Google photos - דערקענען פנימער

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

Google photos - דערקענען פנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

איך באניץ זיך מיט גוגל פאוטוס צו האלטן אלע מיינע בילדער פון משפחה און חברים. אבער אזוי ווי יעדער פון די מענער האבן בערד ב"ה, קען ער נישט כאפן ווער איז ווער.

איך קען אפילו האבן 10 בילדער פונעם זעלבן מעמד, און מסדר זיין ביי 4 דערפון ווער איז ווער, און גוגל וועט נאך אלס נישט טוישן ביי די אנדערע 6.

צווישן בני המשפחה אז ער צומישט זיך איז נאך א האלבע צרה. אבער ער שטעלט צוזאם הוידל מיט בוידל אן קיין חשבון. צומאהל לאך איך פון די צוזאמשטעל און צומאהל שטיי איך מיט ווינדער וואס האט איין פנים מיטן צווייטן? ער איז א פעשליכער מיט רויטע געדרייטע פאות, און א פלאטשיקע נאז מיט א גרויסע דאבל ברידש גלעזער. און דער צווייטער איז א דארער מיט קויל שווארצע פלאכע פאות, א שפיציגע נאז אן קיין גלעזער.

איז דא א וועג מסדר זיין אז גוגל זאל זיך אויסמענטשלן און מסדר זיין מיינע בילדער לויט די פנימער אזוי ווי עס באדארף צו זיין?
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: Google photos - דערקענען פנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

זייער אינטערעסאנט

ביי מיר זעה איך אז ער דערקענט זייער גוט, בילדער פון די משפחה וואס איך האב אליינס נישט דערקענט אויפן ערשטן בליק צוליב די אנטועכץ / פארשטעלאכץ און ארום וואס זענען ווייט כרחוק מזרח מערב פון די אנדערע בילדער האט ער פארט אליינס געוואוסט צו אידענטיפיצירן.
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע:אין בעט

Re: Google photos - דערקענען פנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

ביי מיר איז דאס אפציע אויסגלאשן וויזוי צינד איך עס אן?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: Google photos - דערקענען פנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

נאר איך האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 6:40 pm
ביי מיר איז דאס אפציע אויסגלאשן וויזוי צינד איך עס אן?
גיי דא

קאוד: וועל אויס אלע

 https://photos.google.com/settings 
ביי די סעטינגס סעלעקט דאס און צינד עס אן Group similar faces
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: Google photos - דערקענען פנימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אותות ומופתים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:21 am
זייער אינטערעסאנט

ביי מיר זעה איך אז ער דערקענט זייער גוט, בילדער פון די משפחה וואס איך האב אליינס נישט דערקענט אויפן ערשטן בליק צוליב די אנטועכץ / פארשטעלאכץ און ארום וואס זענען ווייט כרחוק מזרח מערב פון די אנדערע בילדער האט ער פארט אליינס געוואוסט צו אידענטיפיצירן.
גא"ם פונ'ם געבורט ביזן עלטער זיידע.
אינטרעסאנטער ערשיינונג וואס איך האב געהאט:
280398.jpeg
280398.jpeg (20.98 KiB) געזען 622 מאל
(הרה"ק מ'טאהש והרה"ק מ'ריבניץ)
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”