ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
היימישע טעראפיסט
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 12:45 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישע טעראפיסט »

אריינגעסיינט צו קענען לייקען
סטאטיטיקס וויזן אז שמייכלן איז אסאך גרינגער און ניצט וויניגער מוסקלן ווי צו זיין טרויעריג

😀so lets be happy😀
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

עס איז אפשר נישט גערעכט.. אבער... איך וואלט געלייקנט מער ווען נישט יעדע לייק מיינט אז איך ווער ארויסגעסיינט.

האף מיר בקרוב צו קענען לייקן לרוב.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

שכח @אבימלך פארן ברענגען עוורנעס
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

ריכטיג. מ'ברויך געבן אנערקענונג.

שיין געשריבן.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

יישר כח פאר די ארטיקל בככליות און פאר מיר דערמאנען בפרטיות,
עס איז דא אן עראר וואס לאזט אסאך מאל נישט לייקן, ביי מיר איז עס לעצטענס געפערליך, סא וועם איך בין שולדיג א לייק זאל קומען אין אישי עס אפנעמען מיט סימנים,
איך גלייב אז ווען נישט די עראר וואלטן אסאך מער געלייקט.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, אז אבימלך בעט, האסטע א לייק...

גאנץ גוט פאר א וויץ אבער ערענסט גערעדט... פארוואס זאל איינער וועלן אוועקגיבן פון זיין צייט צו שרייבן פאר דיר, דו זאלסט הנאה האבן? ווען ער שרייבט פאר די *** דיין פעיווערעט אויסגאבע*** באקומט ער געלט, וואס באקומט ער פארן שרייבן דא?

אה!! ער באקומט באצאלט ברענשטאף! יא, לייקס, אינטערעקשן... עניטינג אז א מענטש זאל וויסן כאניש גערעדט צו די וואנט, אבער אז מ'באקומט דא אויך נישט... אקעי איך וויל נישט טראכטן!

שכח אבימלך פארן טוהן צו די זאך... קיפ אפ יור גרעיט גרעיט ווארק!

און טייערע אידן! ביטע!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32197
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שטארק פונקט, גוט ארויסגעברענגט!

👍👍👍
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ליינענדיג די ערשטע פאר שורות איז מיר גוט געווארן, @אבימלך איז אריין אין שובבי״ם מאוד און גייט שרייבן א מוסר שמועס איבער גלייבן יעדן, ( @הכל הבל סטייל..) אדער גייט ער רעדן איבער די היטש קאמפיין אין קר״י…

אבער ניין, דער אינגערמאן רעדט צום זאך… דער עולם כאפט ניטאמאל וויפיל ארבעט די נייעס ברענגערס לייגן אריין (אזויווי @תולה ארץ ואני הקטן האבן שוין נעכטן דערמאנט), אסאך מער ווי עני געשמאקע פארברענגן ניק, אבער בשעת א עוורידזש תגובה אין א נייעס אשכול פארמאגט מאקסימום 25 לייקס, דרייען זיך ארום מאסן קליינע תגובות אינעם אהאנגז״א אשכול מיט פערציג פופציג לייקס, אפשר גאר זענען די פארברענגן ניקס ברייטערע מענטשן… גיימיר אריבעררוקן די נייעס אהין.. עניוועי, תכלית, דער עולם ברויכט זיך נעמען אין די הענט אריין, און ארויסווייזן מער דאנקבארקייט פאר אונזערע אונטערהאלטערס.. ניין, מ׳בעהט נישט קיין מעמבערשיפ, דזשאסט א קליק מיטן מייזל אויבן פון יעדע תגובה…

אגב, @אבימלך נייס מאוו… ס׳ערשטע זאך נאכן ליינען דעם ארטיקל גייט מען דאך לייקן דיין תגובה, אזוי האסטעך פארזיכערט די מערסט געלייקטע פאר נאך א חודש…
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4543
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אנשטאט צו מאכן א קאמפיין פאר 'געז' מאכט מען א קאמפיין פאר ליידיגע געזאלין קאנעס וואס מען זאל קענען אויסקראצן ווען מען איז סטאק.

א נערישע דריק אויפן לייק? וואס איז עס שוין ווערד? ווייזט עס עפעס בכלל? א גוטע קאמענט, א קאמפלימענט, דאס איז וואס מען זאל געבן צו ווייזן אפרישיעשאן

א לייק זאל מען געבן ווען איינער שרייבט א זאכליכע תגובה אין אהנג"ז אשכול, נישט ווען איינער געט אוועק שעות פאר א דעטאלירטע אנאליז אדער מאסיווע ארטיקל.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4543
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:48 am
אבער בשעת א עוורידזש תגובה אין א נייעס אשכול פארמאגט מאקסימום 25 לייקס, דרייען זיך ארום מאסן קליינע תגובות אינעם אהאנגז״א אשכול מיט פערציג פופציג לייקס, אפשר גאר זענען די פארברענגן ניקס ברייטערע מענטשן… גיימיר אריבעררוקן די נייעס אהין.. עניוועי, תכלית, דער עולם ברויכט זיך נעמען אין די הענט אריין, און ארויסווייזן מער דאנקבארקייט פאר אונזערע אונטערהאלטערס.. ניין, מ׳בעהט נישט קיין מעמבערשיפ, דזשאסט א קליק מיטן מייזל אויבן פון יעדע תגובה…
דאס איז זיכער אז די ליינער אין נייעס זענען נישט אזאלכע ברייטע געבערס ווי די פארברענגען ניקס. אסאך ניקס ווילן נישט אז א לייק זאל פארלירן שוין די אזוי אויך פארלוירענע ווערד, און זיי זענען אביסל גערעכט אויך, זאל מען לייקן יעדע תגובה אין מלחמה אשכול און א לייק און די ווערד זאל פאלן ביזן תהום?

פון די אנדערע זייט, גארנישט געבן איז דאך אסאך מער נעריש... האלסט פאר איין רגע אז דיינע לייקס בלייבן מער ווערד ווען דו פארדינסט נישט פאר קיינעם?

סאו איך האלט אז מען זאל געבן א לייק אויף יעדע מער אינטרעסאנט ווי סתם תגובה, און א לענגערע תגובה, ארטיקל צי אנאליז אין וואס עס גייט אריין מער ארבעט קומט עפעס מער ווי א לייק
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:00 pm
דאכצעך אז אין די נייעס אשכולות האט א עווריטש תגובה ארום 20\25 לייקס

איז די עקשפעקטעישן פאר לייקס אויף א גוטע/לאנגע/זאפטיגע/שווערע/סאך-ארבעט תגובה אסאך מער..
אוועטאר
שעווראלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:36 pm
לאקאציע:אין קווארטל

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעווראלעט »

פשששש אבימלך שטארקע פוינט דא באקימסטו א קניפ אין בעקל
ביסט א צדיק
כ'וויל זאלסט דערהערן
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18334
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ווען ענק זאלן ווען וויסן וויפל כח עס גייט אריין אין ארויפשטעלן א בילד דא אויף אייוועלט, וואלטן ענק געשפרינגען…

טרעפן א בילד.
קוקן ב׳יג נפה אויב די בילד איז פאסיג פאר אייוועלט.
אויב נישט אפלאדען צו א כשרן פלאטפארמע.
כשרן די בילד.
דאוינלאדן די בילד.
אפלאדן אויף אייוועלט.
געוואר ווערן אז עס איז צו גרויס.
אפלאדען צו א ריסייזונג פראגרעם.
ריסייזן און צוריקלייגן אויף אייוועלט.
שיקן.
און געוואר ווערן אז איינער האט געלייגט די בילד א האלבע מינוט צוריק, אדער א מדווח האט געזען עבריתישע אויתיות…

דעס איז נישט איינמאל דאס איז ביי 75% פון בילדער וואס ליגן אויף אייוועלט!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:29 am
ווען ענק זאלן ווען וויסן וויפל כח עס גייט אריין אין ארויפשטעלן א בילד דא אויף אייוועלט, וואלטן ענק געשפרינגען…

טרעפן א בילד.
קוקן ב׳יג נפה אויב די בילד איז פאסיג פאר אייוועלט.
אויב נישט אפלאדען צו א כשרן פלאטפארמע.
כשרן די בילד.
דאוינלאדן די בילד.
אפלאדן אויף אייוועלט.
געוואר ווערן אז עס איז צו גרויס.
אפלאדען צו א ריסייזונג פראגרעם.
ריסייזן און צוריקלייגן אויף אייוועלט.
שיקן.
און געוואר ווערן אז איינער האט געלייגט די בילד א האלבע מינוט צוריק, אדער א מדווח האט געזען עבריתישע אויתיות…

דעס איז נישט איינמאל דאס איז ביי 75% פון בילדער וואס ליגן אויף אייוועלט!
WOW חזק ואמץ גיי אן ווייטע דערוילעם באלעקט זיך
לעצט פארראכטן דורך מילדי העברים אום דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
מאנסימאן
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:59 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסימאן »

@אבימלך ש'כוח פארן אויפמערגזאם מאכן,
און א הערליכע שפראך!!!! רוק דיר אריין און פאברענגען (אפי' מיט א אנדערע ניק) און שרייב מער דארט...די טויגסט נישט נאר אויף נייעס!!!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5051
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

לאנטש טיים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:43 am
באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:48 am
אבער בשעת א עוורידזש תגובה אין א נייעס אשכול פארמאגט מאקסימום 25 לייקס, דרייען זיך ארום מאסן קליינע תגובות אינעם אהאנגז״א אשכול מיט פערציג פופציג לייקס, אפשר גאר זענען די פארברענגן ניקס ברייטערע מענטשן… גיימיר אריבעררוקן די נייעס אהין.. עניוועי, תכלית, דער עולם ברויכט זיך נעמען אין די הענט אריין, און ארויסווייזן מער דאנקבארקייט פאר אונזערע אונטערהאלטערס.. ניין, מ׳בעהט נישט קיין מעמבערשיפ, דזשאסט א קליק מיטן מייזל אויבן פון יעדע תגובה…
דאס איז זיכער אז די ליינער אין נייעס זענען נישט אזאלכע ברייטע געבערס ווי די פארברענגען ניקס. אסאך ניקס ווילן נישט אז א לייק זאל פארלירן שוין די אזוי אויך פארלוירענע ווערד, און זיי זענען אביסל גערעכט אויך, זאל מען לייקן יעדע תגובה אין מלחמה אשכול און א לייק און די ווערד זאל פאלן ביזן תהום?

פון די אנדערע זייט, גארנישט געבן איז דאך אסאך מער נעריש... האלסט פאר איין רגע אז דיינע לייקס בלייבן מער ווערד ווען דו פארדינסט נישט פאר קיינעם?

סאו איך האלט אז מען זאל געבן א לייק אויף יעדע מער אינטרעסאנט ווי סתם תגובה, און א לענגערע תגובה, ארטיקל צי אנאליז אין וואס עס גייט אריין מער ארבעט קומט עפעס מער ווי א לייק
דעפינעטלי! קיינער האט נישט געבעטן צו לייקן יעדע 'פייפט אין צפון' ועוד, (קענסט עס טוהן, קיינער גייט דיר נישט שלאגן, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא) די רעדע איז פון די תגובות אין וואס ס'איז אריינגעגאנגען אביסל ארבעט.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

א גרויסן שכח אבימלך פאר אלע דיינע תגובות מיר האבן אלע זייער הנאה
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

יודיש בלעטל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:56 pm
א גרויסן שכח אבימלך פאר אלע דיינע תגובות מיר האבן אלע זייער הנאה
פון וואס האבן מיר הנאה געהאט פון די לייקס ??
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

נייס @אבימלך ! יישר כח פאר אלע שרייבער.
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

100 פראצענט אמת דאס ווייזט אז מען איז אינטערעסירט, און שכח @אבימלך פארן ברענגען אויפמערקזאמקייט
חיריק שר הפארברענגען!
באלד באלד
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 1:27 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלד באלד »

@אבימלך
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:18 pm
יודיש בלעטל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:56 pm
א גרויסן שכח אבימלך פאר אלע דיינע תגובות מיר האבן אלע זייער הנאה
פון וואס האבן מיר הנאה געהאט פון די לייקס ??
פון אלע אנדערע אינטרעסאנטע ארטיקלעך און תגובות!
טשעק אויף @אבימלך 'ס ארטיקלעך עס איז זיך צו דערקוויקן איינס נאכן צווייטן
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

יודיש בלעטל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:57 pm
מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:18 pm
יודיש בלעטל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:56 pm
א גרויסן שכח אבימלך פאר אלע דיינע תגובות מיר האבן אלע זייער הנאה
פון וואס האבן מיר הנאה געהאט פון די לייקס ??
פון אלע אנדערע אינטרעסאנטע ארטיקלעך און תגובות!
טשעק אויף @אבימלך'ס ארטיקלעך עס איז זיך צו דערקוויקן איינס נאכן צווייטן
יאפ. @אבימלך מעד איט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

שוין.
ברענגטס אהער דעם לייק מאַשין גאן
מגייט אנהייבן שיסן לייקס !

אזש די ליבעראלן וועלן רופן פאר גאן קאנטראל.. כמיין לייק קאנטראל
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: ברענשטאף פאר שפאט ביליג -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:08 pm
יוש! האסט מיר אויסגעלאזט!

חוצפה ועזות!

----

אבער אוי ביסטו הייליג גערעכט!

פונקט נעכטן האבעך דאס פערצופאל געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:38 pm
צ''ק.

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

איידעלערהייט ער קלאפט די קנעפלעך אנפילענדיג בלעטער מיט תוכן.

ער טייטשט אזוי איבער גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער אז אינז הייליגע אידישע קינדערלעך זאלן עס באקומען אויף א גאלדענעם טאץ אנע דארפן גיין פאשענען און פרעמדע ערטער.

כמעט וואס ער באקומט נישט קיין יישר כח'ס ווייל ער איז כמעט ווי די פורניטשור אין אינזער וועלטעל דא.


אבער פלוצלנג האט זיך עס אפגעשטעלט... און די חלל שפירט זיך און דערקענט זיך...

ווי זענען די קריספי אנאליזען געגאנגען? ווי זענען די רייכע רעפארטאזשען אנטרינען? ווי זענען די לענגערע ארטיקלען און פארש ווערק געשריבן אויף א געשמאקע לייכטע אידיש אנטלאפן?

עס איז מער נישט דא.

----


@ישראל_הלוי ווי ביסטו?
איך האב עס געשריבן אויף הלוי, אבער על הכלל כולו יצא! אויף אינזערע אלע הייליגע שרייבער'ס און נייעס ברענגערס!
כאן המקום צו באדאנקן
@תולה ארץ
-פון מיינע פעוועריט ניקס-

וואס ממש יעדע איינס פון זיינע תגובות ברענגט מיר ארויף א שמייכל אויפן פנים
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”