טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌אפיציעלע דערמאנונג: ביטע לאזט אלע השקפה שמועסן אינדרויסן!
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
מ'ווערט נישט קיין ציוניסט, אדער א ציוני סימפאטיקער ווען מ'ברענגט ארויס דער נושא, דורך איבער שרייבן זייערע טוויטס פון די וואס שטיין בראש פון די ציונים.
ווען נקדימון אדער הכל הבל וואלטן מעתיק געווען דיע טוויט וואלט קיינער זיך גארנישט אנגערופן (אפילו קען זיין ס'וואלט געבאדערט), און דו ווייסט דאס זייער גוט.

@מושכל ראשון כ'האב פארגעסן צוצושרייבן 'קאלטע' סאטמארע אינגערמאן... ווייל מ'דארף נישט זיין די גרעסטע מר בריה דרב אשי, אז אפענע סימפאטיע צו די ציונים זאל שטערן.
זאגסט אז זיין נישט ווערן פארכאפט אינעם כלליות רעכטן שמעלץ טאפ האט אים געהאלפן האלטן די קאפ גראד ווען ס'קומט צו דיע נושא? קען זיין. און אדרבה, האט זיך עס געלוינט נאר פאר דעם. עגעין, קיינער דא זוכט זיך נישט צו פאמפן פאר א סאטמאר רב בדורינו.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
ר' מטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

פארוואס זענען פונקט די פרא-ביידן ניקים מער קנאות'דיג געשטימט..?
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

ר' מטות האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:14 am
פארוואס זענען פונקט די פרא-ביידן ניקים מער קנאות'דיג געשטימט..?
די זעלבע סיבה פארוואס פונקט זיי האבן מעשיות ווי מעלוניס אפיס האט געהאלפן, און לאולערס נישט....
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

(באלאנגט דא?)
ה_תור_מי.jpg
ה_תור_מי.jpg (30.26 KiB) געזען 583 מאל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:39 am
(באלאנגט דא?)
ה_תור_מי.jpg
געב עס א 24-48 שעה...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

נו שוין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:59 pm
צור לציר האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 6:40 pm
באריכטן אז די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויף צושטעלן סאנקציעס אויף די נצח יהודה בריגאדע וועלכע אפערירט אין די מערב בערג, פארן אנגעבליך פארלעצען יומען רייטס, זיי וועלן זיין אויסגעשלאסן פון באקומען אמעריקאנער וואפן און אנטייל נעמען אין מושטירונגען מיט די אמעריקאנער מיליטער.
דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אמעריקע וועט סאנקצינירען א פולע בריגאדע פון די מדינת ישראל מיליטער.
ביבי אין א טוויט.
447443160130_status_2bb0020c758f4645befd5995d51cdfb0.jpg
דאס איז די חרדישע אפטיילונג?
וואספארא היומען רייטס פארלעצונגען איז די נעיטזאך בריגאדע באגאנגען אנדערש ווי אנדערע בריגאדעס? עפעס ספעציעל?
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:19 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:50 am
את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:19 am
די אמעריקאנע סטעיט דיפארטמענט האט היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף ר׳ בנציון גופשטיין, פירער פון להבה, א גרופע וואס געט זיך אפ מיטן ארויסראטעווען אידישע מיידליך פון אראבישע הענט - וואס ווערט לויט געוויסע אנגעקוקט ווי א עקסרעם רעכטע גרופע - , און א נאנטע חבר מיט בן גביר.

IMG_6135.jpeg

WhatsApp Image 2024-04-19 at 10.42.13_ef3895be.jpg
די אפיציעלע מעלדונג.
https://www.state.gov/designations-rela ... west-bank/
אויפן וועג צו נעמען גאז פאר זיין קאר האט זיך זיין קארטל אפגעשטעלט, ער האט באקומען די פאלגענדע מעסעדזש:
וואס האט ער שלעכטס געטון?
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:27 am

מישיגען.

די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
לעצט פארראכטן דורך פראקטיש אום זונטאג אפריל 21, 2024 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:34 am
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:27 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:19 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:50 am
את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:19 am
די אמעריקאנע סטעיט דיפארטמענט האט היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף ר׳ בנציון גופשטיין, פירער פון להבה, א גרופע וואס געט זיך אפ מיטן ארויסראטעווען אידישע מיידליך פון אראבישע הענט - וואס ווערט לויט געוויסע אנגעקוקט ווי א עקסרעם רעכטע גרופע - , און א נאנטע חבר מיט בן גביר.

IMG_6135.jpeg

WhatsApp Image 2024-04-19 at 10.42.13_ef3895be.jpg
די אפיציעלע מעלדונג.
https://www.state.gov/designations-rela ... west-bank/
אויפן וועג צו נעמען גאז פאר זיין קאר האט זיך זיין קארטל אפגעשטעלט, ער האט באקומען די פאלגענדע מעסעדזש:
וואס האט ער שלעכטס געטון?
מישיגען.
מישיגען+האלב איזראעיל+לענדער אינעם מיטל מזרח.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:42 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:34 am
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:27 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:19 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:50 am

די אפיציעלע מעלדונג.
https://www.state.gov/designations-rela ... west-bank/
אויפן וועג צו נעמען גאז פאר זיין קאר האט זיך זיין קארטל אפגעשטעלט, ער האט באקומען די פאלגענדע מעסעדזש:
וואס האט ער שלעכטס געטון?
מישיגען.
מישיגען+האלב איזראעיל+לענדער אינעם מיטל מזרח.
נעע..
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:41 am

די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
א שלום אפמאך האט אייביג צוויי זייטן, די קענסט נישט זיין פארנומען צו קריטיקירן און סאנקצענירן בלויז איין זייט וואס מכלומר'שט האלט זיך נישט די אפמאך, ווען די אנדערע זייט הערט נישט אויף צו רצחנ'ן און טערארזירן און קלארע פארלעצונג צום אפמאך, ווי קאמיש עס הערט זיך ,
ביידען האט יעצט גאר געשיקט 8 ביליאן דאלאר פאר א רעגירונג
( א.ק.א. טעראר ארגאניזאציע) וואס שטיצט אפענערהייט טעראריסטן וואס פירן אדורך אטאקעס אויף ציווילע און שומרון, אבער בנצי גופשטיין איז זיין פראבלעם.

בכלל די אלע פאקטן און נומבערן איבער אזויגערופענע אטאקעס דורך מתנחלים, וואס מען הערט אלץ פון די ביידען אדמיניסטראציע, איז געראטן צו נעמען מיט א שעפ לעפעל פסח'דיגע זאלץ, למשל היינט אליין זענען צוויי טעראריסטן געווארן אומגעברענגט ביים פרובירן צו שטעכן סעקיוריטי פארסעס, און לעצטע וואך נאך צעהן פארן שיסן אויף ציווילע באסעס, און אויף טשעקפוינטס, פארשטייצעך מארגן וועסטע זעהן א ווייסע הויז ווארטזאגער זאגן אז די צאל פאלעסטינע טויטע און די מערב ברעג די יאר האלט שוין ביי 363..

אבער פון פאלעסטינע וויילענס וועלן זיי קיינמאל רעדן.
לעצט פארראכטן דורך פרומע לבוש אום זונטאג אפריל 21, 2024 10:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:41 am

די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
אינטערסאנט אז אויף די ראדיקאלע פאליסטינער (וואס פראבירן נאכאנאנד צו אנזייען כאאס דארט אין די מערב ברעג, און האבן יענע וואך פארכאפט א אומשולדיגע פאסטעך און אומגעברענגט וכו') לייגט נישט אמעריקע ארויף קיין סאנקציעס...

זעהט אויס א ס'איז פשוט נישט דא גענוג סאנקציעס פאר מער ווי איין גרופע פער געגענט...
arender האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 17, 2022 2:21 pm
מחאות קעגן יחידים, אפי' ציונים וכופרים איז נישט ערלויבט כפי תקנות המקום.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:56 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:41 am

די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
א שלום אפמאך האט אייביג צוויי זייטן, די קענסט נישט זיין פארנומען צו קריטיקירן און סאנקצענירן בלויז איין זייט וואס מכלומר'שט האלט זיך נישט די אפמאך, ווען די אנדערע זייט הערט נישט אויף צו רצחנ'ן און טערארזירן און קלארע פארלעצונג צום אפמאך, ווי קאמיש עס הערט זיך ,
ביידען האט יעצט גאר געשיקט 8 ביליאן דאלאר פאר א רעגירונג
( א.ק.א. טעראר ארגאניזאציע) וואס שטיצט אפענערהייט טעראריסטן וואס פירן אדורך אטאקעס אויף ציווילע און שומרון, אבער בנצי גופשטיין איז זיין פראבלעם.

בכלל די אלע פאקטן און נומבערן איבער אזויגערופענע אטאקעס דורך מתנחלים, וואס מען הערט אלץ פון די ביידען אדמיניסטראציע, איז געראטן צו נעמען מיט א שעפ לעפעל פסח'דיגע זאלץ, למשל היינט אליין זענען צוויי טעראריסטן געווארן אומגעברענגט ביים פרובירן צו שטעכן סעקיוריטי פארסעס, און לעצטע וואך נאך צעהן פארן שיסן אויף ציווילע באסעס, און אויף טשעקפוינטס, פארשטייצעך מארגן וועסטע זעהן א ווייסע הויז ווארטזאגער זאגן אז די צאל פאלעסטינע טויטע און די מערב ברעג די יאר האלט שוין ביי 363..

אבער פון פאלעסטינע וויילענס וועלן זיי קיינמאל רעדן.
צום פינטל!

ווילאנג ביידען שיקט געלט פאר א רעגירונג וואס שטיצט ”אפעציעל” טעראריזעם, איז די נושא געשלאסן.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:41 am
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:27 am
יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:19 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:50 am
את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 10:19 am
די אמעריקאנע סטעיט דיפארטמענט האט היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף ר׳ בנציון גופשטיין, פירער פון להבה, א גרופע וואס געט זיך אפ מיטן ארויסראטעווען אידישע מיידליך פון אראבישע הענט - וואס ווערט לויט געוויסע אנגעקוקט ווי א עקסרעם רעכטע גרופע - , און א נאנטע חבר מיט בן גביר.

IMG_6135.jpeg

WhatsApp Image 2024-04-19 at 10.42.13_ef3895be.jpg
די אפיציעלע מעלדונג.
https://www.state.gov/designations-rela ... west-bank/
אויפן וועג צו נעמען גאז פאר זיין קאר האט זיך זיין קארטל אפגעשטעלט, ער האט באקומען די פאלגענדע מעסעדזש:
וואס האט ער שלעכטס געטון?
די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
כאילו ס'וועט העלפן אז זיי זאלן אויף הערן און אז די וועלט זאל זען אז מ'באשטראפט זיי אויך...
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
ולעצם העניין, מיר זענען דאך און גלות, און אלעי, אן אפיצעילע גוטע פריינד, לייגט סאנקציוס אויף א חבר, און נישט אויף די פאלאסטינער, איז דאך א הימל זאך.
ס'נישט מעגליך צו פארשטיין נארמאל ווי אזוי א חבר לייגט ארויף סענקשיאנס נאר אויף נצח יהודה בריגאדע, און נישט אויף די אומשולדיגער ציווילע קינדער, וואס האבן נאך אזויפיל געוטוהן צו שעדיגן אומשולדיגער לעומת דעם נצח יהודה בריגאדע.
ס'קלעפט נישט איינס מיטן צווייטן ווען דו רעדסט דא פון א אזויגערופענע צווילעזירטע מדינה וואס האט א מיליטער וואס קען זיך נעבעך נישט באהערשן און פירן זיך אויף אזוי ווי יעדע טעראר ארגענעזאציע מיט א ברוטאלע אחזריות וואס האט זיך קלאר ארויסגעוויזן 2 מאל ביי דיע קריג איינס ביי די ווייטאגליכע שחיטה אויף דריי משכונות ווי ס'האט זיך קלאר ארויסגעוויזן ווי די סאלדאטן שיסן רעכטס און לינקס אפי' אויף מענטשן מיט אויפגעהויבענע הענט מיט ווייסע פענער וואס שרייען אין עברית איז קענסטע זיך שוין פארשטעלן וואס ס'טוט זיך אפ דארט אויף סתם עזה איינוואונער און די צווייטע מאל ווען מ'האט באשאסן די הומענטארישע גרופע פון 7 קעכר'ס וואס האבן פון פראויס אפגעשמועסט מיט די מדינת ישראל מיליטער אז זיי גייען דארט פארן וואס מ'זעט ווי יעדע צוויי דריי קארס וואס פארן פלעין ארום און עזה ווערט באשאסן איז וואס ווילסטו
און פינקטליך וואס זאל זיין די סאנקציעס אויף די פאאלעסטינער קינדער אפשר אז זיי זאלן נישט מעגן קוקן אויף די אמעריקאנע וואפן וואס די מדינת ישראל מיליטער האט???????? אדער זיי זאלן נישט מעגן נעמען עסן ווען מ' צושפרייט עס און די גאסן דארט אדער נישט מעגן עס שמעקן???????????

אלא מאי, איינער פירט דאס פון אויבען.
איז דאך פארשטענדליך אז מ'ברענגט עס ארויס.
אוואדי פירט עס איינער פון אויבן און אנשטאט צו כאפן די מעסעדש ספינט עטץ ארום דא
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
מ'ווערט נישט קיין ציוניסט, אדער א ציוני סימפאטיקער ווען מ'ברענגט ארויס דער נושא, דורך איבער שרייבן זייערע טוויטס פון די וואס שטיין בראש פון די ציונים.
זעט אויס מ'האט דיך נישט געלערנט פון כח הפועל בנפעל
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:32 am
נו שוין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:59 pm
צור לציר האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 6:40 pm
באריכטן אז די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויף צושטעלן סאנקציעס אויף די נצח יהודה בריגאדע וועלכע אפערירט אין די מערב בערג, פארן אנגעבליך פארלעצען יומען רייטס, זיי וועלן זיין אויסגעשלאסן פון באקומען אמעריקאנער וואפן און אנטייל נעמען אין מושטירונגען מיט די אמעריקאנער מיליטער.
דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אמעריקע וועט סאנקצינירען א פולע בריגאדע פון די מדינת ישראל מיליטער.
ביבי אין א טוויט.
447443160130_status_2bb0020c758f4645befd5995d51cdfb0.jpg
דאס איז די חרדישע אפטיילונג?
וואספארא היומען רייטס פארלעצונגען איז די נעיטזאך בריגאדע באגאנגען אנדערש ווי אנדערע בריגאדעס? עפעס ספעציעל?
מען רעדט בעיקר פון 1 ספעציפישע מעשה 2 יאר צוריק ווען צוויי סאלדאטען פון די בריגאדע (פון עטליכע 100סאלדאטען) האבן געלאזט א 80 יעריגע אמעריקאנע פאליסטענער
אויסשטארבען.

אויך נאך איין מעשה ווי 4 סאלדאטען האבן געשלאגען אפאר פאליבטינער אינמיטן אומרוען.

מיט די סטאנדארען איז ערווארטעט אז די EU גייט לייגן סאנקציעס אויף די מיניאפלעס פאליציי וואס לויט ביידן אייגענע ווערטער האבן זיי בייזוויליג געהארגעט א אומשילדיגע מענטש.

ווי אויך גייען רוסלאנד און טשיינע לייגן סאנקציעס אויף די NYPD וואס האט און די פארגענגהייט שוין צענדליגע מאל בייזוויליג געהארגעט צענדליגע אומשילדיגע ציווילע פון די אונטערגעדריקטע לאקאלע שווארצע געמיינדע.
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9066
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:12 pm
די משמר הגבול האט געכאפט א שמוגלער וואס האט פראבירט צו שמוגלען באמבעס פון ירדן צו די מערב ברעג.

IMG_6153.jpeg
כלל גדול:
קעגן יעדן געכאפטן זענען דא 100 אומגעכאפטע!
ה"י
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

בלויע רעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 10:02 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע רעקל »

nobody האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:08 pm
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 9:32 am
נו שוין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 10:59 pm
צור לציר האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 20, 2024 6:40 pm
באריכטן אז די ביידען אדמיניסטראציע פלאנט ארויף צושטעלן סאנקציעס אויף די נצח יהודה בריגאדע וועלכע אפערירט אין די מערב בערג, פארן אנגעבליך פארלעצען יומען רייטס, זיי וועלן זיין אויסגעשלאסן פון באקומען אמעריקאנער וואפן און אנטייל נעמען אין מושטירונגען מיט די אמעריקאנער מיליטער.
דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס אמעריקע וועט סאנקצינירען א פולע בריגאדע פון די מדינת ישראל מיליטער.
ביבי אין א טוויט.
447443160130_status_2bb0020c758f4645befd5995d51cdfb0.jpg
דאס איז די חרדישע אפטיילונג?
וואספארא היומען רייטס פארלעצונגען איז די נעיטזאך בריגאדע באגאנגען אנדערש ווי אנדערע בריגאדעס? עפעס ספעציעל?
מען רעדט בעיקר פון 1 ספעציפישע מעשה 2 יאר צוריק ווען צוויי סאלדאטען פון די בריגאדע (פון עטליכע 100סאלדאטען) האבן געלאזט א 80 יעריגע אמעריקאנע פאליסטענער
אויסשטארבען.

אויך נאך איין מעשה ווי 4 סאלדאטען האבן געשלאגען אפאר פאליבטינער אינמיטן אומרוען.

מיט די סטאנדארען איז ערווארטעט אז די EU גייט לייגן סאנקציעס אויף די מיניאפלעס פאליציי וואס לויט ביידן אייגענע ווערטער האבן זיי בייזוויליג געהארגעט א אומשילדיגע מענטש.

ווי אויך גייען רוסלאנד און טשיינע לייגן סאנקציעס אויף די NYPD וואס האט און די פארגענגהייט שוין צענדליגע מאל בייזוויליג געהארגעט צענדליגע אומשילדיגע ציווילע פון די אונטערגעדריקטע לאקאלע שווארצע געמיינדע.
זיצן די סאלדאטן אין תפיסה? האבן זיי בכלל געצאלט א פרייז? איז עס פארדאמט געווארן דורך הויכעו איזרעלי באאמטע?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פרומע לבוש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:56 am
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:41 am

די מעלדונג איז נישט מסביר פונקטליך אבער בפשטות איז ער בראש פון מיליטאנטישע רעליגיעזע-באזירטע גרופעס וועלכע זייען אן כאאס אין די מערב ברעג, דאס פירט צו ענדלעזע קייטן פון געווואלדטן אינעם געגנט וואס רוב וועלט האלט איז אומלעגאל "אקופירט" דורך איזראעיל, אמעריקא האלט דאס אלץ דיספיוטעט טעריטאריע וואס דארף אלטימאטלי געהערן צו פאלעסטינע איינמאל זיי ווערן א געהעריגע לאנד אלץ טייל פון א שלום פלאן.

ס'איז זיכער אז די פאלעסטינע האבן דארט די אויבערהאנט, איזראעיל איז בארעכטיגט דארט צו זיין אויף וויפיל ס'פעלט אויס פאר סעקיוריטי, נישט מער.

די עקסטרעם רעכטע רעליגיעזע איזראעילס טוען אלעס אויף די וועלט אנצוהאלטן זייער אנוועזנהייט אויפן שטח מיט אויסגעדראשענע רעליגיעזע ארגומענטן און דערמיט ברענגען זיי א גרימצארן פון אלע לענדער אריינגערעכנט איזראעילס גרעסטע שטיצער.

מיט די סאנקציעס צייגט אמעריקע פאר די מאדערנע אראבישע וועלט און פאר איזראעיל אז זי איז נישט בלויז קעגן ראדיקאל איסלאם נאר אויך קעגן ראדיקאל איזראעיל-48.

אזוינע שריט מטעם אמעריקאנער איז באגריסנסווערד פאר סיי ווער וואס פארמאגט א מוח אינעם קדקד.
א שלום אפמאך האט אייביג צוויי זייטן, די קענסט נישט זיין פארנומען צו קריטיקירן און סאנקצענירן בלויז איין זייט וואס מכלומר'שט האלט זיך נישט די אפמאך, ווען די אנדערע זייט הערט נישט אויף צו רצחנ'ן און טערארזירן און קלארע פארלעצונג צום אפמאך, ווי קאמיש עס הערט זיך ,
ביידען האט יעצט גאר געשיקט 8 ביליאן דאלאר פאר א רעגירונג
( א.ק.א. טעראר ארגאניזאציע) וואס שטיצט אפענערהייט טעראריסטן וואס פירן אדורך אטאקעס אויף ציווילע און שומרון, אבער בנצי גופשטיין איז זיין פראבלעם.

בכלל די אלע פאקטן און נומבערן איבער אזויגערופענע אטאקעס דורך מתנחלים, וואס מען הערט אלץ פון די ביידען אדמיניסטראציע, איז געראטן צו נעמען מיט א שעפ לעפעל פסח'דיגע זאלץ, למשל היינט אליין זענען צוויי טעראריסטן געווארן אומגעברענגט ביים פרובירן צו שטעכן סעקיוריטי פארסעס, און לעצטע וואך נאך צעהן פארן שיסן אויף ציווילע באסעס, און אויף טשעקפוינטס, פארשטייצעך מארגן וועסטע זעהן א ווייסע הויז ווארטזאגער זאגן אז די צאל פאלעסטינע טויטע און די מערב ברעג די יאר האלט שוין ביי 363..

אבער פון פאלעסטינע וויילענס וועלן זיי קיינמאל רעדן.
אמעריקע האט זיך ארויסגעשטעלט מיט די העכסטע טענער א קעגן כאמאס נאך אקט. 7.

די פאלעסטינער אין מערב ברעג האבן זיך זייער פראבלעמען, קיינער לייגט זיי נישט אראפ ווי אומשולדיגע צדיקים אבער דאס מאכט נישט די איזראעילי מיליטאנטן גערעכט אויך נישט.

אמעריקע טוט גענוג אונטערצושטיצן איזראעיל אין אלגעמיין, זיי איז די איינציגע לאנד וואס וועטאירט זיי וועלכע רעזאלוציע קעגן איזראעיל אין די יו-ען, אבער זי דארף אויך ארויסהייבן די עוולות מצד די איזראעילס אויב וויל זי האבן סיי וועלכע לעגימיטעט מיט די מאדערנע איסלאמישע וועלט.

די געראנגל איז נישט שווארץ און ווייס, ס'איז דא אסאך איינגעגעסענע ווייטאג פון יארן לאנג.

די וועלט וואס שטיצט איזראעיל וויל שטארק זעהן א פרידנס אפמאך דורך א צוויי-שטאט לעזונג.

כאמאס וויל דאס נישט, אראפ מיט זיי. די איזראעילי עקסטרעמיסטן ווילן דאס אויך נישט, דארף מען זיי גלייכציטיג פארדאמען.

ווען פאסירט אויף איזראעילי טעריטאריע וועט דאס יעדער פארדאמען, אבער די מערב ברעג און די אנדערע זידלונגען שפירט מען אז די איזראעיליס האבן זיך נישט וואס צו דרייען דארט, זיכער נישט ווען זיי רייצן אויף די מצב.

קיין איין סעקיוריטי עקספערט האלט נישט אז ס'איז וויכטיג פאר איזראעילי ציווילע זיך צו דרייען, א פלאמאז בלויז רעליגיעזע מיליטאנטן האלטן אז ס'איז וויכטיג זיך צו דרייען דארט און זיך קריגן מיט די אראבער.

אמעריקע און די פרייע וועלט וואס האט געגעבן לעגימיטעט פאר איזראעיל אין בעגין וויט זעהן רואיג אין די טעריטאריעס, זי האט רעכט אויב נישט אן התחייבות קעיר צו נעמען פון משוגעים פון ביידע זייטן.
אוועטאר
nobody
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nobody »

בלויע רעקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:33 pm

זיצן די סאלדאטן אין תפיסה? האבן זיי בכלל געצאלט א פרייז? איז עס פארדאמט געווארן דורך הויכעו איזרעלי באאמטע?
יעדער פון אויבן ביז אונטן האט פארדאמט.

עטליכע קאמאנדירן זענען געריקט געווארען,

און נאך א לאנגע אויספארשונג איז מען געקומען דארט צו א מסקנא אז קיינער דארף נישט גיין זיצן.
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

IMG_6158.jpeg
IMG_6158.jpeg (152.53 KiB) געזען 235 מאל
דער זאגט גוט.... ער ווייסט נאר נישט ווער ס'איז די אמת'ע גלויבער
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

גרעיט עיגען האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:39 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
ולעצם העניין, מיר זענען דאך און גלות, און אלעי, אן אפיצעילע גוטע פריינד, לייגט סאנקציוס אויף א חבר, און נישט אויף די פאלאסטינער, איז דאך א הימל זאך.
ס'נישט מעגליך צו פארשטיין נארמאל ווי אזוי א חבר לייגט ארויף סענקשיאנס נאר אויף נצח יהודה בריגאדע, און נישט אויף די אומשולדיגער ציווילע קינדער, וואס האבן נאך אזויפיל געוטוהן צו שעדיגן אומשולדיגער לעומת דעם נצח יהודה בריגאדע.
ס'קלעפט נישט איינס מיטן צווייטן ווען דו רעדסט דא פון א אזויגערופענע צווילעזירטע מדינה וואס האט א מיליטער וואס קען זיך נעבעך נישט באהערשן און פירן זיך אויף אזוי ווי יעדע טעראר ארגענעזאציע מיט א ברוטאלע אחזריות וואס האט זיך קלאר ארויסגעוויזן 2 מאל ביי דיע קריג איינס ביי די ווייטאגליכע שחיטה אויף דריי משכונות ווי ס'האט זיך קלאר ארויסגעוויזן ווי די סאלדאטן שיסן רעכטס און לינקס אפי' אויף מענטשן מיט אויפגעהויבענע הענט מיט ווייסע פענער וואס שרייען אין עברית איז קענסטע זיך שוין פארשטעלן וואס ס'טוט זיך אפ דארט אויף סתם עזה איינוואונער און די צווייטע מאל ווען מ'האט באשאסן די הומענטארישע גרופע פון 7 קעכר'ס וואס האבן פון פראויס אפגעשמועסט מיט די מדינת ישראל מיליטער אז זיי גייען דארט פארן וואס מ'זעט ווי יעדע צוויי דריי קארס וואס פארן פלעין ארום און עזה ווערט באשאסן איז וואס ווילסטו
און פינקטליך וואס זאל זיין די סאנקציעס אויף די פאאלעסטינער קינדער אפשר אז זיי זאלן נישט מעגן קוקן אויף די אמעריקאנע וואפן וואס די מדינת ישראל מיליטער האט???????? אדער זיי זאלן נישט מעגן נעמען עסן ווען מ' צושפרייט עס און די גאסן דארט אדער נישט מעגן עס שמעקן???????????
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
אלא מאי, איינער פירט דאס פון אויבען.
איז דאך פארשטענדליך אז מ'ברענגט עס ארויס.
אוואדי פירט עס איינער פון אויבן און אנשטאט צו כאפן די מעסעדש ספינט עטץ ארום דא
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
מ'ווערט נישט קיין ציוניסט, אדער א ציוני סימפאטיקער ווען מ'ברענגט ארויס דער נושא, דורך איבער שרייבן זייערע טוויטס פון די וואס שטיין בראש פון די ציונים.
זעט אויס מ'האט דיך נישט געלערנט פון כח הפועל בנפעל
אויסגעהיילט האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 1:06 am
זיי זענען נישט קיין טראפ אנדערש פון עני אנדערע מיליטער, ביי יעדע מלחמה פאסירט טעותים, נאר מדינת ישראל איז די איינציגסטע מיליטער וואס איז אונטער א פארגרעסערונג גלאז כאילו מ’איז זיי בודק פון תולעים.

ווען אוקריינע האט אראפגעשאסן א פליגער מיט קרוב צו הונדערט אוקריינישע סאלדאטן, איז עס געווען אין די נייעס פאר פונקטליך פינף מינוט!
דו ווייסט פארוואס..
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: טעראר מלחמה אין ארץ ישראל - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:54 pm

ס'איבלט מיר דאס געדערים צו הערן וויאזוי היימישע אידן זאגן איבער ווארט ביי ווארט פון די גרעסטע אנטיסעמיטן פונעם היינטיגן דור. ס'איז אזווי איינער זאל זאגן אז די גלח וועלכע האט אונטערגעשפטעלט די בלוט בלבול איז בעצם גערעכט און דער רב מעג זיך שמעמען פארן הרג'ענען א אומשילדיגע קריסטליכע צווילע אינגל...

שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”