א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

אוועטאר
new news
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:53 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך new news »

Deals האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:54 pm
איינער האט עס שוין גענוצט?
וואס איז אייער עקספיריענס?
איך האב עס נישט גענוצט אבער סדא אסאך פרישע פראיעקטן
סזעהט אויס ווי סגייט אויפן וועג ארויף
קארטונס
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:38 pm
ניין, כ'גיי נישט באקומען קיין צען לייקס, אבער כ'האב געענטפערט ווי א מענטש.
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

ס'קוקט אויס גאנץ פיין.
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

בס"ד
רעוואלוציע אין די היימישע וועלט!
העכסט פארגעשריטענע 'זה מזה' פלאטפארמע ברענגט צוזאם אידישע טאלאנט פון איבער די וועלט, צו באשטעלן סיי וועלכע ארבעט פראיעקטן צייטליך און עפארדעבל
ביזנעסלייט דרוקן אויס התפעלות: ענדליך איז דא אזא סארט סערוויס אין די היימישע מארקעט מיט אידישע פרילענסערס וועלכע פארשטייען אונזערע געברויכן!

אין א שנעל-גאלאפירענדע וועלט וואס ווערט אלס מער און מער פארגעשריטן פון טאג צו טאג, ווען די אנגענומענע אופן פון ארבעטן גייט אויך אריבער דראסטישע טוישונגען, ברענגט עס מיט זיך נייע מיטלען און געלעגנהייטן צו מאכן פרנסה און טון ביזנעס. היינט צו טאג איז שוין פארהאן א ריזיגע צאל טאלאנטפולע מענטשן אין די גאנצע וועלט, וואס ארבעטן נישט די טראדיציאנאלע ניין-ביז-פינף ארבעטס טאג, נאר זיי מאכן זייער הכנסה דורך אננעמען פריוואטע דזשאבס, און באקומען באצאלט לויט דעם פראיעקט וואס זיי שטעלן צו פארן קאסטומער, זיי ווערן גערופן 'פרילענסערס'.

די נייע וועלט פון פרילענסערס האט געשאפן א נייע ביזנעס צוגאנג!
די נייע ריאליטעט האט שטארק פארגרינגערט פאר ביזנעסלייט אדער אפילו סתם מענטשן, אז אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט געדארפט אויפנעמען א פול-טיים ארבעטער צו טון געוויסע זאכן, אדער זיך ארויסלאזן צו זוכן א קאמפאני זאל עס טון, קען מען עס היינט ארויסגעבן פאר 'פרילענסערס', א פאקט וואס שפארט גאר אסאך צייט און געלט, און האט געהויבן די פראדוקטיוויטעט צום נעקסטן שטאפל.
דא קומט אבער אריין א פראבלעם מיט וואס סיי די וואס ווילן אז ארבעט זאל געטון ווערן פאר זיי, און ווי אויך די מענטשן וואס זענען גרייט צו טון פראיעקטן שטויסן זיך אן דערין, און דאס איז די פראגע וויאזוי קומט איינער אן צום אנדערן? דער פרילענסער וואס ספעציעליזירט זיך אין א געוויסע פאך איז דאך כסדר אנגעוויזן אז איינער זאל זיך דערוויסן פון זיין ארבעט און אים בעטן צו מאכן א פראיעקט, בו בזמן וואס דער וואס דארף דער פראיעקט זאל ווערן אויסגעפירט ווייסט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן, ווער איז געאייגענט דערפאר, און צי יענער איז פארלעסליך און פראפעסיאנאל.

ZEHMIZEH.COM ברענגט צונויף דעם ארבעטער מיטן קליענט
דא קומט 'זה מזה' אריין אינעם בילד! די העכסט-פארגעשריטענע ZEHMIZEH.COM וועבסייט האט געלעזט דעם פראבלעם ביים היימישן ציבור, מיטן שאפן א געניאלע דורכברוך, דורכן אהערשטעלן א באקוועמע און סאפיסטיקירטע זייטל, וואס טוט צוזאמברענגן דעם פרילענסער מיטן קאסטומער, צום צופרידנהייט פון בייזע זייטן, כשמו כן הוא 'זה מזה' צו העלפן אידן צו קענען שטיצן איינער דעם צווייטן.
אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט, קען פארשידענע סארט ארבעט ווערן געטון רימאוטלי אויפן קאמפיוטער, דאס מיינט אז דער ארבעטער מוז נישט אריינקומען פיזיש זיך צו טרעפן מיטן ארבעטסגעבער, ער קען אויספירן זיין פליכט בשלימות זיצענדיג ביי זיך אינדערהיים ערגעץ ווייט אוועק.
די נייע 'זה מזה' פלאטפארמע איז א פלאץ ווי סיי וועלכער איד פון אכצן יאר און עלטער וואס צייכענט זיך אויס אין א געוויסע פעלד אדער פארמאגט א טאלאנט, קען זיך אויפסיינען צום סייט, און ארויסשטעלן זיינע קענטעניסן, עקספיריענס, און ביישפילן פון ארבעט וואס ער האט שוין ערצייגט אין די פארגאנגענהייט, אזוי ארום אז ווען איינער זוכט אן ארבעט, קען ער באקומען אלע קלארע אינפארמאציע אויף זיין פעידזש און לויט דעם באשליסן ווער איז דאס מערסטע צוגעפאסט פאר די זאך וואס ער זוכט יעצט.

וויאזוי דער 'זה מזה' סיסטעם פונקציאנירט גרינג און באקוועם
דער סיסטעם גייט צו ווי פאלגענד, ווען איינער זוכט מ'זאל אים מאכן א שיינעם דעזיין פאר זיין פראיעקט, גייט ער ארויף אויף ZEHMIZEH.COM, ער עפענט אויף אן אקאונט און לייגט אריין די דזשאב וואס ער וויל באקומען. יעצט איז די דזשאב אויפן זייטל ווי אלע פרילענסערס קענען עס זעהן, און אלע וואס האב צייט אדער זענען וויליג אנצונעמען אזא ארבעט, קומען ארויף אויפן פלאטפארמע און מעלדן זייער גרייטקייט באגלייט מיט די פרייז וואס זיי ווילן דערפאר.
דער קאסטומער באקומט אן אימיעל אז ס'זענען דא דעזיינערס גרייט עס צו טון, ער קומט ארויף אויפן זייטל און קוקט זיך אים אויף די ליסטע פון דעזיינערס, באטראכט זייער ארבעט, און טוט אויסוועלן איינעם פארן פראיעקט. אצינד דארף ער אריינלייגן דאס געלט, וואס ווערט געהאלטן אין א 'עסקראו אקאונט', און נאר איינמאל ער גייט עס איבער און איז גענצליך צופרידן מיט די ארבעט, באשטעטיגט ער דעם דזשאב, וואס דאן וועט דער דעזיינער ערהאלטן זיין באצאלונג. ארויפסיינען קאסט נישט קיין געלט, נאר ווען איינער באשטעלט אן ארבעט, וועט 'זה מזה' טשארדזשן אן אפצאל סיי פונעם ארבעטער און סיי פונעם ארבעטסגעבער.

באשטעלט יעדע סארט ארבעט וואס קען געטון ווערן פונדערווייטנס
די רייע פון סערוויסעס זענען פון גאר א ברייטע אויסוואל, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון זיי: אקאונטינג און פינאנציעלע סערוויסעס, אדמיניסטראציע און פראיעקט מענעדזשמענט, אודיאו און ווידיאו, ביזנעס סטראטעגיע און קאנסאלטינג, קאסטומער סערוויס און סעילס, דאטא און אנאליטיקס, דעזיין און ארכיטעקט, אייטי, נעטווארק און סאפטוועיר אימפלעמענטינג, מארקעטינג און ברענדינג, סאפטוועיר, מאביל, און וועב דעוועלאפמענט, איבערזעצונג, שרייבן און עדיטינג, און נאך פילע זאכן.
עס איז דא א ליסטע פון עטליכע הונדערט אזעלכע סארט דזשאבס וואס איינער קען זיך נויטיגן דערין, אין אנדערע ווערטער, אלע ערליי ארבעט וואס קען געטון ווערן פונדערווייטנס, אנדעם וואס דער ארבעטער זאל מוזן זיין אנוועזנד דערביי, קען מען באשטעלן אויף דעם סייט, עס איז אפילו פארהאן א מעגליכקייט זיך צו לערנען געוויסע פאכן פון אזעלכע וואס צייכענען זיך אויס דערין.

אידישע פרילענסערס פון אלע עקן וועלט אונטער איין דאך
די הויפט מעלה פונעם 'זה מזה' פלאטפארמע איז, אז עס באשטייט בלויז פון אידישע פרילענסערס, וואס האט אן א שיעור בענעפיטן פאר ביידע זייטן, סיי אז מ'פארשטייט זיך בעסער פארמאגענדיג א פאראייניגטע שפראך און מענטאליטעט, ווי אויך איז דא פארשידענע זאכן וואס נאר א איד קען עס דורכפירן, ווי איבערטייטשן אידישע און לשה"ק באשרייבונגען און ענליכע ארבעט. בעיקר איז די אויפטוה, די פאקט אז ער קען יענעם געטרויען צו זיין אויסגעהאלטן און פארלעסליך, איבערהויפט ווען מ'דארף מיטטיילן סענסיטיווע אינפארמאציע.
טאג טעגליך מאכט זיך סיי פאר ביזנעסער און סיי ביי פריוואטע מענטשן, אז ער דארף א געוויסע ארבעט אבער ס'לוינט נישט אויפנעמען אן ארבעטער דערוועגן, ווידעראום גיין צו א קאמפאני קען אריינציען אין גרעסערע קאסטן, אבער ווען ער גייט צו 'זה מזה', קען ער באקומען די בעסטע און פראפעסיאנאלע ארבעט צייטליך און ביליגער ווי סיי וואו.

באקומט שענסטע ארבעט פאר ביליגסטע פרייזן!
דער סיבה פארוואס דער מהלך איז מער עפארדעבל, וויבאלד געוויסע סארט ארבעט איז אסאך ביליגער אין אנדערע לענדער איבער די וועלט, די פרייזן דארט לויפן אינגאנצן אנדערש ווי לאקאל, וואס געווענליך איז נישטא קיין וועג אנצוקומען צום ארבעטער אין אן אנדער לאנד, מיט 'זה מזה' איז גאר גרינג דאס צושטאנד צוברענגן. א באזונדערע תועלת צו קענען האנדלן מיט מענטשן פון אנדערע פלעצער אין די וועלט, אז ווען מ'וויל טאקע טון ביזנעס אין יענע ארט, איז עס פיל פראקטישער ווען מ'האט אן ארבעטער וואס וואוינט דארט און פארשטייט גוט די צוגאנג פון יענע לאנד אדער שטאט, וואס קען זיין זייער בייהילפיג צו זיין מער עפעקטיוו אין אלע הינזיכטן.

הונדערטער טאלאנטפולע אידן שוין אויפגעסיינט גרייט צו סערווירן קליענטן!
דערווייל איז שוין ב"ה אויפגעסיינט צו 'זה מזה' עטליכע הונדערט פרילענסערס, מערסטענס פון ארץ ישראל און אמעריקע, ווי אויך א צאל פון אייראפע, אלע פון זיי פולשטענדיג גרייט אנצונעמען א ברייטע אויסוואל פון ארבעט, קלענערע און גרעסערע, פשוטע און מער קאמפליצירטע אויפגאבעס, און פילצליגע באנוצער פון אונזער סייט האבן שוין געזעהן געוואונטשענע רעזולטאטן און זענען העכסט צופרידן מיט די ארבעט וואס מ'האט זיי דעליווערט דורך אונזער פלאטפארמע!
'זה מזה' האט א העפליכע שטאב וואס שטייט גרייט אלע צייטן פון טאג ארויסצוהעלפן מיט סיי וועלכע זאך, אויסער דעם וואס עס איז דא א אפטיילונג מיט אלע אפט-געפרעגטע פראגעס פון באנוצער, וואו אלעס ווערט פארענטפערט קלאר און דייטליך.

געדענקט, צי איר זענט א ביזנעסמאן וואס קומט נישט אן צו פארשידענע ארבעט, און ער דארף דעם ריכטיגן קאנדידאט וועלכער זאל עס טון גוט און געשווינד, צי איר זענט א יחיד וואס דארף עפעס א פראיעקט, זאל עס זיין אפשרייבן עטליכע תורות, מאכן א תנאים אלבום וכדו', אדער סיי וועלכע גרעסערע זאך, קומט ארויף צו ZEHMIZEH.COM, און איבערצייגט אייך אליין איבער די געשמאקע און פראקטישע סיסטעם, וואס איינמאל איר וועט עס אנהויבן נוצן וועט איר צוריקקומען איינמאל און נאכאמאל!
לכו והתפרנסו: פרובירט ZEHMIZEH.COM און זעהט דעם דיפערענץ!
אוועטאר
new news
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 2:53 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך new news »

Yoely האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:01 pm

דאס איז אן עד אדער א באשרייבונג?
קארטונס
שוואכער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:38 pm
ניין, כ'גיי נישט באקומען קיין צען לייקס, אבער כ'האב געענטפערט ווי א מענטש.
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

דאס איז געווען אין די בלאט.
ווילער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 10, 2022 1:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילער »

ס'איז אביסל זייער פארנעפעלט דארט, כ'האב געגעבן א פראפאזעל פאר איינעם דארט און איך הער דערווייל נישט צוריק, און איך קען נישט וויסן צו כ'זאל אננעמען אנדערע ארבעט ביזדערווייל, הלוואי וואלט געווען אן אפציע צו קאנטעקאן דער וואס זוכט די ארבעט און אים פרעגן וואס טוצעך, אפשר האט ער א שאלה וואס קען אים העלפן מאכן די דעסישן.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

ווילער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:55 pm
ס'איז אביסל זייער פארנעפעלט דארט, כ'האב געגעבן א פראפאזעל פאר איינעם דארט און איך הער דערווייל נישט צוריק, און איך קען נישט וויסן צו כ'זאל אננעמען אנדערע ארבעט ביזדערווייל, הלוואי וואלט געווען אן אפציע צו קאנטעקאן דער וואס זוכט די ארבעט און אים פרעגן וואס טוצעך, אפשר האט ער א שאלה וואס קען אים העלפן מאכן די דעסישן.
גא"מ לכל הנ"ל.

געשיקט צוויי פראפאזעל'ס און איך ווארט אויף ענטפער'ס (איינער האט מיר געקאנטאקט, אבער זינט דאן האב איך גארנישט צוריק געהערט.)
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

ס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.

די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
לעצט פארראכטן דורך Deals אום דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:36 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע:אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

Deals האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:29 pm
ס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.
די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
אבער עטליעסט זאל מען קענען קאנטעקטן דער וואס זוכט צו הייערן
ווילער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 10, 2022 1:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילער »

פיטום האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:33 pm

איקזעקטלי,כ'וויל אים אפפערן געוויסע זאכן וואס איז שווער צו שרייבן אין א פראפאזעל, אויך אויב האט ער זיך נישט גוט ארויסגעברענגט קען זיין אז מען מיט א קלייניגקייט אים בעסער צופרידן שטעלן אויב מען קען זיך מיט אים פראבינדן.
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

די ארבעטסגעבער קען דיר קאנטעקטען אויב ער וויל עפעס (אבער די פרילענסער קען נישט קאנטאקטן די ארבעטסגעבער פארן הייערן)

שרייב אריין אלעס אין די פראפאזעל.
ווילער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 10, 2022 1:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילער »

Deals האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:37 pm
די ארבעטסגעבער קען דיר קאנטעקטען אויב ער וויל עפעס (אבער די פרילענסער קען נישט קאנטאקטן די ארבעטסגעבער פארן הייערן)

שרייב אריין אלעס אין די פראפאזעל.
ס'איז נישט אזוי פשוט אלעס אריינצושרייבן, אויב זענט איר פון זה מזה, ביטע גיבט דאס איבער
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

It is not possible to send messages before the client replies to the proposal. Otherwise, as a client, I'd be overloaded with messages from a lot of freelancers

?If your proposal didn't make you look interesting to the client, how would additional messages achieve it any better

Also, ensure that your profile and portfolio (where you upload your work sample) are uploaded so that the client can review them before deciding who to hire.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פיטום האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:33 pm
Deals האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:29 pm
ס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.
די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
אבער עטליעסט זאל מען קענען קאנטעקטן דער וואס זוכט צו הייערן
אדער זאל יעדער וואס האט געשיקט א פראפאוזעל באקומען אן אימעיל ווען יענער האט געהייערט א צווייטען, אזוי ווייס איך אז די דזאב איז אויס און איך קען נעמען אנדערע ארבעט
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

יונתן האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:13 pm
Yoely האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:06 pm
איך זעה אויך אז א קאמפאני קען זיך אויפסיינען פאר א פרילענסער אלץ אן Agency.
ס'הייסט אז סיי וועלעכע סערוויס קאמפאני קען זיך דארט פארברייטען.
געדענק אבער אז דו וועסט דארפן באצאלן 9% קאמישען (אויסער די 3% וואס די קוסטעמער באצאלט) לעולם ועד פון דעם קוסטעמער... נישט ווי אין אפווארק וואס דו קענסט טון וואס דו ווילסט ודי
נישט ממש אזוי, ווייל זיי שרייבן אז זייער תנאים איז נאר פאר שארט טורם ארבעט נישט פאר לאנג טורם, סוי איין מאל זיי זענען דיך מחליט צו ניצן עמטליך ווייס איך נישט אויב מען מוז ארבעטן דורך זיי
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

כ'טראכט אז מ'קען שרייבן אינעם פראפאזעל אן אימעיל אדרעס וואו דער מעגליכער קליענט קען דיר קאנטאקטן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איך האב ארויף געסיינט זעהן וויזוי ס'ארבעט.
איז אנגעקומען א מעסעדזש אז איינער זוכט למשל א נייע קעיק רעסעפּי.
וואס ערווארט ער, אז אלע בעקערס וועלן שרייבן יעצט ברייט דעטאלירטע פראפאוזעלס:
- אויב זוכט איר א פשוטע ספאנדזש קעיק איז עס $5
- און טאמער דארף מען א פענסי 8 לעיער וועט עס זיין $35
- און אויב... און אויב...

ער געבט נישט קיין שום פרטים, די פרילענסערס פראפאוזן אין די לופט אן קיין וועג פון אים קאנטאקטן, און ניטאמאל הערן זיי צוריק אויב/ווען די אפפער איז אראפ פון טיש.

נישט קיין גוטע סיסטעם אזוי, סאררי.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

איינער האט שוין געמאכט אפאר דאללאר דארטן?
ווילאנג נעמט עס די עקאונט ווערט עפראווט?
זייטס מתפלל אז
דאנעלד זשאן בן מערי אנן
אל ישלטו בו אוביו ויצא זכאי בדינו
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

זיי שרייבן אז ס'איז גניבה ווען מ'באצלט אינדרויסן פון די סייט.

זיי זאגן אז ווען מ'ארבעט מיט די זעלבע מענטש פאר 2 יאר. קענען זיי לאזן ארבעטן מיט די מענטש אינדרויסן פון די סייט.
(נאר מיט די מענטש מיט וועם מ'ארבעט שוין 2 יאר, נישט אנדערע)

https://intercom.help/zehmizehfaq/en/ar ... f-the-site
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

איינער האט עס שוין גענוצט?
וואס איז אייער עקספיריענס?
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

די נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

ב''ה די סייט ווערט מער און מער אויפגעכאפט און באניצט.
לעצט פארראכטן דורך Deals אום דינסטאג מאי 07, 2024 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: די נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

Deals האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:56 pm
ב''ה די סייט ווערט מער און מער אויפגעכאפט און באניצט.

וועעלעכע עד איז בעסער?
פארוואס שטייט ביי מיר אז ס'איז געבלאקט דורך נעטפרי, איך האב נישט נעטפרי?
אזייגער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 5:41 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזייגער »

איינער ווייסט אויב סאיז דא נאך א מהלך וויאזוי צו ווערן באצאלט אחוץ בענק אקאונט ווי צום ביישפיל טשעקס א.ד.ג.?
Deals
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:32 pm

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Deals »

וועלעכע עד איז בעסער?
אטעטשמענטס
3.JPG
3.JPG (91.03 KiB) געזען 240 מאל
2.JPG
2.JPG (94.14 KiB) געזען 240 מאל
1.JPG
1.JPG (87.55 KiB) געזען 240 מאל
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

איינער קען ביטע ארויפלייגן א לינק צו ווי מ'קומט אן אויב מ'דארף א גרעפיק ארבעט?
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”