קאזעלעטי און אלעס ארום

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:35 am
כפי הבנתי, איז צייט א פונקציע פון ענטראפי, אויב וואלט די געזעץ פון ענטראפי געווען פארקערט, דהיינו אז ענטראפי וואלט אלעמאל קלענער געווארן, דאן וואלט צייט אויך געלאפן פארקערט. די סיבה פארוואס ענטראפי לויפט אויף ארויף, איז צוליב דעם וואס די וועלט ווערט גרעסער יעדער טאג. פראבאבעליטי קומט נישט עכט אריין.

טוב לב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 1:52 am
און שוין! האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 1:04 am
הערליך שיין!!!

איין שאלה נאר, געט נישט די זון ארויס פרישע ענערגיע יעדן טאג? אויב יא, איז עס פריש באשאפענע ענערגיע? דאס קען דאך נישט זיין לויט די כללים וואס מען האט יעצט אוועקגעשטעלט, איז עס פשוט אז די זון גיבט פון איר אייגענע ענערגיע, הייסט דאס אז די זון קען זיך אמאל אויסנוצען?...
פאר אונז אידן איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל די וועלט גייט נאך שטיין אפאר קארגע הונדערט יאר, אבער וויאזוי פארענטפערן דאס די חוקרים?
די ענטפער איז אז יא, די זון ווערט קלענער יעדן טאג מיט 350 ביליאן טאן צוליב די ענערגיע וואס ער געט אוועק.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן, פארוואס זאל די חומר פון די זון ווערן קלענער בלויז מיט דעם וואס ער געט אוועק ענערגיע?
די ענטפער אויף דעם איז, אז דאס איז איינער פון די גרעסטע חידושים פון איינשטיין אז ענערגיע געט צו צום חומר, ווי מער ענעגיש א זאך איז אלס מער חומר פארמאגט ער, עס ווערט אנגערופן E = mc2
דאכט זיך אז די חידוש פון איינשטיין גייט א טראפ טיפער, זיין חידוש איז אז חומר איזענערגיע, דהיינו מען קען טוישן פון חומר צו ענערגיע און פון ענערגיע צו חומר, וויבאלד זיי זענען 2 זייטן פון די זעלבע מטבע. און פאקט, נוקלעארע ענערגיע ווערט באשאפן דורך ארויסנעמען ענערגיע פון חומר.
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:26 am
טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:35 am
די מעגלעכקייטן אז א גאנצע איי זאל צעבראכן ווערן איז ריזיג גרויס, אבער עס איז פארהאן בלויז איין מעגליכקייט אז א צעבראכענע איי זאל צוריק גאנץ ווערן, דערפאר איז נישט מסתבר אז א צעבראכענע איי וועט נאטירלעך צוריק גאנץ ווערן.
דאס איז בלויז ווייל דו ביסט צוגעוואוינט אזוי.
אין טעאריע ארבעט עס יא פארקערט. אויב וואלט ענערגיע געגאנגען אויף צוריק צו וועגס, וואלט דאס געווען די טבע, און וואלסט אנגעקוקט אז ענערגיע זאל גיין פון סדר צו אומסדר אלס קעגן די חוקי הטבע.
אויב וואלט ענטראפי בלויז געווען א געזעץ אין פיזיק דאן קען מען זאגן אז אויב זמן לויפט פארקערט וואלט די ענטראפי אויך געלאפן פארקערט און אלעס וואלט געשטימט.

אבער אזויווי ענטראפי איז געבויט אויף פראבעבילעטי און פראבעבילעטי איז נישט קיין געזעץ אין פיזיק, פראבעבילעטי איז לאגיק.
דאס וואס איך וועל לכאורה נישט געווינען די לאטעריע איז נישט קיין געזעץ אין פיזיק, עס איז בלויז לאגיק.

ווילאנג אונז לעבן אין וועלט ווי עס געשען זאכן וואס האבן א גרעסערע שאנס צו געשען, אין אזא וועלט מוז ענטראפי ארויפגיין
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

בבקשה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:44 am
טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:35 am
כפי הבנתי, איז צייט א פונקציע פון ענטראפי, אויב וואלט די געזעץ פון ענטראפי געווען פארקערט, דהיינו אז ענטראפי וואלט אלעמאל קלענער געווארן, דאן וואלט צייט אויך געלאפן פארקערט. די סיבה פארוואס ענטראפי לויפט אויף ארויף, איז צוליב דעם וואס די וועלט ווערט גרעסער יעדער טאג. פראבאבעליטי קומט נישט עכט אריין.
וואס האט די וועלטס גרעסער ווערן צוטאן מיט ענטראפי?
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

תגובה דורך ירוחם פישל »

טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:14 am
ווילאנג אונז לעבן אין וועלט ווי עס געשען זאכן וואס האבן א גרעסערע שאנס צו געשען
+ די פּעסט הייפּאטעסיס
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:16 am
בבקשה האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:44 am
טוב לב האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:35 am
כפי הבנתי, איז צייט א פונקציע פון ענטראפי, אויב וואלט די געזעץ פון ענטראפי געווען פארקערט, דהיינו אז ענטראפי וואלט אלעמאל קלענער געווארן, דאן וואלט צייט אויך געלאפן פארקערט. די סיבה פארוואס ענטראפי לויפט אויף ארויף, איז צוליב דעם וואס די וועלט ווערט גרעסער יעדער טאג. פראבאבעליטי קומט נישט עכט אריין.
וואס האט די וועלטס גרעסער ווערן צוטאן מיט ענטראפי?
זאכן מיט מער ענטראפי נעמען אויף מער פלאץ, מילא אויב ענטראפי גייט ארויף, מוז מען האבן מער פלאץ, מילא מוז די וועלט גרעסער ווערן.

אין אנדערע ווערטער, ענטראפי קען נאר ארויפגיין אויב די וועלט ווערט גרעסער.
קליגער פון קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 1:58 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער פון קליג »

נאדיר הרב דעסלער זאגט אקוראט די זעלבע געדאנק :

הרב אליהו דסלר זצ"ל, מכתב מאליהו חלק ג' עמוד 177

הטבע הוא שנתן הבורא חוק בבריאה שתתנהג בהנהגה מוגבלת של סיבה ומסובב. כגון: התבואה - החרישה,
הזריעה, ההשקיה הם הסבות הטבעיות הגורמות לגידול התבואה. אבל השאלה היא: הרי לא נדע המהלך למה
הסיבה מסבבת המסובב, ורק נדע שכך הוא תדיר. האם אין זה באמת נס תדירי - אלא שהורגלנו בו?
ונצייר נא לנו: אילו ראינו קבר אשר המת שנקבר בו כבר נאכל כל בשרו ויהי לעפר, והנה לאט לאט מעומק
הקבר מתחיל לצמוח גוף אדם ועולה דרך הקרקע, והקבר נפתח ויוצא אדם חי ככל החיים, מה היינו אומרים לזה?
האם אין זה נס גדול של תחיית המתים? ואם-כן למה לא נבחין בנס זה גם בתבואה, הנזרעת בארץ, והזרע נרקב
לגמרי, ואחר-כך מתחיל לצמוח מתוך הריקבון, האם אין זה נס של תחיית המתים ממש, בלי הפרש? בודאי כן הוא,
אבל ההפרש, שלתחיית המתים של אנשים לא הורגלנו, ולתחיית המתים של התבואה הורגלנו. אילו היינו רגילים
להפך, היינו קוראים לתחיית המתים שבבית הקברות - טבע, ולתחיית המתים שבזרעים היינו קוראים - נס.
אבל האמת היא, כי אין בין טבע לנס כלום: הכל נס הוא; כל העולם כולו אין לו שום סיבה זולת רצונו יתברך,
ורצונו היינו מעשיו והנהגתו, כי כל אשר ברצונו מתהווה מאליו, רק זה שאנו קוראים לו נס היינו רצון שיתהווה
עניין שלא הורגלנו בו, וממילא החידוש פועל בנו להתעורר ולראות בו את יד ה'. וזה אשר אנו קוראים טבע הוא
אשר רצונו יתברך שיתמיד אופן אחד אשר נהיה מורגלים בו, ויהיה מקום לנסות את האדם, אם גם בכזה יראה אך
את רצון ה' לבד, או יחשוב כי מסר ה' כוחות לטבע - ושבתוך הטבע יש גם לאדם עצמו כוח לפעול בדרך סבה
ומסובב. ולפי-זה הטבע אינו במציאות כלל, אלא רק כאחיזת עיניים לאדם, שיהיה לו מקום לטעות וגם לבחור
באמת.

...יש מסתכל לתוך הבית דרך חור מנעול שבדלת, ויראה עט כותבת, ולא יראה את האדם - וידמה שהעט כותבת
בעצמה. כך הוא הכופר, שיחשוב שהטבע פועלת בעצמה. אבל כשפותח הדלת, יראה את האדם הכותב; כך המאמין
יראה שהקב"ה הוא העושה והמסבב את הכל, וכל הסיבות ומעשי בני-אדם הם אצלו כמו עט ביד הכותב, אשר ישתמש
בכולם לתכלית אשר ירצה.

השם "טבע" הוא ביטוי המכסה בשטחיות נוראה את החכמה הנוראה הגלומה בתוך הבריאה, שלא ייתכן בשום
אופן שבעולם שמהלך "טבעי" בלי רוח חיים ובלי מגמה תכליתית יברא עולם נפלא כזה. אין אווילות גדולה
ממחשבה זו! חוקר הטבע הגשמי מחפש תשובה לשאלות הבאות: איך, כמה והיכן? אולם אינו יכול לענות על
השאלה: למה ומדוע מתנהג הטבע כפי שהוא מתנהג? הלא יש מי שדואג שהכוכבים ינועו במסילותם, יש מי
שדואג שריכוז החמצן ושכבת האוזון ישארו בצורה קבועה, באותו אופן מתרחשים כל התהליכים, הגדולים
והקטנים, הקבועים וברי ההישנות, אשר בלשוננו קרויים "טבע" - שמשמעו הרגל.

און איין ווארט ''מדע האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין הסבר אויף קיין שום זאך , זיי האבן נאר געגבן ס''ה
א הגדר , אויב אזוי איז שוין פארענטפערט די קשי וואס די גריכן האבן געפרעגט אויף די קשת, און די תירץ איז
אז די תורה רעדט בכלל נישט פון די הגדר , די תורה רעדט פון די הסבר וואס דאס קענסטו דאך נישט מסבר זיין .
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

איז דאס די זעלבע שאלה פון
Does correlation imply causation
ווייל דאכצעך אז ביי דעם האבן שוין אלע פיליזאפן איינגעשטימט אז סאימפלייט נישט.
ס'קען זיין אז איך מיש סתם ארום די יוצרות...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

fein האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:54 pm
איז דאס די זעלבע שאלה פון
Does correlation imply causation
ווייל דאכצעך אז ביי דעם האבן שוין אלע פיליזאפן איינגעשטימט אז סאימפלייט נישט.
ס'קען זיין אז איך מיש סתם ארום די יוצרות...
די מישסט אויס די יוצרות. יענס איז א מאטעמאטיק חשבון, וואס די רעדן פון איז פיליזאפיע
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואף… ס׳קאפ שווינדלט מיר… געוואויר געווארן אסאך נייע ווערטער און טערמינען, הערליך אראפגעלייגט, שקויעך!
טוב לב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:19 pm
נאך א דוגמה,
ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין.
ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון.
קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.

זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
איין זאך פארשטייעך נישט, פון דא זעהט מען טאקע אז ענערגיע קען נישט באשאפן ווערן, אבער פון וואו זעהט מען אז ס׳קען נישט פארלוירן גיין? וואו גייט די ענערגיע פון די שטיין נאכדעם וואס ס׳לאנדעט אויף דער ערד?
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:32 am
וואף… ס׳קאפ שווינדלט מיר… געוואויר געווארן אסאך נייע ווערטער און טערמינען, הערליך אראפגעלייגט, שקויעך!
טוב לב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:19 pm
נאך א דוגמה,
ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין.
ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון.
קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.

זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
איין זאך פארשטייעך נישט, פון דא זעהט מען טאקע אז ענערגיע קען נישט באשאפן ווערן, אבער פון וואו זעהט מען אז ס׳קען נישט פארלוירן גיין? וואו גייט די ענערגיע פון די שטיין נאכדעם וואס ס׳לאנדעט אויף דער ערד?
געטראכט כמעט די זעלבע זאך.

אויב א שטיין פאלט אראפ אויף הארטע ערד גייט עס צוריק פליען לאמער זאגן מיט צוויי פיס. וועמענס ענערגיע ניצט עס? די ערד? הייסט די ערד האט אייגענע ענערגיע אדער די שטיין געבט פאר די ערד זיין ענערגיע און מיט דעם שיסט ער אים צוריק.

אויב די ערד נעמט ענערגיע פון די שטיין דעמאלס פארוואס אויב ס'פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד פליעט עס נישט די זעלבע שטארק אויף ארויף? ס'קומטעך ביידע מאל צופליען מיט די זעלבע שטארקייט און די זעלבע מאס ענערגיע!
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

חיריק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:32 am
וואף… ס׳קאפ שווינדלט מיר… געוואויר געווארן אסאך נייע ווערטער און טערמינען, הערליך אראפגעלייגט, שקויעך!
טוב לב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:19 pm
נאך א דוגמה,
ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין.
ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון.
קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.

זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
איין זאך פארשטייעך נישט, פון דא זעהט מען טאקע אז ענערגיע קען נישט באשאפן ווערן, אבער פון וואו זעהט מען אז ס׳קען נישט פארלוירן גיין? וואו גייט די ענערגיע פון די שטיין נאכדעם וואס ס׳לאנדעט אויף דער ערד?
געטראכט כמעט די זעלבע זאך.

אויב א שטיין פאלט אראפ אויף הארטע ערד גייט עס צוריק פליען לאמער זאגן מיט צוויי פיס. וועמענס ענערגיע ניצט עס? די ערד? הייסט די ערד האט אייגענע ענערגיע אדער די שטיין געבט פאר די ערד זיין ענערגיע און מיט דעם שיסט ער אים צוריק.

אויב די ערד נעמט ענערגיע פון די שטיין דעמאלס פארוואס אויב ס'פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד פליעט עס נישט די זעלבע שטארק אויף ארויף? ס'קומטעך ביידע מאל צופליען מיט די זעלבע שטארקייט און די זעלבע מאס ענערגיע!

ער פליט צוריק מיט זיין אייגענע ענערגיע. ווען ער פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד, דאן איז די ערד מסוגל מקבל צו זיין די ענערגיע פון די שטיין, און די שטיין וועט איבערגעבן די גאנצע ענערגיע פאר די ערד. א הארטע ערד , איז נישט מסוגל איבערצונעמען אזויפיל ענערגיע, מילא בלייבט דער שטיין מיט א חלק פון זיין ענערגיע, און מיט דער ענערגיע פליט ער צוריק.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

בבקשה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:08 am

און וואס טוט די ערד מיטן שטיין׳ס ענערגיע?
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:06 pm
בבקשה האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:08 am
חיריק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:51 am
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:32 am
וואף… ס׳קאפ שווינדלט מיר… געוואויר געווארן אסאך נייע ווערטער און טערמינען, הערליך אראפגעלייגט, שקויעך!
טוב לב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:19 pm
נאך א דוגמה,
ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין.
ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון.
קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.

זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
איין זאך פארשטייעך נישט, פון דא זעהט מען טאקע אז ענערגיע קען נישט באשאפן ווערן, אבער פון וואו זעהט מען אז ס׳קען נישט פארלוירן גיין? וואו גייט די ענערגיע פון די שטיין נאכדעם וואס ס׳לאנדעט אויף דער ערד?
געטראכט כמעט די זעלבע זאך.

אויב א שטיין פאלט אראפ אויף הארטע ערד גייט עס צוריק פליען לאמער זאגן מיט צוויי פיס. וועמענס ענערגיע ניצט עס? די ערד? הייסט די ערד האט אייגענע ענערגיע אדער די שטיין געבט פאר די ערד זיין ענערגיע און מיט דעם שיסט ער אים צוריק.

אויב די ערד נעמט ענערגיע פון די שטיין דעמאלס פארוואס אויב ס'פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד פליעט עס נישט די זעלבע שטארק אויף ארויף? ס'קומטעך ביידע מאל צופליען מיט די זעלבע שטארקייט און די זעלבע מאס ענערגיע!

ער פליט צוריק מיט זיין אייגענע ענערגיע. ווען ער פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד, דאן איז די ערד מסוגל מקבל צו זיין די ענערגיע פון די שטיין, און די שטיין וועט איבערגעבן די גאנצע ענערגיע פאר די ערד. א הארטע ערד , איז נישט מסוגל איבערצונעמען אזויפיל ענערגיע, מילא בלייבט דער שטיין מיט א חלק פון זיין ענערגיע, און מיט דער ענערגיע פליט ער צוריק.
און וואס טוט די ערד מיטן שטיין׳ס ענערגיע?
ווען א שטיין פאלט ווערט די ענערגיע בעיקר צעשפרייט אין די לופט אין פארעם פון היץ, סאונד, און ווייברעשן.

דאס איז טאקע נאך א גוטע דוגמה פון ענטראפי.
איידער די שטיין פאלט איז די ענערגיע קאנצענטרירט אונעם שטיין און ער איז נוצבאר, אבער נאכדעם וואס די שטיין פאלט צו די ערד ווערט די ענערגיע אויסגעמישט און די לופט און ער ווערט אויס נוצבאר.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

זייער אינטערסאנט
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

קאזעלעטי ארבעט אז אז עס פאסירט עפעס א פאסירונג וואס דאס ווערט אנגערופן די גורם און עס ווערט נאכגעפאלגט מיט א פאסירינג וואס וועכט אנגערופן די תוצאה.
וואס טוט פארזיכערן אז די גורם זאל אייביג זיין איידער די תוצאה?

די ענטפער אויף דעם איז, די ספיד פון ליכטיקייט.

די ספיד פון ליכטיקייט איז די מאקסימום ספיד וואס א זאך קען טרעוולען, דאס קומט אויס 186,000 מיילס א סעקאנד.
קיין שום זאך קען נישט טרעוולען שנעלער ווי די ספיד פון ליכטיקייט, אויב וואלט נישט געווען אזא זאך ווי די ספיד פון ליכטיקייט און אינפארמאציע וואלט געקענט גרייכן פון איין עק וועלט צום אנדערן אין די זעלבע רגע ממש דאן וואלט קאזעלעטי געבראכן געווארן.

כדי דאס צו פארשטיין פעלט זיך אויס צו אויסשמועסן צוויי געזעצן פון רעלאטיוויטי, נאכדעם וואס מען פארשטייט די צוויי געזעצן פון רעלאטיוויטי וועט מען פארשטיין פארוואס די ספיד פון ליכטיקייט איז אזוי וויכטיג.

די ערשטע געזעץ, תנועה איז רעלאטיוו.

ווען צוויי מענטשן ווערן דערווייטערט איינער פונעם צווייטן איז יעדער בארעכטיגט צו האלטן אז ער שטייט נאר די חבר דערווייטערט זיך.
עס איז נישט פארהאן קיין אמת’ע מציאות פון שטיין און זיך רירן, נאר יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן ער שטייט נאר זיינע ארומיגע ריקן זיך.

דאס איז אינגאנצן אנדערש פון אונזער טעגליכע ערפארונג, די סיבה דערצו איז וויבאלד מיר ווערן געבוירן אויף א גרויסע פלאנעט וואס ווערט אנגערופן "וועלט" און מיר מעסטן זיך כסדר רעלאטיוו צו די וועלט, מען שטייט רעלאטיוו צו די וועלט און מען ריקט זיך רעלאטיוו צו די וועלט.

אבער אויב נעמט מען א ראקעט און מען פליט ארויס פון די וועלט זעהט מען אז די וועלט מיט אלע מענטשן דערינען דרייט זיך ארום די זון און די זין דרייט זיך ארום די גאלאקסיע, אלע כוכבים און מזלות דרייען זיך ארום.

שטעלט זיך די פראגע ווער שטייט באמת?

די ענטפער איז א יעדער שטייט באמת, יעדער פאר זיך איז בארעכטיגט צו האלטן אז ער שטייט אויף איין פלאץ נאר די אלע ארימיגע דרייען זיך.

צו פארשטיין אביסל קלארער, ווען צוויי מענטשן ווערן אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן איז נישט פשט אז איינער טיילט זיך אדער אז ביידע טיילן זיך, נאר פשט איז, אז ביידע שטייען באמת אויף איין פלאץ אין ביידע שפאצירן פונעם הווה צום עתיד, און אזוי שפאצירדיג נעמען זיי אנדערע דיירעקציעס, אבער ביידע דיירעקציעס זענען די זעלבע וואליד,
נאר אזויווי זיי נעמען אנדערע דיירעקציעס ווערן זיי אטאמיש דערווייטערט איינער פונעם צווייטן.

די צוויטע געזעץ, זמן איז רעלאטיוו.

בשעת ווען א זאך ריקט זיך לויפט זיין זמן שטייטער, דאס איז גאר א מאדנע זאך אבער אזוי ארבעט די וועלט, כשזה קם זה נופל, ווי שנעלער מען ריקט זיך אין מקום אלס שטייטער ריקט מען זיך אין זמן.

ווען מען שטעלט צוזאם ביידע געזעצן שטעלט זיך ארויס גאר א מאדנע זאך.

ראובן און שמעון צוויי חברים וואס ווערן אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן,
לאמיר זאגן שמעון פארט אוועק מיט א עראפלאן.

ראובן האלט אז ער שטייט און שמעון פארט, שמעון האלט אז ער שטייט און ראובן פארט.
ראובן האלט אז שמעון'ס זייגער לויפט שטייטער און שמעון האלט אז ראובן'ס זייגער לויפט שטייטער.
ווען ראובן'ס זייגער קלאפט פיר סעקונדעס וועט ער זעהן אז שמעון'ס זייגער קלאפט צוויי סעקונדעס און ווען שמעון'ס זייגער קלאפט פיר סעקונדעס וועט ער זעהן אז ראובן'ס זייגער קלאפט צוויי סעקונדעס.

אזוי ארבעט עס, ווען צוויי מענטשן זענען אין צוויי אנדערע מקומות און זיי גייען אין אנדערע דיירעקציעס מוזן זיי נישט זיין איינשטימיג מיטן מציאות פון הווה, יעדער לעבט אין א צווייטע הווה.

אבער דא ווערט א גרויסע פראבלעם.
לאמיר זאגן אז ווען ראובן'ס זייגער קלאפט פיר סעקונדעס שיקט ער ארויס א פראגע צו שמעון, ווען שמעון באקומט די פראגע קלאפט זיין זייגער צוויי סעקונדעס ווייל שמעון'ס זייגער לויפט דאך שטייטער רעלאטיוו צו ראובן.
שמעון שיקט גלייך צוריק אן ענטפער, ווען שמעון שיקט זיין ענטפער קלאפט זיין זייגער צוויי סעקונדעס, און ראובן'ס זייגער קלאפט איין סעקונדע ווייל ראובן'ס זייגער לויפט דאך שטייטער רעלאטיוו צו שמעון.
קומט אויס אז ראובן שיקט די פראגע ביי פיר סעקונדעס און ער באקומט זיין ענטפער ביי איין סעקונדע, דאס מיינט אז ער באקומט זיין ענטפער איידער ער שיקט די פראגע, וואס דאס מיינט א קאזעלעטי איז געבראכן געווארן, די תוצאה האט געפעדערט דעם גורם.

כדי דאס זאל נישט פאסירן האט דער באשעפער געמאכט אז עס זאל זיין א מאקסימום ספיד וואס אינפארמאציע זאל קענען טרעוולען וואס דאס איז די ספיד פון ליכטיקייט און דאס וועט פארזיכערן אז דער ענטפער זאל אייביג אנקומען נאכן פראגע.
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

וויאזוי זאגט מען simultaneity אין אידיש?
עכ"פ, הער @טוב לב האט מיט זיין גוט הארץ אונז געגעבן די שליסל צו פארשטיין די וואונדערליכע קאנצעפט פון Relativity of simultaneity
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאזעלעטי און אלעס ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ירוחם פישל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:54 am
וויאזוי זאגט מען simultaneity אין אידיש?
גוגל זאגט:
סיימאַלטייניקייט

(איך גלייב אז ס'העלפט נישט).
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”