שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

עס איז אינמיטן די פרייטיג צונאכטס סעודה פרשת שמות. מען ברענגט שוין אריין די הייסע זופ. די פארע שרייט פון זיך אליין שבת קודש!! מען שפירט דעם כל מלאכתך עשויה, די רואיגקייט.

איך באמערק די רינדלעכיגע געשניטענע שטיקעל סקוואש, די לאנגע שטיקעל מייער. אין איך בין מחדש אז מיין טעלער דערמאנט מיך פון שם הוי"ה די סקוואש איז א יו"ד, די זופ איז א ה"א, די מייער די וא"ו, אין די טעלער די לעצטע ה"א.

איך דערמאן זיך די אור החיים הקדוש אויף די פרשה אז די אייבערשטער האט געזאגט פאר משה הוי"ה מיט אקי"ה. הוי"ה ווייזט אז די אייבערשטער מאכט אלעס, אפילו א צרה אפילו שווערע צייטען. און אקי"ה איז אז די אייבערשטער איז אין יעדע צרה. אין האלט מיט פון די נאנט.

מיין מח פארט אוועק צו יארען צוריק... פון עפעס א צרה.. אויך שבת פרשת שמות.....

*******

עס איז שבת צופרי אין בית המדרש קערעסטיר-בערבעשט 241 פענן סטריט אין ווילאמסבורג. דע וואך אנדערש ווי אלע וואכען גייט זיין א אנדערע בעל קורא. יענקי א אינגע שיעור ג' ישיבה קטנה בחור. די רב ר' ישעי גראס ז"ל וואס איז די בעל קורא קבוע איז אין פלארידע פון שבת שמות ביז נאך יתרו.

די בחור איז זייער נערוועז אבער א גאנצע וואך גרייט ער זיך צו ווייל עס איז די ערשטע מאהל וואס ער גייט ליינען די גאנצע פרשה. שני וחמישי האט ער שוין געטוהן אפאר מאהל אבער צו געדענקען די טראפען פון א גאנצע פרשה? נאכדערצו א שובבים לאנגע פרשה איז דאך א שטיקעל טשעלענדש.

ביז שישי האט ער זיך פארגעקוט אין די ימי המעשה אין ישיבה. אבער פון שישי און ווייטער האט ער פרובירט צו חזרן ליל שבת קודש אבער יענע ליל שבת איז געווען מער שלאף-לאז ווי יא. די אחד משישים למיתה איז כמעט נישט געשען אלץ שלאפן. אבער אביסל מער ווי שישים למיתה צער האט ער יא געשפירט אין זיין הארץ און אין זיין מוח. זיינע געפילען האבן איהם מייסר געווען מיט יסורין בשתיקה, זיין וועלט איז צוזאם געפאלען יענע נאכט.

ער גייט ארויף די צוויי שטאק שטיגען אביסל אסאך נערוועז ווייל ער קען נאר ביז שישי. אבער ער איז זיך מחזק "גם זה יעבור". אפשר נעקסט טיים דארף מען זיך פארקוקן צום סוף פרשה ערשט אז אזוי זאל דער עולם בלייבן מיט די גיטע טעם אין מויל.


ער הייבט אן ליינען, אלעס פארט געשמירט. אבער מען קומט אן צו שישי עס פארט נאך גאנץ גוט די ווערטער, כאטשיק טראפען קען ער שוין נישט, אבער מען קומט אן צו שביעי אין ער הייבט אן צו קעקעצען מיט די עברי.

ויֻכו שטרי בני ישראל ווערט ויַכו
מוכים וחטָאת עמך ווערט וחטָאתָ
תבן אין נִתָּן ווערט נָתָן


בקיצור סאיז יו"ט אין דערוואכן מיט דעם בחור. די בחור מאכט דאס אדורך בשלום. נישט צו גרויסע בושות אבער ער קען זיך נישט זאגן פאר קיינעם פארוואס ער האט זיך נישט געהעריג פארגעקוקט, פארוואס די נאכט איז געווען שלאףלאז. ווייל עס איז זייער א גרויסע בושה און אויך זייער ווייטאגלעך.


*******

א יאהר פריער זונטאג פרשת לך-לך תשס"ט אין ישיבת שערי יושר עס איז דא אינגאנצען איין אין צוואנציג בחורים אין ישיבה. די ישיבה איז פוחת והולך משום כמה סיבות. מזוכט א בעל קורא פאר מארגען מאנטאג. די בחור יענקי ער האט נאך קיינמאל נישט געליינט אבער ער זאגט אז זיין טאטע איז א בעל קורא אין ער איז גרייט צו ליינען. ער שטעלט זיך צו צום בימה עס פארט גאנץ געשמירט. אבער די ראש ישיבה איז נישט צופרידן. אנשטאט צו געבען א פסק ריפט ער אן א תלמיד ותיק זיינער ר' יונה הי"ו א חשובע אינגערמאן א בעל קורא מומחה אויב ער קען טוהן א חסד אין אויסלערנען די בחור פון וויליאמסבורג וויאזוי צו ליינען מער מדיוק. אומר ועושה אז א ראש ישיבה הייסט פירט מען אויס למעשה. ר יונה ארבעט אין קארנס בעקעריי אין רופט אריבער יענקי יעדע זונטאג אין מיטוואך נאכט זיך צו צוגרייטען די קריאה פון שני וחמישי בחנם ממש!!

אין אזוי האט זיך דער בחור געלערענט זיין א בעל קורא. דע השגה פון הרב רוזנבלום זי"ע אין די נאמנות אין תמימות פון די תלמיד ר' יונה נ"י.

* * * *

א יאהר שפעטער יענקי'ס טאטע זאגט איהם איך האב א גיטע פאסטען פאר דיר. קערעסטירער בית המדרש דא ארויף די גאס זיכט א בעל קורא פאר פינף וואכען. זיי זענען גרייט צו צאלען פינף אין צוואנציג דאלער פער וואך. ממש טבין ותקילין... אבער ער איז געווען זייער עקסיידעט.

יענע פרייטיג צונאכטס פרשת שמות האט ער געגעסען די סעודה ביי די באבע אריבער די גאס. ווען ער קומט אהיים זאגט איהם זיין מאמע זעץ דיך אראפ איך וויל דיר עפעס זאגן. זי הייבט אן זאגן "איך האב פרובירט אלעס פאר אוינזער שלום בית אבער איך קען נישט ווייטער אנגיין. די איינציגסטע מהלך איז, אז איך אין טאטי גייען זיך גט"ן." זי לייגט צו אז נאך איין מזל אז ער איז נישט געווען ביי די סעודה ווייל טאטי האט געוויינט.

זיין בויך פאלט אראפ ווי פון א גליטשער. זיין מאגן איבעלט איהם. וואס? איך גיי ווערען די נעבעך פון שטאט? אין אויך, די האסט מיך אפגענארט!! יעדע מאהל נאך א אזא סכסוך צווישן די צוויי פון די דריי שותפים באדם אין אזא שטילע מינוט פלעגט יענקי פרעגען.
"מאמי די גייסט זיך גט'ן?" די ענטפער איז געקומען מיט א הבטחה,
"נע מהאט זיך סתם גטענה'ט"

ער וויל זיך פארקוקן די ליינען אבער אנשטאט ווערטער זעט ער גארנישט נאר אין זיין מח הערט ער איינמאל אין נאכאמאל די ביסט א נעבעך! די ביסט א נעבעך!

אריין אין בעט, צירוק צו די תיקון קוראים וחוזר חלילה אפאר מאהל. ער קען נישט קימען צו זיך. ענדליך שפעט אין די פארטאגס שעה'ן האט זיך די שלאף גובר געווען אויף די צער. אבער די ליינען האט ער נישט געלונגען צו זיך פארקוקן ביזן סוף.

******

פרשת יתרו איז יענקי שוין געקומען פון די אנדערע זייט ווילאמסבורג פון זיין נייע הויז אבער ער איז נישט פרייליך ווייל זיין טאטע איז נישט מיט געקומען צו די נייע הויז. אבער זיין מאמע באגלייט עם די שווערע לאנגע וועג. (עס האט געדארפט זיין א שניי שטורעם יענע שבת אבער אלע שניי איז אנגעקומען אין פעסעיק נוי דשערסי געגענט. "אנשטאט דע שניי די זון עס שיינט" )

די ליינען האט ער גוט געקענט ווייל יתרו איז גאנץ קורץ. יעדער קומט אריבער נאכן ליינען זאגען שכ"ח!! יענקי איז נישט זיכער צו די שכ"ח איז עכט אדער נאר ווייל ער איז געווארען א נעבעך.


****
"וואס ביסטו פארקלאצט!"
"די קינדער ווילן שוין פרעגען די שאלות!"
פרעגט מיין רעבעצען.

איך קוק ארום אין איך זעה מיין ווייב, און דריי קינדער ארום די טיש. איינער אין די היי-טשעיר, די אנדערע צוויי שפילען זיך שיין. אשתך כגפן פוריה, בניך כשתילי זיתים סביב לשלחנך. אין ברוך השם אז אין דע הויז וואוינען יא די טאטע אין מאמע צוזאמען מיט שלום ושלווה. (אפאר מאהל טענ'ט מען זיך אבער אויף א געזונטע אופן...)

כנסת ישראל בעט זיך צו טאטי פליז קום שוין צוריק אהיים לאמיר לעבן צוזאמען בשלום ושלווה אין איין הויז. אמן
לעצט פארראכטן דורך באדראג-קערעסטיר אום דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

טרערן פליסן...

מדת הרחמים עלינו התגלגלו..(בהתנועה של ר מאיר אדלער)
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:45 pm
טרערן פליסן...

מדת הרחמים עלינו התגלגלו..(בהתנועה של ר מאיר אדלער)
נישט געקענט ארויסברענגען בעסער.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

סרייסט דאס הארץ.. זאל דער באשעפער העלפן אונז זאלן קיינמאל וויסן וואס דעס מיינט..
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

די חידוש דא איז אז די טאטע האט געוויינט געווענליך איז די מאמע די וואן וואס וויינט
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

it's a big chizuk what he writes!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6527
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וויטאגליך... דער אייבערשטער זאל אונז אלע באגליקן.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

💔💔
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוי וויי.. למה הרעות לעם הזה.. פארוואס טוסטו דאס צו די קליינווארג.. למה זה שלחתני..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

אין לי מילים.


נעבעך פאר דיר, יענער האט דיר באמת געוואלט זאגן שכח. אבער פאר דיר איז געווען ווי א פייערדיגע שפיז.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איי איי איי, זאל דיר שטענדיג זיין פריילעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:45 pm
טרערן פליסן...

מדת הרחמים עלינו התגלגלו..(בהתנועה של ר מאיר אדלער)
...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

😭💔😭💔😭💔😭💔😭💔😭💔😭

נישטא קיין ווערטער..
כ'וויל זאלסט דערהערן
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

...
כ'וויל זאלסט דערהערן
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

איך בין ווערטער לאז......
🥺
אין עוד מלבדו
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:45 pm
טרערן פליסן...

מדת הרחמים עלינו התגלגלו..(בהתנועה של ר מאיר אדלער)
Link?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

latter האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:48 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:45 pm
טרערן פליסן...

מדת הרחמים עלינו התגלגלו..(בהתנועה של ר מאיר אדלער)
Link?
https://drive.google.com/file/d/1rNdtA6 ... 5RtsQ/view


https://drive.google.com/file/d/1PUwtXS ... IrUGD/view
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

@באדראג-קערעסטיר איך וויין מיט מיט דיר צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל!
לעבן מיט'ן אמת'ן זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:27 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבן מיט'ן אמת'ן זיך »

עס ברענגט מיר ארויף פעין, עס דערמאנט מיר פון מיינע דורך גאנג די לעצטע'רע יארן,
מער קלאר,
פון די 2 יאר אלט!!....

טאקע א יונג קינד.
אבער אנשטאט די לעבן זאל זיך דעמאלט'ס אנהייבן איז און א געוויסע זין געווען....

אויפגעוואקסן אהן מיין אייגענע טאטע! און מאמע! ברודער און שוועסטער!

אלע קינדערישע יארן און בחורישע יארן

ווייטאג! האפעננונג! געגועים! בענקשאפט!- בושה! אוועקלויפן! אוי! אוי!...וכו'

וואס דארף איך רעדן נאך פון די ווייטאג? עס ברענגט נישט קיין סאך.


"דאס זענען די מעלות וואס איך געב קרעדיט פאר מיינע מצבים"

כ'האב זיך אסאך געהויבן צוליב מיינע שווערע טעג,
מיט מחשבה! חסידות! מוסר!
און שבתות! - ימים טובים!

מיט זיין סעסעטיעוו צו מצבים! רוחניות'דיגע, אין צו גשמיות'דיגע
צו מענטשען ארום מיר!
צו משפחה
און נאך אסאך




שווער - זייער שווער! אבער גוט!!
פארוואס?
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2024 8:30 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס? »

מיין הארץ ווערט אזוי איבערגענומען פון אזעלעכע זאכן. זאל איך זאגן אז איך פיל מיט דיין צער? איז עס בכלל מעגליך?
לעבן מיט'ן אמת'ן זיך
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:27 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעבן מיט'ן אמת'ן זיך »

ממש פעינפול דיין ווייטאג דיין צער אין יענע מינוטן
וויפיל מען זאל נאר ארויס ברענגען איז עס נישט גארנישט אנטקעגן די גאנצע רייזע פון דאן אהן אין ווייטער...

איך פיל מיט מיט דיר (איך פראביר).
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

אמאהל פלעגט מען זאגן:

דער בריוו איז נאס געווארן..... וכ"ו

און איך זאג:

מיין קאמפיוטער איז נאס געווארן פון דער פולע חוצפה'דיגע טרערן וואס כאפן זיך ארויס אומווילענדיג פון מיינע צוויי אויגן!
איך בין ווערטערלאז!

דיין ניק זאגט שוין אלעס
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: שבת שמות תש"ע די בשורה אז טאטי אין מאמי גיין זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:40 pm
עס איז אינמיטן די פרייטיג צונאכטס סעודה פרשת שמות. מען ברענגט שוין אריין די הייסע זופ. די פארע שרייט פון זיך אליין שבת קודש!! מען שפירט דעם כל מלאכתך עשויה, די רואיגקייט.

איך באמערק די רינדלעכיגע געשניטענע שטיקעל סקוואש, די לאנגע שטיקעל מייער. אין איך בין מחדש אז מיין טעלער דערמאנט מיך פון שם הוי"ה די סקוואש איז א יו"ד, די זופ איז א ה"א, די מייער די וא"ו, אין די טעלער די לעצטע ה"א.

איך דערמאן זיך די אור החיים הקדוש אויף די פרשה אז די אייבערשטער האט געזאגט פאר משה הוי"ה מיט אקי"ה. הוי"ה ווייזט אז די אייבערשטער מאכט אלעס, אפילו א צרה אפילו שווערע צייטען. און אקי"ה איז אז די אייבערשטער איז אין יעדע צרה. אין האלט מיט פון די נאנט.

מיין מח פארט אוועק צו יארען צוריק... פון עפעס א צרה.. אויך שבת פרשת שמות.....

*******

עס איז שבת צופרי אין בית המדרש קערעסטיר-בערבעשט 241 פענן סטריט אין ווילאמסבורג. דע וואך אנדערש ווי אלע וואכען גייט זיין א אנדערע בעל קורא. יענקי א אינגע שיעור ג' ישיבה קטנה בחור. די רב ר' ישעי גראס ז"ל וואס איז די בעל קורא קבוע איז אין פלארידע פון שבת שמות ביז נאך יתרו.

די בחור איז זייער נערוועז אבער א גאנצע וואך גרייט ער זיך צו ווייל עס איז די ערשטע מאהל וואס ער גייט ליינען די גאנצע פרשה. שני וחמישי האט ער שוין געטוהן אפאר מאהל אבער צו געדענקען די טראפען פון א גאנצע פרשה? נאכדערצו א שובבים לאנגע פרשה איז דאך א שטיקעל טשעלענדש.

ביז שישי האט ער זיך פארגעקוט אין די ימי המעשה אין ישיבה. אבער פון שישי און ווייטער האט ער פרובירט צו חזרן ליל שבת קודש אבער יענע ליל שבת איז געווען מער שלאף-לאז ווי יא. די אחד משישים למיתה איז כמעט נישט געשען אלץ שלאפן. אבער אביסל מער ווי שישים למיתה צער האט ער יא געשפירט אין זיין הארץ און אין זיין מוח. זיינע געפילען האבן איהם מייסר געווען מיט יסורין בשתיקה, זיין וועלט איז צוזאם געפאלען יענע נאכט.

ער גייט ארויף די צוויי שטאק שטיגען אביסל אסאך נערוועז ווייל ער קען נאר ביז שישי. אבער ער איז זיך מחזק "גם זה יעבור". אפשר נעקסט טיים דארף מען זיך פארקוקן צום סוף פרשה ערשט אז אזוי זאל דער עולם בלייבן מיט די גיטע טעם אין מויל.


ער הייבט אן ליינען, אלעס פארט געשמירט. אבער מען קומט אן צו שישי עס פארט נאך גאנץ גוט די ווערטער, כאטשיק טראפען קען ער שוין נישט, אבער מען קומט אן צו שביעי אין ער הייבט אן צו קעקעצען מיט די עברי.

ויֻכו שטרי בני ישראל ווערט ויַכו
מוכים וחטָאת עמך ווערט וחטָאתָ
תבן אין נִתָּן ווערט נָתָן


בקיצור סאיז יו"ט אין דערוואכן מיט דעם בחור. די בחור מאכט דאס אדורך בשלום. נישט צו גרויסע בושות אבער ער קען זיך נישט זאגן פאר קיינעם פארוואס ער האט זיך נישט געהעריג פארגעקוקט, פארוואס די נאכט איז געווען שלאףלאז. ווייל עס איז זייער א גרויסע בושה און אויך זייער ווייטאגלעך.


*******

א יאהר פריער זונטאג פרשת לך-לך תשס"ט אין ישיבת שערי יושר עס איז דא אינגאנצען איין אין צוואנציג בחורים אין ישיבה. די ישיבה איז פוחת והולך משום כמה סיבות. מזוכט א בעל קורא פאר מארגען מאנטאג. די בחור יענקי ער האט נאך קיינמאל נישט געליינט אבער ער זאגט אז זיין טאטע איז א בעל קורא אין ער איז גרייט צו ליינען. ער שטעלט זיך צו צום בימה עס פארט גאנץ געשמירט. אבער די ראש ישיבה איז נישט צופרידן. אנשטאט צו געבען א פסק ריפט ער אן א תלמיד ותיק זיינער ר' יונה הי"ו א חשובע אינגערמאן א בעל קורא מומחה אויב ער קען טוהן א חסד אין אויסלערנען די בחור פון וויליאמסבורג וויאזוי צו ליינען מער מדיוק. אומר ועושה אז א ראש ישיבה הייסט פירט מען אויס למעשה. ר יונה ארבעט אין קארנס בעקעריי אין רופט אריבער יענקי יעדע זונטאג אין מיטוואך נאכט זיך צו צוגרייטען די קריאה פון שני וחמישי בחנם ממש!!

אין אזוי האט זיך דער בחור געלערענט זיין א בעל קורא. דע השגה פון הרב רוזנבלום זי"ע אין די נאמנות אין תמימות פון די תלמיד ר' יונה נ"י.

* * * *

א יאהר שפעטער יענקי'ס טאטע זאגט איהם איך האב א גיטע פאסטען פאר דיר. קערעסטירער בית המדרש דא ארויף די גאס זיכט א בעל קורא פאר פינף וואכען. זיי זענען גרייט צו צאלען פינף אין צוואנציג דאלער פער וואך. ממש טבין ותקילין... אבער ער איז געווען זייער עקסיידעט.

יענע פרייטיג צונאכטס פרשת שמות האט ער געגעסען די סעודה ביי די באבע אריבער די גאס. ווען ער קומט אהיים זאגט איהם זיין מאמע זעץ דיך אראפ איך וויל דיר עפעס זאגן. זי הייבט אן זאגן "איך האב פרובירט אלעס פאר אוינזער שלום בית אבער איך קען נישט ווייטער אנגיין. די איינציגסטע מהלך איז, אז איך אין טאטי גייען זיך גט"ן." זי לייגט צו אז נאך איין מזל אז ער איז נישט געווען ביי די סעודה ווייל טאטי האט געוויינט.

זיין בויך פאלט אראפ ווי פון א גליטשער. זיין מאגן איבעלט איהם. וואס? איך גיי ווערען די נעבעך פון שטאט? אין אויך, די האסט מיך אפגענארט!! יעדע מאהל נאך א אזא סכסוך צווישן די צוויי פון די דריי שותפים באדם אין אזא שטילע מינוט פלעגט יענקי פרעגען.
"מאמי די גייסט זיך גט'ן?" די ענטפער איז געקומען מיט א הבטחה,
"נע מהאט זיך סתם גטענה'ט"

ער וויל זיך פארקוקן די ליינען אבער אנשטאט ווערטער זעט ער גארנישט נאר אין זיין מח הערט ער איינמאל אין נאכאמאל די ביסט א נעבעך! די ביסט א נעבעך!

אריין אין בעט, צירוק צו די תיקון קוראים וחוזר חלילה אפאר מאהל. ער קען נישט קימען צו זיך. ענדליך שפעט אין די פארטאגס שעה'ן האט זיך די שלאף גובר געווען אויף די צער. אבער די ליינען האט ער נישט געלונגען צו זיך פארקוקן ביזן סוף.

******

פרשת יתרו איז יענקי שוין געקומען פון די אנדערע זייט ווילאמסבורג פון זיין נייע הויז אבער ער איז נישט פרייליך ווייל זיין טאטע איז נישט מיט געקומען צו די נייע הויז. אבער זיין מאמע באגלייט עם די שווערע לאנגע וועג. (עס האט געדארפט זיין א שניי שטורעם יענע שבת אבער אלע שניי איז אנגעקומען אין פעסעיק נוי דשערסי געגענט. "אנשטאט דע שניי די זון עס שיינט" )

די ליינען האט ער גוט געקענט ווייל יתרו איז גאנץ קורץ. יעדער קומט אריבער נאכן ליינען זאגען שכ"ח!! יענקי איז נישט זיכער צו די שכ"ח איז עכט אדער נאר ווייל ער איז געווארען א נעבעך.


****
"וואס ביסטו פארקלאצט!"
"די קינדער ווילן שוין פרעגען די שאלות!"
פרעגט מיין רעבעצען.

איך קוק ארום אין איך זעה מיין ווייב, און דריי קינדער ארום די טיש. איינער אין די היי-טשעיר, די אנדערע צוויי שפילען זיך שיין. אשתך כגפן פוריה, בניך כשתילי זיתים סביב לשלחנך. אין ברוך השם אז אין דע הויז וואוינען יא די טאטע אין מאמע צוזאמען מיט שלום ושלווה. (אפאר מאהל טענ'ט מען זיך אבער אויף א געזונטע אופן...)

כנסת ישראל בעט זיך צו טאטי פליז קום שוין צוריק אהיים לאמיר לעבן צוזאמען בשלום ושלווה אין איין הויז. אמן
ליידער ליידער
דארפן בחורים און קינדער און חדר
אדורך גיין אזאנע זמנים

צומאל זענען זייערע קליידער
בכלל נישט אנדערש ווי דעם צווייטער
אבער די הארץ איז נישט צוזאמען

איי די ווייטאג שטעכט
די טרערען פון די נעכט
ווער זעט עס

יא ליידער איז עס עכט
נאך איין טראפ חיזוק מען לעכטס
אבער נישט מען בעט עס

ווייל די בושה איז גרויס
מען האט דאך נישט א נארמאל הויז
מען פילט זיך ווי א פיפטע ראד

די געפילן פון א ליבער שויס
איז געווארן אויס
די וועג איז שוין נישט גראד
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”