סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:34 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pm
אקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
ארויסגעבן און שמועסן פון נושאים וואס איך האב ליב אבער קען נישט אין ריעל לייף.
למשל פאליטיק, אבער דו ווילסט הייסן מער א בן תורה?
ווילסט וויסן פונקטליך וועלעכע נושאים?

ס'איז נישט פאליטיק, מיין אינטערעסע אין פאליטיק קומט נישט פון אינטערעסע אין פאליטיק, ס'קומט פון מיין אינטערעסע צו באבאכטן ווי די קולטור פון די וועלט אנטוויקלט זיך און די געראנגלען ארום דעם. אלע חלקים אין פאליטיק וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אינטערעסירט מיר ווי די פאריאריגע רעגן.

און ניין, ס'איז נישט אז איך וויל הייסן אין גאס עפעס אנדערש פון וואס איך בין דא. ס'איז מער טעכניש אז דא קען איך רעדן פון זאכן וואס טעכניש איז עס נישט עפעס וואס איך האב ווי צו רעדן אנדערש ווי. נישט אז איך קען דא רעדן אלעס וואס איך וואלט געוואלט רעדן, אבער כאטש בעסער פון די ביהמ"ד און וואך נאכט.

אנערקענונג.
געוואלדיג, און ווי איך פארשטיי באקומסטו דא היבש אנערקענונג.

איז דא דריי שאלות. 1) ווען האסטו דיך מייאש געווען פון עס צו באקומען אין דער עכטער וועלט?
ווען איך בין געבוירן מסתם...

ווען איך האב עס אנגעהויבן פילן?! המממ... לכאורה ווען איך האב מיט מיין קאמפלעקס'דיגע גאווה באמערקט אז מ'אנערקענט נישט אין מיך די וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט.

2) צי ס'איז דיר מעגליך אויף א וועג - צו טרעפן א פתח חרטה אויפ'ן דאזיגן יאוש? 3) צי פילסט דען נישט גענוג מאל אז אויב ביסטו מצליח צו שאפן אנערקענונג אויף אייוועלט, איז דאך פשט אז סאם-האו האסטו יא די כלים עס אויפצופיקן אויך אין דער עכטער וועלט, נאר...?
ווילסט מיך טרייען אויפצוווייזן אז איך האב קוואלעטי?! איך ווייס דאך דעיס... און דעיס טאקע איז וואס מאכט מיך פילן ווי ס'ווערט נישט אנערקענט.

אנטלויפן פון די עכטע וועלט.
פארוואס? עס זענען טאקע דא פראבלעמען אין דער עכטער וועלט, אבער די פראבלעם איז, אז די עכטע וועלט איז למעשה עכט!!!
טאקע דערפאר...
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

תגובה דורך המברך יתברך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:42 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:39 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:39 pm
מיינע תשובות פון א ערשטע בליק. (איך האב נישט עצט די ישוב הדעת אריינצוגיין אין מיין הארץ..)

*נייגער
*פוילקייט
*פחד פון פארפאסן עפעס
*דראנג ארויסצוגעבן טאלאנט
*אטענטשן
זייער שיין. די שאלה איז, צי דו קענסט די אלע זאכן נישט באקומען אין ריעל לייף?
די לעצטע צוויי איז שווער.

די ערשטע דריי איז פארשטייט זיך נאר שייך ווען איך זיץ אין אפיס. און דעמאלטס איז דאס מיין ערשטע אפציע. (ווען אייוועלט איז פארמאכט טוט מען עס מיט אנדערע זאכן אין די ווירטואלע וועלט)

(איך רעד פון עפענען דעם טעב, נאכדעם איז דא איינמאל איך בין שוין דא, צו קענען ענדיגן, דאס איז עפעס אנדערש).
איך פארשטיי אז דו האסט אין דיר אסאך טאלאנט, און מיין הרגשה איז, אז צו SOME LEVEL האסטו יא מצליח געווען עס צו ארויסברענגען אין דער עכטער וועלט, אבער ס'איז נישט אייביג, נישט איבעראל, און נישט "יעדער" איז מסכים..

שטימט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:55 pm
דיין תגובה איז צוטיילט אין זייער אסאך שורות, און ממילא איז שווער זיך צו באציען צו דיינע ווערטער. לכאורה וואלט געווען גרינגער ווען דו קענסט צוזאמנעמען די חלקים וואס זענען לויט דיר די וויכטיגסטע, אין עטליכע שורות, אפילו אויב עטליכע דעטאלן וועלן נאך מסתמא אויפקומען שפעטער און ווערן איבערצייגט אז אלס נאך וויכטיגער.

וואס איך זע אויף די מינוט איז אזוי.

אז דו האסט טאקע חברים, אבער נישט אזעלכע וואס קויפן אפ דיינע סחורה. דו זאגסט אז דיין טאלאנט באשטייט פון KNOWLEDGE (6 און 10 איז עס געווען?), אבער ס'איז זייער שכיח, אז ווען א מענטש וויל פארקויפן KNOWLEDGE זאלן עס מענטשן נישט וועלן אפקויפן. ווי זאגט מען? PEOPLE DON'T CARE ABOUT WHAT YOU KNOW, UNLESS THEY KNOW ABOUT WHAT YOU CARE.

דאס איז זייער א קאמאן אישו, און ס'זעט אויס אז דו האסט ב"ה יא מצליח געווען צו מוותר זיין און פארשטיין אז אויב דו דארפסט דיינע חברים, דאן מוזסטו רעדן צו זיי עפעס וואס זיי ווילן הערן. אבער דו פארלירסט דיין עכטן רצון, צו שערן דיין KNOWLEDGE. איז די שאלה, אויב ס'איז דאך שייך צו טרעפן עפעס א ווינקל אין דיין לעבן, אויסער אייוועלט, וואו דו וועסט יא קענען שערן עפעס א חלק פון דיין KNOWLEDGE?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:41 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:40 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:39 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pm
אקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
שעלטן (ח"ו) אויף די סיסטעם. ווען איך טוה עס אין ביהמ"ד וויל מיר קיינער נישט נעמען פאר א איידעם (קרעדיט @שווערע שטופער)
סעריוסלי? איך געדענק דיך נישט שעלטן אין ערגעץ. צי מאך איך א טעות?
ניין, איך פארטרעט מיין ספעיר ניק...
טא, לאמיר אריינגיין אין דעם, פארוואס זאל א מענטש וועלן שעלטן?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

World Champion האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:42 pm
פארוואס כאפ איך נישט וואס דא גייט פאר??

#פאטעטא קאפ אלערט
וואס כאפסטו נישט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:38 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:34 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pm
אקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
ארויסגעבן און שמועסן פון נושאים וואס איך האב ליב אבער קען נישט אין ריעל לייף.
למשל פאליטיק, אבער דו ווילסט הייסן מער א בן תורה?
ווילסט וויסן פונקטליך וועלעכע נושאים?

ס'איז נישט פאליטיק, מיין אינטערעסע אין פאליטיק קומט נישט פון אינטערעסע אין פאליטיק, ס'קומט פון מיין אינטערעסע צו באבאכטן ווי די קולטור פון די וועלט אנטוויקלט זיך און די געראנגלען ארום דעם. אלע חלקים אין פאליטיק וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אינטערעסירט מיר ווי די פאריאריגע רעגן.

און ניין, ס'איז נישט אז איך וויל הייסן אין גאס עפעס אנדערש פון וואס איך בין דא. ס'איז מער טעכניש אז דא קען איך רעדן פון זאכן וואס טעכניש איז עס נישט עפעס וואס איך האב ווי צו רעדן אנדערש ווי. נישט אז איך קען דא רעדן אלעס וואס איך וואלט געוואלט רעדן, אבער כאטש בעסער פון די ביהמ"ד און וואך נאכט.

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:34 pm
אנערקענונג.
געוואלדיג, און ווי איך פארשטיי באקומסטו דא היבש אנערקענונג.

איז דא דריי שאלות. 1) ווען האסטו דיך מייאש געווען פון עס צו באקומען אין דער עכטער וועלט?
ווען איך בין געבוירן מסתם...

ווען איך האב עס אנגעהויבן פילן?! המממ... לכאורה ווען איך האב מיט מיין קאמפלעקס'דיגע גאווה באמערקט אז מ'אנערקענט נישט אין מיך די וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט.

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm
2) צי ס'איז דיר מעגליך אויף א וועג - צו טרעפן א פתח חרטה אויפ'ן דאזיגן יאוש? 3) צי פילסט דען נישט גענוג מאל אז אויב ביסטו מצליח צו שאפן אנערקענונג אויף אייוועלט, איז דאך פשט אז סאם-האו האסטו יא די כלים עס אויפצופיקן אויך אין דער עכטער וועלט, נאר...?
ווילסט מיך טרייען אויפצוווייזן אז איך האב קוואלעטי?! איך ווייס דאך דעיס... און דעיס טאקע איז וואס מאכט מיך פילן ווי ס'ווערט נישט אנערקענט.

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:24 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:34 pm
אנטלויפן פון די עכטע וועלט.
פארוואס? עס זענען טאקע דא פראבלעמען אין דער עכטער וועלט, אבער די פראבלעם איז, אז די עכטע וועלט איז למעשה עכט!!!
טאקע דערפאר...
וואה, וואה, וואה, דו האסט דיך גוט ארויס!!! ביטע, נאכדעם וואס דו האסט דאס אלעס ארויסגעברענגט, ליין עס איבער, און שרייב עס אראפ אין איין קאנצעטרירטע מעסעדזש.
אוועטאר
שבתוך הסתרה
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:13 pm

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתוך הסתרה »

א רגע א רגע, וואו איז מיין ספעיר ניק??? אה דא איז ער!!

ביי מיר איז עס פשוט צו אנטלויפן פון ווייטאג.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:01 pm
וואה, וואה, וואה, דו האסט דיך גוט ארויס!!! ביטע, נאכדעם וואס דו האסט דאס אלעס ארויסגעברענגט, ליין עס איבער, און שרייב עס אראפ אין איין קאנצעטרירטע מעסעדזש.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:38 pm
וואס איך טרעף אין אייוועלט וואס איך קען נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?!

1. ארויסגעבן און שמועסן פון נושאים וואס איך האב ליב אבער קען נישט אין ריעל לייף.

לאו דוקא פאליטיק בכלל, מיין אינטערעסע אין פאליטיק קומט נישט פון אינטערעסע אין פאליטיק, ס'קומט פון מיין אינטערעסע צו באבאכטן ווי די קולטור פון די וועלט אנטוויקלט זיך און די געראנגלען ארום דעם. אלע חלקים אין פאליטיק וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אינטערעסירט מיר ווי די פאריאריגע רעגן.

און ניין, ס'איז נישט אז איך וויל הייסן אין גאס עפעס אנדערש פון וואס איך בין דא. ס'איז מער טעכניש אז דא קען איך רעדן פון זאכן וואס טעכניש איז עס נישט עפעס וואס איך האב ווי צו רעדן אנדערש ווי. נישט אז איך קען דא רעדן אלעס וואס איך וואלט געוואלט רעדן, אבער כאטש בעסער פון די ביהמ"ד און וואך נאכט.

2. אנערקענונג.

איך זוך אנערקענונג שוין מסתם זייט איך בין געבוירן...

לכאורה האב איך עס אנגעהויבן פילן ווען איך האב מיט מיין קאמפלעקס'דיגע גאווה באמערקט אז מ'אנערקענט נישט אין מיך די וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט. איך געדענק אבער נישט וויפיל אזייגער ס'איז געווען...

ס'קען זיין אז ס'איז מעגליך פאר מיר אויף א וועג - צו טרעפן א פתח חרטה אויפ'ן דאזיגן יאוש, ווער ווייסט...

ס'קען זיין אז אויב בין איך מצליח צו שאפן אנערקענונג אויף אייוועלט, איז דאך פשט אז סאם-האו האסטו יא די כלים עס אויפצופיקן אויך אין דער עכטער וועלט, נאר...?! זיך טרייען אויפצוווייזן אז איך האב קוואלעטי?! איך ווייס דאך דעיס... דעיס איז דאך די פראבלעם, און דעיס טאקע איז וואס מאכט מיך פילן ווי ס'ווערט נישט אנערקענט.

3. אנטלויפן פון די עכטע וועלט.

איי, פארוואס? ס'זענען טאקע דא פראבלעמען אין דער עכטער וועלט, אבער למעשה - די עכטע וועלט איז דאך למעשה עכט!!!

נו טאקע דערפאר...

עכט פיליך, אז די עכטע וועלט איז בכלל גארנישט אזוי עכט, ס'איז דא זאכן וואס זענען אסאך מער עכט ווי זאכן וואס ווערן באטראכט אין די עכטע וועלט אלץ. אבער דעיס איז אביסל א זייטיגע זאך, ווייל מיט דעם העלפט מיך אייוועלט נישט קיין סאך, אייוועלט איז אין דעי הינזיכט א פיינעם המשך פון דעי עכטע וועלט...
גוט...?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שבתוך הסתרה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:13 pm
א רגע א רגע, וואו איז מיין ספעיר ניק??? אה דא איז ער!!

ביי מיר איז עס פשוט צו אנטלויפן פון ווייטאג.
וואה!!! שלום עליכם און ברוכים הבאים!!! יעס, יעדער זוכט צו אנטלויפן פון ווייטאג, אבער מ'מיינט אז מ'קען אנטלויפן דערפון. דערווייל, לויפט עס נאך איבעראל, אבער ס'טוישט די צורות און פארמען דערפון. דאס איז צוליב דעם וואס ס'וויל זיך נישט כאפן אז ווייטאג איז א זאך וואס מ'דארף "פעיסן" בכל הכח ובכל היכולת, אפילו אויב מ'ווייסט נישט קיין שום עצה דערצו, און אפילו אויב ס'איז היבש קלאר לעיני בשר אז ס'איז נישטא ח"ו קיין שום וועג ארויס. לאמיך זען די ווייטאג, יא, ס'איז געפערליך, יא ס'טוט וויי, יא ס'איז איך, יא ס'איז שלעכט, יא ס'איז ביטער, איי באשעפער!!!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

סאשעל מידיא. אינטערטעימענט. פאן.

ס'איז אינטערסאנט און ענדזשויעבעל, ס'איז לופטיג מ'פארברענגט צוזאמען אין א אנדערע וועלט וואס הייסט אייוועלט.
(ווען כ'בין געווען א שטיק צייט אפוועזענד פון אייוועלט האב איך אנגעהויבן כאפן ווי די אייוועלט חברה לעבן אויף א אנדערע פלאנעט גערופן אייוועלט בשעת זיי עפענען דעם אייוועלט טעב)
יעדער האט ליב ענדזשוימענט און פארברענגען.

ווען דו וואלסט ווען געהאט נעבן מיין אפיס אדער ביזנעס א ריעל לייף ענדזשוימענט פונקט ווי דעם וואס יעדע עקסטערע מינוט פלי איך אריין מיט מיין בענקל און מ'פארברענגט און לאכט צוזאמען וואלט איך עס געטון.

אנערקענונג און די אנדערע זאכן איז נישט מיר אוודאי האט יעדער הנאה כ'האב אלץ הנאה פון א קאמפלימענט אבער נישט דאס ברענגט מיר אהער.

כ'וואלט ליב געהאט א לופטיגע פארברענגען אין ריעל לייף כ'אימעדזשין זיך די עולם זיצט מיט די ציצית אויף אזאנע רעקליינערס אין א שטוב און מ'פארברענגט אינאיינעם אזויווי דא. אוודאי אין ריעל לייף איז אביסל שווער ווייל איך ווער א ליידיגגייער און א איינער וואס זיצט און זאופט וכו,, ס'דא א גאנצע וועלט אינדרויסן פון אייוועלט וואטס טוט דאס טאקע יעדע נאכט מ'פארברענגט און מ'לאכט אינאיינעם, אבער ע''פ רוב די אייוועלט חברה זענען פון די וואס ס'פאסט זיי נישט און טאקע וועגן דעם ווילן זיי נישט מ'זאל וויסן ווער זיי זענען.
און נישט פאסן איז זייער א נערמאלע געזונטע זאך א מענטש מעג האבן גדרים און פארשטיין אז יא ס'פאסט נישט פאר מיר דעס און ווען מ'טוט עס יא ווייל מ'קען זיך נישט איינהאלטן דארף מען עס נישט טון אין ראדני ווי פארשטענדליך...

פלעין כ'ענדזשוי עס, און די ענדזשוימענד איז עדיקטיוו צוליב וואס ס'איז ביי מיין האנט און ס'גייט אן 24 האורס און פארוואס פארפאסן די ענדזשוימענט.
א נארמלע געפיל נישט צו ווילן פארפאסן ענדזשוימענט.

א חלק פון מיין ענדזשוימענט איז ווען כ'לאז מיך הערן מיין מיינונג, אין ריעל לייף גלייך איך אויך צו לאזן הערן מיין מיינונג. וזה הא.

למשל ווען מ'האט מיר פארשפארט מיין ניק ס'האט מיר בכלל נישט געבאדערט ס'איז נישט 'מיר' בכלל און נישט פון דעם שעפ איך חיזוק, כ'נעם נישט סיריעס די גאנצע זאך דא ס'איז פלעין מיין ענדזשוימענט פלאץ דא, אז דו פארמאכסט נאו פראבלעם, כ'עפן א אנדערע, אז נישט דאס אויך נישט וועל איך גיין פון דא. נישטא דא ס'פאסט נישט...
פונקט ווי מ'טראגט מיר ארויס פון עני אינטערטעימענט פלאץ... פארשטייסט.. יו געט דע פוינט...?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7659
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:17 pm
רעים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:49 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pm
אקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
אלעס וואס כ'באקום אין דער ריעל וועלט... נאר אנדערע צייטען און אנדערע מענטשען...
די זעלבע קושיא, פארוואס מוז עס דווקא זיין אייביג און דווקא פון די אייוועלט מענטשן (זייער גוטע, גראדע, אבער מסתמא וואלסטו אויך הנאה געהאט זיי צו קענען לייוו)?
קודם פון ווי נעמט זיך דיין יסוד אז עדיקשען קומט אנצופילען עפעס וואס פעילט (דאס יא אוועקצונעמען א עדיקשען דארף מען לכאורה יא אנפילען די חלל פון די פעלענדיגע עדיקשען)

פארוואס אייביג? נישט ממש אייביג נאר זמנים ווען מ'האט א איבריגע מינוט און מ'זוכט נאך איינעם אזוי

איך קען גראדע אסאך און ריעל לייף (נאך מער קענען מיך) אבער נישט אויף צו פארברענג ווי און נעקסטע חלק
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:17 pm
רעים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:49 pm
(כ'בין בטבע זייער אין-באקס מענטש... און כ'האב הנאה אזוי... נאר אמאל דארף מען אויך הערען ווי אזוי און וואס אנדערע זאגן)
וואס מיינסטו מיט דער ווארט "אין-באקס"? אין וועלכע סארט באקס?
אין-באקס מיינט איך מאך כמעט נישט קיין נייע קאנטאקט מיט מענטשען... בכלל קען איך קען נישט קיינעם אינדרויסן פון מיין קהילה/חסידות אויף צו פארברענגען מיט....

ב"ה א זייער גוטע באקס... מענטשען די זעלבע קהילה וואס איך דריי זיך...
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:17 pm
רעים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:49 pm
אויך פארשטייט זיך פאמא
פאמא אוו WHAT? וואס איז די זאך וואס דו דארפסט זייער שטארק, און אז אויב דו וועסט נישט דא זיין פאר אפאר מינוט וועסטו עס אפשר דערלייגן? (עס איז נישטא א מענטש ארום דיר וואס ווארט באמת פאר א טובה פון דיר און וועט דיך יא אפרישיעיטאן - אפשר נישט אזויפיל ווי דו ווילסט, אבער דאך)?
ס"איז א מחלה/דיסארדער/מידה האט נישט מיט עפעס דארפען אדער שרעק.... (האט גארנישט מיט אפרישעישאן...)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10044
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נאך א נקודה וואס איך טראכט.

איך זוך בכלל נישט קיין לייקס ע''פ רוב. חוץ אמאל וואס כ'האב עס געשריבן מיטן ציל צו הערן וואס דער עולם האלט וויל איך זעהן צו דער עולם האלט ווי מיר.

כ'קען שרייבן גאר לאנגע תגובות אין ווייניגער געקוקטע אשכולות ווייל מיר אינטערסירט נישט אז ווי מער מענטשן זאלן עס זעהן נאר כ'געב ארויס מיין מיינונג און דאס איז א חלק פון מיין אינטערטעימענט און האבי.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5279
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:36 pm
סאשעל מידיא. אינטערטעימענט. פאן.

ס'איז אינטערסאנט און ענדזשויעבעל, ס'איז לופטיג מ'פארברענגט צוזאמען אין א אנדערע וועלט וואס הייסט אייוועלט.
(ווען כ'בין געווען א שטיק צייט אפוועזענד פון אייוועלט האב איך אנגעהויבן כאפן ווי די אייוועלט חברה לעבן אויף א אנדערע פלאנעט גערופן אייוועלט בשעת זיי עפענען דעם אייוועלט טעב)
יעדער האט ליב ענדזשוימענט און פארברענגען.

ווען דו וואלסט ווען געהאט נעבן מיין אפיס אדער ביזנעס א ריעל לייף ענדזשוימענט פונקט ווי דעם וואס יעדע עקסטערע מינוט פלי איך אריין מיט מיין בענקל און מ'פארברענגט און לאכט צוזאמען וואלט איך עס געטון.

אנערקענונג און די אנדערע זאכן איז נישט מיר אוודאי האט יעדער הנאה כ'האב אלץ הנאה פון א קאמפלימענט אבער נישט דאס ברענגט מיר אהער.

כ'וואלט ליב געהאט א לופטיגע פארברענגען אין ריעל לייף כ'אימעדזשין זיך די עולם זיצט מיט די ציצית אויף אזאנע רעקליינערס אין א שטוב און מ'פארברענגט אינאיינעם אזויווי דא. אוודאי אין ריעל לייף איז אביסל שווער ווייל איך ווער א ליידיגגייער און א איינער וואס זיצט און זאופט וכו,, ס'דא א גאנצע וועלט אינדרויסן פון אייוועלט וואטס טוט דאס טאקע יעדע נאכט מ'פארברענגט און מ'לאכט אינאיינעם, אבער ע''פ רוב די אייוועלט חברה זענען פון די וואס ס'פאסט זיי נישט און טאקע וועגן דעם ווילן זיי נישט מ'זאל וויסן ווער זיי זענען.
און נישט פאסן איז זייער א נערמאלע געזונטע זאך א מענטש מעג האבן גדרים און פארשטיין אז יא ס'פאסט נישט פאר מיר דעס און ווען מ'טוט עס יא ווייל מ'קען זיך נישט איינהאלטן דארף מען עס נישט טון אין ראדני ווי פארשטענדליך...

פלעין כ'ענדזשוי עס, און די ענדזשוימענד איז עדיקטיוו צוליב וואס ס'איז ביי מיין האנט און ס'גייט אן 24 האורס און פארוואס פארפאסן די ענדזשוימענט.
א נארמלע געפיל נישט צו ווילן פארפאסן ענדזשוימענט.

א חלק פון מיין ענדזשוימענט איז ווען כ'לאז מיך הערן מיין מיינונג, אין ריעל לייף גלייך איך אויך צו לאזן הערן מיין מיינונג. וזה הא.

למשל ווען מ'האט מיר פארשפארט מיין ניק ס'האט מיר בכלל נישט געבאדערט ס'איז נישט 'מיר' בכלל און נישט פון דעם שעפ איך חיזוק, כ'נעם נישט סיריעס די גאנצע זאך דא ס'איז פלעין מיין ענדזשוימענט פלאץ דא, אז דו פארמאכסט נאו פראבלעם, כ'עפן א אנדערע, אז נישט דאס אויך נישט וועל איך גיין פון דא. נישטא דא ס'פאסט נישט...
פונקט ווי מ'טראגט מיר ארויס פון עני אינטערטעימענט פלאץ... פארשטייסט.. יו געט דע פוינט...?
זייער קלאר ארויסגעברענגט ס׳איז פשוט די זעלבע געשמאק ווי דאס זיצן מוצאי שבת אין קאנטרי אויפן פארטש און פארברענגן פאר דריי פיר שעה פון איין אשכול צום צווייטן סארי פון איין טאפיק צום צווייטן…
לעצט פארראכטן דורך אבנר בן-נר אום פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5279
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:02 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:23 pm

נישט ממש. דער שמועס וועט זיך בעיקר ציען אויף דער נושא "וואס פעלט מיר אין דער עכטער וועלט וואס איך זוך צו פארפילן אויף אייוועלט?"
איך שפיר נישט אז דאס איז מיין פראבלעם פארוואס איך בין סטאק דא דערווייל..

(מעיבי סאם דעי על איך באווייזן אפציען, געדענקט, איך האב אייך געווארענט..)
גאם איינער וואס איז דא ווייל עס פעלט אים עפעס אין ריעל לייף און ער טרעפט עס דא, האט א ביג פראבלעם

(פליז גיי נישט אבער עכ״פ עז לאנג ביסט דא ברענג נישט אריין דעם ביטערן טעם אז דו ווילסט גיין)
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אייוועלט האט די זעלבע פראבלעם וואס יעדע סאושעל מידיא האט, סציעט און מקען זיך נישט אפרייסן, פון איין זייט קען מען זאגן, וואס איז שוין? אנשטאט לייענען א ביכל לייען איך אייוועלט, אבער סאיז נישט אמת, סאושעל מידיא האט א רייץ, מלייענט עפעס משרייבט עפעס צוריק, און מגייט אוועק, פיניף מינוט שפעטער מוז מען צוריק גיין קוקן, אפשר האט איינער געענטפערט, אז קיינער האט נישט געענטפערט אדער געלייקט, קוקט מען פינעף מינוט שפעטער, אפשר דאך האט זיך איינער מרחם געווען, טאמער איינער האט יא געענטפערט מוז מען ענטפערן פאר יענעם אויף זיין תשובה, יעצט האט מען שוין צוויי מעסעזשעס וואס מדארף האלטן אן אויג, אזוי גייט עס מער און מער, מ'ווערט אריינגעדרייט, אזוי ארבעט סאושעל מידיא און אייוועלט האט די פראבלעם.

דאן איז דא נאך א זאך וואס אייוועלט האט, אז מקען זיך ארויסגעבן די מחשבות, רעיונות, און סתם א קליינע געדאנק, משטעלט ארויס די פערסאנעלעטי, סהאט א גוטע הרגשה, ווען מאיז אנאנאמוס איז עס נישט דא אזוי שטארק ווייל קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט אבער ביי מענטשן וואס מ'ווייסט יא, איז אייוועלט א פלאץ ווי מקען ארויסשטעלן דיין מהות, פארוואס שפירט א מענטש אין מקווה ביי די קופקע אז ער מוז אריינזאגן זיין מיינונג וואס א חילוק צו ער האלט אז טראמפ דארף זיין פרעזידענט אדער נישט, סאיז דא אזא געפיל וואס מהאט אז מדארף זאגן פארן עולם וואס מטראכט, די זעלבע זאך איז דא אין אייוועלט, אין שוהל איז מען לימיטעד צו עטליכע מענטשן און דא איז דא צענדליגע מענטשן וואס זעען דיינע רייד.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:00 am

זייער שיין מסביר געווען, און הערליך שייך געשריבן. אבער אויב וויל מען זיך רירן ערגעץ דארף מען אריינקריכן טיפער. מרחם געווען אז וואס? ער האט געגעבן א לייק? וואספארא געפיל זוך איך, און עס ווערט באפרידיגט דורך א לייק. אויב וועל איך טרעפן דעם געפילאין א פלאץ ווי איך בין מער עפעקטיוו, צי וועט מיך דען יענץ נישט ציען מער ווי דאס?

זיכער אז יא!!!!

#חומר למחשבה

געענטפערט בלויז א חלק פון דער לעצטער תגובה, האף מיר צוריקצוקומען שפעטער צו די איבעריגע נקודות און תגובות.
אוועטאר
שיינפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:44 pm

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינפי »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:15 pm
שיינפי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:48 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:43 pm
שיינפי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:36 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:29 pm
אקעי די שאלות זענען אזוי, וואס טרעפסטו אין אייוועלט וואס דו קענסט נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?
גיימער פתיחה.

גארנישט. אלעס האבעך אויך אין ריעל לייף.

איי פארוואס בינעך אזוי אקטיוו? דריי סיבות.
1) א שמועס מיט חברים איז בעיסיקלי אויף איין נושא, דא קענעך ארומפארן פון אשכול צו אשכול און איבעראל אריינרעדן
2) אפילו צייטן וואס איך קען נישט רעדן מיט חברים (למשל אינמיטן די נאכט, אדער סתם כ׳בין נישט אין די מוד פון שמועסן) גייעך האבן קאמפעני דא.
3) די קאלעקשן פון קנאלעדזש.
אין אנדערע ווערטער, טענה'סטו אז דו ביסט נישט ממש אנגעוויזן אויף אייוועלט, דו טוסט עס נאר פון צייט צו צייט ווען אלעס אנדערש איז שוין ערלעדיגט, אדער פשוט ווייל "פונקט יעצט"? אדער קען זיין אז דו דארפסט פון די זאכן "אזוי סאך" אז ריעל לייף קען דיר עס נישט צושטעלן?
פון מיינע תגובות קענסטו זעהן אז ס׳איז נישט פון צייט צו צייט… נאר איך בין א מענטש וואס האט זייער ליב צו ליינען/שמועסן/מאכן נייע חברים, און דאס אלעס טוט מיר אייוועלט צושטעלן יעדע מינוט פון טאג.
אבער ווען איך האב וואס צו טוהן (סיי אויב כ׳בין ביזי, און סיי אויב כ׳האב מיט וועם צו שמועסן) האב איך נישט קיין פראבלעם זיך אפצורייסן פון דא פאר ווילאנג ס׳נעמט.
דו דארפסט אביסל אויסקלארן, אז אויב באקומסטו טאקע אין ריעל לייף דאס וואס דו דארפסט באמת, דאן פארוואס ווערסטו נישט באפרידיגט, נאר דו דארפסט ווייטער נאך און נאך, יעדן מינוט פון טאג כלשונך?

#עפעס שטימט נישט
ווייל אפילו כ׳האב עס אין ריעל לייף איז עס נישט אן עי דעילי בעיסעס, די איינציגסטע צייט וואס ס׳איז דא א טעגליכע קופקע אין ביהמ״ד איז אדער צופרי פארן דאווענען, אדער ביינאכט ביים שיעור. משא״כ דא איז עס אגאנצן טאג.
לכבוד מיינע חברים, מיין זוהן איז אביסל א שעמעוודיגער, ביטע זייטס אים מקרב…
באשיינפערליך
אוועטאר
שיינפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 6:44 pm

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינפי »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:35 pm
שיינפי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:36 pm
1) א שמועס מיט חברים איז בעיסיקלי אויף איין נושא, דא קענעך ארומפארן פון אשכול צו אשכול און איבעראל אריינרעדן
מ'דארף אויסברייטערן דער נקודה, אבער איך בין נישט זיכער צי יעצט איז שוין די צייט דערפאר.
דאס איז מיסתמא מיין שטערקסטע סיבה.
איך קען שמועסן אין פארברענגען, זיך טענה׳ן אין קאך לעפל, באקומען קנאלעדזש אין ידיעות, קוקן א שיינע תורה, אלעס אין די זעלבע פינף מינוט.
לכבוד מיינע חברים, מיין זוהן איז אביסל א שעמעוודיגער, ביטע זייטס אים מקרב…
באשיינפערליך
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:01 pm
וואה, וואה, וואה, דו האסט דיך גוט ארויס!!! ביטע, נאכדעם וואס דו האסט דאס אלעס ארויסגעברענגט, ליין עס איבער, און שרייב עס אראפ אין איין קאנצעטרירטע מעסעדזש.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:38 pm
וואס איך טרעף אין אייוועלט וואס איך קען נישט באקומען (דערווייל) אין דער עכטער וועלט?!

1. ארויסגעבן און שמועסן פון נושאים וואס איך האב ליב אבער קען נישט אין ריעל לייף.

לאו דוקא פאליטיק בכלל, מיין אינטערעסע אין פאליטיק קומט נישט פון אינטערעסע אין פאליטיק, ס'קומט פון מיין אינטערעסע צו באבאכטן ווי די קולטור פון די וועלט אנטוויקלט זיך און די געראנגלען ארום דעם. אלע חלקים אין פאליטיק וואס האבן נישט קיין שייכות מיט דעם אינטערעסירט מיר ווי די פאריאריגע רעגן.

און ניין, ס'איז נישט אז איך וויל הייסן אין גאס עפעס אנדערש פון וואס איך בין דא. ס'איז מער טעכניש אז דא קען איך רעדן פון זאכן וואס טעכניש איז עס נישט עפעס וואס איך האב ווי צו רעדן אנדערש ווי. נישט אז איך קען דא רעדן אלעס וואס איך וואלט געוואלט רעדן, אבער כאטש בעסער פון די ביהמ"ד און וואך נאכט.
זאגסטו, אז דו גלייכסט צו באאבאכטן דער קולטור פון דער וועלט (כאילו דו ביסט נישט קיין חלק דערפון...), און דו טרעפסט נישט קיינעם אויף דער עכטער וועלט מיט וועמען מ'קען עס אויסשמועסן אזוי. מיין שאלה איז: פארוואס טאקע? ווייל למשל איך גלייך אויך צו באטראכטן דער וועלט (טראצדעם וואס איך בין יא א חלק דערפון..., אבער אסאך מאל וויל איך מיך דאך איינרעדן און זיך זען אזויווי כאילו אינדרויסן) און איך האב ב"ה יא חברים מיט וועמען מ'קען שמועסן אזא סארט שפראך. יעצט למשל, פארוואס האבן מיר זיך נאך נישט געטראפן אין דער עכטער וועלט? (אדער אפשר האבן מיר יא?).

צווייטע שאלה איז, אז אזויווי דו האסט דיך ב"ה אזוי גרינטליך אפגעלערנט, צי דו האסט אויך פרובירט צו פארשטיין אויך דער צווייטער זייט מטבע, דהיינו, פארוואס טאקע גלייכן די מענטשן צו לעבן אין דער וועלט, כאילו זיי זענען די וועלט אליין, און נישט עס באאבאכטן אזויווי פונדרויסן?
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm
2. אנערקענונג.

איך זוך אנערקענונג שוין מסתם זייט איך בין געבוירן...
יעדער זוכט, אבער רוב מענטשן לעבן אין דער וועלט, און טרעפן די סטעפס וויאזוי מ'האנדלט זיך איין אנערקענונג (אביסל עכט, אביסל פאלש...). די שאלה איז, וויפיל פון די סטעפס האסטו קונה געווען? און צו אייוועלט האט דיר פשוט געגעבן א סעקאנד טשענס, אדער עפעס טולס וואס דו וואלסט באמת געדארפט קענען אריבערברענגען אין דער עכטער וועלט?

הערה: עס איז מעגליך אז די ענוויינראמענט אין אייוועלט איז משום מה עפעס בעסער צוגעפאסט פאר אזעלכע מענטשן ווי אונז, און געט טאקע א געלעגנהייט צו קענען גרינגער טרעפן דעם וועג. און דאס קען מעגליך שאפן דעם טעות'דיגן בליק אז כאילו נאר אין אייוועלט קען מען באמת טון די סטעפס, אבער לכאורה איז דאך וויכטיגער סוף כל סוף עס צו קענען האבן אין דער עכטער וועלט, ממילא לוינט זיך דער טשעלענדזש אז מ'זאל אריבערברענגען דעם לימוד, פארשטייט זיך מיט די נויטיגע עדזשאסטמענט, אויך אין דער עכטער וועלט. נישט מעגליך?
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

לכאורה האב איך עס אנגעהויבן פילן ווען איך האב מיט מיין קאמפלעקס'דיגע גאווה באמערקט אז מ'אנערקענט נישט אין מיך די וועג ווי אזוי איך וואלט געוואלט. איך געדענק אבער נישט וויפיל אזייגער ס'איז געווען...
דער פוינט איז נישט דער זייגער, נאר דער פריער און שפעטער, וואס קען דיר העלפן אידענטיפיצירן עפעס וואס וועט דיר העלפן אויף לעתיד.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

ס'קען זיין אז ס'איז מעגליך פאר מיר אויף א וועג - צו טרעפן א פתח חרטה אויפ'ן דאזיגן יאוש, ווער ווייסט...
דאס איז די נקודה שבכל הנקודות.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm
ס'קען זיין אז אויב בין איך מצליח צו שאפן אנערקענונג אויף אייוועלט, איז דאך פשט אז סאם-האו האסטו יא די כלים עס אויפצופיקן אויך אין דער עכטער וועלט, נאר...?! זיך טרייען אויפצוווייזן אז איך האב קוואלעטי?! איך ווייס דאך דעיס... דעיס איז דאך די פראבלעם, און דעיס טאקע איז וואס מאכט מיך פילן ווי ס'ווערט נישט אנערקענט.
דארפסט דיר נישט אויפווייזן אז דו האסט קוואליטי, פארקערט דו דארפסט פארשטיין אז דו מיט דיין קוואליטי האבן נאכנישט גענוג גוט קאננעקטעד מיט דער עכטער וועלט. אבער, אזויווי דו האסט דאך קלאר מצליח געווען זיך צו קאננעקטן הערליך צו די לעבעדיגע מענטשן, דורך די פענסטערס פון די אייוועלט, איז זייער מסתבר אז ס'פעלט נישט קיין סאך, און דו וועסט עס אי"ה קענען מאכן.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

3. אנטלויפן פון די עכטע וועלט.

איי, פארוואס? ס'זענען טאקע דא פראבלעמען אין דער עכטער וועלט, אבער למעשה - די עכטע וועלט איז דאך למעשה עכט!!!

נו טאקע דערפאר...
וואס הייסט טאקע דערפאר? ס'איז נישט אזוי, אבער לאמיר דאס אוועקלייגן פאר יעצט.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

עכט פיליך, אז די עכטע וועלט איז בכלל גארנישט אזוי עכט, ס'איז דא זאכן וואס זענען אסאך מער עכט ווי זאכן וואס ווערן באטראכט אין די עכטע וועלט אלץ.
דאס איז אויך אמת, אבער דאך איז עס עכט. מיר וועלן דאס אויך אוועקלייגן דערווייל.
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

אבער דעיס איז אביסל א זייטיגע זאך, ווייל מיט דעם העלפט מיך אייוועלט נישט קיין סאך, אייוועלט איז אין דעי הינזיכט א פיינעם המשך פון דעי עכטע וועלט...
אויב אזוי, דאן פארוואס דאך טרעפסטו מער צופרידנקייט אין אייוועלט? דאס איז זייער א הארבע שאלה, און דו דארפסט עס פארענטפערן פאר דיר אליין!
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:16 pm

גוט...?
יא, טראצדעם וואס איך גלייך געווענליך ווען ס'איז נאכמער קאנצעטרירט. אבער נישט אלעס דארף גיין מיין וועג.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:36 pm
סאשעל מידיא. אינטערטעימענט. פאן.

ס'איז אינטערסאנט און ענדזשויעבעל, ס'איז לופטיג מ'פארברענגט צוזאמען אין א אנדערע וועלט וואס הייסט אייוועלט.
(ווען כ'בין געווען א שטיק צייט אפוועזענד פון אייוועלט האב איך אנגעהויבן כאפן ווי די אייוועלט חברה לעבן אויף א אנדערע פלאנעט גערופן אייוועלט בשעת זיי עפענען דעם אייוועלט טעב)
יעדער האט ליב ענדזשוימענט און פארברענגען.

כ'וואלט ליב געהאט א לופטיגע פארברענגען אין ריעל לייף כ'אימעדזשין זיך די עולם זיצט מיט די ציצית אויף אזאנע רעקליינערס אין א שטוב און מ'פארברענגט אינאיינעם אזויווי דא. אוודאי אין ריעל לייף איז אביסל שווער ווייל איך ווער א ליידיגגייער און א איינער וואס זיצט און זאופט וכו,, ס'דא א גאנצע וועלט אינדרויסן פון אייוועלט וואטס טוט דאס טאקע יעדע נאכט מ'פארברענגט און מ'לאכט אינאיינעם, אבער ע''פ רוב די אייוועלט חברה זענען פון די וואס ס'פאסט זיי נישט און טאקע וועגן דעם ווילן זיי נישט מ'זאל וויסן ווער זיי זענען.
און נישט פאסן איז זייער א נערמאלע געזונטע זאך א מענטש מעג האבן גדרים און פארשטיין אז יא ס'פאסט נישט פאר מיר דעס און ווען מ'טוט עס יא ווייל מ'קען זיך נישט איינהאלטן דארף מען עס נישט טון אין ראדני ווי פארשטענדליך...

פלעין כ'ענדזשוי עס, און די ענדזשוימענד איז עדיקטיוו צוליב וואס ס'איז ביי מיין האנט און ס'גייט אן 24 האורס און פארוואס פארפאסן די ענדזשוימענט.
א נארמלע געפיל נישט צו ווילן פארפאסן ענדזשוימענט.

א חלק פון מיין ענדזשוימענט איז ווען כ'לאז מיך הערן מיין מיינונג, אין ריעל לייף גלייך איך אויך צו לאזן הערן מיין מיינונג. וזה הא.
אין אנדערע ווערטער, די סיבה פארוואס דו ביסט דא (און לויט די משמעות דיינע ווערטער, האלטסטו אז דו ביסט דא צו סאך), איז ווייל דו זוכסט א פלאץ וואו דו קענסט האבן "ענדלאזע, חברותא'דיגע, אינטערטעינמענט, אינאיינעם מיט סטימולעישאן פאר לאגיק און עגא", און דאס קענסטו נישט טרעפן ערגעץ אנדערש בשום אופן. וואו!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

רעים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:41 pm
ס"איז א מחלה/דיסארדער/מידה האט נישט מיט עפעס דארפען אדער שרעק.... (האט גארנישט מיט אפרישעישאן...)
אין אנדערע ווערטער טענה'סטו, אז מ'דארף ניצן דווקא די 12 סטעפ מעטאדע, גארנישט עפעס אנדערש...

טא רעד איך דעמאלט נישט צו דיר...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:44 pm
נאך א נקודה וואס איך טראכט.

איך זוך בכלל נישט קיין לייקס ע''פ רוב. חוץ אמאל וואס כ'האב עס געשריבן מיטן ציל צו הערן וואס דער עולם האלט וויל איך זעהן צו דער עולם האלט ווי מיר.

כ'קען שרייבן גאר לאנגע תגובות אין ווייניגער געקוקטע אשכולות ווייל מיר אינטערסירט נישט אז ווי מער מענטשן זאלן עס זעהן נאר כ'געב ארויס מיין מיינונג און דאס איז א חלק פון מיין אינטערטעימענט און האבי.
דאס איז די שאלה, פארוואס קענסטו נישט ארויסגעבן דיין מיינונג אין ריעל לייף? (אוודאי זענען דא מענטשן וואס האלטן אנדערש, אבער דא זענען אויך דא...).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:28 am
זייער קלאר ארויסגעברענגט ס׳איז פשוט די זעלבע געשמאק ווי דאס זיצן מוצאי שבת אין קאנטרי אויפן פארטש און פארברענגן פאר דריי פיר שעה פון איין אשכול צום צווייטן סארי פון איין טאפיק צום צווייטן…
שוין, האמיר געטראפן מוצאי שבת אין קאנטרי... יעצט, שטעל דיך פאר אז דו זיצט מוצאי שבת אין קאנטרי און דו פארברענגסט אזוי געשמאק, אזויווי נאר @אבנר בן-נר קען..., און יעצט! ציעט דיך נאך צו לויפן צו אייוועלט? אינמיטן אזא אמת'ע געשמאקע פארברענג, איז נאך אייוועלט אינטערעסאנט?
אבנר בן-נר האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 2:31 am
גאם איינער וואס איז דא ווייל עס פעלט אים עפעס אין ריעל לייף און ער טרעפט עס דא, האט א ביג פראבלעם
ריכטיג. און פון דעם רעדט מען דאך...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

תרמב האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:00 am
דאן איז דא נאך א זאך וואס אייוועלט האט, אז מקען זיך ארויסגעבן די מחשבות, רעיונות, און סתם א קליינע געדאנק, משטעלט ארויס די פערסאנעלעטי, סהאט א גוטע הרגשה, ווען מאיז אנאנאמוס איז עס נישט דא אזוי שטארק ווייל קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט אבער ביי מענטשן וואס מ'ווייסט יא, איז אייוועלט א פלאץ ווי מקען ארויסשטעלן דיין מהות, פארוואס שפירט א מענטש אין מקווה ביי די קופקע אז ער מוז אריינזאגן זיין מיינונג וואס א חילוק צו ער האלט אז טראמפ דארף זיין פרעזידענט אדער נישט, סאיז דא אזא געפיל וואס מהאט אז מדארף זאגן פארן עולם וואס מטראכט, די זעלבע זאך איז דא אין אייוועלט, אין שוהל איז מען לימיטעד צו עטליכע מענטשן און דא איז דא צענדליגע מענטשן וואס זעען דיינע רייד.
דאס איז א מורא'דיגע פוינט... אבער שטעל דיך פאר, ווען מ'זאל עס יא קענען האבן אין דער עכטער וועלט...!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: סעלושן פאר אייוועלט עדיקשאן!! (ווער איז גרייט צו קומען אויפ'ן צימבל?...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שיינפי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 10:34 am
ווייל אפילו כ׳האב עס אין ריעל לייף איז עס נישט אן עי דעילי בעיסעס, די איינציגסטע צייט וואס ס׳איז דא א טעגליכע קופקע אין ביהמ״ד איז אדער צופרי פארן דאווענען, אדער ביינאכט ביים שיעור. משא״כ דא איז עס אגאנצן טאג.
דאס איז טאקע די שאלה, פארוואס דארף מען עס א גאנצן טאג? צי איז עס דען לאגיש, אז מ'זאל אגאנצן טאג דארפן נאך קופקענען?
שיינפי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 10:38 am
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:35 pm
שיינפי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:36 pm
1) א שמועס מיט חברים איז בעיסיקלי אויף איין נושא, דא קענעך ארומפארן פון אשכול צו אשכול און איבעראל אריינרעדן
מ'דארף אויסברייטערן דער נקודה, אבער איך בין נישט זיכער צי יעצט איז שוין די צייט דערפאר.
דאס איז מיסתמא מיין שטערקסטע סיבה.
איך קען שמועסן אין פארברענגען, זיך טענה׳ן אין קאך לעפל, באקומען קנאלעדזש אין ידיעות, קוקן א שיינע תורה, אלעס אין די זעלבע פינף מינוט.
פארוואס ברענגט עס דיר מער, דער חלק אז דו קענסט ארומטאנצן פון איין זאך צום צווייטן? און אויב איז עס יא מער, דאן אפשר קען מען עס טרעפן אויף אן אופן, אויך אין ריעל לייף?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”