ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אילאן מאסק
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 1:41 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילאן מאסק »

די סעמפל וואס די מנהל ברענגט אויבן פון א געמעקטע תגובה וועלכע תגובה איז עס?

וואס איז געשטאנען דארט און פארוואס איז עס געמעקט?

די עולם זאל וויסן וואס?

עס איז נישט יושר צו נייגעריג מאכן א גאנצע עולם.
אוועטאר
מלך החכמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:22 pm
לאקאציע:🌎

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלך החכמים »

אידישע וועלט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:18 pm
אייוועלט קומט, א פיטשער גייט, מען מאכט איבער פארומס, גרופעס ווערן אוועקגעשטעלט, אבער כולם מודים און הוא באחד ומי ישובני, די ווענט פון צענזור זענען שטייף געל געווארן פון די הייזעריגע געשרייען...

פארוואס האט מען מיך געמעקט?
כ'מעג אפשר זען מיין תגובה?
זאג מיר כאטש א נארמאלע סיבה.
סעד! איך גיי מיר פון דא.
ווייטער מיט די צענזור, וויפיל איז די שיעור?
ס'פעלט די קאמיוניקעישאן מיט די מנהלים...
איך האב נישט קיין טענות, אבער זאג מיר כאטש פארוואס!
עס פעלט מיר תגובות, וואו איז עס אהינגעקומען???
פארוואס קען מען נישט אייינמאל פאר אלעמאל מאכן א סיסטעם פאר דעם?

כולם פה אחד זכור לטוב האבן געבעטן און פארלאנגט אז עס איז עבאוט טיים אז מען זאל מאכן א סיסטעם אז ווען א תגובה ווערט נעבעך פארווארפן צו די היימלאזע שווארצע פעפער זאל דער שרייבער באקומען א מעלדונג!
א וואס, א פארוואס, א ווען, און געענדיגט מיט די אומאויפהערליכע קראקאדיל קאזאק הנגזל געוויינערייען...

וויסן זאלט איר אבער טייערע טאלאנטפולע שרייבער, עס איז גאר פשוט אויף פאפיר! אבער אין דער זעלבער צייט גאר שווער רעאליסטיש.

עס איז איבריג אויסצושמועסן וויפיל טעכנישע אספעקטן דאס נעמט אריין, אבער איבערהויפט איז מען געזיצן אויף איין זיצונג נאכ׳ן אנדערן איבער דער מיליאן דאלארדיגער פראגע, אז הלמאי, אויב שטעלט מען טאקע איין אזא פיטשער, וואס וועט בלייבן פונעם צענזור אשכול?...

די ווענט פון צענזור אשכול וואס האבן אין זייער לעבן שוין אזויפיל געזען, האבן געוויינט און געליארמעט אנע אטעם אז מען זאל דאס בשום אופן נישט טון, טא וואס וועט פון זיי בלייבן. אלטע פארקאלעכטע באטשיס וואס וועלן קענען זאגן פאר יעדן וואס איז נישט אינטערעסירט אז "מיר האבן נאך געזען אן אייוועלט..." אבער קיין פרישע סחורה וועלן זיי נישט האבן, זיי וועלן בלייבן מיט׳ן אויסגעוועפטן סעלצער טעם אין מויל אן עפעס צו ברענגען צום טיש. זאגאר א מצוה וועט עס ווערן זיי אויסצוהערן בכלל.

אבער, כידוע ליודעים, די געטרייע הנהלה פון אייוועלט האט אפגעמאכט, זאל זיין וואס זאל זיין! הימל און ערד זיך אויסקערן, א שאוול זאל מען ברענגען, גאר דעם בעזעם טראק אליינס, זאלן די צענזור ווענט היישעריק ווערן, דאס איז אבער א העכסטער פריאריטעט, אן קיין צעגערנישן!

געזאגט און געטון, די פראמינענטע געטרייע דעוועלאפער טיעם אין שפיץ פון @אשר ברא און @ממה נפשך, מיט די ראט און טאט פון דער געטרייער איבערגעגעבענער הנהלה, האבן אנגעהויבן ארבעטן רונדע דעם זייגער און באקסיג דער זון דאס אהערצושטעלן.

מען איז איינמאל דורכגעפאלן, א צווייטע מאל אראפגעפאלן, און א דריטע מאל זיך אויפגעשטעלט. מען האט זיך נישט אפגעשטעלט אדער אראפגעזעצט פאר גארנישט, געטעסט און געארבעט דערויף, געשוויצט און אויפגעווען אין די שפעטע נאכט שטונדן... והנה!

-

יאפ, מיר שטייען דא!
דער מאמענט איז אנגעקומען!

אט מיט גרויס כבוד און פראכט מעלדן מיר אייך היינט דא טייערע שרייבער, און מיר שטעלן אייך פאר מיט פאפמע און פאראד דעם העכסט סאפיסטיקירטן שפאגל נייעם

אישי נאטיפיקאציע סיסטעם!

אויב וועט אייער תגובה פארמעקט ווערן, וועלן די מנהלים מיט א טשעק אינעם באקסל קענען ערלעדיגן אז איר זאלט ערהאלטן אין אייער אישי קעסטל א קאפיע פון דער אריגינעלער תגובה, מיט א קורצע סיבה וואס דער אחראי האט פארצייכנט פארוואס דאס איז פארמעקט געווארן!

עס איז ווירקליך א פאקט! דער סיסטעם איז גרייט צום באנוץ.

-

אינו דומה שמיעה לראי'!

פאלגנד איז א סקרינשאט פון אן אישי דורך דעם נייעם פארגעשריטענעם פיטשער!

unnamed (4).jpg

נעמט אבער אין אכט! פאר אייער טובה וועגן איז ראטזאם נישט צו שרייבן קיינע תגובות וואס איר ווייסט אז עס וועט פארמעקט ווערן, פשוט ווייל דאס וועט שנעל און גיך איבערפילן אייער אינבאקס, און איר וועט זיך דערזען מיט א קאמפליצירטן אישי פאלדער סיסטעם, וואס גרעסערע און קלוגערע האבן נישט באוויזן דערוויל אויסצופיגערן...

-

פארשטייט זיך אז ווען מען האלט דא דארף מען אויסדריקן א הערצליכן דאנק פאר @אשר ברא, וועלכער האט אריינגעלייגט אן א שיעור צייט, כח, און מח אהערצושטעלן פון סקרעטש (!) אט דעם לאנג געגארטן עקסלוסיוון אייוועלט פיטשער. ושותפו בדומה לו @ממה נפשך, וועלכער איז אינאיינעם מיט אשר ברא געשטאנען און אויסגעארבעט דעם פלאן מיט אלע דעטאלן, און זיכער געמאכט אז עס קומט צום לעבן.

און אודאי אז הער @וויכטיג מאכער קען מען נישט אויסלאזן, דער געטרייער מנכ"ל האט געשטופט מיט אלע זיינע כוחות (און ווי דער עולם ווייסט האט ער היבש אביסל), און האט נישט נאכגעלאזט און זיכער געמאכט אז דאס ווערט טאקע א פאקט...

מיר האפן אז דאס וועט זיין לתועלת פון די חשוב'ע אייוועלט באנוצער!
זייט מר. מאסק האט איבער גענימען X
האבן זיינע קונקערענצן געכאפט א קיצעל אין זיך גענימען צום עבודה;
אייוועלט האט זיך אפדעיטעד מיט אזויפיל שינוים לטובה די לעצטע האלבע יאר, אויף א געלאפ נישט גיוועהזען מיום היווסדה 15 יאר צוריק,
״גיוו עי הענד פאר די אייוועלט הנהלה״, קעניינעהארע!
א׳גיטן, קום אריין זיך אויסליפטערן —— אבער נאר ווען סטרעסספרי!
viewtopic.php?t=65842
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

פיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)

tgi.jpg
tgi.jpg (40.48 KiB) געזען 872 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אייער_קיכל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pm
פיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)

tgi.jpg
א פינטעלע.. (נישט מיינע צוויי).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אייער_קיכל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pm
פיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)

בילד
כ'האב פריער קלאר געזען איינעם איבערלייגן דעי געמעקטע תגובה..

ברענג אהער די חסימה.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:48 pm
אייער_קיכל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:42 pm
פיין, ווייס מיר שוין די סיבה... אבער אן קיין רמז וואס מ'האט געמעקט. (א ריפליי צום אחראי האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן)

tgi.jpg
א פינטעלע.. (נישט מיינע צוויי).
דאן איז די סיבה בכל נקודה ונקודה... (געמיינט ס'געווען א בילד וואס מ'האט געמעקט)

האו אבאוט מ'לייגט אינעם אויטאמאטישע אישי לכה"פ די קעפל פונעם אשכול פון וואו די תגובה איז געמעקט? אז דער געמעקטער זאל זיך נישט דארפן ברעכן קאפ ווען מ'מקעט עם עפעס פון 7 חדשים צוריק
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אייער_קיכל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 2:55 pm

viewtopic.php?p=4826333#p4826333
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

תגובה דורך לאנטש טיים »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:28 pm

איך האב פארשטאנען אז דער איידי האט מען בכוונה נישט געלייגט, אבער דער קעפל איז זיכער א וויכטיגע זאך
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:39 pm

פארוואס בכוונה? וואס איז דער מעלה? כ'מיין נישט אזוי.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:32 am

ווייל דער ציל פון די נייע פיעטשער איז צו פארמינערן די טענות, נישט פארמערן. אויב באקומט מען א לינק וועט מען אנהייבן שיקן אישיס און פרעגן אין צענזור פארוואס מען האט געמעקט די תגובה, בייגעלייגט א לינק, און די טענות וועט נאר ווערן מער. אבער יעצט אן קיין לינק סתם קומען שרייבן מען האט מיר געמעקט.. וועט זיכער נישט ווערן מער פון פריער (עס איז פשוט, איך ווייס נישט ווי גוט איך האב עס ארויסגעברענגט מיט מיינע ווערטער)

לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:30 am

כ'הער דער סברא.

דער מציאות איז אבער כפי ידיעתי אז עס איז נישט געווען בכוונה.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואס האט מען פון אן ID ווען מ'קען נישט ליינען די תגובה?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:53 pm
וואס האט מען פון אן ID ווען מ'קען נישט ליינען די תגובה?
מ'זעט פון וועלכע אשכול און בלאט עס קומט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:53 pm
וואס האט מען פון אן ID ווען מ'קען נישט ליינען די תגובה?
מען זעט פון וואו עס קומט, און דער אחראי קען דאך יא זעהן, קומט מען פרעגן פארוואס האט מען מיך געמעקט דעם תגובה????
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9269
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ענדליך ענדליך האב איך זוכה געווען צו אן אישי איבער א מחיקה. איך שפיר מיך געהעריג פארט פון די זאך.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

תגובה דורך אדמדם »

פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm

גא''מ
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

מען האט מיר געמעקט אין איך האב נישט באקומען קיין אישי, זעט אויס אז איך דארף אליין פארשטיין, און איך פארשטיי טאקע...
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2987
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:09 am

שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:31 am
מען האט מיר געמעקט אין איך האב נישט באקומען קיין אישי, זעט אויס אז איך דארף אליין פארשטיין, און איך פארשטיי טאקע...
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:36 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:09 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
גא''מ
שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:31 am
מען האט מיר געמעקט אין איך האב נישט באקומען קיין אישי, זעט אויס אז איך דארף אליין פארשטיין, און איך פארשטיי טאקע...
סאיז דא פעלער וואס מ׳באקומט נישט קיין אישי?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מ'האט שוין אפאר מאל ערקלערט: ווען מען מעקט 'באלק', האט מען ניטאמאל די אפציע צו לאזן א באמערקונג
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:36 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:09 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
גא''מ
שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:31 am
מען האט מיר געמעקט אין איך האב נישט באקומען קיין אישי, זעט אויס אז איך דארף אליין פארשטיין, און איך פארשטיי טאקע...
וואס איז טאקע געווען די פראבלעם? מהאט דיסקוסירט א וועלטליכע נייעס מיטן פולסטן מאס איידלקייט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35580
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאסט טרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:30 am

וואס איז טאקע געווען די פראבלעם? מהאט דיסקוסירט א וועלטליכע נייעס מיטן פולסטן מאס איידלקייט...
ד"ה ויאמר וגו' צרור את המדינים
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10244
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

פוילער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:48 am
אלי' מקוה יוד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:36 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
אדמדם האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:09 am
פוילער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:40 pm
מען האט מיר געמעקט, און איך האב נישט באקומען קיין אישי, וואס פשט?
גא''מ
שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:31 am
מען האט מיר געמעקט אין איך האב נישט באקומען קיין אישי, זעט אויס אז איך דארף אליין פארשטיין, און איך פארשטיי טאקע...
סאיז דא פעלער וואס מ׳באקומט נישט קיין אישי?
ס'איז אפציאנאל פאר'ן אחראי וואס מעקט די ספעציפישע תגובה.
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: ברעיקינג! אויטאמאטישע אישי נאך א מחיקה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:01 pm

ס'איז אפציאנאל פאר'ן אחראי וואס מעקט די ספעציפישע תגובה.
הייסט נאר די מיוחסים באקומען?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”