען די לינקע האבן איבערגענומען די מאכט סיי אין אמעריקא און סיי אין מדינת ישראל האבן זיי טאקע נישט צוריק געצויגן פון די נארמאליזאציע אפמאכן אבער זיי האבן נישט אויסגעפירט די פלאן במלואו צוליב זייערע לינקע פאנטאזיעס. [אין קורצן: די לינקע פאנטאזיע איז אז שלום דערגרייכט מען דורך ווייזן וואילקייט און שוואכקייט און די רעכטע פאנטאזיע איז אז מדערגרייכט שלום דורך ווייזן שטייפקייט און מאכט]

זיי זענען געבליבן מיט די טפל, צענדליגע טויזענטע איזרעלי/עמיראטע טוריסן אין ביידע לענדער, דובאי איז געווארן אן אטראקטיווע וואקאציע ארט פאר איזרעליס, די ביזנעס צווישן די עמיראטן און איזרעל האט אנגעהויבן בליען, אבער דער עיקר חסר מן הספר.
די פאלעסטינער האבן נישט פארשטאנען.
נישט נאר נישט פארשטאנען נאר זיי האבן פארשטאנען עפעס אנדערש גאר.
זיי האבן איינגעזען אז מיט א שוואכע אמעריקע, און א חרוב'ע מדינת ישראל וואס איז בתוך תוכה צופליקט און צוריבן אן קיין געהעריגע פאליטישע פירערשאפט האבן זיי איינגעזען אז יעצט איז טאקע די ריכטיגע מינוט צו אטאקירן.

לויט די פלאן האבן זיי געוואלט אטאקירן בראשית ימי ביבי [פסח] דעמאלטץ איז מדינת ישראל געווען פארנומען מיט די געריכט רעפארם קאנפליקטן, זיי האבן געזען די סרבנות אין די צה-ל זיי האבן געמיינט אז א אומגעראכטענע אטאקע וועט אריין כאפן מדינ"י אין שאק און זיי וועלן קענען אדורך פירן א מאסן שחיטה ה"י

למעשה האבן זיי זיך פאררעכנט, די פסח אקציע איז נישט אדורך געפירט געווארן צוליב טעכנישע סיבות [מדינ"י האט פארשטערקערט די וואך וכו'] זיי האבן אדורך געפירט די שמיני עצרת אטאקע, זיי האבן לויט די פלאן געדארפט נאר צו הרגענען זעלנער און פארכאפן וועם ס'גייט, אבער די כאמאייסיסטן האבן זיך סאם האו צולאזט, זיי האבן פארלוירן קאנטראל און אדורגעפירט שרעקליכע ברוטאלע סאדיסטישע אטאקעס, דאס האט אויפגעוועקט סיי מדינ"י און סיי די לינקע אמעריקע, און די פעטש האבן אנגעהויבן צו קומען.

ווען עס וואלט געווען נאר א פארכאפונג אקציע אן די ברוטאלע שוידערליכע אקטיוויטעיטן כגון פרויען פארשוועכונג און בעיבי שחיטות רח"ל, ווען זיי וואלטן זיך באגעניגט מיט א 300-400 משכונות און פארשטייט זיך פארמיידן די שוידערליכע ווידעאס פון שחיטה ושריפה - וואלטן די איזרעליס נישט געקענט זיך צולאזן אויף אזא פארנעם, מדינת ישראל וואלט נישט געהאט די לעגיטעמאציע צו דעמאלישן עזה אזוי ווי זיי טוהן יעצט.

אבער יעצט נאך וואס די כאמאס האבן זיך צולאזט אויף אזא בארבארישן אופן - האבן זיך אלע אויפגעוועקט, מדינת ישראל האט אויסגענוצט די געלעגענהייט, און זיי האבן אויסגערופן א מלחמת חרמה צו עלימינירן כאמאס, און דאס אלעס איז מיט אמעריקעס שטיצע! די לינקע אדמעניסראציע איז טאקע פארנומען מיט הומאניטארישע הילף ליפערונגען אבער זיי לאזן נאכאלץ מדינ"י צו זיך ווייטער פארריקן מיט זייערע אקטיוויטעיטן.

און דאס איז א געפערליכע פראסק פאר די כאמאס בפרט און פאר די פאלעסטינער בפרט.

ווען די מעשה וואלט זיך געענדיגט בלויז מיט משכונות וואלטן אלע מדינות העולם געצווינגען מדינת ישראל צו ענדיגן די פרשה מיטן צוריק געבן ארעסטאנטן און פאלעסטינע שטחים
אבער למעשה איז זייער פלאן נישט געלונגען.

די ציוניסטן שכל מגמתם ושיטתם איז "רק בדם תהיה לנו הארץ" - האבן זיך געטראפן מיט א ריזיגע קאַלוזשע בלוט און זיי האבן געמאכט א ג"ש פון דם דם און האבן גלייך אויסגעפירט אז אז ס'איז דא דם דעמאלטץ וועט מען זיכער מאכן אז "תהיה לנו הארץ" [עפ"ל]

אין די טעג מאכט מדינ"י זיכער צו קעיר נעמען פון אלע פיינט פון דרום ביז צפון אריין גערעכענט די פאלעסטינער אויטאריטעיט אינערהאלב מדינית ישראל.

די ראה"כ נתניהו האט שוין עטליכע מאל ארויס געזאגט קלאר אז די יעצטיגע מלחמה וואלט געדארפט געשען שוין לאנג צוריק אבער זיי האבן דאס נישט געקענט אויספירן צוליב חוסר לעגיטימאציע, אבער איינמאל די אטאקע איז געשען - קען מען קעיר נעמען פון אלע פיינט בתואנה אז מדינ"י וויל נישט אז אזא אוק' 7 זאל זיך איבערשפילן,
ומלאך אמעריקא בע"כ עונה אמן.

ס'איז קלאר אז די מערכה אין צפון איז נענטער ווי ווייטער, די עולם האלט כסדר מיט די שפילערייען אהין און צוריק אבער דאס גייט פארוואנדלט ווערן אין א לאנגפארצווייגטע מלחמה ה"י.

כיזבאללא גייט זיך דארפן צוריק קערן צו די ליטאני ברעג אין פרידן אדער נישט. [כדברי האיזרעלי פירער]

די פאלעסטינער אויטאריטעיט וואס טרעט אירע לעצטער הינער פיס טריטן [נאך פון פאר די מלחמה] דעכעט יעצט אירע לעצטע דעכעס און מדינ"י שטייט גאר וואכזאם גרייט צו איינעמען און באלאגערן די גאנצע געגענט [וואס איז שוין יעצט אינטער די איזרעלי מיליטערישע הערשאפט]

די לעצטע אקטיוויטעיטן אין די מערב ברעג שטעטלעך ווי דזשענין און טול כארעם יוכיחו.


הכלל,
די פאלעסטינער האבן א גאר קלוגע מהלך ווי לויט דעם נוצן זיי אויס די אידישע קדושת החיים און בד בבד די איסלאמישער דזשיהאד און זיי ווייסן אז נאר מיט טעראר וועלן זיי קענען פארטרייבן די יאהוד פון פאלאסטין.

זיי זענען קלוג אבער מיט דעם זענען זיי גאר אימפאלסיוו און האבן א גאר קורץ שטרעקיגע אויגן בליק.

אראפאט ימ"ש איז בשעתו אויפגעקומען מיט זייער א כיטערער מהלך צו גרינדן א פאלעסטינער לאנד דורך דיפלאמאטיע הסכמי אוסלו וכדו' ער האט געהאט א קלארע פלאן וויאזוי צו גרינדן א פאלעסטינער לאנד וואס זאל זיך פארשטערקערן מער און מער ביז ווען זיי וועלן זיין גרייט איינצונעמען די גאנצע לאנד פראם דע ריווער טו דע סי.
די דאזיגער פלאן האט אבער געדארפט דויערן זייער לאנג, ער האט געהאט גאר א ווייטע בליק אבער זיינע חברה האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, זיי האבן ווייטער קאמאנדעוועט און טערארעזירט מדינ"י ביז ווען געצווינגענהערהייט האט מדינ"י געדארפט ארויס גיין מיט מבצע "חומת מגן" - א אקציע וואס האט חרוב געלייגט האלב פון די הסכמי אוסלו ואכמ"ל

כאמאס איז שוין אריין געקומען קלארער - זיי האבן קלאר געמאכט פאר אלע פאלעסטינער אז שלום גייט קיינמאל זיין!
זיי גייען ארבעטן און גראבן ביז ווען אל אקצא וועט זיין אינטער פאלעסטינע הענט.

בנימין נתניהו זייענדיג פון די וועטראנע איזרעלי פאליטיקאנטן האט איינגעזען אז ער האט צוויי פאלעסטינע פיינט, איינער פויקט אןויס הויעך וואס זיינע פלענער זענען און איינער גריבלט שטילערהייט אבער ביידע ווילן אנקומען צום ענדגילטיגן ציהל "א פאלעסטינער לאנד"

ער האט די ערשטע זאך פראבירט זיכער צו מאכן אז די צווי שטאטן לעזונג זאל אראפ גיין פון טיש, ער האט אזוי געשלעפט און געשלעפט, אדורך געשוויצן די לאנגע אובאמע יארן אבער האט זיך צום סוף געטראפן מיט א מיעדע פאלעסטינער אויטאריטעיט וואס זעט נישט קיין פאלעסטינער לאנד אין די צונקנופט און מיט א בלאנדע/ארענדזשע פרעזידענט וואס איז גרייט ארויס צו העלפן מיטן מיסיע פון סתימת הגולל אויף די פאלעסטינער לאנד.

נשתדכו בעל התל והחריץ, זיי זענען ארויס מיטן פלאן צו ווייזן פאר די פאלעסטינער אז עס איז דא א בעל הבירה אבער ער איז נישט קיין פאלעסטינער.... צוזאמען מיט די אנגעברויזטע אראבישע ברודער פון די עמיראטםן באכרעין וכו' האבן זיי געגעבן צו פארשטיין פאר די פאלעסטינער אז די מתנות חנם האבן זיך געענדיגט.
דא דארף מען ביהעייווען און ווער עס וועט מאכן באלאגאנען וועט מער נישט באקומען קיין הילף.

די כאמאס האבן דאס פארשטאנען און אראפ געבויגן די קעפ.

זיי האבן זיך מכלומרשט בארוהיגט, געלט האט אנגעהויבן אריין פליעסן קיין עזה, צענדליגע עזתישע ארעבטער האבן אנגעהויבן אריין קומען קיין מדינת ישראל, אנגעהויבן בימי ביבי און דערנאך ביתר שאת ועוז בימי בנט/לאפיד.

און אלע האבן געמיינט אז שקטה הארץ.

למעשה האבן זיך זאכן געטוישט, אמעריקא האט זיך צוריק געשטעלט לינקס, מדינת ישראל האט געכאפט א פעסטע שאקל מיטן טאנצן לינקס און רעכטס מיט עטליכע וואלן רונדעס, אדהכי והכי האט ביבי באוויזן צוירק נעמען די מאכט אבער נאר טיילווייז, זיין בענקל האט זיך געשאקלט צוליב די געריכט רעפארמען, ער האט באוולתו געשטעלט א פארעווע דעפענס מיניסטאר וואס האט אנגעהויבן צו מאכן קונצן, די סרבנות סטראשערייען אין די אד"פ האט זיך פארמערט און כאמאס האט איינגעזען אז איצט איז די צייט צו אטאקירן, געמיינט האבן זיי אז מיטן פארכאפן א באראדזש משכונות און הארגענען צענדליגע זעלנער וועט זיי צוברענגען נענטער צו א צווי שטאטן לעזונג.

אבער דא איז אריין געקומען דער עכטע בעל הבירה - הקב"ה בכבודו ובעצמו, און געוויזן אז ער איז די עכטע בעל הבית
די אטאקע איז געווען היבש בלויטגער ווי די כאמאס האט זיך געראכטן, די וועלט האט זיך אנגענומען פאר מדינ"י און די גאנצע מיטל מזרח האט זיך גענומען שאקלען כעלה נידף

און יעצט לסיכום:
די אויבערשטער פירט זיין וועלטל און אלע תחבולות וועט נישט קענען העלפן לולא השגחתו יב"ש
אפי' די געוואלדיגע סטארטעגישע מהלך פון ווייזן מאכט און שטארקייט האט נישט ארויס געהאלפן און וועט נישט ארויס העלפן ללא השגחתו יתברך ויה"ר שילמדו תועים בינה און משיח צדקינו זאל אונז אויסלייזן מידי שונאינו ומידי ידידינו וואס רעדן זיך איין אז זיי ראטעווען אונז.
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: אחשוורוש'ס מיינונגען אויף אקטועלע נושאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

דו ביסט זייער קלאר..
גיי אן
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס מיינונגען אויף אקטועלע נושאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ניו יארק אין קאליפארניע גייען מעגליך שענקן מיליאנען, פאר יעדע שווארצע בירגער!
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:14 am
צ"ק
צו זאגן אז א יעדער שווארצער איז נעבעכיג איז ריין ראסיזעם!
טעקנעקלי איז נישט קיין חילוק צווישן די קאלירן שווארץ און ווייס - ביידע קענען זיין ליכטיג און ביידע קענען זיך אויפפירן זייער טונקל.
אבער ווען עס קומט צו שענקען ממון פאר איינקלעך פון נעבאכים - דא דארף מען צושטעלן קראנטע באווייז - אזוי ווי ביי די קאוויד לאונס און געשאנקען האבן די ביזנעס אייגענטומער געדארפט אריין געבן געוויסעס מינעמאלע פאפירן צו ווייזן אז זיי זענען טאקע בארעכטיגט.
אלזא מיינע טייערע ווייסע אייניקלעך פון עבדים - ביטע שיקט אריין ספרי יוחסין שלכם און די רעגירונג וועט אייך שענעקן גאטס און גוטס.

איין מינוט, נאר עבדים? וואס איז מיט אייניקלעך פון געבוליעטע קינדער? זיי דארפן נישט קיין געלט?
און וואס איז מיט די אייניקלעך פון די קאר עקסידענט באטראפענע?
און די אייניקלעך פון די באבע וואס פלעגט מאכן עקלהאפטיגע האליפצעס? פאר זיי קומט זיך נישט גארנישט?

הכלל:
צו קומען טיילן געלט פאר אייניקלעך פון נעבאכים - דאס איז זינלאז און בעיקר שכל לאז.
ווייל די זיידעס נוחם עדן גייען יעצט נישט האבן א עילוי נשמה ווייל די צאצאים וועלן קענען קויפן נאך עטליכע דאזעס מאריחואנע...
די נעבעכדיגע זיידעס וואלטן ענדערשער געגליכן אז די רעגירונג זאל אויפקומען מיט בעסערע עדיוקאציע בענעפיטן זיכער צו מאכן אז די אייניקלעך זאלן זיין ראוי צו זיין בע"ב און נישט נעבעכדיגע עבדים.

געלט איז נישט קיין לעזונג, געלט קען צוברענגען אין געוויסע פעלער צו די ערווארטעטע לעזונג.

טייערע ליבעראלן, אנשטאט צופרידן שטעלן אייניקלעך, מאכט זיכער אז זייערע אייניקלעך זאלן נישט דארפן באקריגן פארגיטיגונגס געלטער.
פארשטאנען? לכאו' נישט. אבער שיק עניוועיס...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

רעדיקאלן פון ביידע זייטן - מדינ"י פאלעסטינער קאנפליקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:45 pm

די רידיקאלע פון ביידע זייטן - איז א טעות וואס אפי'די לינקע אין מדינת ישראל הייבן אן חרטה האבן אויף שטופן די נערעטיוו אין די לעצטע יארן.

נעם למשל איינע פון די גרעסטע ראדיקאלע רעכטע אין מדינת ישראל - איתמר בן גביר, ער וויל איין זאך, ''לעבן''.

שפעטער וויל ער נאך זאכן ווי למשל ארויף גיין שחט'ן בהמות אויף הר הבית רח''ל און נאך פארשידענע זאכן אבער זיין עיקר שטרעבונג איז פשוט לעבן אין פרידן אין זיין נחלת אבות. (לשיטתו כמובן)

ער פארשטייט אויך אז ער דארף זיך רעכענען מיט די אראבישער שכן און ער האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיטן אראבער, ער בעט איין זאך, בלייבט מיט ענקער איסלאמישער גלויבונג און מישט נישט אריין קיין פאנטאזיעס איבער א פאלעסטינער פאלק שלא היה ולא נברא ואפי' משל לא היה און זייטס מודה אז מדינת ישראל איז די אידישע לאנד און ירושלים איז די אידישע עיר הבירה וברצות ה'וועט די בית המקדש אויפגעבויעט ווערן על אדמת הר המוריה און די אראבער וועלן דארפן אוועק מופן צו אן אנדערע ארט צו פערפעלען זייערע נארישע מואזין חזנות.

לויט די עקסטרעם רעכטע שיטה אין מדינת ישראל - האבן די אראבער א זכות קיום אין מדינת ישראל כל זמן זיי זענען געטריי צו די מדינה כמאמר אותו ליבערמאן שר''י ''אן קיין געטריישאפט איז ניט פאראן קיין בירגערשאפט''

און יעצט לאמיר זיך באציען צו די רעדיקאלע פאלעסטינער זייט:

די רעדיקאלע פאלעסטינער טראכט און האלט, אטעמט און איז מחנך נשותיו ובני בניו אז די אידן זענען רח''ל ממש ווי קענסער פאר די איסלאמישער וועלט, זיי זענען די קינד'ס קינדער פון די מאלפעס און שוויינען רח''ל, זייער עקזיסטענץ איז א לעבענס געפאר פארן איסלאם און די גאולה וועט קומען נאר נאך וואס מ'וועט אריין ווארפן אלע אידן אין ים אריין היל''ת אריין גערעכענט אויך די לינקע און די קנאישע קרייזן....

זיי באהאלטן בכלל נישט זייערע מאטיוון און מ'קען הערן כסדר קלארע דיבורים יוצאים בשצף קצף מפי אימאמאיהם ומורי דרכיהם ימ''ש, זיי פראבירן ניטאמאל צו באהאלטן זייערע בייזוויליגע פלענער ווייל די געטרייע ליבעראלע וועלט טוהט די ארבעט פאר זיי...ַ

דוק ותשכח וועט איר זען אז אינערהאלב די פאלעסטינער וועט איר כמעט נישט הערן רופן פאר א צוויי שטאטן לעזונג, זיי שרייען ברחל בתך הקטנה פראם די ריווער טו די סי דהיינו נאו איזרעלי.

ביי זיי איז די מושג לעבן נאר א טעקניקל זאך, א מיטל צו קענען דערגרייכן די געוואלדיגע זכיה צו שטארבן אלס שאהידן! אין מדינת ישראל לעבט מען מיטן שטרעבונג צו לעבן, ביי די פאלעסטינער לעבט מען צו קענען שטארבן אבי מיטצונעמען ווי מער אידישע נפשות הי''ד.

(מיט די פאליסטינער וועט מען קיין שלום נישט קענען מאכן דאס איז א פאקט וואס צענדליגע טויזענטע האבן שוין פראבירט צו לייקענען אבער אן ערפאלג. - די איינציגסטע וועג זיי ארויס צו שלעפן פון זייערע אייגענע פאבריצירטע גיהינום איז ארויף צו צווינגען אויף זיי א גן עדן בדמות נייע געבויטע גאסן און היימען, דעמיליטערעזירן און דערנאך בויען א פרישע עדיוקאציע סיסטעם בנשיאות די עמיראטן וחבריהם המערביים.)


משא''כ ביי די איזרעאלים וועט איר טרעפן א שיינע ציבור וואס גלויבן אין די צוויי שטאטן לעזונג און אפי' די רעכטע רעדיקאלן וואס רעדן וועגן א טרענספער - רעדן זיי פון די טעראריסטן און נישט פון די איזרעלי אראבער.

און מדי דברנו פון רעדיקאלן,
די אידישע רעדיקאלן האבן איין זאך אין קאמען מיט די אראבישע רעדיקאלן - און דאס איז די התנגדות צו די נארישע געמיינדע וואס האלטן אז מענטשן קענען זיין ביימער און דזשיראפעס...

דו''ק ותשכח וויאזוי בא'הנדל'ט מען א דזשיראפע אין מדינת ישראל (אפי' בקרב המתנחלים) און חילופיהן תחת שליטת פאלעסטינער רעדיקאלן, דארטן איז רציחה שריפה סקילה בכלל נישט קיין זעלטענע ערשיינונג פאר די דאזיגע סארט חטאים ודי בזה.

די היפאקראטיע שרייט צום הימל וויאזוי די פראגרעסיווע פארגעשריטענע וועלט נעמט זיך אן פאר אזוינע בארבארישע רעדיקאלע געמיינע געמיינדע אבער איך ווייס די ענטפער סאו יא....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:56 pm
◄ ווייז ספוילער
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:32 pm
קו ירוק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 6:37 pm
nobody האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 6:14 pm
nobody האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 3:39 pm
דער געוועזענע גענעראל יצחק בריק אין הארץ: פון די אינפארמאציע וואס איך קריג פון קאמאנדירן און זעלנער, וועלכע האבן אנטייל גענעמען אין די ערד אינוואזיע אין עזה פאס, קומען ארויס די פאלגנדע מסקנות: דער מדינת ישראל מיליטער ווארטזאגער און די מיליטערישע זשארנאליסטען אויף די טעלעוויזיע קאנאלן רעדן ליגענט לגבי די טויזענטער כאמאס מתים אין א פנים-צו-פנים מלחמה צווישן אונזערע כוחות און צווישן זיי, די נומער פון חאמאס טויטע אין פנים אל פנים שלאכטען איז אסאך נידריגער, די מלחמה ווערט מערסטנס נישט געקעמפט פנים-אל-פנים, ווי די מיליטער ווארטזאגער און די זשארנאליסטען זאגן,
די געוועזענע מיליטער הויפט דן חלוץ: די מלחמה האבן מיר פארלוירען, די איינציגסטע זיג בילד וואס מיר קענען נאך האבן איז איבערווארפען נתניהו
איך הייב ערענסט אן טראכטן אז די לינקע באאמטע האבן דירעקט צוגעלאזט די טעראר אטאקע (זיי האבן נישט געוויסט ווי גרויס עס וועט זיין...) כדי דערמיט צו שעדיגן ביבי.

די לינקע דארט פירן זיך אויך ממש ווי די לינקע אנטיסמיטען דא, מען גרייט זיך שוין צו דיי נייע פראטעסטן דארט אומציווארפן די רעגרינוג.
איצט קוקסטו שוין אויס ווי די וועלכע האבן מיר געזאגט גלייך אנפאנג אז ביבי האט דירעקט צוגעלאזט די אקט 07 אטאקעס כדי צו האבן די רעכט צו גיין קעגן כאמאס פול פארס.

ווען בירגער אין א לאנד און די פאליטישע פארטייען זענען גרייט צו באשולדיגן איינער דעם צווייטן מיט דאס ארגסטע, שוואכט דאס אפ די אחדות און מ'קען גארנישט אויפטאהן.
די נושא פון באשולדיגן איינע דעם אנדערן בכל הרעות החולות איז אין מדינת ישראל יעצט פון די הייסע טעמעס, ביידע רופן אן דעם אנדערן מכונות רעל - גיפט מאשינען, א יעדער באשולדיגט און פוינט מיט די פינגער אויף די צד שכנגד,
פאר די קלוגע פערזאנען בתוכינו וואלט איך געראטן צו נוצן א פשוטע אביעקטיווישער מיטל וואס קען קלאר מאכן כשמש בצהרים מי לנו ומי לצרינו. די מיטל איז נוגע אויך דא אין אמעריקא צו קענען ריכטיג אפמעסטן ווער איז גוט פארן לאנד און ווער נישט.

כאפ א בליק אויף די מדובר, נישט קיין חילוק ווער, קוק גוט נאך וואס איז זיין רעטאריק, וואס רעדט ער, פון וואס האלט ער, וואס זענען זיינע מאטיוון, וואס האט ער ליב, וועם האט ער די מערסטע פיינט, וואס איז ער גרייט אוועק צו געבן פון זיך און פאר וועלכע צוועק, וואס האט ער געטוהן במשך ימי חלדו, און אזוי ווייטער און ווייטער, די חברים, די סביבה, וכו' וכו' רבותי דאס איז מבהיל על הרעיון צו וואספארא קלארע מסקנות מ'קען אנקומען!

צו דזשאדזשן א מענטש לויט זיין איינציגער סטעיטמענט איז גאר נאריש צוליב א פשוטער זאך אז מ'רעדט פון בלויז בשר ודגים לייט, א יעדער קען מאכן טעותים און א אומריכטיג ווארט קען זיך אדורך שמוגלען ביי יעדעם פון די גרעסטע חכם ביזן קלענסטן פיקח, אלזא בעפארן מחליט זיין ווער איז א געפאר פאר א לאנד און ווער איז נישט - טראכט גוט אריין אין די ברייטע פיקטשער און לאז דיך נישט פארפירן פון אפאר בייעסדיגע רעפארטער.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס מיינונגען אויף אקטועלע נושאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קעפל: א גוטע אדמיניסטראטאר - אדער א רשע מרושע?
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:33 pm
צ''ק
א רשע מרושע קען זיין א געלונגענע אדמיניסטראטאר.

נישט צאלן פאר מלמדים איז טאקע נישט די שענסטע און בעסטע זאך, אויב די מלמד שפירט אז ער האט מער נישט קיין פת לחם זאל ער ביטע רעזיגנירן, אבער ארויס ווארפן קינדער במחיר הלבנת פנים ורציחת נפשות תמימות - דאס איז אומדערהערט און די גיהנום איז קליין פאר די פארברעכער זיי באקומען נישט קיין עולם הבא סאו ניטאמאל אין גיהנום לאזט מען אריין די נשמות ווארפער.

און אפי' ווען די טאטע איז א חמור גרם וואס לאכט זיך אויס פון די אדמיניסטראציע - איז נאכאלץ נישט פאראן קיין היתר צו הרג'ענען נפשות, לא יומתו בנים על אבות.

איך בין גראדע באקאנט מיט עפעס א טראגישע עפיזאד ווי א מלמד דרדקי וואס האט נישט באקריגן וואכן לאנג זיין מאגערע געהאלט צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן אינערהאלב זיין מוסד ווי ער ארבעט [קלארשטעלונג: מ'רעדט פון צווי באזונדערע מוסדות] - האט געהאט א שכ''ל באלאנס און איין טונקעלע טאג האט מען ארויס געשטעלט זיינע צווי קינדער אויפן גאס....
די טענה פון די הארצ'לאזער אדמיניסטראטאר איז געווען אז ער האט נישט געצאלט קיין געהאלט פאר די מלמדים, איי דער טאטע איז אויך א מלמד וואס האט נישט קיין לחם לאכול ניטאמאל די לעכל פונעם בייגל אבער ער האט נישט פארשטאנען....



דער מלמד מוטשעט זיך נאכאלץ און ווער ס'איז אינטרעסירט צו ארויס העלפן קען מעך קאנטאקטן אין אישי.
א לענגערע אפהאנדלונג וועט נאכפאלגן אי''ה ווען די צייט וועט ערלויבן.
לעצט פארראכטן דורך אחשוורוש דער דריטער אום מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

יא נוקלער אדער נישט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קעפל: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:28 am
כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:08 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:52 am
סענאטאר גרעהעם רוף צו פרעזידענט ביידען:

פארמעק זיי פון מאפע, זיין פארמאגן אויל פעלדער און די רעוואלוציאנאריע גארד וועלכע מיר קענען קלאר זעהן פון ספעיס

אטאקיר איראן און באזייטיג זיי פון די מאפע
ע''פ דרך הטבע איז נישטא א צווייטע וועג צו אפשטעלן זייער טראלן און איבערדרייען ווי זיי קענען, 1 אטאם און די זאך איז מסודר און וועט אין איינוועגס אפשטילן רוסלאנד, טשיינע, און נארט קארעא, וכו'.
נישט מסתבר איינער זאל צוריק אטאמען ווייל ער ווייסט אז ער איז נעקסט, יעדער וועט איינעמען א שטילקייט לכאורה עכסנס שעלטן.
די נוקלעארע לעזונג שיינט צו זיין די גרינגסטע און לייכסטע לעזונג פאר די גאנצע אנסטאבילע וועלט ארדער ווי מיר האלטן יעצט.
לאמיר אריין טראכטן אביסעלע, וויפיל פאטאליטעיטן [אריינגערעכענט ביידע זייטן] האט אפגעקאסט די פארגאנגענע מלחמות:

עיראק: 35,379 טויטע
אפגאניסטאן: 47,000 טויטע
איך האב נישט קיין געדולד צו קלויבן די נומערן פון די אנדערע מיליטערישע אקציעס וואס אמעריקע איז געווען אריין געמישט....

יעצט, לאמיר זען וויפיל פאטאליטעיטן האט אפגעקאסט די אטאקעס אויף היראשימע און נאגאסקי:

בערך 226,000 טויטע...

יעצט דארף מען פרעגן די שאלה, איז געווען וויכטיג צו הרג'ענען די אלע יאפאנעיזער כדי צו פארמיידן מער פאטאליטעיטן? די באמבע ווארפער האבן דעמאלטץ געטענה'ט אז יא.

מיט די צייט און די יארן האט מען איינגעזען די שעדליכקייט פון די נוקלעארע לעזונג, און די וועלט האט אנערקענט אז דאס איז גאר א שעדליכע מיטל צו נוצן, סאו דארפן יעצט די הויעכגעשפיצטע קאפיציטעיטן דן זיין איבער 2 זאכן:
1. צו א נוקלעארע אטאקע גייט טאקע אפשטילן דעם איראנע שטן פאר אייביג
2. צו עס לוינט זיך און צו ס'איז ריכטיג הארגענען מיליאנע אומשולדיגע כדי צו ראטעווען אנדערע מיליאנע אומשולדיגע

אני הקט האלט אז די ערשטע איז לכאורה די ענטפער יא, אויב מעקט מען אפ איראן פונעם ארענע קען דאס זיין א געוואלדיגע מעסעדזש פאר געוויסע טראבל מאכערס.

און וועגן נומער 2 - לויט וואס איך האב געהערט/געליינט, שרייען די איראנע קלאר וואס זיי האלטן און צו ווי זיי ווילן אנקומען, זיי ווילן דערגרייכן און אויפטרעפן עטליכע נוקלערע באמבעס, און עס ווארפן אויף געוויסעס מערב וועלט לענדער, זיי באהלטן ניטאמאל זייערע מאטיוון, זיי זענען דא להשמיד, זיי רופן אן אמעריקע די "שטן" - עס איז וויכטיג צו אנמערקן די אונטערשייד צווישן די דעמאלטסדיגע יאפאנעיזער און נאציס צווישן די היינטיגע איראנער - די יאפאנעזער האבן נישט געהאט די דזשיהאד נאטור, זייערע קאמיקאזא טאקטיקן זענען געווען געטריבן פון פארנאטישקייט און בלינדע געטריישאפט צו זייער אימפעריע אבער דא ווען מ'רעדט פון מוסלעמענער אראבער איז די מעשה גאר אנדערש

ווען א קליינע קינד סטראשעט אז ער גייט באקסן און שטויסן, קען מען זיך אויסלאכן
אבער ווען די בולי פון קלאס סטראשעט אז ער גייט טיילן פראסקעס - דארף מען אים נעמען גאר ערנסט.

יעצט, ווען איראן ארבעט און שוויצט מיטן מטרה אנצוקומען צו נוקלער, דארף מען זיין זייער נאאיוו צו גלייבן אז זייער נוקלער גייט ליגן באהאלטענערהייט אין קלאזעט אזוי ווי אין אמעריקע. [און אפי' רוסלאנד] די אראבישע קאפ קען נישט טראכטן לאנג שטרעקיג, זיי זענען גאר אימפאלסיוו און אפי' ווען עס פאלט אריין צווישן זיי איינער מער מיושב בדעתו וואס קען יא טראכטן לאנג טערם - ווערט ער געווענדליך פארוואסערט דורך זיינע אימפולסיווע קאלעגעס

אלזא מיינע טייערע פריינד אין אמעריקע, מאכט זיכער צו אויסמעקן דעם שונא בעפאר ער ווערט שטערקער ווי אייך.

צו די אפעראציע גייט וויי טוהן? לכאורה יא, קיין איין יליד אנוש האט נישט ליב צו וואטשן שוידערליכע מראות, אבער ווען די רחמנות געפילן שטייגן איבער די רעצינאלע ריכטיגע שכל'דיגע וועגן וואס מ'דארף נעמען - קען דאס קאסטן א גאר טייערע פרייז פאר ביידע זייטן, אלזא איז די שאלה יעצט א מיליאן טויטע פון איין זייט אדער 2 מיליאן טויטע פון ביידע זייטן.

אני הקטן וואלט געוואלט זען די מיליאן ביי יענעם והשם ישמרנו ויצילנו!!
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

מלחמה אין צפון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מיין 1 + 1
1: אמעריקא 'לאזט וויסן' אז די יו.עס.עס. דזשעראלד פארד עירקרעפט קעריער גרופע וועט פארלאזן דעם מזרח מיטלענדישן ים.
+
1: מדינת ישראל מאבעלעזירט שווערע קראפטן קיין צפון מדינת ישראל.

=
עס קומט אן ערנסטע מלחמה אויף די צפון פראנט און די אמעריקאנע שיפל פארט נישט אין ערגעץ, זי גייט זיין פיין פארנומען ה"י
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

נטורי קרתא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

1. מ'שרייבט נטורי קרתא און נישט נתורי קרטא.
2. די וואס רופן זיך אזוי זענען נישט די שומרים פון שטאט כמאמר הכתוב ''אם ה'לא ישמר עיר שוא שקד שומר''
3. די עולם וואס איז לעצטענס פארנומען וואס האט יענער בעל דרשן געזאגט אויף די געוויסע נ''ק - עס איז מיך גאנץ ווייניג אינטרעסאנט וואס ער האלט, מיר איז גענוג וואס הרה''ק מסאטמאר האט געהאלטן אויף זיי ודו''ק...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

איז @אחשוורוש א ביביסט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קעפל: it's settled law, הייב נישט אן נאכאמאל פון אלף...
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:18 pm
א דאנק פארן ארויף ברענגען אזא ריכטיגע און וויכטיגע טעמע אויף טיש.

איך בין ווייט פון צו זיין א ביביססט.

צוליב מיין טיפע שנאה אקעגן די לינקע ליבעראליזם און מיין עקל פון די איזראעלי מידיע - דאס קען מיר שיינען מיט א געוויסע בליק ווי איך בין א שטיקל ביביסט, איך פארשטיי פארוואס מאנכע באקומען די רושם און איך קען נישט טוהן עפעס ערנסט דאס צו טוישן.

מיטן שעלטן ביידן און סענדערס - ווערט מען נאכנישט קיין טראמפיסט.

די זעלבע איז מיט אהדת ראש הכופרים לע''ע המכונה ביבי נעטאניהו, חלילה וחס מהאי דעתא צו שטיצן און זיך אננעמען פאר עני ראש הכופרים, זאל עס זיין בענעט לאפיד און אפי' אהוד אלמערט, אבער ווען עס קומט צו אפווארפן די זינלאזע אומערוואקסענע נארישע שקרים וואס מיניפולעיטן דעם עולם וואס ווערט געפיטערט מיט נייעס שלא היו נאר נבראו אך ורק מיטן מטרה צו נגח'ענען עפעס איין געוויסע פאליטיקאנט ושמו ב. נתניהו
קומט א ניק אויף אייוועלט און געבט א שאקל אויף, ער ווארפט אריין א קורטוב סענס אין די איבערגעפילטע שיסל נאנסענס , און דאן ווערט ער שוין א ביביסט?

ווי זאגט אחשוורוש כסדר, נשגב מבינתי.

----

ינון מגל - אן איזראעלי מידיע פיגור - וואס איז באקאנט אלס א גרויסע ביביסט איז געפרעגט געווארן אין אן אינטערוויו דורך דוד ווערטהיים - א לינקע באקאנטער וואלא שרייבער - ''וואס ביזטו מער, א רעכטער אדער א ביביסט?"

האט מגל געענטפערט
"אוודאי א רעכטער, דאס אז דו פרובירסט צו דערנידערן די רעכטע און זיי אויסליידיגן מכל בדל אידיאלאגיע דורכן אהער שטעלן ווי בלינדע אנהענגער אין א געוויסער פאליטיקאנט - דאס טוישט נאך נישט די פאקט אז איך (מגל) איז א שטארקע רעכטער וואס קען אויך קריטיקירן נתניהו ווען עס פעלט אויס, און איך טוה עס גראדע אסאך צו מיין באדויער"...

לענינינו וועל איך זאגן, היינו טעמא דביבי והיינו טעמא דטראמפ, די מידיע וועט נוצן די זעלבע טאקטיקן און פראבירן אהערצושטעלן די רעכטע זייט אלס פאנאטישע פיגור אנהענגער אידעאלאגיע'לאזע נאאיווע פארשוינען.
עס איז א געלונגענע טאקטיק, עס ארבעט זייער גוט, אבער פאקט וועט בלייבן פאקט.

איי גייט איר פרעגן פארוואס איך קריטיקיר קיינמאל דעם ביבי?
איך קריטיקיר יא, טאקע נישט גענוג ווייל מיין קריטיק אויף נעטאניהו קען נישט אייביג ווערן אראפגעשריבן דא מטעמים שאינם כמוסים...

און יא, ביי מיין 4000 לענגערע אפהאנדלונג וועל איך אריין שניידן אויך אין ביבי.
יעצט איז א יעדער צופרידן?



ובחדא מחתא וויל איך איבערבעטן ברבים @שלמה הילדעסהיימער עס איז טאקע נישט שיין געווען פון מיין זייט אראפצורייסן ניקס פערזענליך ועמך הסליחה ועמי תלון משוגתי
סאררי און איר זענט געלאדנט פאר א סולחה כמנהג בני דודינו הישמעלים.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מלחמה אין צפון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:11 pm
מיין 1 + 1
1: אמעריקא 'לאזט וויסן' אז די יו.עס.עס. דזשעראלד פארד עירקרעפט קעריער גרופע וועט פארלאזן דעם מזרח מיטלענדישן ים.
+
1: מדינת ישראל מאבעלעזירט שווערע קראפטן קיין צפון מדינת ישראל.

=
עס קומט אן ערנסטע מלחמה אויף די צפון פראנט און די אמעריקאנע שיפל פארט נישט אין ערגעץ, זי גייט זיין פיין פארנומען ה"י
די היינטיגע געלונגענע אטענאנט פארגרעסערט די טשאנסן אויף א ברייטע מלחמה אין צפון.
#כווייס נישט, כ'זאג נאר...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס מיינונגען אויף אקטועלע נושאים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ישראל_הלוי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:37 pm
אביגדור ליבערמאן: (כ'פארשטיי נישט פונקטליך) סינוואר עפענט יעצט שאמפעין אין זיין טונעל. עס זענען געווען שווערע באציאונגען צווישן סינוואר און ערורי.
קלארשטעלונג:
ער עפנט לכאו' א קען טשיקפיעס ווייל ככל הנראה האט ער נישט קיין שאמפעין דארטן, ניטאמאל שעמפא.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

די פרישע פסק פון די בג"ץ וועט נאר ברענגען מער שטימעס פאר נתניהו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

לענ"ד האט בג"ץ געטוהן א שטיקעלע טעות, זיי ווילן זען נתניהו אינדערהיים? סאו ווארטס אפאר חדשים, לאזט די מלחמה נאכלאזן, מ'וועט גיין צו פרישע וואלן און ווארשיינליך וועט די עולם זוכן עפעס פרישע פאליטיקאנטן און ביבי וועט אהיים גיין.

אבער ניין, די בג"ץ ריכטער האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, זיי עקש'ענען זיך צו אויפרעגן א האלבע לאנד און אויסשרייען בקול רעש גדול "ענקער וואט איז גארנישט ווערד"
בג"ץ געבט צו פארשטיין אז זיי זענען די וואס קענען אהיים שיקן נתניהו על אפם וחמתם פון זיינע וויילער,

דאס גייט נאר צוברענגען אז די עולםן זאל נאכאמאל שטימען פאר אים.
א שטימע פאר נתניהו איז יעצט געוואר א שטימע אקעגן די פארהאסטע בג"ץ.

לענ"ד איז בג"ץ היבש פארפארן דא און זיי גייען נאר פארלירן דערפון...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

גייט ביבי רעזעגנירן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מתמודד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:28 am
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:06 pm
עלינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:08 pm
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:03 pm

ווען זענען די נעקסטע בחירות ?
בערך דריי יאר ארום
ווען נתניהו וואלט געווען פאפולער וואלטן בחירות פארגעקומענע נעקסטע מאל אים שמעקט.. יעצט אז ער איז נישט קען עס טאקע געדויערן די נארמאלע צייט.
סתם א אומגעשטיגענע הנחה.

נתניהו איז דער לענגסט דינענדער פרעימיער אין מדינת ישראל, ער האט געהאט גאר פאפולערע צייטן אין אמט. און מיט א בליק אויף צוריק האט ער געמאכט א גוטן ארבעט. אויב איז ער ממש אזא וויסטער דיקטאטאר וואלט ער עס שוין לאנג פרובירט צו טוהן.

ער האט קיינמאל ניטאמאל געווארפן א רמז אז ער וויל אפשטופן די וואלן, און עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס איז וואס ער וואלט געוואלט, אדרבה, דער אפיציעלער פלאן איז געווען אז ער גייט אפענדיגן זיין קאדענציע פאר די צייט, איינמאל ער מאכט שלום מיט סאאודי אראביע.

בקיצור, אבי געלאטקעט.
נתניהו האט שוין עטליכע מאל געזאגט קלאר אז ער גייט אהיין גיין ווען ער וועט ווילן און נישט ווען מ'וועט אים פראבירן צו איינטיילן...
עס האט שוין עטליכע מאל אויסגעקוקט אז אט אט ער גייט אהיים פאר אייביג - אבער עס האט זיך אויסגעלאזט מיט א גארנישט.

ער איז דא מיט א קלארע חזון און נאר נאך וואס ער וועט אויספירן וואס ער וויל וועט ער אהיים גיין.

אסאך אירע גלייכן אים נישט, מ'קען אויך פארשטיין פארוואס.... אבער איינע פון די זאכן וואס האלטן אים אויפן בענקל איז די אבנארמאלע סימפאטיע וואס די רעכטע האבן צו אים, ער האט מצליח געווען צו איינפלאנצן אין זיינע וויילערס מוחות אז ווען מ'טשעפעט ביבי טשעפעט מען די גאנצע רעכטע לאגער, הן מיט די פאליטישע געריכן אנגעפירט דורך די פארפוילטע יוסטיץ דעפארטמענט, הן מיט די מידיע'ס אבסעסיע אים אראפ צו רייסן, וכו' וכו', אם כי, ער איז נישט אינגאנצן שולדיג, זיינע שונאים האבן געטוהן כמעט די גאנצע ארבעט פאר אים, די כאשר יענו אותו כם ירבה ויפרוץ זעט זיך אן דארטן אויף א מבהיל'דיגן אופן, עס גייט אן ווי א דריידל, מ'נעמט זאכן וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט ביבי און מ'ווארפט עס ארויף אויף אים, דערנאך שעלט מען ביבי דער מאנסטער, און די גאנצע פייער וואס וואלט בעצם געדארפט גיין צום ריכטונג פון די רעכטע לאגער אפגעזען ווער די פאליטישע פירער זייערע איז, ווערט פארוואנדלט אין א יא ביבי נישט ביבי געפעכט נמצא אז וואס ס'זאל נאר זיין אלעס וועט זיך ארום דרייען ארום דעם ביבי'נען, אזוי האט ער פארדינען בעקיפין אז ווען בג"ץ קומט און רייסט אויס די איבערגעבליבענע דעמאקראטישע סממנים וואס זענען נאך פארבליבן - ווערט דאס גלייך א דירעקטע אטאקע אקעגן ביבי, איי וואס וואלט געווען ווען ביבי לעבט שוין נישט און בג"ץ קומט ארויס מיט זיינע זינלאזע פסקים? וואלט דעמאקראטיע געבליבן דעמאקראטיע? מה שייכות לביבי? אבער דאס איז עס, א פאלק וואס איז אמאל געלעגן אין מער ערוואקסענע אידעאלאגישע מחלוקות איז אריין געשלעפט געווארן אומוועלענדיג אין א ביבי סאמעטוכע וואס איך גלייב שווער אז זיי וועלן אמאל קענען ארויס קריכן דערפון.

הכלל.

ביבי וועט נישט רעזעגנירן נאכן מלחמה בלויז לשם רעזעגנירן. ער האלט און גלייבט באמת אז אויב פארלאזט ער דאס רעדל וועט זיך אויפשטעלן א פאלעסטינער לאנד שתוצאותיו מי ישורנו... [לשיטתו] און דערפאר וועט ער זיך נישט רעכענען מיט די אלע נאקעטע אנקעטעס וואס פראבירן צו ממליך זיין בעני גאנץ צוליב זיינע לינקע שיטות, נתניהו וועט בלויז מאכן קאלטע און טרוקענע חשבונות 1 + 1 וואס גייט זיין רעזעגנאציע ברענגען, אויב וועט ער האלטן אז די רעזעגנאציע זיינע וועט ברענגען עפעס פאזעטיוו - וועט ער גלייך רעזעגנירן.
[אזוי ווי ער האט רעזעגנירט נאך זיין ערשטע פאליטישע מפלה אין 1999 - ער איז אהיים געגאנגען מאכן א טיפע חשבון 'נפש' וואס ער האט נישט ריכטיג געטוהן און דערנאך צוריק געקומען מיט פרישע מאטיוואציע.]
נאך זיין הילכיגער מפלה מיטן גרינדונג פון ממשלת בנט-לאפיד-עבאס, די עולם איז געווען זיכער אז הנה זה הולך לביתו, אבער דער זקן ממרא האט זיך אוועק געזעצט זיך באקוועם געמאכט אויף די יו"ר האפאזיציע בענקל און ער האט זיך גענומען העפטיג ארבעטן צו צווארפן די שלעכטע רעגירונג וואס ער האט באמת באמת געגלייבט אז זיי קענען חרוב מאכן דאס לאנד.

כל הפוסל במומו פוסל - איז א כלל ידוע, און ווען די לינקע שרייען אויפ נתניהו אז נאר זיין בענקל אינטרעסירט אים - ברענגט דאס ארויס וואס ליגט אין זייערע מנהיגים'ס מוחות, סיי לאפיד-בנט-גאנץ זענען געווען גרייט אוועק ווארפן זייערע אידעאלאגיעס פארן בענקל
בנט - כידוע
לאפיד - האט אויפגעגעבן זיין הויפט אידעאלאגיע וואס מיט דעם איז ער ארויס צו זיין פאליטישע וועג - "המאבק בשחיתות" - די מלמה אקעגן קארופציע
און ווען מ'האט אים געפרעגט נאכן גרינדן זיין בנט-לאפיד רעגירונג היתכן ער האט פארמירט די ממשלה מיט די זעלבע מספר מיניסטארן און נאווערגישע חכי"ם - האט ער געענטפערט "אמת, ס'איז טאקע נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך און איך האב עס נישט ליב"...
ליבערמאן - טאקע נישט באקומען די רה"מ בענקל אבער נאכאלץ האט ער מיאוס אויפגעגעבן אויף זיין עקסטרעם רעכטע אידעאלאגיע מיטן זיך אנשליסן אין א רעגירונג מיט די מוסלעמענער ברודער די מאנסור עבאס רע"ם פארטיי, ער האט זיך קלאר אויסגעדרוקט אז ער האט גענומען די פינאנץ מיניסטאר אמט און נישט די דעפענס מיניסטאר אמט צוליב דעם וואס ער האט געוויסט אז מיט רע"ם וועט ער גארנישט קענען אויפטוהן...

משא"כ ביבי, האט קיינמאל אויפגעגעבן אויף זיין חזון [עוועים] ער האט טאקע זיך צוגעשטעלט און זיך באלאנסירט כדי צו קענען פארמירן א רעגירונג מיט זיינע שותפים [ע"ע די פריטאטישע רעגירונג מיט בעני גאנץ וכו'] אבער ווען עס איז געקומען צו גורל'דיגע סוגיות האט ער קיינמאל זיך נישט געבויגן. איראן איז געבליבן איראן, פון א צוויי שטאטן לעזונג איז ווייטער נישט געווען פון וואס צו רעדן, בעיסיקלי האט ער קיינמאל אויפגעגעבן אויף זיין לאנגיעריגע חזון, די ספיד האט ער געדארפט פארשטייטערן צוליב פאליטישע סטראגלס אבער ער האט נישט ארום געדרייט זיין מיינונג פאר זיין בענקל.

און יעצט, צוריק צו די רעזעגנירן שאלה:

נאר ביבי גייט רעזעגנירן?
וואס איז מיט גאנץ? ער האט נישט געהאט קיין ערנסטע פאזיציע אין די לעצטע 15 יאר? האט ער נישט געהאט קיין חלק אין די אומריכטיגע "קאנסעפציע"?
הרצי הלוי די רמטכ"ל?
יאיר לאפיד רה"מ לשעבר?
וכו' וכו'
אויב דארף ביבי רעזעגנירן צוליב די שוידערליכע אוק' 7 אטאקע, דארפן מיטגיין מיט אים אלע פאליטיקאנטן וואס האבן געדינט במשל די לעצטע 15 יאר.
סאו ווער גייט לויפן פאר די קומענדיגע בחירות? ינון מגל און בן כספית?
אולי....



השמטה:

די היסטאריע אין מדינת ישראל האט אויפגעוויזן אז זייערע ראשי ממשלה האבן געהאט א געוויסע באג אז זיי רעדן זיך איין אז אן זיי וועט די לאנד קראכן, צוליב דעם האבן כמעט אלע אפגעלאזט די פאליטישע וועלט בבושת פנים אדער אין טראגישע פעלער, העמיר זען וואס גייט זיך דא אויסקאכן.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

קען די קאץ היטן די געלעזל מילך?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

איך וויל פארשטיין עפעס,
לית מאן דפליג ע''ז אז די פאליטישע פירער אין מדינת ישראל וועלן דארפן באצאלן א פרייז און רעזעגנירן נאך די שוידערליכע דורכפאל.
און וואס איז מיט די מיליטערישע פירער? זיי זענען ריין? זיי האבן גארנישט פארנאכלאסיגט דא?
זיי מעגן זיך אליינס אויספארשן? דארט איז אלעס געבליבן על מכונו, קיין איין אינדרויסנדיגע אלוף וואס איז באזייטיגט געווארן במשך די יארן צוליב עקסטרעמע שיטות וכדו' איז נישט גערופן געווארן צו קומען מאכן סדר מיט די יעצטיגע שלאמזלים, אלזא פארוואס מיינט מען אז נאר אין די פאליטישע פליגל וועלן זיך זאכן דארפן טוישן? פארוואס האט מען פארגעסן אז עפעס א מיליטער איז אמאל געשטעלט געווארן צו היטן אויף די לאנד'ס זיכערהייט?

די ענטפער איז זייער קלאר....
און אויב זאכן גייען ווייטער אזוי אנגיין זאל מען זיך נישט וואונדערן אז אזוינע אוק' 7 אטאקעס חזר'ן זיך איבער רח''ל.

א קאמפעני וואס ווארפט ארויס א בוקקיפער פאר די חטאים פון די שיפינג דעפארטמענט זאל זיך נישט וואונדערן אז די פאבריק גייט כאדאראם, אויב איז דא א זייט וואס איז אומקריטיקירטבאר דעמאלטס וועט די פלאץ נישט קענען אנהאלטן פאר צו לאנג.

העמער ווייטער שטיין אין די זייט און מיטהאלטן ווי זאכן קאכן זיך אויס והשי''ת ירחם על פזורת עמו.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

בנימין, איר ווילט ענדיגן די מלחמה אין מדינת ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

בנימין, איר ווילט ענדיגן די מלחמה אין מדינת ישראל?

בנימין גאנץ:
יא, איך וויל שנעל ענדיגן די מערכה.
בנימין נתניהו:
ניין! חס וחלילה!

בנימין, פארוואס?

בנימין גאנץ:
זייער פשוט, מיינע נומערן אין די אנקעטעס זענען זייער הויעך און אויב גייט מען יעצט צו א פרישע רונדע וואלן - האב איך א טשאנס צו דינען אלס ראה''כ אין מדינת ישראל! ולאו מלתא זוטרתא היא!

בנימין נתניהו:
זייער פשוט! וויאזוי קען מען ענדיגן די מלחמה אן צו דערגרייכן ניטאמאל קיין איינס פון די 3 ציהלן
1. עלימינירן כאמאס.
2. צוריק קערן די פארכאפטע.
3. ברענגען רוהיגקייט און זיכערהייט פאר די מדינת ישראל איינוואוינער אין דרום, צפון און מרכז.

וויאזוי קענען מיר יעצט ענדיגן??

מדינת ישראל מידיע/וואשינגטאן פאסט בשם אמעריקאנע אפישעלס:
ביבי וויל ציען די מלחמה פאר זיינע פאליטישע חשבונות.....

אחשוורוש דער דריטער:
אויב איר זעט אז גאנץ פארלאזט די קאאליציע אין די קומענדיגע טעג זאלט איר וויסן אז נישט די עקסטרעמיסטן בן גביר און סמוטריץ זענען די סיבה - די ריכטיגע סיבה איז די אנקעטעס וואס שמייכלען צו אים מדי ערב.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

בלינקענ'ס סטעיטמענט אין מדינת ישראל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אין די לעצטערע טעג ווערט קלארער ווי קלאר אז די ביידען אדמיניסטראציע איז מער נישט קיין געהעריגע אדמיניסטראציע נאר עס איז גאר א פאליטישע פארטיי וואס איז פארנומען צו זיכער מאכן אז ווי מען גייט זאל מען קענען קאלעקטן שבחים און קאמפלימענטן און בעיקר שטימעס, די אדמיניסטראציע וואס דארף מכלומר'שט ארבעטן לטובת אונזער לאנד אמעריקע, איז מער נישט פארנומען מיט די מעריקאנע אינטערעסן, זיי זענען פארנומען אין די יעצטיגע טעג צו שפארן ווי מער שאדן פאר די פארטיי, פארמיידן ווי מער חורבנות, אויב פאר זיי מיינט א שטארקע אמעריקע א שוואכע ביידן פארטיי וועלן זיי זיכער מאכן אז אמעריקע זאל בלייבן שוואך און חס וחלילה נישט ארויס ווייזן דאס ביסעלע שטארקייט און מאכט ווייל א זרוע נטויה איז בגימ' מאג''א און דאס באטרעפט א מספר קטן פון דעמאקראטישע וויילער וואס האבן נישט ליב צו לעבן אין א שטארקע וועלט'ס מאכט, די ביידעניסטן גלייכן א שוואכעלינג וואס זיצט אויפ'ן רעדל, אויב וועט די לאנד ווייזן אביסל שטייפקייט מיינט דאס אז אונז זעמיר שלעכט רח''ל, א גוטע מענטש טראגט נישט קיין רעוואלווער צו דערשרעקן מענטשן, א גוטער מענטש שפאצירט מיט א איילבירטן בלעטעלע און שמייכלט צו יעדעם, אזוי ווי דער שיינער איד פון שוהל וואס טשעפעט קיינעם נישט אבער ווערט געטשעפעט פון יעדעם - אזא פנים האבן די דאמיקראטן.

יעצט האט בלינקען אפגעשטאט א באזוך אין מדינת ישראל, און א יעדער איז געווען זיכער אז ער גייט אריין מוסר'ן אינעם יונגן ווילדן פלוימעניק איזראעל, ער גייט קלאפן אויפן טיש און אריין קומען קלאר מיט ווילדע שטייפע תקנות וואס מ'מעג יא און וואס נישט, אבער ניין, דאס האט נישט פאסירט, ער האט כהרגלו איבערגעגעבן א טרוקענע סטעיטמענט אנע שום זאפטיגע חידושים, מה שהיה הוא שיהיה אבער ער האט דאך אנגערירט עטליכע וויכטיגע פונקטן.

ואלו הן:

1. די צפון עזה איינוואוינער דארפן זיך אומקערן אהיים און מען דארף זיכער מאכן אז דאס געשעהט נענטער ווי ווייטער. אמעריקע וויל אריינשיקן עטליכע UN שלוחים וואס זאלן זיך אומקוקן אויפן ארט און אנהייבן פלאנירן די גרויסע מאווינג פּראיעקט ווי הונדערטער טויזנטער עזת'ן וועלן זיך צוריק קערן צו זייערע היימען נאך לאנגע וואכן פון פיין און ווייטאג.

2. מען דארף אריין שיקן מער הומאניטארישע הילף קיין עזה, די פאלעסטינער פאלק הונגערט אוועק עוללים שואלים לחם און די עזת'ן האלטן ביים

3. די געדאנק פון דיספלעיסינג - פארטרייבן און שיקן די עזה איינוואוינער וואוינען אין אנדערע לענדער איז יהרג ובל יעבור, הס מלהזכיר, קומט נישט אין באטראכט בשופו''א.

מדינת ישראל פון זייער זייט פארשטייט אויך אז דער המעריקאנישער פעטער איז קראנק און ליידט נעבעך פון די קדחת הבחירות, די פעטער האט פארלוירן זיין חוש הטעם והריח, ער טעיסט און שמעקט נאר עפעס וואס האט צו טוהן מיט די עלעקשענס, ער איז האלבוועגס בלינד, ער קען נאר זען זיינע וויילער, ביי די נעכט וועקט ער זיך אויף מיט שרעקעדיגע ביידען חלומות ווי ער זיצט אויפ'ן איירפארס וואן און די טיהר פליט אוועק און אלע מיליאנען שטיצער זיינע פליען ארויס און ער בלייבט אליינס בדד.

די נעפיו פארשטייט צום פעטער'ס ווייטאג, ווי נישט ווי האט די פלוימעניק אויך מיטגעמאכט אזוינס אין די לעצטע פאר יאר....

למעשה ווייסן זיי אז זיי דארפן ווייטער טוהן אלס וואס איז נאר מעגליך צו קענען ווייטער עקזעסטירן אלס א קליינע דעמאקראטישע א''ג אידישע לאנד אין די מיטל מזרח ארום גענומען מיט מיליאנען פאנאטישער בלוט דארשטיגע ראדיקאלע מוסלעמענער, און זיי דארפן דערפאר נעמען די נויטיגע שריט.

דא עקא, די נויטיגע שריט שטומט טאקע מיט די אמעריקאנע אינטערעסע, די ביידן אדמיניסטראציע האט אויך פולי געשטיצט בתחילת הדרך אבער פלוצלינג איז ער שווערליך קראנק געווארן, ער איז מער נישט קיין אדמיניסטראציע, מ'האנדלט דא מיט א פארטיי, סאו וואס טוהט מען?

זענען געקומען די קארפן קעפ פון אמעריקע און באשלאסן צו נוצן די געהיימע ''אחד בפה ואחד בלב" באנק אקאונט און אנגעהויבן ארויסשרייבן שווארצע טשעקס פאר די פראבלעמאטישער נעפיו, זיי האבן שטילערהייט אפגעשמועסט אז אין די קומענדיגע צוקנופט וועט מען נוצן צוויי מייקס, איינס וועט רעדן אויף א לאו וואליום און אפשמועסן די טעכנישע נויטיגע שריט וואס דארפן גענומען ווערן לטובת המערכה, און די צווייטע וועט רעדן בקול תרועה רמה פאר די פרעסע און דארט וועט מען א גאנצע צייט פרעדיגן פייער אפשטעלונגען, הומאניטארישע הילף, נעווער דיספלעיסינג פאלעסטינייענס, אד''ג.

אבער דאך, די שרייערייען פון די גאס שמוגלען זיך אריין אויך בחדרי חדרים, הגם אז די אמעריקאנער האבן באקומען שיינע רעציאנאלע קלארע הסברים דורך די איזרעליס וואס מ'קען יא און וואס מען קען נישט, אבער די פרעשור האט אריין געדרינגען און מ'זעט כסדר שפאלטענעס אין די פעלזן פעסטע איזראעלי מויער. אזוי גייט עס, אז מ'שרייעט אריין אין אויער ברעכט דאס די מויער.

מ'האט דאס געזען די לעצטע טעג מיטן דאפלען די הומאניטארישע פעקלעך אריין קיין עזה, און אזוי ווייטער...

און וואס ענטפערט טאקע איזראעל אויף די ערשטע אמעריקאנער פארלאנג - ושבו עזתים לגבולם?
פשוט.
מדינת ישראל ענטפערט ווי דזשענטעלמאנס ''אנטשולדיגט, ס'איז נישט געבליבן מער ווי צו וואוינען, פראבירט צו מופן קיין מאנסי"...

ערנסט גערעדט, די אד''פ האט חרוב געמאכט די גאנצע צפון געגנט און עס איז טאקע נישט דא מער ווי זיך צוריק קערן, און פארגעסט נישט אז דאס אלעס איז אונטער אמעריקאנע שטיצע, די אמעריקאנער האבן געשיקט/אויסגעצאלט א גרויסע טייל פון די אויפרייס מאטריאל וואס איז גענוצט געווארן צו פלאך מאכן צפון, אלזא וואס האב איך אייך געזאגט? ס'איז פאראן צווי נוסחאות, נוסח ספרד און נוסח אשכנז, פאר א יעדעם געט מען צו הערן וואס ער דארף צו הערן.

די צווייטע אמעריקאנע פארלאנג - די הומאניטארישע הילף,
דאס איז גאר א קאנטערווערסיאלע ענין אין מדינת ישראל, די בירגער האלטן דאס נישט אויס היתכן מ'לאזט אריין חיונה פאר די חיות בצורת אדם אבער עס איז נישט דא קיין סאך ברירות, די פעטער דריקט און מאנכע פון די מבינים זאגן אז עס איז א מוז צו צושטעלן די מינימאלע הומאניטארישע געברויכן צו פארמיידן מגיפות אד''ג וואס קענען בעקפייערן די מדינת ישראל זעלנער וואס געפונען זיך יעצט אין עזה.

די דריטע מעסעדזש - די מחאה אויף די דיספלעיסינג געדאנק,
דאס איז א גראבע שטיקל כזב, קיינער אין מדינת ישראל רעדט נישט פון צווינגען פאלעסטינער עזת'ן צו פארלאזן זייערע חרובע הייזער, מ'האט נאר ארויפגעברענגט א געדאנק צו מאטעווירן און שטיצן די פאלעסטינער וואס גייען מסכים זיין צו אימיגרירן דורך פארשידענע מיטלען ווי צב''ש שענערע סומעס געלט און נאך פארשידענע בענעפיטן, קיינער האט נישט גערעדט פון פארטרייבן!

און יעצט לאמיר מייחד זיין אפאר ווארימע דיבורים לכבוד דעם מר בלינקען נרו יאיר ויסרח.

איר שעמט זיך נישט???????

איר רעדט פון די עזה איינוואוינער וואס דארפן זיך צוריק קערן צו זייערע היימען? איר ווייסט אז פון זייערע אידישע שכנים איז כמעט נישט געבליבן ווער עס זאל צוריק גיין??? עס איז פארבליבן אחד מעיר ושניים ממשפחה און א טייל זענען נאך פארכאפט אין די כאמאס טונעלן און איר רעדט פון אהיים גיין?!?!?!?!

ווי קומט צו אייך אזא מין עזות פנים ומצח צו רעדן פון די צפון עזה נעבכים אין די צייט וואס זיי זענען געווען די ערשטע צו אינוואדירן און אויסשחטן די אידישע קרבנות? ווער האט אויפגענומען די כאמאס העלדן? נישט די עזה צווילע????

איר רעדט וועגן א יו ען משלחת זאל גיין באזוכן די צפון עזה געגנט, האט איר שוין געטראפן די פאר רויטע קרייץ רעפרעזענטירן זאלן גיין באזוכן די פארכאפטע משכונות??????

איר רעדט וועגן הומאניטארישע געברויכן, עסן טרינקען און נאך מענטשליכע צרכים שאכמ''ל.... איר ווייסט אין וואספארא אוממענטשליכע אומשטענדן ווערן די אידישע משכונות געהאלטן???? איר האלט מיט די שוידערליכע עדות'ער וואס ווערן אין די יעצטיגע טעג פארעפענטליך דורך די באפרייטע משכונות? דו ווייסט וואס זיי דערציילן?? מפני כבוד המקום קען מען נישט דא אראפ ברענגען אלעס....
שעים אן יו!!!!!
שעמען זאלן זיך אלע אמעריקאנע בירגער מיט אזא קאלט בלוטיגע הארצ'לאזער סעקרעטאר!! ביי דיין סטעיטמענט האט איר געדארפט פאוקעסן אויף די עכטע צווילע וואס זענען פארכאפט דארטן שרויים בגיי צלמוות און נישט אויף די חיות רעות וואס האבן אויסגעטיילט מיני מגדים באקלאוות ושאר ממתקים ווען אידישע בלוט האט זיך געגאסן כמים!!

ווען די לעצט פארבליבענע כאמאס טעראריסטן שיקן ארויס זייערע פאר איבערגעבליבענע ראציגע ראקעטן וואס זענען געצילט צו הארגענען צווילע, וואס טוהן דעמאלטס די 'צווילע' עזת'ן? זיי טאנצן און הוליענען אללה אכבאר'ן אויף כוחות ימ''ש - און פאר די בארבארן וואס האלטן זיך גרויס און שטאלצירן מיט מעשי רציחה, פאר זיי נעמט איר זיך אן???????

שעים אן יו!!

טראנספער?

איינער האט גערעדט פון פארטרייבן די אראבער?

די גרעסטע איזראעלי רעכטע עקסטרעמיסטן ווי בן גביר און סמוטריץ האבן קלאר געמאכט מערערע מאלן אז קיינער גייט נישט פארטרייבן די עזה איינוואוינער, מ'רעדט פון א אפגעשמועסטע דעטאלירט געפלאנטע אימיגראציע פלאן וואס וועט מאטעווירן די היימלאזע פאלעסטינער צו ערגרייכן א בעסערע לעבן ווי ביז יעצט אונטער די בלוטדארשטיגע כאמאס רעגירונג, און בכלל איז וויכטיג צו מערקן אז די ערשטע וואס האבן ארויף געלייגט די געדאנק אויפן טיש גלייך למחרת השבת איז געווען די לינקער רם בן ברק אן הויכראנקיגע יש עתיד ח''כ און דני דנון פון די צענטראלע ליכוד פארטיי, זיי האבן אויך פארשטאנען אז א''ג צווילע עזת'ן קענען מער נישט בלייבן וואוינען נעבן מדינה ישראל אוי לרשע אוי לשכנו און דאס בעסטע פאר זיי איז צו טרעפן אן העפליכע לאנד וואס זאל זיי מכניס אורח זיין, סאו קומען יעצט די אמעריקאנער און בלאזן אויף הוילע שקרים און קומען מוסר'ן די איזראעליס אז זיי ווילן פארטרייבן די אראבער???

און אפי' את"ל אז ס'איז יא דא א געוויסע פראצענט וואס האלטן אזוי, נאכאלץ געב נאר א קוק אין עזה און פרעג זיי וואס זיי האלטן אויף מדינת ישראל בירגער צו מ'זאל זיי פארטרייבן אדער נישט.... אלע וועלן אויסשרייען בקול רעש גדול "פראם דע ריווער טו דע סי" - אלע איזרעליס אריין אין ים [רח"ל]
און דו קומסט געבן מוסר פאר די קומץ איזראעליס וואס האלטן פון פארטרייבן די אראבער??

ייש"כ פארן ליינען. אויב פילט איר ווי מיר און איר ווילט כסדר ליינען מיינע מיינונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיינע הגיגים אשכול
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

@אחראי
א דאנק פארן אריבערפירן מיין דאזיגער אשכול!
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

הער קייזער, יאך בין איינגעשריבן, שכח!
קיעפ איט אן
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

די פאלעסטינער פעלקער מארד שקר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

@צוויי גילדען
@אבנר בן-נר
לאמיר גיין אחת על אחת:

די אידישע רעליגיע פרעדיגט פיינט האבן מוסלעמענער?
ניין.
די איסלאם פרעדיגט פיינט האבן אנדערע רעליגיעס און בפרט די בני הקופים והחזירים [עפ"ל] די אידן?
יא.
אין פאקט:
די אידן האבן פיינט די אראבער?
ניין.
די אראבער האבן פיינט די אידן?
נאר די ערליכע אראבער...

יעצט לאמיר גיין ווייטער קיין פאלעסטינע:
א דורכשניטליכער מדינת ישראל בירגער האט פיינט אן אראבער?
ניין. די עולם האקט א לעבן אין דובאי און אין נאך פארשידענע אראבישע מקומות.
א דורכשניטליכע פאלעסטינער בירגער האט פיינט א איד ?
יא, און זיי מאכן נישט קיין חילוק בין קנאים ללא קנאים.

א דורכשניטליכער איזרעלי אראבער האט פיינט א איד אין מדינת ישראל?
לויט מוחמד מאדזשאדלא פון די 12 קאנאל יא... אבער זיי האלטן זיך איין פון ארויזגעבן זייער שנאה צוליב זייער תאוות הממון און די ווילן פון לעבן אין פרידן א זאך וואס זיי האבן נאר אין מדינת ישראל... [אין עזה איז מען נוהג צו הארגענען אויף געוויסע זינד וואס אין מדינת ישראל הארגעט מען נישט]

און יעצט לאמיר ווייטער גיין צו די פעלקער מארד סוגיא:

וואס מאכט א איד צו באלאנגען צו די אידישע פאלק?
געבוירן ווערן אן איד.

וואס מאכט אן אראבער צו ווערן א פאלעסטינער?
בלויז מחליט זיין אז ער באלאנגט צו די פאלעסטינער פאלק/פארטיי, ער האט די מעגליכקייט פון צו אימעגרירן און צו פארגעסן די אלטע זכרונות וואס לייגן אים נאר קאליע. [און אסאך איזרעלי אראבער האבן טאקע אזוי געטוהן, פשוט פארגעסן פון די אלטע נארוואס פאברעצירטע פאלעסטינע חלומות]

לסיכום:
צו באלאנגען צו די פאלעסטינער פאלק דארף מען אנעמען אלע פאלעסטינע גלויבונגען און די הויפט אמונה זייערע איז גראדע א באקאנטער סלאגאן "פון די ריווער טו דע סי פאלעסטיין וויל בי פרי" - די שאיפה צו אויסרייניגן די הייליגע פאלעסטינע אדמה פון די אידישע אקופירער.

צו באלאנגען צו די אידישע פאלק דארף מען בלויז ווערן געבוירן ביי א אידישע מאמע ואידך זיל גמור...

וואס איז די הויפט מיטל פון די פאלעסטינער צו באפרייען די הייליגע לאנד?
הארגענען און נוצן פארשידענע רציחה מיטלען.

צו דען גלויבן די פאלעסטינער אז ס'איז מעגליך צו אויפקומען מיט א שלום פלאן מיט די ציונים?
ניין.

גלויבן די מדינת ישראל בירגער אז ס'איז מעגליך צו אויפקומען מיט א שלום פלאן מיט די פאלעסטינער/אראבער?
די טייל וואס קענען נישט ליינען - יא.
די טייל וואס קענען יא ליינען - שלום מיט די אראבער יא, אבער שלום מיט די פאלעסטינער נעווער.

פון די פאלעסטינער זייט איז דא א חילוק צווישן די מדינת ישראל בירגער די וואס ווילן שלום און די וואס ווילן נישט?
נאופ! ע"ע די אוק' 7 אטאקעס...

ואת"ל אז די אוק' 7 אטאקעס זענען אדורך געפירט דורך א קליינע פראצענט כאמאסניקעס אן די שטיצע פון די אלגעמיינע פאלעסטינער,
ולא הוא... [בררררררר]

איז מען מחנך אין די מדינת ישראל חינוך סיסטעם אז די איסלאם/אראבישער ראסע/פאלעסטינער פאלק זענען נאציס?
ניין, מ'וועט ענדערשער צוגלייך געוויסע עקסטרעם רעכטע עלעמענטן צו נאציס ווי איידער די פאלעסטינער. [איך רעד נאך פאר די אוק' 7 אטאקע]

איז מען מחנך אין די פאלעסטינע חינוך סיסטעם אז די אידן/מדינת ישראל איינוואינער [לאו דווקא ציונים!] זענען נאציס?
ניין, אבער מ'לערנט אויס דאס וואס היטלער האט אויסגעלערנט פאר די נאציס. [אין תל אביב גייט איר דאס נישט טרעפן]

אלזא וואס האבן מיר געהאט ביז יעצט?

1. די פאלעסטינער האבן פיינט אלע מדינת ישראל איינוואוינער, זיי האלטן אז דינם מוות, זיי מאכן נישט קיין חילוק בין טובים לרעים ציונים וקנאים אלע דארפן ארויס פליען פון פאלעסטינע + זיי קוקן אן אלע אידן אלס ציונים [אפשר טאקע ווייל נטרונא מאכט א שוואכע ארבעט ואיני יודע מה פירושו...]
2. די איזרעלי בירגער האבן נישט פיינט די אראבער אלס כלל. און אפי' די פאלעסטינע פאלק איז נישט פארהאסט ביי גאנץ מדינת ישראל! אזויווי שוין אויסגעשמועסט בעפאר - בלויז די פראצענט וואס קענען ליינען און האבן די מינימאלע הבנת הנקרא סקילס און אנערקאנען יא אין זייער שונא'ס מאטיוון - נאר זיי האבן פיינט די פאלעסטינער אבער זיי זענען בכלל נישט די מערהייט אין מדינת ישראל.

און יעצט לאמיר גיין ווייטער:
[ווער עס קען נישט מיטהאלטן די שיעור אדער זאכן זענען צו קאמפלעצירט פאר זיי - זענען מכובד ארויס צו גיין פאר א ציגארעטל]

די צווי פעלקער האבן מיליטער לייט און מלחמה טאקטיקן אבער וואס זענען זייערע באגרענעצונגען?

מדינת ישראל:
[צווי סעיפים פון זייער רוח צה'''ל]
1. מענטשליכע לעבן- דער זעלנער וועט זיך פירן אינטעליגענט און זיכער אין אַלע זיינע פעולות, דערקענען די העכסט וויכטיקייט פון מענטשלעך לעבן. ביים קעמפן וועט ער זיך און זיינע חברים אין סכנה אין דער מאָס וואָס איז נויטיק צו דורכפירן די מיסיע.
2. די ריינקייט פון די געווער.- דער זעלנער וועט נוצן זיין וואָפן און שטאַרקייט בלויז צו דורכפירן די מיסיע, בלויז אין די מאָס וואָס איז פארלאנגט פֿאַר דעם, און וועט האַלטן אַ צלם אנוש אין אלע מצבים. דער זעלנער וועט נישט נוצן זיין וואָפן און קראַפט צו שאַטן "בלתי מעורבים" צווילע און געפאנגענע, און וועט טאָן אַלץ אין זיין מאַכט צו פאַרמייַדן שאָדן צו זייער לעבן, זייער גוף און זייער פארמעגן.

פאלעסטינע:
גארנישט און נאכאמאל גארנישט.
זיי מעגן טוהן ככל העולה על רוחם, זייערע מיסלס און ראקעטן זענען אפיציעל אויסגעשטעלט צו שעדיגן ווי מער צווילע. עס פארלאנגט זיך צו בלויז צו שרייען אללא עכבר און פראבירן הרגענען ווי מער אידישע נפשות רח"ל, במשך די לאנגע בלוטיגע מדינת ישראל היסטאריע האבן די פאלעסטינע אויפגעוויזן אש שחורה על גבי אש לבנה אז זייער ציהל פארהייליגט אלע געמיינע מיטלען און די לעצטע שוידערליכע אוק' 7 אטאקע האט דאס אויפגעוויזן מיט בלוטיגע שטריכן הי"ד.

עניוואן האט נאך שאלות וועגן פעלקער מארד?

און ביטע נעקסטיים שלעפט מיך נישט ארויס פון מיין סינדראם...
לעצט פארראכטן דורך ראטשילד אום דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

כ'האב נישט געוויסט דו ביסט עס...

כ'האב צו ענטפערן אבער ס'איז אביסל צו לאנג.


אבער איין זאך ברענגסטו נישט ארויס אויף למעשה. זענען אלע צוויי מיליאן בירגער אין עזה טעראריסטן און מ'מעג זיי אלע אויס'הרג'נען? אויב דו האלסט אז ניין דיין האט נישט אויסגעפעהלט דיין גאנצע תגובה על אף כ'בין גראדע יא מחולק מיט געציילטע פונקטן.
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:08 am
כ'האב נישט געוויסט דו ביסט עס...

כ'האב צו ענטפערן אבער ס'איז אביסל צו לאנג.


אבער איין זאך ברענגסטו נישט ארויס אויף למעשה. זענען אלע צוויי מיליאן בירגער אין עזה טעראריסטן און מ'מעג זיי אלע אויס'הרג'נען? אויב דו האלסט אז ניין דיין האט נישט אויסגעפעהלט דיין גאנצע תגובה על אף כ'בין גראדע יא מחולק מיט געציילטע פונקטן.
אז דו פרעגסט מיך:
יא, זיי זענען פאטענציאלע טעראריסטן וואס גייען נעמען אומנות אבותיהם בידיהם אין די ערשטע געלעגענהייט וואס וועט זיי אינטערקומען.
צו מ'מעג זיי הארגענען?
נאכנישט.
צו מ'דארף זיך זארגן פאר זייער וואוילזיין אויפן חשבון פון די אייגענע איזרעלי בירגער/משכונות/זעלנער?
בפירוש נישט.
אין פאקט - זארגט מען זיך פאר זיי?
יא - נאך ערהאלטן דרוק פון פעטער'ס און קאזינס.

וואס איז די ציהל אין עזה?
די מיליטערייזן און אריין שטעלן א נייע חינוך סיסטעם וואס זאל אויסלערנען די שמאלע פאלעסטינע קעפעלעך אז מ'קען מאכן א חיים טובים אן צו דארפן קלאגן און פאנטאזירן פון פאלעסטינע חלומות.

צו עס גייט זיך אויסארבעטן?

ווארשיינליך נישט.
מ'קען נישט צווינגען א חומוס ווישער צו ליבהאבן סושי.

סאו וואס גייט זיין די סוף?
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער.....

וואס וועט זיין ביזדערווייל?
ירחם השם על עמו ושארית נחלתו, בִּיזְן קְרֶעטְשְׁמֶע דַארְף מֶען אוֹיךְ אַ טְרִינְק ,וַוייל דֶער גְרוֹיסֶער גָלוּת אִיז דָאךְ גָארְנִישְׁט גְרִינְג....

און וואס וועט די אד"ף טוהן ביזדערווייל?
לאמיר האפן אז נישט קיין גרויסע מעסטעיקס...

וואס זאגן זיי אז זיי גייען טוהן?
פארוואנדלען די עזה סטריפ צו די איו"ש געגענטער.

זענען די שטחים אין איו"ש מער פארזיכערט?
בכלל נישט, אבער דארט האבן די איזרעליס מער מיליטערישע פרייהייט און דארט איז דא ווייניגער וואפן אדער טונעלן.

טאקע?
ניין, בכלל נישט, איך וויל קלאר מאכן "אזוי זאגן די איזרעלי זיכערהייט באאמטע" - ראטשילד זאגט אז די מערב ברעג איז א הייסע טאפ פולווער וואס קען רח"ל פאראורזאכן ערגערער כאאס ווי עזה ה"י.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אחשוורוש'ס באמערקונגען אויף אקטועלע נושאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שוין כ'הער.

איך דיסעגרי נאר מיט דעם אבנר בן נר ודעימיה וואס קענען אזוי פרעכערהייט האלטן דעם שיטה אז מ'מעג אויס'שחט'ן די אלע צוויי מיליאן עזה בירגער.
נישט צו כאמאס איז גערעכט אדער א''י..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”