מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

סם החיים
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:18 pm

מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סם החיים »

בס״ד

א גוט יאר צו אייך אייוועלט ליינער.

כ׳וועל גלייך צוגיין צום פוינט.

איך בין אויפגעוואקסן און א זייער מעדעקיל מיינדעט געזעלשאפט, געגלייבט אין דאקטורים ווי אונעם אורים ותומים, די דאקטער׳ס ווארט איז געווען קודשי קדשים בין לחומרא ובין לקולא, ווי פארשטענדליך איז גלייבן אין מעדעצין אויך געווען פון די יסודי הדת!
אן פרעגן קיין שאלות האט מען געשלינגען און גענומען סיי וועלכע מעדיצין די דאקטער האט פארשריבען. ווען איינער האט זיך נאר געוואקט צו פרעגן קשיות און טשעלעדזשען דעם דאקטער׳ס מיינונג, איז ער גלייך פארשריגען געווארן מיט קולות ״די דאקטער איז געלערענט! געווען אין קאלעדזש! מיינסט אז די גאנצע וועלט איז קראפטירט?!

ס׳האט מיך בעצם גארנישט געפעלט, אלעס איז געווען פיין, זאכן זענען געפארן, און איך האב מיך קיינמאל נישט אפגערעדט.

איך האב חתונה געהאט בשעה טובה ומצלחת. מיין ב״ב איז יא געקומען פון אביסעל מער אן אפענע שטוב אין דעם נושא, ווייטעמינען זענען נישט געווען חזיר טרייף, מ׳האט זיך נישט געיאגט צו געבן די וואקסינען נאך פאר די קינד האט בכלל געהאט א נאמען, אבער איר משפחה האט אויך געגלייבט אין דאקטורים און א דאקטער׳ס ווארט איז געווען א ווארט.

ברוך השם די אייבערשטער האט געגלייבט אין מיר, און מיך געשיקט א נסיון!

מיין קינד זייענדיג אפאר וואכן אלט, האט אנגעפאנגן האבן געוויסע סימפטאנען, פון א געוויסע מעדעקיל קאנדישען, ס׳איז מיך געווארן שווארץ פאר די אויגן, איך בין געווען זייער פארלוירען, און דערשראקן.
מ׳האט מיך אריינגעשיקט און א גאר גוטע שפיטאל פאר קליינע קינדער, איך האב געוויילט דארט א שיינע שטיק צייט, אוי איז עס געווען שווער!
די דאקטער האט מיך פארשריבען א מעדעצין און ס׳איז טאקע געווארן בעסער, און איך האב געהאפט פאר בעסטן.

ממש אפאר טאג שפעטער נאכן זיין אינדערהיים האט מיין קינד אנגעפאנגן נאכאמאל מיט די זעלבע סימפטאנען, אבער אויף א מילדערע אופן, אבער, ס׳איז נישט געווארן בעסער, און ביז ס׳איז שוין געווען ממש ווי בעפאר. איך האב מיך באמת פארלוירען און נישט געוואוסט וואס טו איך נעקסט?

כ׳האב אנגעפאנגן רופן עסקנים און ארגענעזאציעס וואס טוען אין רפואה, און מען האט מיך ערלעדיגט אן אפוינטמענט ביים גרעסטען דאקטער אין דעם פעלד, איך בין געפארן צום דאקטער מיט ריזיגע תמימות, און בערג פון האפונגען. די דאקטער האט אויסגעהערט מיך און מיין ווייב, און אונז געזאגט אז ער גייט געבן פארן קינד אן אנדערען מעדעצין פאר דעם פראבלעם, און אן העכער׳ן דאוסעדזש, מיין ב״ב האט אנעגעהויבען מסביר צו זיין פארן דאקטער אז די סימפטאנען פאסירן אייביג נאך די קינד עסט, און זי האט געוואלט וויסן צו די דאקטער טראכט אז ס׳האט שייכות?, די תירץ איז געווען ״איך בין א נעראלעדזשיסט, און איך ווייס נישט פונעם בויך צו זאגן״, ס׳איז מיר געווען אינטרעסאנט, אבער איך האב געפאלגט דעם דאקטער און אנעפאנגן געבן דעם נייע מעדעצין, אבער נאך אפאר טעג איז מען געווען צוריק צום אלטען.

וואס טוט מען יעצט??

און דעם זעלבען צייט האב איך אנגעפאנגן צו ליינען אביסעל וועגן די מעדעצין וואס מיין קינד האט גענומען, ס׳איז מיר געווען אביסעל סקערי צו זעהן די סייד-עפעקטס וכדומה, און עס האט דארט אויך געשטאנען אז ס׳איז זייער שווער אראפצוגיין פון דעם מעדעצין, און איך טראכט צו מיך, וואס גייט זיין?
מילא ס׳וואלט ווען געהאלפן, אבער ס׳העלפט דאך נישט??

איך האב אנגעהויבען מאכן ריסערדזש און געפרעגט דעם און יענעם, און עס האט זיך געעפענט פאר מיר א נייע וועלט וואס הייסט ״אלטערנעטיוו מעדעצין״.
כ׳האב געציטערט פון דעם ווארט ווי פונעם טייוועל אליין, איך האב געטראכט צו מיך,
ביסט משוגע?
איך גיי זיין פון די משוגעים וואס גלייבן אין די סארט שטותים?
איך בין א נערמאלע מענטש! ס׳האט מיר צוריקגעטראגן צו מיינע ישיבה יארן ווען מען פלעגט חוזק מאכן און אוועקמאכן די אנטי וועקסער׳ס וכדומה.

ביז איינער האט מיך געזאגט פון איינעם א גרויסע אלטערנעטיוו מעדעצין מבין און עקספערט, און ער זאגט מיך פרוביר אים אויס, זעה וואס ער זאגט און אויב ס׳געפעלט דיך נישט הער אויף גיין.

איך האב אים געפאלגט.

און אנפאנג איז מיך געווען זייער שווער צו עקסעפטען וואס ער האט געזאגט, און אויך האט עס געקאסט א פיינעם אפותיקי, אבער נאכ׳ן זיין ביי אים אפאר מאל האב איך אנגעפאנגען זעהן מבהל׳דיגע פראגרעס אויף א פלא׳דיגע פארנעם.

און הודו לד׳ כי טוב כי לעולם חסדו!! מיין קינד ברוך השם איז כהיום יום אין א גאר גוטע צושטאנד!

איז פארוואס פארצייל איך מיין מעשה??

קודם בתוך רבים אהללנו, איך וויל דאנקען מיין גרויסען טאטע׳ן אין הימעל פארן טוהן מיט מיר אזעלכע חסדים.

און צווייטענס, האב מיין עקספיריענס מיך אויסגעלערענט אפאר וויכטיגע נקודות אונעם וועלט פון אלטערנעטיוו רפואה.

א) ווען די זעהסט אז דיין דאקטער ווייסט נישט און האט נישט וואס דיך צו אויפערען, האב נישט מורא פון טוהן אנדערע זאכן! אלטערנעטיוו מעדעצין איז נישט קיין בער און אויך נישט קיין שטותים! מנסיון למדתי!

ב) מיין נישט אז גיין צו די סארט רפואה מיינט זיין משוגע, און די דארפסט נישט האלטן אז די FDA איז קראפטירט, און די דארפסט נישט האבן א דיעה אויף די וואקסין סאמעטוכע, צו פרובירן נאך א השתדלות.

ג) די אלטערנאטיוו וועלט קוקט מיט בדרך כלל אסאך מער א טיפערע און יסודות׳דיגע בליק אויף דיין מחלה, און ס׳איז נישט אזוי ווי רוב מעדעצין וואס היילט די סימפטאנען און גייט נישט צום מקור.

ד) מאך אסאך ריסערדזש פאר די גייסט צו איינעם, ווייל ס׳איז דא אסאך וואס זענען נישט עפעס, ווער ווייסט וואס.

ה) זיי גרייט אז ס׳נעמט אסאך לענגער ווי סתם מעדעצין, און די סיבה איז פשוט, נערמאלע מעדעצין גייט אסאך מאל נישט צום שורש (אזוי איז געווען ביי מיר) זיי היילן נישט די סיבה פון וואס די פראבלעם איז געקומען, זיי היילן נאר די עצם אישו, די סימפטאנען און פארטיג, משא״כ ביי די אלטערנעטיוו וועלט גייען זיי מער צום שורש און פרובירן צו ארבעטן פונעם מקור.

מען קען מער מאריך זיין, אבער דאס איז פאר יעצט.

און די עיקר איז, אז מען דארף גלייבן אז אלעס איז נאר השתדלות, און נאר די באשעפער קען היילן.

״ש׳כח אייוועלט, פארן מיך געבן די אפעטאנעטי צו פארציילן מיין מעשה״!!
לעצט פארראכטן דורך סם החיים אום דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:52 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

דאס מיינט אן ארטיקל צו די זאך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
סם החיים
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:18 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סם החיים »

קרייסלער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:37 pm
דאס מיינט אן ארטיקל צו די זאך
יישר כח, פאר די חיזוק!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
סם החיים
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:18 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סם החיים »

אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:04 am
אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
איך האב געהאט די זעלבע מחשבות פארן עס טוהן.

אבער, ס׳האט געארבעט!!

מען דארף האבן אסאך געדולד, צייט, אבער אסאך מאל איז עס באמת ווירקזאם!

איך האב ממש נישט געגלייבט וואס איך זעה!
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

סובסקרייבד ….
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3669
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Wow זייער שיין געשריבן! הודו לה׳ כי טוב כי לעולם חסדו!
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
קאטטשקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע:ביי די טאטערס

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטטשקעלע »

סם החיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:13 am
אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:04 am
אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
איך האב געהאט די זעלבע מחשבות פארן עס טוהן.

אבער, ס׳האט געארבעט!!

מען דארף האבן אסאך געדולד, צייט, אבער אסאך מאל איז עס באמת ווירקזאם!

איך האב ממש נישט געגלייבט וואס איך זעה!
די פראבלעים איז ווען מען איז צי פארגלייבט און איין וועג לכל זמן
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:35 am
וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
גא"ם.

איינמאל ס'איז נישט" ע"פ די ע"י עפראווד" איז עס שוין אלטערנאטיוו מעדיצין?

און פארוואס הייס עס נאך מעדיצין?
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

אין איין ווארט. האב נישט מורא פון פרובירן נייע זאכן.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:04 am
אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
אודאי איז נישט דא טרייעלס, אבער די איינציגסטע זאך צו פארלירן איז געלט, ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגען אז סנישט דא וואס צו פארלירן אז מגייט נישט קאפ אין וואנט.
סם החיים
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 6:18 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סם החיים »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:17 am
אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:04 am
אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
אודאי איז נישט דא טרייעלס, אבער די איינציגסטע זאך צו פארלירן איז געלט, ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגען אז סנישט דא וואס צו פארלירן אז מגייט נישט קאפ אין וואנט.
סיי אז ס׳איז נישט דא וואס צו פארלירן.

און אזוי אויך, אויב גייסטו מאכן דיין ריכטיגע ריסערדזש האסטו גאר גרויסע טשאנסן, אז מען גייט דיר קענען העלפן.

און בעיקר טוט מיך וויי ווי ס׳איז געווארן אזא גרויסע שנאה ביי געוויסע מענטשן קעגן אלטערנעטיוו זאכן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען מיינט אז ס׳איז איין גרויסע פעקעדזש, מיט קאנספעראציע טעאריעס, וכדומה,

אבער ס׳איז נישט אמת!! נישט אייביג ווייסט די דאקטער וואס ער רעדט!! זייער פראטאקאל איז גאנץ מצומצים!, ס׳איז ממש א שאד, די אלטערנעטיוו וועלט האט באמת וואס צו אפערען.

און בנוגע געלט. יא, עס קאסט אסאך, אבער איך האב געפילט אז אפילו לאמיר זאגן אז די טשאנסן זענען נישט צו גרויס, וויל איך קענען זאגן ״איך האב פרובירט אלעס צו העלפן מיין קינד״!

איך האב נישט קיין שום אגענדע, איך קום דיר פשוט זאגן מיין עקספיריענס.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

וואס טוט מען צו א פונקט פארקערטע סיטואציע? די עף-די-עי דאקטאר און מעדעצין טוט די זשאב בסיעתא דשמיא 100%, ביז גברת אלטר-נתיב האקט און קאפ אריין מיט א פרייע טעלע-קאנפידענס מיט שטויבן, קלעיס, ניסים, ושאר ירקות- פארשידענע גרינצייגן ($,£,€,₪, אדער ביטקוין)
מאטי׳ס חבר
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:32 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטי׳ס חבר »

די עיקר וואס איך וואלט געלערנט פון דעם איז נישט צו זיין פארקעסטעלט אויף קיין איין זייט.

חוץ פון די י"ג עיקרים און אלע אנדערע וויכטיגע זאכן וואס מ'האט אונז געלערנט אין אידישקייט דארף מען אייביג אייביג זיין אפען און גרייט נאכגעבן אז אפשר זענען די "משוגעים" יא גערעכט, אפי' מ'איז שוין יארן געוואוינט צו וויסן אנדערש.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאטטשקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:46 am
סם החיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:13 am
אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:04 am
אסאך מאל איז זייער שווער צו דן זיין אפילו מאיז אפען מיינדעד.

די פראבלעם מיט אלטערנאטיווע מעדעצין איז אפט מאל נישט צו ס'איז יא אדער נישט גוט, נאר ס'איז פשוט דא זייער ווייניג טרייעלס.

אבער אויב ס'איז דא טרייעלס אדרבה ואדרבה.
איך האב געהאט די זעלבע מחשבות פארן עס טוהן.

אבער, ס׳האט געארבעט!!

מען דארף האבן אסאך געדולד, צייט, אבער אסאך מאל איז עס באמת ווירקזאם!

איך האב ממש נישט געגלייבט וואס איך זעה!
די פראבלעים איז ווען מען איז צי פארגלייבט און איין וועג לכל זמן
גענאגלט
מ'טאר נישט זיין עקסטרעים אויף קיין איין זייט, ס'איז דא נאטורליכע זאכן מיט וואס מ'לעבט זייט בריאת העולם, און ס'איז דא אויסטרעפונגען פון די לעצטע הונדערט יאר, כו"ע מודי אז מ'לעבט היינט לענגער בעז"ה מיט די אלע נייע מעדעצינען וואס ס'איז נישט געווען אמאל, אבער דאס מיינט נישט אז די אמאליגע רפואות האט עקספייערט, און ס'מיינט אויך נישט אז די ערפינדער פון די נייע רפואות זענען מלאכים און קענען נישט מאכן קיין טעותים, אדער צומאל איז די רפואה נישט ווירקזאם, אדער ברענגט אנדערע סייד עפעקטס, און כל זמן מ'איז נישט אין א סכנה שאדט נישט צו טרייען קיין נאטורליכע רפואות, און די עיקר מעלה פון נאטורליכע זאכן איז אז ס'ברענגט נישט קיין סייד עפעקטס
#ירא שמים יוצא ידי שניהם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

מאטי׳ס חבר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:47 am
די עיקר וואס איך וואלט געלערנט פון דעם איז נישט צו זיין פארקעסטעלט אויף קיין איין זייט.

חוץ פון די י"ג עיקרים און אלע אנדערע וויכטיגע זאכן וואס מ'האט אונז געלערנט אין אידישקייט דארף מען אייביג אייביג זיין אפען און גרייט נאכגעבן אז אפשר זענען די "משוגעים" יא גערעכט, אפי' מ'איז שוין יארן געוואוינט צו וויסן אנדערש.
☝☝
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @סם החיים פאר שעירן די עקספיריענס.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:35 am
וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
די נקודה פון אלטערנאטיווע מעדיצין מיינעך איז, די אנקוקן די קערפער עס עי האול, נישט טריטן יעדע זאך פאר זיך, נאר מעקסימייזן די גוף אז ער זאל זיך אליינס אויסהיילן מיט די אייגענע כוחות. עס מער יסודות'דיג.

אבער דער עיקר איז זיך נישט צו פארקעסטלען אין קיין איין מהלך, נאר זיין אפן צו וואס עס פעלט זיך אויס.
איך מיין אז נאר אין אמעריקע איז עס אזוי שטארק צוטיילט צווישן מעין סטריעם און אלטערנאטיוו. אין אנדערע מדינות קענען די אפיציעלע דאקטורים סאך מער די אלטערנאטיווע רפואות, אין אמעריקע איז כמעט נישט פארהאן א מעין סטריעם דאקטאר וואס קען זיך אויס אין די זאכן.
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:06 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:35 am
וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
. אין אנדערע מדינות קענען די אפיציעלע דאקטורים סאך מער די אלטערנאטיווע רפואות, אין אמעריקע איז כמעט נישט פארהאן א מעין סטריעם דאקטאר וואס קען זיך אויס אין די זאכן.
וועלכע מדינת? למשל
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

דזשי רי בי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:02 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 12:06 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:35 am
וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
. אין אנדערע מדינות קענען די אפיציעלע דאקטורים סאך מער די אלטערנאטיווע רפואות, אין אמעריקע איז כמעט נישט פארהאן א מעין סטריעם דאקטאר וואס קען זיך אויס אין די זאכן.
וועלכע מדינת? למשל
איך ווייס פון דייטשלאנד
א גוגל זוך האט מיר געגעבן:
יאפאן, אינדיע, וויעטנאם, ועוד
און עס זענען דא נאך פלעצער וואס מען לערנט עס נישט אפיציעל, אבער עס ווייט נישט אזוי אפגעפרעגט ווי דא אין אמעריקע.
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

עניוועי איך האב א פארקערטע מעשה ווי אלטערנאטיווע היילונגען האבן שוין כמעט 2 מאל זיך אויסגעלאזט גאר שלעכט
אנגעהויבן מיט א אקי פאנטשאר וואס שאטן קען עס זיכער נישט און עס האט כמעט אפגעשטעלט די הארט ביעט
נאכדעם מיט גרינע ירקות וואס מען האט צימאלן אין א ספעציעלן קראשער ווייל עס קען אראפברענגען היי בלוט פרעשור און די כישוף מאכער האט פארגעסן צו דערמאנען אז מען טאר עס נישט נעמען מיט בלוט טינער און עס האט זיך אויסגעלאזט גאר שלעכט.

איך פלעג אמאל אויך גלייבן אין די זאכן און איך עפען נישט קיין צווייטע ניק צו שרייבן די פאר שורות

מעגליך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס, אבער סאיז זיכער אז מען דארף גאר שטארק וואטשן צו טיען זאכן וואס מען האט אויסגעטרייט אויף 2 מענטשן בלויז
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

דזשי רי בי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:09 pm

עס איז זיכער אז מען ברויך גיין נאר מיט טראסטבארע מענטשן
און ווי אויבן דערמאנט נישט גיין קאפ אין וואנט קיין איין וועג
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:58 am
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:35 am
וואס גייט אריין אין דיין גדר פון "אלטערנאטיווע מעדעצין"? וויטאמינען, קייראפראקטער, דאוזען?
גא"ם.

איינמאל ס'איז נישט" ע"פ די ע"י עפראווד" איז עס שוין אלטערנאטיוו מעדיצין?
ניין
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:58 am
און פארוואס הייס עס נאך מעדיצין?
סיי וואספארא זאך עס פארמיידט און/אדער היילט א מחלה הייסט מעדיצין.

גראדע הייסט עס עכט "האוליסטיק העלט"
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: מיין פערזענדליכע געשיכטע - האט געעפענט מיינע אויגן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yup it's me »

דזשי רי בי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:09 pm
עניוועי איך האב א פארקערטע מעשה ווי אלטערנאטיווע היילונגען האבן שוין כמעט 2 מאל זיך אויסגעלאזט גאר שלעכט
אנגעהויבן מיט א אקי פאנטשאר וואס שאטן קען עס זיכער נישט און עס האט כמעט אפגעשטעלט די הארט ביעט
נאכדעם מיט גרינע ירקות וואס מען האט צימאלן אין א ספעציעלן קראשער ווייל עס קען אראפברענגען היי בלוט פרעשור און די כישוף מאכער האט פארגעסן צו דערמאנען אז מען טאר עס נישט נעמען מיט בלוט טינער און עס האט זיך אויסגעלאזט גאר שלעכט.

איך פלעג אמאל אויך גלייבן אין די זאכן און איך עפען נישט קיין צווייטע ניק צו שרייבן די פאר שורות

מעגליך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס, אבער סאיז זיכער אז מען דארף גאר שטארק וואטשן צו טיען זאכן וואס מען האט אויסגעטרייט אויף 2 מענטשן בלויז
איך וויס איינער וואס האט געהאט יענע מעשה, און ער איז געגאנגען צו אלע סארט פון פראפעשינאלס, און ער האט נישט געװאלט טראכטן פון גײן צו א דאקטאר, און די מעשה איז געווען זייער שלעכט, צום סוף האט ער געמוזט גיין צו דאקטוירים און ב"ה אז ער איז אקעי און ארויס פון דעם, וואס איך זאג נאר איז אז מען דארף נוצן סייכל ווי איין און ווי אויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”