איך דארף א ספעציפישער לוח - הילף ביטע

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

איך דארף א ספעציפישער לוח - הילף ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גוטן טייערע חברים, איך דארף האבן א workable קאלענדער אויפן קאפמיוטער.

איך וועל זיך מסביר זיין. איך האב, למשל, א הכנסת אורחים מיט פיר צימערן, און איך דארף אריינלייגן אין לוח אז צימער איינס איז פארנומען דורך חיים שווארץ, פון מיטוואך וארא ביז מיטוואך בא; און צימער צוויי איז פארנומען דורך משה בלוי, פאר שבת בשלח, פון פרייטאג ביז זונטאג; צימער דריי פון מאנטאג יתרו ביז דינסטאג משפטים פאר יענקל גרין, וכדו'.

איך שפיר אז עפעס אזא סארט זאך ווי א עקסעל פייל אויסגעשטעלט ווי א לוח, וואו איך קען האבן פיר טעבס, איינס פאר יעדע צימער, וואלט געווען די בעסטע. אבער איך דארף האבן דארט סיי דעם אידישן לוח און סיי דעם למספרם קאלענדער. עס מוז נישט זיין דוקא עקסעל, סיי וועלכע זאך וואס וועט מיר טון די ארבעט איז גוט.

איז די שאלה צו איז פארהאן אזא זאך? אויב יא, וואו, וויאזוי באקום איך עס? וגו' וכו'.

קען מיר איינער ביטע ארויסהעלפן?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: איך דארף א ספעציפישער לוח - הילף ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

אויף גוגל קאלענדאר קענסט צולייגן עקסטערע סאב קאלענדארס, קענסט האבן א קאלענדאר פאר יעדע צימער עקסטער, און זען אלע צוזאמען - יעדע האט אן אנדערע קאליר
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: איך דארף א ספעציפישער לוח - הילף ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, א גרויסן יישר כח.

נאר יעצט האב איך נאך צוויי פראגעס. איינס, צו קען גוגל קאלענדער אויך האבן דעם אידישן לוח? און אויב יא, וויאזוי, און צוויי, וויאזוי מאך איך די סאב קאלענדערס מיט די קאלירן. איך קען מיך בכלל נישט אויס.

און ווידער א יישר כח
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: איך דארף א ספעציפישער לוח - הילף ביטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

צו האבן די אידישע לוח קענסטו דאונלאודן פון די לינק, מאך זיכער צו אנשטעלן די סעטינגס צו וואס די דארפסט.

https://www.hebcal.com/hebcal?v=1&maj=o ... &year=2024

צילייגן די סאב קאלענדאר - אויף א קאמפיוטער - איז עס ביי די רעכטע זייט, עס איז דא די + סימבאל. א יעדע קאלענדאר באקומט אטאמאטיש א קאליר
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”