איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אסאך ליידיג צייט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 4:58 pm

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך ליידיג צייט »

ארום די זייגער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:53 pm
@אסאך ליידיג צייט חזק ואמץ!
וועלכע DVD ניצטו פאר עקסערסייז? אונז ווארטן שוין אפאר יאר אז אונזער ראש הקהל זאת שיקן א ווידאו פון כשר'ע עקסערסייז...
איך ניץ די צוויי
https://drive.google.com/file/d/1MmH58J ... p=drivesdk

https://drive.google.com/file/d/1P2fwcY ... p=drivesdk
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

שבת כאפט עס א גרעסערע פראבלעם צו אנהאלטן א גוטע דייעט,
מיין שאלה איז לו יצוייר איינער וואס האלט אן א שיינע באלאנצירטע low carb דייעט דורך די וואך
אבער שבת עסט ער "נארמאל", פארשטייט זיך נישט איבער די מאס, און מיט א דגוש אויף די פיש און פלייש מער ווי די חלה
אבער ער וויל נישט ציילן יעדע טינק אין Baba Ganoush וכדו', א שטיקל נאש אדער קעיק ביי א שלום זכר אדער קידוש,
וועט ער טאקע אלעס צוריקפאלן שבת? האט מען גארנישט אויפגעטון אין די ששת ימי השבוע מיטן עסן באלאנצירט?
האט איינער עקספיריענס מיט דעם?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:23 am
יעעע, א גרופ דייעט העט אפשר העלפן!

איך בין אויך שוין אפגעפאלן הונדערטער פונט אין מיין לעבן...

די בעסטע וואס ארבייט פאר מיר איז נישט עסן ביינאכט, מאכן עקסערסייז...
נישט עסן ביינאכט מיינט גארנישט ? אדער פרוכט / וועטזשטעבלס איז יא מותר ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

אבזערווירער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:22 pm
וויאזוי ספראוועט מען זיך מיט די נאכווייען.
טעגליכע נייעס +

ס'איז נאך פסח די קנעפלעך ווערן פארוואנדלט אין וואפן וועלכע קענען אויפרייסן אין יעדע ליאדע מינוט, די פאסיק שיקט שוין ווארענונגס סיגנאלן , די רעקלעך פארמאכן זיך שוין נישט אזוי גרינג און מ'גייט דערמיט אפן, ספרינג סטייל, און מ'טראכט שוין פון נאכאמאל גיין אויף א וויזיט צום דריי גודס געשעפט.

בה'ב האבן חז'ל באשאפן פאר א סיבה, פיזיש גייסטיש און רוחניות'דיג , אזויווי א מענטש איז נישט געמאכט צו האקן צוויי 8 קורס מיעלס א טאג מיט צושפייז אינדערמיט, איז א מענטש אויך נישט געמאכט צו עסן דריי סעודות א טאג מיט סנעקס אינדערמיט מיט א וואכנאכט דריי מאל א וואך.

די ציבור ווייסט נישט אבער די דריי מיעל סיסטעם איז היפש א נייער אריינגעקומען א סך הכול פון 150 יאר צוריק און אין יענע יארן האט נישט געהערשט אזא גרויסע שפע, און געגעסן האט נישט געמיינט ביז מ'קען שוין נישט נאר ענדערש ביז מ'האט שוין גענוג אנצוגיין פארן נעקסטע דריטל טאג.

זינט דער וועלט'ס באשאף איז מערסטנס געווען פארשטאנען אז א מענטש דארף צוויי סעודות א טאג אזויווי די רמב'ם שרייבט און אויך ברענגט ער ארויס די צווייטע חלק אז א סעודה מיינט נישט ביז מ'קען שוין נישט עסן.

פארוואס איז עסן נישט געמאכט צו זיין פולקאם צו די זעט ? , אונזער מוח און די מאגן האט א טעכנעלאגיע וואס איז ארויסגעקומען בערך 2015 ווען 3G איז געווען די נאָרמע, און עס נעמט צוואנציג מינוט ביז די מוח באקומט די סיגנאלן אז די מאגן איז שוין זאט, חוץ די אימערדשעסי רוף פון פול ביזן ברעג גייט שוין שנעלער אויף 4G.

פאר מיר גייען ווייטער וויל איך זאגן אז ס'קומט מיר נישט סתם פון בויך ארויס נאר כ'האב אסאך געטוהן אין די נושא און ס'איז אפילו געווען אויפן טיש פאר א פאטענציאלע פאך.

דער עולם דרייט זיך ארום מיט א גרויסע דילעמע, די אזעמפיק נידלען האבן זיך ארויסגעשטעלט פונקט ווי מערסטנס 'קוויק-פיקסעס' מיט פילע זייטיגע אומערווארטעטע פראבלעמען אריינגערעכנט ערנסט שעדיגן די מאגן און אנדערע ארגאנען.

מייזלס לאזט נישט מער ווי א דריי פערטל עפל א טאג, און די באלי דייעטע ארבעט נאר פאר 'גאלעבל' מענטשן, רוף מיר משוגע אבער פאר מיר לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דרייען עפעס אויפן אויער מאכט מיין בויך קלענער, אויב עפעס איז עס די חלק פון די געהעריגע דיעטע.

מיין מיינונג אויף די באליס איז אז ס'איז א גוטע סימבאל פאר די מענטש און זיין ארומיגע אים צו דערמאנען אז ער איז קאמיטעד דערצו, און סימבאליזאם איז טאקע א וויכטיגע טייל פון לעבן.

די פראבלעם פון מערסטנס דייעטן זענען אז ס'איז זייער קאמפליצירט און מ'מוז מאכן א ליסטע פון הונדרעטער מאכלים וואס יא און וואס נישט און וויפיל.

די לעצטיגע דייעטן וועלכע קוקן אויס ווי עס ארבעט זענען די 'קארנעוואר' דייעט ווי מ'עסט מערסטנס נאר זאכן וואס קומען פון בעלי חיים אזוי פלייש פיש און אייער, און נישט קיין מעל און געוויסע סטארטש עסנס און זעלבסטפארשטענדליך אלע אנדערע צוקערדיגע עסן, די מער עקסטרעמע ווערסיעס עסן נישט קיין פרוכט און גרינצייג נאר נעמען סאפלימענט טאבלעטן.

די אנדערע איז 'אינטערמידיעט' פאסטן, דאס מיינט מ'עסט נאר איין גרויסער מיעל א טאג, און וויפיל קען מען שוין אריינרוקן אין איין סעודה און מען פראבירט אויך אז ס'זאל זיין צו די געזונטערע זייט , ס'הערט זיך זייער שווער און ס'איז טאקע נישט געמאכט פאר יעדעם, אבער די וואס פראבירן עס זאגן אז ביז א וואך איז מען געהעריג צוגעוואוינט נישט צו הונגעריק ווערן יעדעס צוויי שעה נאר ענדערש איין מאל א טאג, די זעלבע ווי קינדער היינטיגע טעג זענען צוגעוואוינט צו הונגעריק ווערן יעדעס דריי שטונדן וויבאלד מען געוואוינט זיי צו צום ריסעס און סנעק דריי מאל משך דעם טאג.

אבער די צד השווה איז אז מ'דארף איינצומען די צאל צייטן אין טאג און צאל עסנס וועלכע מ'דארף שטענדיג שטיין על המשמר.

אלזא איז די עצה, קודם אראפצושניידן די צאל מיעלס צו צוויי, פרישטאג און נאכטמאל, דערנאך דארפסטו מאכן עטליכע אפציעס וואס דו האסט פאר פרישטאג נישט אומצאליגע אפציעס, איינמאל דו האסט א ליסטע פון פיר אפציעס דארפסטו אפמאכן וויפיל דו גייסט עסן דערפון, און נאכן אפמאכן אין מוח וועסטו זיך האלטן צו דעם חוק ולא יעבר.

נעם ענדערש זאכן וואס זענען געהעריג באשטימט, א פעקל קרעקער'ס וואס ענדיש נאשן פון א גרעסערע באקסל .

וואס איז די איינציגסטע סייענטיסטישע מעטריק וואס מאכט אויס, קאלאריס, די גוף ארבעט מיט קאלאריס און מ'קען טעקניקלי אויסרעכענען צום האר וויפיל א מענטש דארף וויפיל ער ברענט און וויפיל ער גייט פארלירן.
און ס'איז נישטא אזא זאך במציאות אז א מענטש פון פלייש און בלוט זאל זיין אין א קאלארי דעפיציט אן פארלירן וואג.

די באלאנס און חשבון וואס מ'דארף מאכן איז פער 100 קאלאריס פון די מאכל וויפיל זעטיגט עס מיר, צב''ש א גלעזל וואסער אדער דייעט קאוק זעטיגט פונקט ווי א גלעזל ''נאטירליכע'' מאראנצן זאפט אבער די חילוק איז 150 קאלאריס.

אויל און מייאנעיס זענען די ערגסטע זאכן וויבאלד א אונס אויל איז 250 קאלאריס און א ברוינפן גלעזל מייאנעיס איז א 100, און פאר די זעלבע מאס זעטיגקייט קענסטו עסן א נארמאלע עסן וואס ווי א אייער שפייז פון דריי אייער פאר 300 קאלאריס אדער מיטן שניידן א אונס פון דיין צוויי אנציגע פארציע מייאנעיס אין דיין טונא סאלאט קענסטו צולייגן נאך א האלבע קאנע טונא.

דורכאויסן טאג אז ביסט זײער הונגעריק קענסטו ערפילן דיין מאגן מיט לייכטערע זאכן ווע פרוכט און וועדשטעבלס ,

די נאכטמאל איז געווענליך מער קאמפליצירט מ'דארף עסן וואס די ווייב אדער מאמע שטעלט צו אין פילע פעלער אבער ס'איז נישט קיין פראבלעם זיך צונויפצושמועסן אז מפראבירט די שפארן געלט אויף די דריי גודס שאפינג און איך וועל עסן ווייניגער פון די אויליגע תפיחי האדמה און מער פון די פליישיגע פראטעין, אדער אז ס'איז ענדערש צו שמירן אויל אויף די בשר ווי ממש ווייקן דערין ווי ס'איז ווען א הייסע מקוה ערב שבת.

פעטעיטעס איז טאקע עפעס וואס פילע האקן דערויף און פראבירן עס אויסצושניידן, נאכדערצו ווען מיר רוקן אריין א ערך פון פופציג פונט פעטיעטע קוגל א יאר, אבער ס'איז נישט אינגאנצן גערעכט וויבאלד ס'קען זיין א מאכל וואס זעטיגט מיט ווייניג קאלאריס 26 פער אונץ און די עיקר איז צו ס'ליגט אסאך אויל דערינען.

עקסערסייז.
עקסערסייז איז נישט די פיקס וואס מענטשן מיינען ס'איז, כ'מאך נישט אוועק די וויכטיקייט אדער געזונטהייט בענעפיטן דערפון, אבער ס'איז נישט אזויווי די סטעיטמענטס לויטערן ''נאך יום טוב גיימיר ערנסט גייט אין דשים און פארלירן די גאנצע זעקל '' .

לי יהי אז דו גייסט ערליך פיר מאל א וואך פאר א שטונדע און דו מאכסט אגאנצן צייט שווערע קארדיאו, רעדט מען פון 500 קאלאריס א טאג דאס מיינט דארעכרויסן וואך נעמסטו אראפ 300 פער טאג וואס דאס איז נישט אזוי סאך ווען מ'קומט וויפיל עסן איז אין אלגעמיין און וויפיל דיין סורפלאס איז, ( זייטיגע נאטיץ מערסטנס מענטשן קענען זיך נישט קאמיטן דערצו. ) עסן עטוואס ווייניגער איז פיל גרינגער.

לסיכום.
מאך צוויי מילס א טאג, די פרישטאג די קלענערע די נאכטמאל די גרעסטע, עס בלויז קלענערע פרוכט וכדומה חוץ פון דעם, ווער עדשוקעיטעד איבער קאלאריס פער עסן און וויפיל ס'מאכט זאט , און מאך דיינע עסן ליסטע פון אפציעס קלענער.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

לעכטל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:15 pm

דער רבי זאל מיר מוחל זיין.

דאס אז אלעס האט צוטוהן נאר מיט קאלאריס, איז דער אלטע עפ די עי דייעט, וואס מייזחס בשעתו איז געווען כמעט א יחיד וואס האט געהאקט דערויף (בעיקר, אז פשוט עס קען נישט ארבייטן, ווייל אויל/פעט איז פיל מיט קאלאריס, און איז בפועל נישט דאס וואס מאכט גראב. )
היינט איז שוין דא אזויפיל דאקטורים וואס זענען מיט איהם אויף איין זייט, און שרייען אז קאלאריס איז גוט פאר א נאטרישאניסט אויפן וואך.
נישט פאר געזונטהייט.

ומבשרי אחזה
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: איך האב פארלוירן וואג (23 פונט און צוויי אהאלב חדשים) אויף א געזונטע אויפן (זיך נישט געשטאכן און זיך נישט געסליווט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

אויסגעהיילט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:55 pm

דער רבי זאל מיר מוחל זיין.

דאס אז אלעס האט צוטוהן נאר מיט קאלאריס, איז דער אלטע עפ די עי דייעט, וואס מייזחס בשעתו איז געווען כמעט א יחיד וואס האט געהאקט דערויף (בעיקר, אז פשוט עס קען נישט ארבייטן, ווייל אויל/פעט איז פיל מיט קאלאריס, און איז בפועל נישט דאס וואס מאכט גראב. )
היינט איז שוין דא אזויפיל דאקטורים וואס זענען מיט איהם אויף איין זייט, און שרייען אז קאלאריס איז גוט פאר א נאטרישאניסט אויפן וואך.
נישט פאר געזונטהייט.

ומבשרי אחזה
קענסט דאס ברייטער מסביר זיין?
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”