וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אזוי ווי עס איז מיר לעצטנס עטליכע מאל אויסגעקומען צו העלפן מענטשן אויפסעטן א לאקאל סערווער, און נישט אלע האבן פארשטאנען די קורצע אינסטרוקציעס, האמיר באשלאסן אפצושרייבן באריכות אז עס זאל זיין אויף אידיש מען זאל נישט דארפן גיין זוכן אויפן ברייטן געוועב.

צוערשט, וואס איז דאס א לאקאלע סערווער? א וועבזייטל דארף ערגעץ ליגן. עס איז טאקע א שיינע וועבזייטל מיט פארשידענע פיטשעווקעס און שיינע זאכן, אבער ערגעצוואו ליגט א פאלדער מיט פיילס וואס זענען געשריבן אין HTML,CSS, און JS. ווען עס איז טאקע די גאנצע סייט געבויעט נאר מיט די דריי שפראכן, דארף מען נישט גארנישט. מען קליקט אויף די Index.html פייל, און עס עפנט זיך אטאמאטיש אינעם בראוזער, וועלכער פארשטייט שוין וואס ער האט צו טון דערמיט, און נעוויגירט אינעם פייל עקספלארער פונעם קאמפיוטער אן צו דארפן האבן סיי וועלכע באזונדערע סאפטוועיר.

אבער נאכדעם איז דא זייטלעך וואס זענען געבויעט מיט PHP (עס איז דא אויך מיט Python אדער C#, אבער איך רעד דא פון PHP). אוודאי אויך מיט HTML, CSS און JS, אבער די יסוד און די בעקענד איז מיט PHP. אזעלכע פיילס קען א געווענליכע בראוזער נישט ליינען. ער עפענט עס אויף כאילו עס וואלט געווען פלעין טעקסט. וואס טוט מען? מען דארף עס לייגן אויף א וועב סערווער. דהיינו, א געווענליכער בראוזער איז נאר א וועב קלייענט, ער קען נישט שיקן פאר א צווייטן וואס ער זעט, ער קען ליינען פיילס געשריבן אין HTML וכו’ און שוין. אויב איז עס לאקאל אין א פאלדער קען ער עס פשוט ליינען פון דארט, אדער אויב ליגט עס אויף א סערווער ערגעץ אויפן ברייטן געוועב וועט ער עס ריקוועסטן פון יענעם סערווער דורך א דאמעין/IP, און דער סערווער שיקט אים צוריק די HTML פיילס.

אבער PHP פיילס, קען ער נישט ליינען. ער פארשטייט נישט זיין אינהאלט. דארף דער בראוזער אן איבערטייטשער וואס זאל אים מסביר זיין וואס ער דארף ווייזן פאר דער וואס וויל ליינען דעם זייטל. און דאס איז די ארבעט פונעם וועב סערווער. חוץ פון צושטעלן די פיילס פארן בראוזער, וועט ער עס אויך איבערטייטשן אויב איז עס נישט געשריבן אין HTML.

און וואס טו איך אויב וויל איך זעהן PHP פיילס נישט אויפן אינטערנעט, למשל צו טעסטן, אדער זיך שפילן מיט wordpress וכדו’? איז דא אן עצה, צו אינסטאלן אויפן קאמפיוטער א פראגראם וואס זאל דינען אלס סערווער. איך בין באקאנט ספעציפיש מיט Xampp, אבער איך שטעל מיך פאר אז bitnami און אנדערע איז אויך בערך די זעלבע פראסעס.

לאמיר מקדים זיין פאר ווער עס ווייסט נישט, אינסטאלן א סערווער מיינט אז מען גיבט עקסעס פאר אנדערע דעווייסעס אויך צו עקסעסן דיינע פיילס. דאס הייסט אויב האסטו אינסטאלירט א סערווער סאפטוועיר אויף דיין קאמפיוטער, און דו ביסט אויפן ברייטן געוועב, קען סיי ווער אריין לייגן דיין IP אדרעסס אין זיין סורטש באר, און זעהן דיינע פיילס. פארשטייט זיך אז ווינדאוס דעפענדער אדער סיי וועלכע אנדערע אנטי וויירוס פראגראם גיבט א ווילדן אלערט ווען מען צינדט אן דעם סערווער אז דו שטעלסט ארויס דיינע פיילס פארן פובליק, אבער אז מען קען זיך אויס און מען איז אין בעק פון א פייערוואל געווענליך דארף מען נישט מורא האבן.
(דיין לאקאלע נעטווארק גייט יא קענען זעהן.)
(Xampp גיבט נאר עקסעס צו פיילס וואס זענען 'אויפן סערווער'. דאס הייסט אינעם 'htdocs' פאלדער אינערהאלב דעם סערווער. דיין לאקאלע נעטווארק וועט אויך נאר קענען זעהן דאס.)

על כל פנים. איך שרייב א PHP זייטל, אדער איך וויל נוצן wordpress, אבער לאקאל. איך וויל עס קענען טעסטן פון מיין בראוזער. וואס טו איך?

אינסטאלל Xampp.

איך גיי גיין מיט ווארדפרעסס פאר א משל, אבער עס איז מער ווייניגער די זעלבע פראצעדור אויך מיט אנדערע פון די סארט, למשל phpBB איז אויך די זעלבע פראסעס.

נאכאמאל, מיין משל איז אינסטאלן Xampp, אויף ווינדאוס, און אינסטאלן אויפן סערווער wordpress. סיי וואס אנדערש גייט זיין אביסל אנדערש די פראצעדור, אבער בערך די זעלבע.
אויף לינוקס אינסטאלן עקזעמפ איז היבש קאמפליצירט, אבער איינמאל עס איז אינסטאלד איז די אויפסעטן חלק בערך די זעלבע.

די ערשטע זאך גייט צו https://www.apachefriends.org/download.html און דאונלאוד די לעצטע ווערסיע.

קליק אויף די אינסטאללער פייל.
גיי מיט די וויזערד, און אינסטאלל די פראגראם.

קליק נעקסט
בילד

מאך זיכער אז MySQL האט א טשעק, און דרוק נעקסט
בילד


וועל אויס וואו עס זאל אינסטאלירט ווערן.
דיפאולט איז אין די ROOT פון דרייוו C, מען קען עס טוישן אדער דורך טייפן די path, אדער מיטן דרוקן דעם אייקאן צו רעכטס.
דרוק נעקסט.
בילד

וועל אויס די שפראך, ענגליש איז דיפאולט.
דרוק נעקסט.
בילד

די פראגראם איז גרייט צו ווערן אינסטאלירט!
דרוק נעקסט.
בילד

עס הייבט זיך אן צו אינסטאלירן...
בילד

ערגעץ האלט מען שוין…
גוט צו וויסן פארדעם אז עס נעמט א גוטע פאר מינוט.
בילד

כמעט פארטיג.
בילד

און, אינסטאלירט.
דא ווערט ווינדאוס דעפענדער ווילד, און אויב האט איר א צווייטע פייערוואל וועט ער ווארשיינליך אויך פארפירן.
אזוי זעט עס אויס ביי דיפאולט.
בילד

טויש עס ס’זאל זיין אזוי, און דרוק allow access.
בילד

סוקסעספול אינסטאלירט!
דרוק finish.
בילד


איר האט סוקסעספול אינסטאלירט Xampp סערווער אויף אייער קאמפיוטער!

המשך וויאזוי צו אויפצוסעטן דעם סערווער, יוזערס/דעטעבעיסעס, און אינסטאלירן Wordpress אויפן סערווער וועט בעזר ה’ נאכפאלגן בקרוב.


-----
(דער דרעפט איז געשריבן געווארן אומגעפער א יאר צוריק מיטן חשבון צו ענדיגן אויך וויאזוי צו מסדר זיין יוזערס/דעטעסעיסעס אויך, (און וויאזוי צו אינסטאלירן פראגראמען ווי ווארדפרעסס וכדו' דערויף) אבער איז דערווייל נישט געקומען לידי מעשה. היינט האב איך דעסיידעט עס ארויס צו לייגן עז איז, און אויב איינער דארף הילף אין די ווייטערדיגע שטאפלען זאל בעטן, און איך וועל בלי נדר זיך משתדל זיין צו שרייבן ווייטער.)
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33132
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זייער שיין און קלאר געשריבן, און א עקסטערע יישר פארן עס ארויסלייגן!

איין הערה, XAMPP (און Bitnami) איז נישט דער סערווער פראגראם, נאר עס איז א "סערווער סטעק" אדער "סערווער ענווייראמענט". דער סערווער זעלבסט קענסטו אויך אליינס אינסטאלירן אויב דו ווילסט (ער גיבט נארמאל Apache וועב סערווער, אבער די זעלבע זאך מיט Nginx) נאר וואס זיי געבן דיר איז טאקע אויך (זאכן וואס זענען עכט אינגאנצן עקסטערע פראגראמען) א דעטאבעיס פראגראם (MySQL), א פייל סערווער, און די אלע שפראך אינטערפעטערס (ווי PHP).
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

שכח זייער קלאר
פארוואס קען עס נאר ארבעטן מיט php ?
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מעסיוו דזשאב
כהאף אז מען גייט נישט דארפן ווארטען א יאר פאר די נעקסטע דרעפט.

אויך אויב שייך צו בעסער מסביר זיין די חילוק פון נוצען WordPress VS Microsoft IIS
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33132
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 9:29 am
מעסיוו דזשאב
כהאף אז מען גייט נישט דארפן ווארטען א יאר פאר די נעקסטע דרעפט.

אויך אויב שייך צו בעסער מסביר זיין די חילוק פון נוצען WordPress VS Microsoft IIS
WordPress איז שוין דער נעקסטער סטעפ, א פלאטפארמע פאר א וועבזייטל. קענסט לייגן ווארדפרעס אויף Microsoft IIS אויך.

Microsoft IIS פשוט נאך א וועב סערווער פראגראם (אזויווי Apache אדער Nginx).
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

sorry for not writing in yiddish
so there is a web server (like apache, nginx, iis) their job is to serve files over http but you need to tell them what to serve.
then we have a few types of ways how programs are packaged , when you have a static website like a landing page then you don't need any execution on the server to know what to gave for the client so in such a case you will write all the files and setup the webserver to serve it to the client and everything will happen on the clients browser.
then you have programs like asp.net or nodejs express, they have a build in webserver but you don't have all the options there with the server so in such a case you will setup the webserver as a proxy to the program and 1 more point is that this kind of programs you will need to start 2 things the program and the webserver.
then you have the php way so in php its very similar to a static site (its actually the same)the difference is that the webserver will execute the file before serving it so when it finds a file called index.php it will open he file and take the output from there and since we installed the php engine the file will open with the php program and it will return the contant what php gives back
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3295
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: וויאזוי צו אינסטאלירן א לאקאלע וועב/דעטעבעיס סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

@איל משולש מיר אלע ווארטן מיט אפענע מוילער
זייער קלאר אראפ געלייגט א ביז אהער
שכח
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”