פייטן'ס שרייבעריי טישל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מיין מיינונג איבער סלאוויטא
"סלאוויטא"איז לכאורא די ווארט וואס איז ס'מערסטע געהערט געווארן אין די פארגאנגענע פאר טעג.

אלס אן אוהב שפילן וכדו', וואס כ'לייג מיר אריין דערין גאנץ אסאך, האב איך מיר גראד פראבירט איינצוהאנדלען דעם פראדוקט, ב"ה אז מאנטאג נאכט האמיר שוין געהאט אין באזיץ די נויטיגע שליסלען דערצו, בעצם וואלט עס מיר גענומען אפאר טעג אדורך צו גיין, אזוי ווי אלס נעמט מיר,ווייל כ'האב ב"ה נישט א גאנצן טאג פארדעם, אבער צוליב דעם אינהאלט האט עס מיך עטוואס מער געצויגן, הכלל, שפעטער ביינאכט ווען כ'האב געהאט אפאר מינוט איבריג, האב איך מיך אראפגעזעצט קוקן, "ממש אויף אפאר מינוט" , אבער ס'האט זיך גע'ענדיגט א קנאפע שעה און א דריי פערטל שפעטער.

איז אזוי, קודם אויף דער עצם מעשה, אלס איינער וואס איז א שטארקע אוהב אנטיקן, אליינס א בעה"ב איבער עטליכע טויזנט דאלער ווערט סחורה, ( ד.ה. אלעס צוטיילט צווישן קרוב צו 100 ספרי קודש, חפצים פון רבנים, און אלטע מטבעות, + פארשידענע אלטע מאשינען, וואו א טייפרייטער און א פילם פראדזעקטאר פון לערך יארע 950' ועוד ועוד), וביניהם עטליכע זיטאמיר ספרים, (אייניקלעך פון די בארימטע סלאוויטא דרוקער'ס, ואכמ"ל ואי"ה עוד חזול למועד), ווען ביי אונז אין די משפחה איז דאס א גאנגבארע אייטעם, נאך פון פאר א סלאוויטא גמרא האט געקאסט 15 מאות, (אנטשולדיגט פאר די היץ!!), און יא ס'געפינט זיך טאקע ביינונז עטליכע אזאנע סלאוויטע ספרים אין די פאמיליע, אע"כ איז פאר מיר בכלל קיין חידוש נישט געווען די גאנצע נושא פון סלאוויטא, אבער פון די צווייטע זאך יא שטארק געצויגן, טאקע דעם פאקט אז כ'האלט מיר פאר א שטיקל מבין דערויף, און ס'איז מיר געווען אנטערעסאנט וואס מ'גייט דארט אויפשפילן, ובפרט אז ס'איז איינעם בכלל אינטערעסאנט די נושא, וואס ליידער ביי רוב עולם איז די גאנצע אנטיק נושא זייער פרעמד, הכלל לאמיר נישט פארפארן, איז האב איך גראדע הנאה געהאט די מהלך וויאזוי זיי באגייען זיך צו די גאנצע נושא פון אנטיק, סיי ווי מ'קען זען אז דוד סג"ל (נישט מארמישן מיט דודי) האלט די ספר מיט א טישו פאפיר, וואו אויך די זהירות מיט וואס ישראל יצחק האלט אן דעם הגדה אין די קאר אויף די וועג צוריק פון מאנטריאל, וואס ס'באדערט מיר יא איז, 1 - אז די הגדה וואס זיי האבן אין קאר איז נישט די זעלבע וואס זיי האבן ביי ישנים, צווייטנ'ס אז די הגדה פון ישנים האט צו ווייניג בלעטער ס'זאל גיין ביז שלחן עורך, דריטנ'ס ס'פאסט נישט אז א מוכר פון אנטיקן זאל נאר האבן איין סלאוויטא ספר אין באזיץ, ווארום ס'דרייען זיך ארום אזויפיל פון זיי, ועוד פארוואס לאזט דער מוכר ביי ישנים כאפן בילדער פון די הגדה, איז עס נישט פארדעכטיגט?? און גלייכצייטיג קען מען זאגן אז זיי האבן פשוט פארזען צו לייגן וואו די צוויי גוים בעטן פאר א סלאוויטא חפץ., נאר וואס ס'געפעלט מיר יא, כ'זע אז אין די מעין סלאוויטא אשכול האט מען עס שוין אויסגעשמועסט, אז זיי האבן ארויס דעם דוד סג"ל קערעקטער, אלס איינער וואס גלייכט צו שטאלצירן מיט זיינע אנטיקן, יעצט, מ'זאל נישט אויסמישן אז דאס האט מיט די רייכע בר מצוה וואס ער פלאנט אויס, ווייל יענץ קומט פשוט פון גאווה (לאמיר עס יעצט אזוי רופן), אבער בנוגע די אנטיקן חלק שבו, האט יעדער אנטיק סוחר בעצם די געפיל פון זיך וועלן אויפטוען מיט זיינע סחורה, און ממילא געפעלט מיר די אלע שער בלעטער וואס סתם א מענטש וואלט נישט אנגעקוקט, און כ'זעה דא ביי דוד'ן צענדליגע פון זיי, ( הגם די סוחרים נוצן עס אויך פאר פרנסה, אבער מ'וועט נישט יעצט אריין גיין דערין, שלא לבייש.... [קום נישט אין אישי פרעגן ווייל כ'גיי נישט ענטפערן בל"נ] ) , און די זעלבע איז מיטן זיוף וואס הענגט אין אפיס דארט, וכן מיטן גלאז אויפן טיש, און מיטן קרן סלאוויטא צעטל אויפן וואנט, ועוד ועוד.

נאר וואס דען, לא לקריטיק באתי, נאר אדורך צו גיין אלע חלקים הן לטב והן למוטב, ווי מ'רופט דאס אן איבערזיכט, איז אזוי, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, קודם די חלק ווי ס'הייבט זיך אן איז גאנץ פיין לענ"ד, זיי צומישן דיך אביסל, זאלסט מיינען אז מ'באהאלט אן אוצר וכדו', נישט וואס דו גייסט ארויסבאקומען צום סוף אז ס'איז נאר א באווייז, ווי דודי קומט אן גראד, איז אביסל פארדעכטיגט (suspicious), וואס עפעס וואקט דער משולח אזוי ווי א באהאלטענם אגענט?? די שוהל חלק איז גאנץ גוט, סיי מיט מאטעס, און סיי דודי'ס גיין נאך געלט, מיין פערזענליכע מיינונג, די בר מצוה לחיים איז זייער מיאוס, ס'קומט זיכער נישט אין די זעלבע ווידיאו וואס ברענגט ארויס די שיינקייט פון אונזערע העלדן פון די דורות הקודמים, אז מ'האט זיך מוסר נפש געווען פר אן אלטן תנ"ך, אדער אז מ'האט זיך נישט גערירט אן א קאפל, און אויב איז אלעס כדי אריינצוברענגן סיפוקשפעטער, אי"ם סאר"י אבער די חלק ה'עד שבו איז גאר גאר נאריש, און נישט צום זאך, (און ס'האט אביסל געסאונד"ט וואו "מנחם מנחם איינער האט מיך געטשעפעט" יעדעד פאר מינוט), פאסט עכט נישט פאר א זעקס טאגיגע פראדוקצי"ע (בלשון חיבה) , די חלק הכנסת אורחים פון דוד איז זייער שיין ארויס געברענגט, ווייטער זיין כיבוד אב פאסט נישט צו ווייזן, זיי וואלטן עס געמעגט פארשענערן אביסל, חיים איז אן געלוגענע משולח, (מיטן קמץ אינטערן וא"ו), זיינע אנטיקן אינעם אומבאוואנטן ספרים שטוב איז פארשטענדליך פאר א סוחר, די גניבה איז זייער גוט אויסגעשטעלט, מ'הערט כסדר אז זאכן גייען שלעכט אינמיטן א גניבה ברעכט מען גלאז, די כאפצעם איז מוורא'דעג זיס, איבערהויפט מיט זיידי א"ן באור"ד, די חברהזענען מסודר!!, זייער דראמאטיש און צומישנד דעם חלק וואו דודי איז זיך מגלה אז ער קומט נאר צוריק נעמען זיין'ס, כ'מיין וואס רעדט ער דא??? , די חלק ווי דוד מאכט עס אוועק פאר זיין טאטע איז טיפיש און נאטירליך, ווען ישראל יצחק פירט אים צוריק צו זיין פארלוירענע ברודער איז גוט, און געשמאק צו זעהן, כ'האב געפילט די עמאושנ"ס בשעת מעשה, די קאווע וואס ער האלט ביים סוף, ווייזט אויף א גוטע אויג פאר דיטעיל"ס, טאם איז זייער גוט ארויסגעברענגט זיין הארטקייט אין די פאר ווערטער וואס ער רעדט צו זיי, כ'שפיר א ציטער פון אים, בען, איז א טיפיקעל ארבייטער פאר 40 יאר צוריק, וואס קען האלטן איין פאזיציע פאר זיין גאנץ לעבן, ס'איז אביסל צו גרינג געווען צו שאפן די הגדה לויט ווי ס'קוקט אויס אויפן ווידיאו, כ'מיין צו זאגן אז מ'זעהט נישט גענוג זיין יגיעה, (און ס'קען קאסטן אסאך געווענטליך), גראד געכאפט די זאך פון עליונה פסולה אז ס'גייט זיין א פאלשע, נאר נישט געוואוסט פינקטליך וועם ס'גייט פראטעקט"ן, די מחלוקה צווישן די ברודער איז פיין, נאר יעצט נאכן איבערקוקן קוקט עס אויס אביסל צו שנעל, און וואס זיכט ער דארט אינטערן קאו"ט רע"ק??? נא"ו הסבר!!, ס'גוט ארויסגעברענגט ווי דוד כאפט אן די 50 רעדלעך חלק, בשעת זיין טאטע מיינט נאר די משפחה'ס ירושה חלק, זייער אידישלעך אז יואל יצחק הייסט דוד ארויסנעמען דודי פון תפיסה, אבער צו א שוואכע חרטה פון דודי' נאכדעם וואס מ'רופט אן ישנים און מ'הערט פרטים איבער די הגדה, (בד"וו נישט געוואוסט אז סג"ל מיט סיגעל זענען איין נאמען, זענען זיי?), דיי פאליציי כאפט מען אז זיי זענען אינטערגעשטעלט גראד ביים אנהייב, אבער ס'איז מסודר, די בייק מאכט א שוואכע דזאב, די באק"ן טיקעט'ס שנעל איז א סוקסעס, ווידער בר מצוה אלערט, די חלק אז חיים משה לעבט שוין פארענטפערט פארוואס דודי איז דא, ווייל אויב נישט ווי קומט ער יעצט אהער, זיין טאטע האט זיך אויגעוועקט נאך 40 יאר?, זייער שוואכע עירפארט, די זוהן איז אויף די זעלבע פלאץ אין אוקריינא און אין אמעריקא, ווען דוד רעדט צו זיין טאטע די ערשטע מאל, גראד געכאפט אז מ'גייט זיי דארט אויסכאפן, פון דארט איז אלעס טיפיקל, גראדע וואלט איך געקענט באשטיין צו זיין דער אלטער טאם, אבי צו קענען ווארפו די אלע חפצים פאר כעס, (אפי' נאכן זעהן די ביהיינ"ד די סינ"ס), בר מצוה אלערט, ווידער זייער נאריש, (סאר"י), מאטעס בלייב ביים שטענדער, במהרה בימינו אמן!!

דאס איז אין קורצן, אויב מ'זוכט לענגער קען איך טרייען נאכצוקומען דערמיט!!
האטס מיר א גוטן חנוכה!! און ש'כח פאר אלע ארבייטער'ס פון די פראדוקציע!!
לעצט פארראכטן דורך פייטן אום פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 2:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

וועגן די קויט רעג האט ער געוואלט ווייזן ווי שטארק ער וויל איבערבעטן זיין ברודער אז ער איז אים נאכגעלאפן איבעראל.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער שיין אראפגעשריבן אייער מיינונג איבערן שפיל.

אגב איר שרייבט אז איר פארמאגט א טייפערייטער, איך פארמאג דריי שטיק, איינס עלטער פונעם צווייטן, אבער לגבי געלט איז דאס נישט צופיל ווערד, וואס יא עס איז שיין פאר דיספלעי.
אבער רוב טייפערייטערס קאסט נישט צו סך, א גרויס חלק געלט וואס מען צאלט איז די שיפינג צוליב די שווערע וואג דערפון.

און בכלל עטליכע טויזענט דאללער ווערד פון אנטיקן צוטיילט אין איבער 100 ספרים + כלים קוקט אויס ווי די זאכן איז נישט געפערליך ווערטפול...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:16 am
זייער שיין אראפגעשריבן אייער מיינונג איבערן שפיל.

אגב איר שרייבט אז איר פארמאגט א טייפערייטער, איך פארמאג דריי שטיק, איינס עלטער פונעם צווייטן, אבער לגבי געלט איז דאס נישט צופיל ווערד, וואס יא עס איז שיין פאר דיספלעי.
אבער רוב טייפערייטערס קאסט נישט צו סך, א גרויס חלק געלט וואס מען צאלט איז די שיפינג צוליב די שווערע וואג דערפון.

און בכלל עטליכע טויזענט דאללער ווערד פון אנטיקן צוטיילט אין איבער 100 ספרים + כלים קוקט אויס ווי די זאכן איז נישט געפערליך ווערטפול...
געב עס א 200 יאר און די ווערד וועט שטייגן...
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:36 am
הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:16 am
זייער שיין אראפגעשריבן אייער מיינונג איבערן שפיל.

אגב איר שרייבט אז איר פארמאגט א טייפערייטער, איך פארמאג דריי שטיק, איינס עלטער פונעם צווייטן, אבער לגבי געלט איז דאס נישט צופיל ווערד, וואס יא עס איז שיין פאר דיספלעי.
אבער רוב טייפערייטערס קאסט נישט צו סך, א גרויס חלק געלט וואס מען צאלט איז די שיפינג צוליב די שווערע וואג דערפון.

און בכלל עטליכע טויזענט דאללער ווערד פון אנטיקן צוטיילט אין איבער 100 ספרים + כלים קוקט אויס ווי די זאכן איז נישט געפערליך ווערטפול...
געב עס א 200 יאר און די ווערד וועט שטייגן...
סטארידזש ביז דעמאלטס וועט אויסקומען טייערער...
און קענסט נישט וויסן צו דיינע קינדער וועלן עס ארויסטראסקען ביז דעמאלטס...
איך האב אויך אסאך זאכן וואס איז נישט צופיל ווערד, אבער שיין איז עס, אמאל האט מען אריינגעלייגט מער מחשבה און טעם אין יעדע זאך וואס מען האט געמאכט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בקע לגלגולת האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:12 am
וועגן די קויט רעג האט ער געוואלט ווייזן ווי שטארק ער וויל איבערבעטן זיין ברודער אז ער איז אים נאכגעלאפן איבעראל.
גוטע תי', כ'נעם עס אן.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:16 am
זייער שיין אראפגעשריבן אייער מיינונג איבערן שפיל.

אגב איר שרייבט אז איר פארמאגט א טייפערייטער, איך פארמאג דריי שטיק, איינס עלטער פונעם צווייטן, אבער לגבי געלט איז דאס נישט צופיל ווערד, וואס יא עס איז שיין פאר דיספלעי.
אבער רוב טייפערייטערס קאסט נישט צו סך, א גרויס חלק געלט וואס מען צאלט איז די שיפינג צוליב די שווערע וואג דערפון.

און בכלל עטליכע טויזענט דאללער ווערד פון אנטיקן צוטיילט אין איבער 100 ספרים + כלים קוקט אויס ווי די זאכן איז נישט געפערליך ווערטפול...
טאקע נישט גוט ארויסגעברענגט, "געצאלט אפאר אלפים", ווערט איז אביסל מער, ווייל אז מ'וויל קען מען נישטערן פאר גוטע מקורות, און גוטע פרייזן.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע:און לייברערי

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

לאו דווקא יעדע אנטיק סוחר האט סלאוויטא ספרים - דו וועלט פון יודישע אנטיקען איז ברייטער ווי דו שפירא דריק [איך זאג עס בניחותא]
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

לייברערין האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:07 pm
לאו דווקא יעדע אנטיק סוחר האט סלאוויטא ספרים - דו וועלט פון יודישע אנטיקען איז ברייטער ווי דו שפירא דריק [איך זאג עס בניחותא]
גערעכט איז גערעכט!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

איינער מיט א נושא וואס מ'קען בשרייבן זאפטיג, כ'קען באשטיין עפעס צו שרייבן אינטערעסאנט, אבער כ'קען מיר נישט צונויפקלייבן?
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

אפשר אזא זאך ווי מיין באשרייבונג אויף סלאוויטא אויף אלע פלעיס, און מאוויס, ס'וואלט איינעם אינטערעסירט??

מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7851
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פייטן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:49 pm
אפשר אזא זאך ווי מיין באשרייבונג אויף סלאוויטא אויף אלע פלעיס, און מאוויס, ס'וואלט איינעם אינטערעסירט??
יא
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

פייטן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:49 pm
אפשר אזא זאך ווי מיין באשרייבונג אויף סלאוויטא אויף אלע פלעיס, און מאוויס, ס'וואלט איינעם אינטערעסירט??
אבעסעלוטלי.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד

מיין שנה ראשונה חבר

הקדמה: 1) געשריבן ווי איבערגעגעבן דורך א אינגערמאן וואס לערנט נאכמיטאג אין א כולל וואס פארמיטאג לערנט ער מיט יענע מוסד'ס בחורים אין ישיבה, און קען די זאך פונדערנאנט, 2) נעמען און פרטים געטוישט, 3) נישט געשריבן עפ"י דעת תורה, רק וויאזוי איך זעה די נושא, און כ'בין אלעמאל גרייט אנצונעמען קריטיק, אבער כ'האלט אז כ'האב נישט איבער געטריבן קיין איין ווארט, און ס'איז א מצוה לפרסמו.
און צו דיר מיין שנה ראשונה חבר, ביטע ווער נישט בייז ווען דו ליינסט די דאזיגע שורות מיינע, ווייל ממה נפשך, טרעפסטו זיך נישט דא אין דעם ארטיקל, דאנק ג-ט פארדעם, ס'איז ליידער קיין איין ווארט נישט איבערגעטריבן, אין וויסן זאלסטו אז דו ווייסט נישט וואספארא חסדי ה' ס'איז דיר אז דו גייסט עס נישט דורך, די וואס גייען עס יא דורך וועלן זיך לכאורא כאפן אין 25 יאר ארום, אז זיי זענען אין אונזער דור, דאס וואס אונז זעמיר היינט די פאר עלטערע אידן וואס דרייען זיך ארום אין ביהמ"ד, וואס יעדער ווייסט נעבעך אז זי זענען די עמי הארצים וואס קענען נישט אפי' די עברי פון די יוצרות, אויב ביז דארט יא, און אויב ח"ו ח"ו דו טרעפסט זיך יא דא, איז אנשטאט באגראבן דין קאפ אין זאמד, און זאגן אז איך בין סתם אנגעגעסן אויף די פרישע אינגעלייט, אדער אז כ'האב סתם ארויס געטרעטן קעגן דיר, זיי זיך מחזק, און זע איין, אז אויב וואלט איך דיר סתם פיינט געהאט, וואלט איך דיר אין מיין לעבן נישט מעורר געווען אויף די אלע זאכן, וואס אין פאקט האב איך עס יא געטוען אנהייב, ביז כ'האב איינגעזעהן אז דו ביסט ליידער אויך א יארע 24' קרבן, און ס'איז נישט פאר מיר זיך אריין צומישן, אבער אויב דו ווילסט אנהייבן לעבן ווי א חסידיש אינגערמאן, איז אין הדבר תלוי אלא בך, און איך מצידי וועל דיר זיכער צוהעלפן.

און יעצט צום ענין.
זיצנדיג און טראכטנדיג איין טאג, האב איך אנגעהויבן איינזעהן אז זאכן זענען בכלל נישט מסודר, נישט אז כ'זיך מיך סתם אפצורעדן, אבער כ'מיין אז ס'איז א נושא וואס איז צריך תיקון מאוד, כ'מיין, ווען האט מען געהערט חסידיש'ע אינגעלייט זאגן "...האט מיין שוויגער געזאגט.." , אדער "מיין ווייב קען פנחס'ס כלה" ?!?
לכן האב איך מיך אראפ געזעצט שרייבן דעם ארטיקל, (באמת קומט זיך אסאך קרעדיט פאר אונזער חבר וואס האט מיר איין טאג געזאגט אינמיטן א שמועס, "ווייסט וואס, אן ארטיקל אויף אייוועלט") , וואס איז צוזאמגעשטעלט פון מעשיות שבעבר ושבהווה, אין איין ווארט, ס'איז 90% מעשה שהיה, און 100% געבויעט אויף אמת'ע פאקטן, (משזר פון אפאר פעלער).
צום ענין, ליידער שטיי מיר אין א דור וואס די וועלט האט זיך פאראויס גערוקט מיט מורא'דיג שנעלע טריט, ( מ'קען און מ'פלאנט האפנטליך צו שרייבן אפאר ארטיקלען אויף דעם נושא, אבער אזויווי עט'ס זעהטס קום איך נישט אן געהעריג מיט די ארבעט, סא ס'קען נאך דויערן אביסל, אויב עטס ווילטס קען מען מיך פראבירן צוצופאכען אביסל) , דהיינו אז די בחורים פון תש"עזענען געווען ווייניגער צוריק געשטאנען פון די בחורים פון תשע"ז, ווי די בחורים פון תשע"זזענען פון די תשפ"דבחורים, און מה דאך די בחורים וואס האבן אטאריטעט איבער זיך זענען אזוי, על אחת כמה וכמה די פרישע אינגעלייט, וואס די טאטע טאר שוין גארנישט זאגן, און די שווער פילט נאך אומבאקוועם צו מעורר זיין, ממילא פאלט ער ווי גר'ס נכסים שאין להם תובעין (כ'האף כ'האב דעם ריכטיגן אויסלייג פון די מימרא), אטוימאטיש קען מען אויף זיי קיין טענות נישט האבן אויף קיין שום זאך.

דאס איז אבער אלס פיין פאר די גאס, זיין רב דארף זיך בייסן די ליפן, זיין ר"י האט שוין פון אים קיין תורה נישט געהערט די לעצטע צוויי יאר סייווי, און די דיין דארף זיך נישט אריינמישן, נאר ווען אונזער חשוב'ער אברך האט א שאלה מעג ער אים ענטפערן, אלעס אבער איז נישט נוגע ביי מיר, פארוואס? ווייל איך בין דאך יא אויף געוואקסן מיט אים אין איין סענ"ד באק"ס, און איך האב דאך יא מיט אים געקאלעצט די פארגאנגענע יארן, אמת טאקע די משגיחים האבן געהאלטן אינאיין זאגן אז די הנהלה פארשטייט וואס דער בחור איז, און איך ווער נאר פאר'נער'ט פון זיין יעצטיגע אויפפירונג, אבער איך האלט זיכער נישט אזוי, איך בין דער וואס איז מיט אים געשלאפן אין איין שטוב, און געגעסן מיט אים כמעט פון איין טעלער, נישט די משגיח, (אבער אפשר וועל איך נאך געוואר ווערן אנדערש), אשר ע"כ וואונדער איך מיך הויעך שטייט און קלאר, ווי אזוי איז ארויס געוואקסן אזא פאר'סמ'טע שוואם דא פון איין מינוט אויפן צווייטן?

אקע"י כ'וועל ענק נישט זאגן קיין ליגנט, כ'האב עס אויך נישט איינגעזעהן פון איין מינוט אויפן צווייטן, און ס'איז מסתמא נישט געשעהן פון איין מינוט אויפן צווייטן, אבער עטס ברויכט'ס פארשטיין אז מ'רעדט דא פון מיינע טעגליכע חברים און חברותות, ממילא מוז מען דא רעדן פון די וואכן פון די חתונה ביז די וואך נאך ש"ב, וואס איז שוין היינט געווארן ווי איינס מיט ש"ב, ד.ה. אז רוב אינגעלייט וואגן זיך נישט אוועק צו גיין פונדערהיים פאר מער ווי 2 – 3 שעה, ח"ו נישט איבער צו לאזן די חשובע שטוב אליין (גיי וואס פארוואס כ'האב געשריבן שטוב, וועסט נאך באלד געוואר ווערן אז ס'איז נישט דא קיינער וואס רופט נאך היינט שטוב, און מ'קוקט שוין נישט אויף דעם מימי לא קראתי לאשתי אשתי) , הפנים איז ערגעץ אין די צוויי וואכן געשעהט עס, אבער פון ווי ער קומט הייסט עס ממש איבער נאכט.

איז קודם באקום איך א רוף פון אים בערך 2 וואכן נאך די חתונה, אז ער פלאנט שוין מארגן צוריק צו קומען אין כולל, אבער ער איז נאכנישט זיכער אז ער גייט טאקע אנהייבן מארגן, ווייל "מיין ווייב" ארבעט נאר א האלבן טאג מארגן, און זי וויל ארויס גיין פאר סאפפער ערגעץ (?!?), "אהההם... אקעי" , הערט מען פון מיין זייט מיט א שטילע זיפץ, האלב אויף מיינע צרות, און האלב א רחמנות אויפן נייעם שנה ראשונה אינגערמאן, ....שטיל..... "כ'מיין וואס איז דיין פלאן אנצוהייבן צוריק געהעריג לערנען?" , (דאס איז שוין נאכן נישט עפענען קיין אידיש ספר צוויי וואכןמיט נאך 13זונטאגס וואס מ'דארף איינקויפן פאר די חתונה, וואס נעמט אזוי לאנג, ער מאכט זיך קאסטום זיינע העמדער?? אדער אפשר גאר נייעט מען אויף קאסטום זאקן?? גיי פארשטיי די זאכן אין 2024), דאנ"ט וואר"י" ענטפערט ער מיך מיט איין שמחה, גיב עס אפאר טעג און כ'זאג דיר מ'זעמיר בע"ק ט"א נארמע"ל, מ'גיימיר הארעווען אי"ה, (און איך נער גלייב אים נאך, ונראה מה יהיה חלומותיו).

עעעענדליך נאך נאך צוויי פיינפולע און האפענוגנספולע טעג, רייסט דער אינגערמאן אריין, כ'האב גראד באמערט אז דער אינגערמאן קוקט עפעס אויס צו צוזאמגענומען, שוין כ'גיי אים נישט סעקירן גראד ווען ער קומט צוריק, ס"א כ'גיב אים א ברייטן העלא"ו, און דערמאן אים ווי אונזער פלאץ איז, און וישבו יחדיו בבאר קאפי.

כ'זאל יעצט אנהייבן אויפן כראנישן סדר אלעס אראפלייגן וויאזוי זאכן זענען צוגעגאנגען הזמן יכלה והם לא יכלו, אבער כ'גיי טרייען צו גייען מער ווייניגער על הסדר, כ'האף גארנישט אויסצולאזן, אבער אויך נישט צו שרייבן צופיל עקסטערע ידיעות וואס פעלט נישט אויס אהער.

פארשטייט זיך אליין אז זייענדיג מורא'דיג נאנט מיט אים, איז ווען נישט איך בין א חסידישער איד'ל וואס האלט זיך ב"ה צו מיינע כניאקישע פאלאסיס, וואלט איך שוין היינט צוטאגס לכאורא געקענט זיין מיסיס, און מיט איר געשמועסט אויפן גאס, ער האט מיר שוין איינגעליידענט צו א לאנטש ביי אים אינדערהיים, און סתם צו א פארברענג, איין נאכט וויל ער כ'זאל קומען פארברענגען ווייל זי איז ארויס אויף א שמחה, (כ'פיל נישט אז ס'קומט אזוי, עטס האלטס אז ס'קומט סתם פון שגעון? אדער אפשר ווייל ער איז אזוי עקסטרעם אויף איין זייט, פיל איך אזוי עקסטרעם פארקערט? קאן זיין, אדרבה כ'קיין באשטיין צו הען אין די הגהות אשכול ), האיך שיהיה, האט ער מיר אבער מיטגעטיילט מורא'דיג אסאך אינפארמאציע איבער זיין שווער'ס שטוב, הן מצד זייערע קינדער, והן מצד די שוויגער עלטערן אליינס, מער ווי כ'וואלט סתם אזוי געוואוסט, הגם כ'האב פון א צווייטן אויך שוין געהערט צופיל, און נישט נאר דאס, נאר יענער - אויך נאנטער אויב נישט נענטערע פריינט – האט מיר אפי' געפרעגט איין טאג, "וואס זאל איך טוען, מיין ווייב האט א טבע אז זי פארגעסט וואו מינדערוויכטיגע זאכן ליגן, זאל איך איר אלעמאל דערמאנען, אדער אויב איך דערמאן איר נישט יעצט וועט זי זיך נאך אויסלערנען צו געדענקען ווי זי לייגט זאכן" , דא האב איך מיר שוין נישט געקענט איינהאלטן, און א סעקונדע פארן אויס פלאצן אין א הילכיגן געלעכטער, האב איך אים געזאגט "כ'האף אז דו פארשטייסט אליינס אז ס'איז דא זאכן וואס איך קען דיר נישט זאגן", געלויבט ג-ט אז ער האט יא פארשטאנען, העכער אלע ערוואטונגען.
הכלל, האלט מען שוין אין אזא מצב אז כ'ווייס שוין פונקטליך וויאזוי זיין שווער'ס שכנים הייסן, און אז זיי האבן א טאכטער וואס קומט כסדר בארגן זאכן, ווי אויך אז עושר פלוני אלמוני דאווענט אויף די זעלבע טיש ווי זיין שווער, און זיין קליינע שוואגער וואס איז גוט מיט אים, האט אים געפירט אויף א רייד די וואך ביים קידוש, ווען ער האט אים איינגעמיירעט מיט עפעס א 13 דאלערדיגן ברוינפן.

אין א שיינעם העלן טאג (אדער אפשר זאל איך שרייבן הע"ל טאג) , קומט דער אינגערמאן אן מיט א נייע שמועס, אז נעכטן "ווען איך האב געגעסן ביי מיין שוויגער".... "האט אים מיין שוויגער געפרעגט".... "האט מיין קליינע שוועגערין, וואס איז יעצט איינס פאר די לעצטע".... און מיין שווער האט געזאגט "אז ווען ער איז געווען א בחור האט זיין מאמע".... כ'זאל שוין זאגן עפעס אדער נישט??נעע כ'ווארט אפשר איז עס גארנישט, אבער ווען כ'הער די זעלבע זאך יעדע דענסטאג און דאנערשטאג, זאג איך אים איינמאל, "איי"ם סאר"י, אבער ס'פאסט נישט זאלסט זאגן שוויגער א גאנצן צייט, אויב דו ווילסט עפעס זאגן, זאג ווען כ'האב געגעסן ביי מיין שווער, האט מען געשמועסט איבער... און מיין שוויגער האט געזאגט... הגם די גאנצע זאך פון איבער זאגן וואס ס'האט זיך געטוען דארט א חודש נאך די חתונה איז נישט לפי די צניעות סטאנדארטן וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט, און פון וואס בלעם האט גערעדט וואן ער האט געזאגט מה טובו אוהליך יעקב(עיי"ש).

דאס איז א נושא וואס נאכן רעדן און מעורר זיין דריי מאל, האט עס געהאלפן פאר צוויי טעג, ביז ער האט נאכאמאל פארגעסן, און דעמאלטס האט איך שוין אליינס געוואוסט אז כ'האב נישט וואס צו זאגן בכלל, ווייל ס'איז נישט דא צו וועם צו רעדן, ממש ווי צו א דופן עקומה, ווען דא איז מיר ארויף געשווימען א נייע צרה, ס'בעצם נישט ניי, נאר חד אמר אז ס'איז ערגער געווארן נאך די חתונה, וחד אמר אז כ'האב מיר פשוט יעצט געכאפט דערוועגן, דאס איז אבער זיכער אז מ'דארף עס דארמאנען לגנאי, כ'האף נאר אז ס'וועט ח"ו נישט אויפקלערן קיינעם, (נישט אז ס'איז דא עכט וואס און וועם אויפצוקלערן אין היינטיגע יארן, און זיכער נישט ווען כ'האב אלעס געשריבן עצהיו"ט, אבער כ'בין נאכאלץ מתפלל בתחנונים אז אל יצא מכשול מתחת ידינו), און דאס איז די נושא פון כלות נעמען.

יעצט די נושא קען בעצם ווערן צוטיילט אין צוויי, ס'איז דא די ערשטע חלק אז אינגעלייט האבן נישט וואס צו רעדן, נישט וועגן זייערע אייגענע כלות אדער ווייבער, ועל אחת כמה וכמה וועגן יענעמ'ס כלה אדער ווייב, און ליידער ליידער בעונתינו הרבים איז דער ענין שרעקליך נפרץ געווארן צווישן אונזערע היימישע בחורים און אינגעלייט, אין די ישיבות און כוללים.

וואס ס'מאכט עס נאר ערגער פילפאכיג, איז די נושא פון רעדן פון כלות און ווייבער מיט זייערע נעמען, איין ג-ט אין הימל ווייסט פארוואס איך דארף וויסן אז שלוימי'ס כלה הייסט רחל, און צבי'ס ווייב הייסט פערל (אדער ווי מיין חברותא רופט איר פערעלע, ווייל זיין ווייב קען איר), אדער אז פנחס'ס כלה הייסט ריקל המכונה ריקי, און אז ישראל אברהם איז געווארן די וואך אנגעטראגן צו נחמן ברוינ'ס טאכטער וואס הייסט גראדע נחמה?!? הישמע כזאת?!? ס'איז א בחינה פון או לי אם אומר או לי אם לא אומר, אז איך וועל רעדן קען שטארק מעגליך זיין אז מ'וועט זיך אויסלאכן פון די גאנצע מעשה, ווייל ווער ביסטו צו זאגן?? זאל איך נישט זאגן גארנישט איז ווייטער נישט גוט, כ'קען נישט אזוי אנגיין, איין טאג ווען כ'האב נישט געהאט די גבורות הנפש מיך איינצוהאלטן, בין איך געווארן היפש אנגעצויגן אויף אים, און ער האט עס פארשטייט זיך באמערקט, און באשלאסן ער גייט טריצן אויף מיר, אז גערעכט מ'טאר דאס נישט טוען, ס'איז א געפערליכע זאך, און ער גייט אויפהערן, זיכער, ער מיינט כ'געדענק נישט די פאריגע מאל ער האט עס געזאגט אויף עפעס? ס'נאר געווען דריי טעג צוריק.
נ
אר מ'מוז אויך זיין דורש לשבח, איינע פון די טעג צווישן די סדרים, האמיר געשמועסט, איך, ער, און אויפן טעלעפאון האב איך געהאט א דריטן חבר אונזערע, וואס איז אויך א חתן, און אינמיטן האט מיין חבר (לאמיר אים יעצט רופן הערשי) זיך אנגערופן "זאג פאר יענקי(די חבר אויפן פאו"ן) פרעג בלימי(זיין כלה'ס נאמען) ...", און יענקי – וואס איז גראדע א בארא פארקער און לויט זיין מענטאליטעט האב איך עס אמת'דיג נישט געגלייבט אויף אים – רופט זיך אן צו מיר, "זאג פאר הערשי אז ס'פאסט נישט אז חסידישע אינגעלייט זאלן רעדן פון פרויען מיט זייער נעמען" , שטאך!!כ'האב עס אים איבער געזאגט, און געזעהן ווי ער באקומט דעם שטאך אין הארצן, אבער כ'קען אים נישט העלפן, ליידער קומט עס אים, און איך האב ב"ה באקומען הויפענעס חיזוק פון דעם, ש'כח יענקי נאכאמאל.

און אויב עטס מיינטס אז דא ענדיגט זיך עס, ניין זאג איך דיר, ס'גייט נאך ווייטער ווי דעם, א קנאפע חודש צוריק, האט זיך אנגעהויבן א נייע אנשיקעניש ב"ה, חנוכה מתנות, וואס גייט ער באקומען פון איר, וואס גייט ער איר קויפן, און וואס גייען די שוויגער עלטערן קויפן, אפגערעדט פון נושא אז ס'איז זייער קינדעריש און נער'יש די גאנצע דין ודברים פון וואס גיי איך באקומען, איז אויך עקסטרעם פרויעניש, די גאנצע מתנות געגעבאכץ איז נישט מענעריש, און זיכער נישט וואס די שוויגער געט אים, און איך בין נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט למעשה באקומען, נישט וואס זיין שווער האט געקויפט פאר זיינע קליינע שוועגערנ'ס, הכלל די גענצע מעשה איז עפעס איבריג.

און ווער ווייסט צו אין צוויי חדשים גייט ער מיך נישט פרעגן וואס ער און זיין ווייב זאלן זיך פארשטעלן פורים?!?
ויהי לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך

נ.ב. אויב וואלט יעצט ארויפגעשווימען א שאול יצחק ראבינאוויטש וואס טוט אין די נושא, אדער איינער וואס וואלט געמאכט אן אנדערע אויפוואכונג דערוועגן, צו דורך גליונות צו סיי וויאזוי, שיעורים, האטליינס וכדו', וואלט אים יעדער זיכער אויסגעלאכט, און אין 10 יאר ארום, אדער נאכן זיך דרייען מיט פרישע אינגעלייט פאר א פאר טעג, ביטער חרטה געהאט פארן נישט צושטימען צו דעם.
(אין איין ווארט ס"ה, די יעצטיגע מצב איז זייער נישט מסודר, און מ'ברויך עפעס טוען דערצו זאפארט, אדרבה אויב איינער האט אן עצה, אדער סיי וועלכע הגהות, זאל מען אריינקומען דא, ווי אויך קען מען אריינגעבן נושאים וואס צו באשרייבן דא, און מ'וועט פראבירן נאכצוקומען אלעס צוביסלעך, ייש"כ און הצלחה מרובה).
הכותב וחותם מתוך מחאה : פייטן
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אפשר יא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:06 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר יא »

מורא'דיג שיין, און גוט געשריבן, שטארק ארויס געברענגט, נישטא וואס עכט צוצולייגן,
ס'מיר נאר א חידוש, אז קיינער רעדט נאכנישט דערוועגן
דו ברויכסט נישט לייקן,
אבער ווער וויל דען נישט, מחי' זיין א צווייטע איד?
נאכדערצו, ווען עס קאסט נאר א קנעפל...
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

זעה דא פרישע גראמען
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פייטן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:49 pm
אפשר אזא זאך ווי מיין באשרייבונג אויף סלאוויטא אויף אלע פלעיס, און מאוויס, ס'וואלט איינעם אינטערעסירט??
יא
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2551
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פייטן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:11 am

ליידער גערעכט
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

געטראפן אין מיינע ארכיוון א ווארימע גריס פון די זומער טעג, זיך צו דערווארימען אין די יעצטיגע קעלט.
בס"ד

בחור'ישע מאמענטעלעך

איך קום מיר נעכטן אריין אין באנגעל"א, (די ווייסט אז ביי אונז גייט עס אז מיר בחורים שלאפן אין באנגעלא"ס), אין כ'קוק מיר צו די מצב, הייב איך אן טראכטן ביי מיר, "ווען איינער וואקט אריין אין אזא שטוב, ווייסט ער גראד אז מ'רעדט פון א דיספאנקטשנע"ל משפחה".

די מצב קוקט אויס בערך אזוי, איין בחור פון די 12 קינדער קע"ה, זיצט און עסט א פיצ"ע ברויט געמאכט אין א סענדוויט"ש מאכער פאר פרישטאג (12 אזייגער), ליינענדיג די לבלר געשמאק, די טאטע לייגט צוזאם זאקן אין דיינונג רום, אויפן טיש ליגט א ריזיגע באקס טעם עדן קיפעלעך, נאך פון שבת פונעם קידוש, און ארום ליגן טעלער'ס פול מיט עסן.

איינס האט א דיכטל פונעם נעכטיגע וועטשערע, די צווייטע האט איינעמ'ס אומגעלוגענע אייער שפייז פון היינט צופרי, און א דריטע האט פארשידענע גרינצייג געשניטן אויף ווייניגער ווי א כזית, אויף צו מאכן א דריטענס פרישטאג סאלאט, (ער איז א חתן און דארף ערנסט אנהייבן פארלירן פאר די גרויסע חתונה).

ס'וערט נאר ערגער ווען איך קוק מיך ארום, אויפן טיר פון איינע פון די שלאף צימערן ליגט א ריזיגע שטיקל זילבער פאפיר, ווייל איינע פון די גלעזער פון די טיר איז צובראכן געווארן טראגיש, ביי א בחורישע געפעכט, אויף איין וואנט הענגט א טעלער אויף א טשוואק מיט א שיינע מאלעריי פון ירושלים, געמאלן דורך א שווארצע פערמענענ"ט מארקע"ר, די צענטראלע שפיגל (גיי ווייס פארוואס אונז דארפן איינס, אבער שוין) האט שעלף פאפיר אויף עק, ווייל איינע פון אונז האט באשלאסן עס שיין צומאכן, אבער איז געווארן פארנומען אינמיטן מיטן וואשן זיין וועש, - אויך העכסט נארמאל אז ס'הענגט לאנדרי זעק אין די גאנצע הויז.

קומס'ט אריין אין א שלאף צימער 2 אזייגער געווענטליך שלאפט נאך איינער, סא די לייטס זענען מער ווייניגער נאר אין באניץ פון 3 נאכמיטאג ביז 3 פארטאגס, ס'דא לעדלעך אינמיטן שטוב מיט איין העמד דערויף, ביי די זייט פון יעדעמ'ס בעט הענגט העמעדער, נישטא קיין ביגלאייזן צו ביגלען, (אונז זענען נישט ישיבה קטנה וואס מוז האבן איינס ווייל די מנהל לאזט נישט).

פון ראובן'ס לעדל שטעקט אלס ארויס א סעלצער באטל, ער דארף עס פשוט ביינאכט גראד פארן גיין שלאפן, שמעון האט אלס בענדעיטשע"ס אויף זיין בעט פאר א נויטפאל, לוי'ס בעט געוואנט איז נישט די גוטע סייז פון די מאטראץ פאלט עס אייביג אראפ, יהודה לייגט א האנטוך ביי זיין בעט ווי פורהאנג ווייל ער האט די אינטן בעט און ער דארף פרייוועס"י, יששכר לייגט זיך נאכן עלות ווייל דעמאלטס פארלירט זיין מאשין בעטארי, סא דאס שווימט ארום אין זיין בעט, צוזאמעו מיט די 10 פיסיגע ווייער וואס נאר ער האט, און זבולון וואס שלאפט לעבן די עירקאנדיש"ן איז קאלט ממילא איז ער בעל בבית אויפן עירקאנדיש"ן ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, דאס איז שטוב נומער 1.

שטוב נומער 2 אבער, דארט שלאפן די נארמאלע מענטשן, דן לייגט זיך פרי און שישקעט ביז דער עולם גייט שלאפן, נפתלי איז דער איינציגסטער וואס מאכט די בעט יעדן טאג, גד איז ביזי הרג'ענען די ספיידער'ס פון יעדעמ'ס לעדלעך ווייל ער איז די איינציגס'טע וואס עקלט זיך נישט, אשר'ס בעט איז די טשארדזינ'ג פלאץ פאר אלע דעווייסע'ס ווייל ער לאזט נישט אוועקנעמען די טשארזער פון דארט, אז ער זאל עס קיינמאל נישט דארפן זוכן, (רעד דיר איין אז יעדער פאלגט), יוסף קערט אויף די שטוב יעדן טאג נאר ס'זאל גראד צוריק שמוציג ווערן ווען לוי ווארפט פאפקארן אויף יששכר, ווייל ער האט גענוצט זיין שירעם אינמיטן א זיניגע טאג אן רשות, און בנימין זיצט און שעלט פארוואס די עולם איז אזוי משוגע.

כ'וואלט געקענט גיין נאך ווייטער, נאר איך גלייב אז דער עולם האט נאך וואס צו טוען מיטן טאג, וועל אין מיך דא אפשטעלן.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

אי"ה לרגל פורים קטן קומט א שיינע שטיקל ארבעט אין לשה"ק בעז"ה, סטע"י טאאנע"ד!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

בס"ד
פתשגן הכתב
מיוסד עפ"י סדר אבג"ד
א-ל אדון על כל המעשים, בורא כל עולמים, גדול ורם על רמים, דבריו אינם חוזרים רקים, היה הוה ויהיה בכל זמנים, ולית מחשבה בו תופסים, זוכר חסדי אבות לבנים, חסד ורחמים בתמים, טוב לכל ברואים, ישתבח שמו בפי כולם, כל זמן היותם, לעמו עשה נסים, מרדכי ואסתר הנביאים, נעשה ונזכור ציווי עליהם, סך של ד' מצות היום, על כל ישראל מוטלים, פורים על שם הפור קרואים, ציווי לשמוח וליתן מתנות לאביונים, קריאת מגילה ומשלוח מנות לרעים, רבותי ומורי תשמעו קורות הימים, תחילת המעשה התחיל באלו הדברים
תשר"ק
תדע שהיה כסא, שעשה המלך שלמה, רוב מלכים לבשו קנאה, קפצו עליו במלחמה, צדו עליה לקחתה, פרעה נכה עליו עלה, עיניו נתן בו מלך שושן הבירה, סוף שנים שלשה, נעשה הכסא ונגמרה, מצוה לעשות משתה, לכל שרי עם ומדינה, כלי המקדש הראה, ישראל לא יגאלו עוד אמר בסברא, טמא הוא עפרא לפומא, חס ושלום שישתכחו בגלותא, זה היום נגמר ע' שנה, ולכן ח"ו שכח מהם הבורא, היה לא תהיה לבש בגדי כהונה, דיבר על לב כל יושבי עירה, בעשות להם סעודה מיוחדה, אז התחיל ברפואה קודם למכה
אבג"ד
את ושתי לפני כולם, ביפיה צוה שיופיע ברבים, גופה לקתה בצרעת משונים, דברה על לבו בדברים הקשים, הקציף אחשורוש עליה ושאל לשרים, ויאמר ממוכן אחד מן הסריסים, זה הדבר אשר תעשה למורדים, חרפה ובזיון לכ העמים, טיפש אחשורוש שלח אגרות לכל הפרתמים, יצא דבר המלך עליהם, כי כל איש שרר על הנשים, לא יבא עוד ושתי פנים אל פנים, מלכותה יתן המלך לרעותה הטובים, נקבץ כל נערות יפים, סתרה אסתר שלא תפלה בידיהם, עליה גזרו משמים, פיה לא פתחה מלומר מאיזה עם, צדיק מרדכי עבר בכל יום, קרוב לאותו מקום, ראה מה נעשה עמה בעיניהם, שנת שבע למלכות הטפשים, תור אסתר הגיע ונלקחה לבית מלכים
תשר"ק
תנשא לאחשורוש נגזרה גזירה, שיבא זמן צרה, רוח והצלה יעמוד ממנה, קם אחשורוש אחר הדברים האלה, צדיק הדור מרדכי משבט יהודה, פתח בעזות דקדושה, עבדי אתה ויש לי שטרא, סוף לכל עם היהודאה, נהרגם סבר המן בן המדתה, מלא כעס וחימה, לבש מלחמת עמלק סבא, כן רצה לעשות חס מלהזכירה, יצא חודש אדר בגורלה, טעה וסבר שבו רק מת משה, חכימה דיהודאה, זהו סימן רעה, ולא ידע שגם בו נולדה, היה בדעתו להשמיד כולנה, דיבר למלך עבור ממון הרבה, גם נתן המלך הכסף והטבעת לחתמה, בשק ואפר מרדכי יצא, אסתר ציוותה להתענות ולמשתה היין יצאה
אבג"ד
אחר הדברים התחיל הקב"ה לגאלם, בלילה ההוא נדדה שינת עינים, גדולת מרדכי הגידו הסופרים, דיבר טוב על המלך נגד הסריסים, הרגו בגתן ותרש בשביל סמים, וניצל נמלך ממיתת משונים, זרש אשת המן וכל חכמים, חכמות עשו להרוג צדיקים, טענו שלא יוכל הקב"ה להצילם, יעשה עץ גבוה חמשים, כן עשה והלך לבית מלכם, לשאלת המלך כיצד מכבדים, מי יחפוץ המלך לעשות יקרים, נקח לבוש והסוס והכתרים, סיפר לו המלך לעשות למרדכי מזרע היהודים, עשה כן בפנים זועפים, פח של זבל נשפך עליו ממרומים, צעק מר על מפלתו ברחובות ובשווקים, קראו לו למשתה מלכים, הלך במהירות לשתות עמהם, שאל לאסתר מה בקשתך והתחילה בתחנונים, תתן לי נפשי בשאלתי ועמי גם
תשר"ק
תזכר חרבונה לטובה, שאמר שגם העץ קיימה, רץ המן אל אסתר לבכות מרה, קם המלך ויצא לגינת הביתן ולשדה, צוח הגם לכבוש המלכה, פתח מרדכי בבקשה, על אגרות של המן הרשע, סופרי המלך כתבו אגרות שניה, נהפוך הוא ויש יהודי היה, מרדכי יצא, ליהודים היתה אורה, כתובים אלו קוראים כל יחידאה, ישמחו וירבו בו בסעודה, טוב להרבות בו בצדקה, חייבו בו כל ישראל והנלוים עליה, זכור אותו ולא יסוף מידי שנה, וקיבלו היהודים אשר קיבלו מקדמת דנא, הימים האלו על שם הפור נקראה, דברי שירות שוררים בשירה, גם חייב אינש לבסומי בפוריא, בעיירים מוקפות בחומה בט"ו בה, אורה ושמחה יתרבו במהרה
אטעטשמענטס
פתשגן הכתב.pdf
(251.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 5 מאל
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

איינער איז איטערעסירט אין נאך נעגעטיוויטי?
אויב יא האב איך יעצט וואס ארויפצולייגן, אויב נישט וועט מען דארפן ווארטן כ'זאל מיר זעצן שרייבן אי"ה.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מיין (איינציגסטע) צוקריגטע חבר
בס"ד
(צו דיר מיין חבר וואס דו ווייסט יא וואס איך רעד פון, כ'בעט דיך רעד נישט צו מיך דערוועגן נאר דא אויפן וועלטל אדער אין אישי וואס מ'דארף, כ'וויל נישט ליידן פאר מיינע שרייבערייען דא, און צו די חבר וואס ווייסט נישט די מעשה, כ'בעט דיך גריבעל נישט נאך אויף אן אופן וואס כ'קען אפשר געוואר ווערן, מאך עס איידל, ייש"כ)

זיצנדיג איינע פון די נעכט אליין אין מיין אפיס, האב איך מיך אנגעהויבן דערמאנען, אין די אלטע גוטע צייטן, איי זענען זיי געווען גוטע טעג, דעמאלטס ווען כ'בין זארגלאז געזעצן אין ישיבה און פארברענגט מיינע טעג מיט חברים, לאכנדיג פון זאכן וואס אונז האמיר נאכנישט משיג געווען, נישט חלומנ'דיג אז ס'גייט נאך קומען א טאג וואס דאס גייט זיין אונזער אייגענע דאגות, און דאן וועלן די דעמאלטס'דיגע בחורים אונז נעמען אויפן צימבל.

הכלל, אזוי דורכלויפנדיג מיינע מחשבות, דערמאן איך מיך אין אזויפיל גוטע צייטן, און אויך אין אסאך בעסערע צייטן, אבער איין מחשבה האלט מיר אין איין ארויף שווימען, און די מער כ'פראביר עס צו פארשטילן, די מער שרייט ער, און שטורעמט ער, ער האלט מיר אין איין צוריק ברענגן צו א פלאץ וואס כ'וויל פון דארט אנטלויפן ווי פון פייער, און איר ארויסרייסן פון אלע היסטאריע ביכער, אז איך זאל ווען שולט זיין אויף די מלאך פון שכחה, וואלט דאס זיכער געווען מיין ערשטע אויפטוה צו פארמעקן די פיי"ל פונעם ציבור.

כ'גלייב עטס מיינטס אז ס'קומט דא עפעס א גוטע לשון הרע אדער זיינס גלייכן, אז כ'וויל אזוי פארגעסן, אבער כ'מוז ענק זאגן אז ניין, די אלע ארומיגע וואס האבן אביסל מיטגעהאלטן, (כ'האב געשריבן אביסל פאר א סיבה), האבן פעסט הנאה געהאט, אדער אפי' מיטגעשפילט מיט די גאנצע מעשה, אפשר - נאר אפשר - איז יא דא איין צוויי חברה וואס האבן מיטגעהאלטן אביסל מער, זיי פארשטייען מיך מער, און זענען מיט מיר, אבער כאפ נישט קיין הייסע לאקשן, לאמיר גיין טריט ביי טריט, און דערנאך וועט מען אי"ה הערן וואס עטס האלטס דערויף.

איז אזוי, א קורצע הקדמה צו פארשטיין מער די מעשה, וועל איך ענק קודם אראפגעבן מיין קערעקטע"ר, און דערנאך אביסל די מצב ארום, וועט עטס האפנטליך בעסער פארשטיין.

(מינדערוויכטיגע אבער סטראטעגישע פרטים געטוישט צוליב גילוי)

אני הקטן האב זוכה געווען געבוירן צו ווערן צו א רעלאטיוו קליינעע פאמיליע, אין אונזער היימישע ברוקלין, מער צו די יונגערע זייט פון די פאמיליע, איז אויס געקומען, אז מיינע עלטערן זענען קע"ה אן ערך פון מער ווי 35 יאר עלטער פון מיר, אויף לאנגע געזונטע יארן, וואס דאס אליין געט צו צו די גאנצע קערקטע"ר, הן לטב והן למוטב, זייענדיג גערוקט אזויפיל יאר, קומט אפט אויס אז מ'טענה'ט זיך אויף זאכן גאנץ היציג, פשוט לעבנדיג אין אנדערע דורות אינגאנצן, אבער ב"ה כ'בין יעצט, און כ'בין אלעמאל געווען זייער זייער נאנט מיט מיינע עלטערן, און קיינמאל איז קיין פירוד צווישן אונז נישט געווען, אבער ס'האט יא געשטעלט גאר אן אנדערע (און אין א געוויסן זין נענטערע) באציאונג צווישן אונז.

זייענדיג פון נאטור אויס אביסל א סענסעטיווע נאטור, און לערנענדיג אין מיינע יוגנט יארן אין א מוסד, וואס איז געווען אנדערש - אין די שיטה - פון וואס כ'האב געזעהן און געוואוסט פונדערהיים, איז מיר עס היפש ווער געווען אין אנהויב, אבער אריינטרעטנדיג מער אין די ישיבה יארן (האפנטליך נאך אן עקסטערע באשרייבונג דערויף) , האב איך ב"ה מער און מער אויסגעריבן, און גאר געווארן פון די רייבערס, ווי מ'זאגט מער מיט מח ווי מיט כח, א געשליפן צינגל פארמאג איך, און נישט גענוג א שטארקע כח המעצר, אויף וואס כ'קען טיילמאל חרטה האבן שפעטער, אבער מער ווייניגער האבן מיינע חברים און ארומיגע זיך צוגעוואוינט צו מיין שפראך, זייענדיג נאטוררליך א שטיקל אנדרייער און עסקן מיט איבריגע ענערגיע, און אלעמאל זייענדיג גרייט צו טוען צו די זאך, מיין איך אז כ'האב ערווארבן א נאמען ווי א שטיקל אויבנאן פיגור, און דייקא א פריינטליכער מיט יעדעם, דער וואס איז גוט אפי' מיט בחורים פון 5 כיתות יונגער ווי מיר.

און די אלע פאקטן צוזאם האבן מיך אריינגעלייגט אין דעם, נישט קענענדיג דערליידן גאר שטילע מענטשן, וואס שפארן זייער קול (און טאלאנטן), און נישט האבנדיג די נאטורליכע בושה פון נייע בחורים אין ישיבה, (הגם אין די פרעמד בין איך א שטערבליכע ביישן), פלעג איך פירן א מערכה מיט די בחורים וואס מ'הערט ניטאמאל זייער גוט מארגן, אז כאטש איינמאל אין עטליכע טעג מוז איך הערן פון זיי א גוט מארגן, אדער גוטע נאכט, און וואונדער איבער וואונדער אז ביי יעדעם האט עס געהאלפן, אז עכ"פ צו מיך האבן זיי גערעדט דא דארט.

ביז יענע יאר, ווען ס'זענען אריינגעקומען א גאנצע נייע כיתה, און די עלטערע כיתה האט אויך צובאקומען עטליכע נייע מעמבערס, יעצט וויבאלד איך האב שוין באמת נישט באלאנגט אין ישיבה, זייענדיג פון די זקני שארית עמך, און ארויסהעלפנדיג געוויסע ארגונים, האב מיך דאך נישט געהעריג אריינגעפאסט ממש אין די סביבה, (נעמטס נישט ארויס פון דעם אז כ'בין געווען אן אלטע בחור אין קאפ), ממילא האב איך מיר שטארק באפריינדעט ביי די יונגערע עולם אין ישיבה.

איינע פון די נייע בחורים וואס זענען אריינגעקומען יענע יאר, איז געווען זייער א שטילער, איז וויפיל כ'האב פראבירט צו אים צו רעדן איז עס נישט געגאנגען, נישט קיין חי' וויפיל כ'האב פראבירט איז עס נישט געגאנגען, מיט גוטנס און מיט בעסערענס, אינמיטן א שמועס, צו א גוט מארגן, און מ'קען מאריך זיין נאך 100 משלים וויאזוי כ'האב אים געוואלט מאכן רעדן, ולא עלתה בידי, ביז איין טאג האמיר גערעדט מיט אפאר חברים, און איינע פון די טעמעס איז געווען די נושא אז כ'גלייך זייער נישט ווען ס'דא א בחור מיט וועם כ'קען נישט אויסטוישן קיין ווארט, איז איינע פון די חברים דארט ביים שמועס, איז פון די סארט וואס איז גוט מיט יעדעם, און האט נישט קיין פראבלעם אריינצוקומען שיעף ווי מ'רופט עס, האט ער געגעבן א רוף צו יענעם בחור, און ער זאגט אים אזוי אריין בפני, אז איך האב געזאגט, אז כ'קען אים נישט מאכן רעדן, און כ'געמיר נישט קיין עצה מיט אים, "ער וויל שטארק רעדן צו דיר" זאגט ער אים, נו וואס האב איך נאך צו ענטפערן אזא צייט?!?

אזוי אז ער שוין ממילא געמוזט אנהייבן רעדן צו מיר, פלעגט ער מיך רופן דא דארט, ווען זיין חברותא איז ארויס און ער האט געזוכט מיט וועם צו לערנען אפאר מינוט, אדער סתם ווען ער האט געוואלט ענדיגן א סדר וואס ער האט געלערנט פריוואט, אלס אן עלטערער גלייך איך ווען מ'רופט מיר צו לערנען א ווילד פרעמדע נושא, און כ'קען ארויס העלפן דערמיט, ממילא איז עס געווען א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה, און אויטאמאטיש האמיר אנגעהויבן אמאל שמועסן סתם אזוי מער און מער.

פאר בין הזמנים, אז כ'האב ממילא גענומען חברותות וואס זענען יונגער ווי מיך, האב איך ליב געהאט צו נעמען די חברותות מיט וועם כ'לערן א גאנצע זמן, איז ער געווען אויף די ליסטע, און ער האט מסכים געווען, צו מיין שמחה איז נישט געווען קיין גרעניץ, ווען ער האט מיר געזאגט אז ער איז מסכים צו לערנען א געוויסע סוגיא אין שו"ע וואס איך וואלט שטארק געוואלט קענען, און כ'האב שוין אריינגעלייגט אין דעם א שיינע פאר שעה, במשך די פארגאנגענע יארן, כ'האב שוין אנגעהויבן לערנען די נושא 4 מאל, מיט 3 אנדערע חברותות, און אפי' איינמאל אליין, ס'האט מיר געקאסט בלוט און שווייס, נישט קיין לייכטע נושא אין שו"ע בכלל, איבערהויפט יו"ד וואס איז ווילד פרעמד פאר מענטשן אין מיין יארגאנג עפי"ר, און ס'איז נישטא קיין סאך וועם צו פרעגן באמת מיט א קלארקייט, כ'האב געמוזט אליין איבערקומען רוב שוועריקייטן וואס ס'ברענגט מיט מיט זיך, און כ'האב מיר שוין מייאש געווען פון די נושא מער ווייניגער, איז זעלבסט פארשטענדליך די שמחה וואס כ'האב געהאט ווען ער האט מיר געזאגט אז ער קען באשטיין דאס צו לערנען.

הכלל, האמיר טאקע אנגעהויבן לערנען בין הזמנים, אבער ס'איז נישט געהעריג געגאנגען, ספעציעל אז מיר וואוינען נישט אינעם זעלבן שטאט, און אונז האבן געלערנט אויפן טעלעפאון, ס'האט אבער אזויפיל אויפגעטוען אז אנהייב זמן ווען מ'האמיר זיך צוריק געטראפן, האמיר זיך ביידע געפילט שלעכט, און לכבוד דעם האמיר זיך באמת אריינגעווארפן אין די נושא מיטן גאנצן אייפער, מיטן פולסטן ברען און פלייס, און אזוי איז עס געגאנגען ביז די זומער, צוויי טאג יא, איין טאג נישט, און כ'האב מיר געטראפן מער ווייניגער זיין א רבי ווי א חברותא, ווייל כ'האב געדארפט מסביר זיין, און שלעפן יעדן טאג, און אויך צוריק ברענגן די פאקעסירונג אפאר אמאל א טאג, אבער כ'האב מיך נישט אפגערעדט, ווייל סוף כל סוף וויל איך דאך דעם לימוד, כ'בין גרייט צו שוויצן דערויף, (אזוי האב איך צוגעזעהן ביי מיין חשובע טאטע שליט"א וואס לערנט שוין פאר איבער 40 יאר זייט זיין חתונה ב"ה אויף לאנגע געזונטע יארן).

ממש פאר די זומער איז מיין חברותא א חתן געווארן בשטומ"צ, אבער ס'האט באמת נישט אפעקטירט אונזער לערנען, פארקערט לערך דעמאלטס האט מען אנגעהויבן לערנען זאכן וואס איך האב ביז דאן נישט געקענט, ממילא האב איך מיך מער אריינגעווארפן דערין מיטן לייב און לעבן, און מער אינטערעסירט, און נאך מער, אז זייענדיג עלטער ווי מיין חברותא מיט אפאר יאר, איז מיר כסדר אויסגעקומען צו געבן פון מיר, סיי כ'פלעג מיר קויפן אן אייזקרים ביים לערנען, האב איך אים אויך געקויפט, ווי אויך האט ער געגעבן מיין פאון נאמבער פאר אלע זיינע חברים, און ווען זיי האבן אים געזוכט פלעגן זיי מיך רופן אדער טעקסטן, און זיי פלעגן אים שיקן בילדער, הכלל ער איז געווען א געהעריגע שותף אין מיין פאון אין די זומער, (זייענדיג עלטער און א שטיקל עסקן איז געווען מותר מטעם ההנהלה), פארשטייט זיך אז אים שלעפן איז געווען שווערער, סיי ווייל אין די זומער איז מער מניעות, און אויך ווייל מ'איז אויסגעשפרייט אויף א גרעסערע שטח, אבער דאס האט מיך ב"ה נישט אפגעהאלטן.

פארשטייך זיך אליין אז מיט די צייט זעמיר ב"ה געווארן נישט נאר חברותות, נאר נאנטע חברים סתם אזוי, מ'האמיר אסאך פארברענגט צוזאמען, און זיך אפי' ערלויבט אמאל אמאל צו וויצלען איינער אויפן צווייטנ'ס חשבון.

איינע פון די טעג איז אויסגעקומען אז אינמיטן א טענה'ריי האביך מיך אנגערופן עפעס אזויווי, "פארוואס דארף איך זיין דער וואס שלעפט אייביג צום לערנען", כ'געדענק נישט פונקטליך אלע טענות ומענות אהין און צוריק, אבער דער סוף דבר איז געווען, אז מהיום והלאה וועט ער זיין דער וואס שלעפט צום לערנען, סיי אים און סיי מיך וועט ער שלעפן, אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס האט אנגעהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, ער פלעגט קומען שפעט, מיך האט ער גראדע נישט געדארפט שלעפן, אבער איך פלעג אים נישט שלעפן.

איך האב מיך פיין גערעגט אויף אים, אבער שוין, דאס אליין וואלט נאך געקענט דורכגיין, נאר כ'האב אנגעהויבן פילן מחמת איזה סיבה שהוא, אז ער מיינט עס נישט גענוג ערנסט, און ער לייגט נישט אריין גענוג השתדלות, אדער ווי כ'פלעג אים זאגן "Minimum effort", און ס'האט מיר אנגעהויבן צוצוטרעטן צום הארץ אביסל, ווייל איך מצידי פלעג אסאך אוועקגעבן פון מיך פאר דעם סדר, וואס איז מיר געווען פערזענדליך נאנט צום הארץ, משא"כ אים האב איך געפילט ווי ער טוט מיר א גאנצע טובה, וואס ס'פלעגט מיך מער רעגן איז, אז ער האט געהאט נאך א חברותא, פון זיין פאריגן גילגול, וואס כ'האב פא"ר סא"ם א"ד ריזע"ן געפילט אז מיט אים לייגט ער יא אריין מער יגיעה און אינטערעס, ס'פלעגט מיר היפש דערקוטשענען אסאך מאל זיינע נארישקייטן, וואס כ'האב נאכנישט באגריפן ווי ווייט ס'גייט גיין, כ'קען אפי' נישט אויסרעכענען קיין משלים, ווייל כ'קען פון דעם אליין שרייבן צוויי דריי מגילות.

כ'וועל אבער יא שרייבן צוויי מעשיות, איינס איז געווען צווישן זומער און ישיבה זמן, ווען מ'האמיר יענע פאר טעג געלערנט מריחוק המקום, איז אויסגעקומען אז מוצאי שבת האמיר אויך געפלאנט אריינצולייגן א שעה, כדי צו ענדיגן ביז ווי מ'האמיר אפגעמאכט אז דארט מוז מען אנקומען, ביז ביידע זעמיר גרייט געווען איז שוין געווארן היפש שפעט, ענדליך זעץ מיר זיך לערנען אין מזל'דיגע שעה, נאך בערך א האלבע שעה לערנען זאגט ער מיר אז ער האט א בי"פ, הארצן גערן, נאך א מינוט קומט ער צוריק מיט אזא פראגע, היות אז זיין אנדערע חברותא וויל יעצט לערנען, און ער וועט שפעטער נישט קענען, וויל ער וויסן אויב ער קען גיין צו אים, און ער וועט מיך צוריק רופן ווען זיי ווערן פארטיג, וואס וואלט איר געזאגט? נארמאל וואלט ער געכאפט אין קאפ פון מיר, אבער וועלנדיג זיין לויז, האב איך מסכים געווען, מיטן פלאן אז איך דערווייל אנרעכטן סעודת דוד מלכא משיחא, אינמיטן פרעגט מיר מיין פאטער שליט"א, שוין געענדיגט די שעה לערנען? האב איך אים דערציילט די גענצא מעשה, נעמט ער זיך לאכן פון מיך, "דו רעדסט זיך איין ער גייט דיך צוריק רופן?" און איך ענטפער אים נאך "יא, ער מיינט עס גענוג ערנסט, ער האלט באמת דערביי", נו וואס מיינט עטס ווער איז געווען גערעכט?!? זיכער מיין טאטע שליט"א, און ס'האט מיך זייער געבאדערט די פאקט אז כ'האב מיך איינגערעדט אז ער מיינט עס אמת'דיג, און זעה איך פונקטליך ווי שטארק אמת'דיג ער מיינט עס.

נאך א גוטע מעשה, איינע פון די ליל שישי'ס אין די זומער, זעמיר געגאנגען לערנען אין איינע פון די בתי מדרשים אין קעמפ, - צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ - מ'האט אונז ארויס געשיקט, און געהייסן אלע חברותות גיין שלאפן, איך אבער האב נאך אפאר קריגערייען זיך געשאפט פראטעקציע, און געגאנגען רופן מיין חברותא, נאר צו באקומען פון אים דעם תי' אז "נעע, יעצט האב איך שוין נישט קיין נערוון", דאס קומט נאכדעם וואס כ'האב מיר צונער געמאכט ביי די בהערדע אז זיי זאלן מיך לאזן בסוד סודות ארויס גנב'ענען מיין חברותא, און כ'האב נאך געהאט א שטיקל שווערע נאכט ביפאר אויך, ס'האט גוט אויסגעקלאפט אויף מיר, אזש כ'האב אראפגעקנאקט די שו"ע אויפן טיש, און אפגעיאגט ווי א הערש אנטלויפט אין וואלד (קרעדיט ר' יו"ט עהרליך ע"ה), כ'בין היפש לאנג געזיצן אזוי אין די טונקל און גוט געוויינט, (מיט טרערן), ס'הא מיר גענומען בערך פיר פינף שעה, ביז כ'בין צוריק געקומען צו מיין געהעריגע מוט, און געקענט אנגיין ווייטער מיט די סדר הלילה, אויך נאר נאכן באקומען חי' מעבר לים פון א נאנטע חבר מיינער, וואס איז אדורך די יארן אביסל.

פון דא און ווייטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן מער און מער פארהאנקענען, ער האט געקענט קאט"ן א טאג, ווייל ער האט א חבר'ס תנאים, אדער סתם ווייל ער דארף זיך אויסלופטערן, דא דארט איז ער נישט אנגעקומען זונטאג, ווייל ס'איז קוים אנפאנג וואך, א.א.וו., כ'דארף ענק זאגן תירוצים פארוואס נישט צו לערנען?!?

אין איינע פון די טעג צוריק צו שטעלן סדר ביינונז, נאך עפעס א רייבעריי, האב איך אים געזאגט אז כ'בין גרייט אנצוהייבן נאכאיינמאל צו פראבירן לערנען מיט אים, אבער ער זאל אינאכט נעמען דאס פאלגענדע: 1- אויב מ'סטא"פ מיר אינמיטן, לערן איך מער קיינמאל נישט דער נושא, פשוט ווייל ס'גייט מיר ארויפברענגען צופיל ווייטאג, והשנית איז אז אויב דו חברותא'שאפט האקט זיך אפ, האק איך אפ פון אים פאר אייביג, אויך פאר די זעלבע סיבה, ווייל יעדעס מאל כ'וועל רעדן צו אים וועל איך מיך שפירן אין הארץ די אלע ווייטאג אויף אים, ווי אויך די חלק אז ער האט מיך גוט געפירט ביי די נאז די גאנצע צייט.

געזאגט האט ער אז ער איז מסכים צוריק אנצוהייבן מיטן גאנצן קנאק, און מ'האמיר טאקע צוריק אנגעהויבן, אבער עפעס נאך א טאג צוויי דריי האט ער עפעס נישט געוואלט קומען איין טאג, ער האט מיר געזאגט אז ער קען נישט קומען היינטף אבער מיין געפיל האט עפעס אנדערש געזאגט, האב איך מיך נישט געפוילט און געשיקט א שליח, זאל אים אנרופן און אזוי בדרך לא דרך געוואר ווערן וואס זיין פלאן איז, און פארשטייט זיך אז ס'איז באשטעטיגט געווארן די חלק אז ער פלאנט מער נישט צו קומען צו מיך לערנען בכלל, דאס איז שוין געווען ט"ו מאט"ש און כ'האב אים געלאזט א מעסעד"ז אז ער זאל פארגעסן מיין נאמען און פאו"ן נומער, און מער וויל איך מיט אים נישט האבן!! (יעצט עטס דארפטס פארשטיין אז כ'האב נישט געשריבן דא אלע פורים וואס ער האט געמאכט פון מיר די גאנצע צייט, וויל הזמן יכלה והם לא יכלו, ווי אויך ווייל נישט אלעס קען שרייבן און מסביר זיין בפומבי), אשר ע"כ בין איך געווען זייער אנגעווייטאגט אויף אים, עד כדי כך אז כ'האב געציילט די שעות און טעג וואס כ'האב שוין פון אים נישט געהערט, ער האט מיך גאר גערופן איין טאג אז ער זוכט א פארטאגס חברותא פאר די נושא וואס אונז פלעגן לירנען, אויב כ'וואלט געוואלט לערנען מיט אים, עטס האטס א מאל געפילט די טעם ווי מ'זאל אין אייך אריינשניידן מיט א שטומפיגע מעסער? דאס האב איך דעמאלטס געפילט!

ויהי היום, אין איינע פון די טעג פאר זיין חתונה, וואס איז פארגעקומען מחוץ לעיר, אין א וואך וואס כ'האב געהאט נאך עטליכע שמחות, און עקסטער אסאך ארבעט צו טוען, האט ער מיך אנגערופן לאדענען צו זיין חתונה כאילו לא היה, ווי אלטע גוטע פריינט, כ'האב ממש געוואלט שיסן דעמאלטס, אוי האב איך באוואשן דעמאלטס, אבער כ'האב געוואוסט ביי מיר אז ס'איז נישט ריכטיג אזוי צו טאן צו א חתן א וואך פאר זיין חתונה, האב איך אים שפעטער צוריק גערופן און איבער געבעטן אויפן שרייען אויף אים, נאכן צוזאגן אז כ'קום צו זיין חתונה ווייל "איך גיי נישט נישט גיין צו איינעם'ס חתונה ווייל איך בין צוקריגט מיט יענעם", האט ער זיך געוואלט איבער בעטן מיט מיר, נאך אפאר שעה אריינקלערן דערין איז מיר געלונגען ביי רובש"ע פאר קר"ש אים מוחל צו זיין, אבער צו זאגן אז כ'הא נישט קיין שווער הארץ אויף אים דאס קען איך נישט זאגן, גאר ווייט פון דעם.

נאך מער, אז איין טאג האב איך געקוקט בילדער פון אים אין ישיבה, און ס'בויך האט זיך מיר אנגעהויבן דרייען דערפון.

יעצט פרעג איך ענק, איז עפעס ראנ"ג מיט מיר? וואס וואלט עטס געטוען אזא צייט? האלט עטס אז כ'קען אים אינגאנצן מוחל זיין? און אויב יא האט איינער אפשר אן עצה???

החותם מתוך דמעות שליש
פייטן
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

פייטן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 12:36 am

אויב ביסטו נאך א בחור, זיי ווייטער ברוגז… און טראכט פון דיין רוגזה, פונעם עבר און עתיד - די הווה פעלט נישט אויס - ווייל דו ביסט דאך געפערליך בייז. שפירסט א רוגזה׳לע, איז עס נישט קיין מקרה חלילה.

אדווייז: גארנישט wראנג - שרייב נאך פון דיינע אמאליגע ווייטאגן, און שטארק האסט געפייגערט אז יעדער מוז דער זאגן גוט מארגן, ס׳טייטשט, א חוצפה שאין כמוהו, פארוואס אין די וועלט ווילסטו צו מיר נישט רעדן און נישט גריסן ווען אלע ווייסן אז מיר מוז יעדער גריסן…, ס׳וועט פארגעסן פונעם יעצט.

אויב ביסטו ב״ה שוין פארהייראט, און דו האסט שוין אנגעהויבן בויען דיין אייגענע שטוב, און דיינע נוראנס אינעם מח קארטעקס זענען נאך פארנומען צו קאננעקטן איבער עפעס א בחור וואס האט נישט געוואלט לערנען מיט דיר איין סדר, און ביסט ליידער געווארן פארשעמט פון דיין חשובע טאטע…

אנאלעסיס: דו ביסט זייער לאָקי… מסתם האסטו גארנישט קיין דאגות, און דיין לעבן פארט פונקט ווי אין כתה ג׳ ביי דיי לעגאו שפיל וואס יאנקי האט צעבראכן, און דו קענסט אים נישט מוחל זיין…

אין א אמתע טאן: אויב דיין געוועזענער חבר בעט דיך איבער - דארף ער ״אויך״ א דאקטאר…
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: פייטן'ס שרייבעריי טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:25 am

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. א פרישע אינגערמאן לאז אים ארויסגעבן זיינע כשרונות.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”