כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אזוי ליינענדיג די אשכול האב איך זיך פלוצלינג דערמאנט פון די באקאנטע מעשה מיטן רמב"ם און די צוויי צעטלעך...
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

בר דעת האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:16 am
אזוי ליינענדיג די אשכול האב איך זיך פלוצלינג דערמאנט פון די באקאנטע מעשה מיטן רמב"ם און די צוויי צעטלעך...
נו פארצייל…
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

לעצט פארראכטן דורך אונטערגעשריבענערהייט אום מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקר מאוד
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 2:29 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מאוד »

פליז הרטס אויף מיט דעי קינדערשקייט איך קען א איד אין אמעריקע וואס איך האב פארהערט אין רוב תורה כמעט קיין איין איד ווייסט נישט פון דעים
אין ארץ ישראל איז אלעס א מצב

ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
ער מיר געבן א משל הרב ר משה יודא מייזעלס ז”ל האט געקענט גאנץ ש״ס עכ״פ רוב שו״ע לייג לעבן אים אפאר אירעלי זאלן מאן א מצב אין אלעס איז מסודר
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

יקר מאוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am
פליז הרטס אויף מיט דעי קינדערשקייט איך קען א איד אין אמעריקע וואס איך האב פארהערט אין רוב תורה כמעט קיין איין איד ווייסט נישט פון דעים
אין ארץ ישראל איז אלעס א מצב

ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
ער מיר געבן א משל הרב ר משה יודא מייזעלס ז”ל האט געקענט גאנץ ש״ס עכ״פ רוב שו״ע לייג לעבן אים אפאר אירעלי זאלן מאן א מצב אין אלעס איז מסודר
א וועלטס טעות איבער ר חיים’ס שטחיות!

זיין ספר דרך אמונה איז מאסיוו!

אויב די פארשטייסט וויאזוי די חזון איש האט אפגעלערנט א זאך איז ר’ חיים די איינציגע בדומה לזה,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
למען ידעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

יקר מאוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am


ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
סיערעסלי???

זיצט א אינגערמאן און שטופט די צייט קרוב לחצות הלילה אויף די אינטערנעט, און מיט אזא ביטול געבט א מאך אוועק א גאון עולם וועלכע האט זיך ממית געווען באהלה של תורה 80 יאר.

צו עס זענען יא אדער נישט דא אזאנע גאונים איז נישט נוגע, דאס איז יעדער מודה אז דער איד איז געווען אן אויסנאם, דער איד האט נישט געוואוסט פון קיין עולם הזה צו זאגן, געוואוסט נאר פון לימוד התורה טאג און נאכט, שבת יו״ט אינגערהייט צו אלטערהייט, און אינטערנעט זיצערס וועלכע קומען נישט צו נאנט צו זיין נעגל קומען גאר זאגן אז ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט אינטארסאנט. א מין חוצפה און בזיון ת״ח
לעצט פארראכטן דורך למען ידעו אום מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גרויסווארדיין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 22, 2019 6:49 am

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסווארדיין »

נשמתין חדתין מהרי"מ מארגנשטערן
אטעטשמענטס
צוקר.png
צוקר.png (75.52 KiB) געזען 755 מאל
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

וויאזוי ס'זאל נישט זיין

דער אשכול האט מיר געגעבן א התעוררות

גיימיר שוין איצט לערנען עטליכע שעה מיטן אויבערשטנס הילף
יוד
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

יקר מאוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am
פליז הרטס אויף מיט דעי קינדערשקייט איך קען א איד אין אמעריקע וואס איך האב פארהערט אין רוב תורה כמעט קיין איין איד ווייסט נישט פון דעים
אין ארץ ישראל איז אלעס א מצב

ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
ער מיר געבן א משל הרב ר משה יודא מייזעלס ז”ל האט געקענט גאנץ ש״ס עכ״פ רוב שו״ע לייג לעבן אים אפאר אירעלי זאלן מאן א מצב אין אלעס איז מסודר
שווער צו לייענען די הבלים...

ר' חיים'ס "שטחיות" איז געווען אז די חזון איש האט געשריבן אויף אים אלס בחור נאך "מרא דכולא תלמודא" און ר' חיים האט אויף זיך עדות געזאגט אז ער האט גע'לערנט שוין פון אלס בחור בעצת די חזון איש יעדע תוס' און יעדע מהרש"א...

זיין הלכה וואס דו שרייבסט עמי-הארצות'דיג, אז ס'איז נישט אינטערסאנט, האב איך געהערט פון א גאר א גרויסן פוסק אז די דברי אמונה איז שוה צום משנה ברורה

ס'איז אמת אז ער האט נישט עוסק געווען אין די מין עיון ווי זיין פאטער, אבער אז פארדעם איז ער געווען א שטחיות'דיגע לערנער איז זייער ווייט פונם אמת!

יעצט אז ער איז געווען א חד בדרא אין "בקיאות" ( נישט אין שטחיות) איז אמת! איך האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון ר' פנחס הירשפרינג ז"ל
נאכדעם וואס ער האט געזאגט אויף א מאמר חז"ל אז ס'איז נישט דא אזא מימרא, און דער איד האט אים געזאגט ווי אין מדרש ס'שטייט און אז ער האט עס געהערט פון ר' חיים, האט ר' פנחס געזאגט אה איך האב געמיינט אין תלמוד בבלי פון די מדרש האב איך נישט געהערט "ר' חיים איז די זעלבע בקי ווי איך אין ש"ס בבלי איז ער בקי אין אלע מאמרי חז"ל פון בבלי ירושלמי און אלע מדרשים"... דאס איז געווען ווען ר' חיים איז נאך נישט געווען באקאנט פאר די וועלט
קרבן-פסח
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:10 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרבן-פסח »

כ׳ווייס פון א איד וואס האט איבערגעארבעט שו״ת דברי חיים, בערך 50 יאר צוריק

האט ער געהאט פארשידענע שאלות ותמיהות, וואס קיין שום גדול בימים ההם האט נישט געוואוסט דעם מקור לדברי הרה״ק מצאנז זי״ע.

אנקומענדיג צום סטייפלער גאון האט ער אים געזאגט גיי אריבער צו מיין חיים, ער וועט דיר שוין אנצייגן.

איבריג צו זאגן: וכן הוה.

א שאד אז ס׳איז נאכנישט געווען קיין אייוועלט דעמאלט, וואלט ער געוויס נישט געדארפט זיך מוטשען.

נ״ב: דער דברי חיים שרייבט נישט א מאמר חז״ל, וואס דאס קען מען לייכט אויפזוכן.
מ׳רעדט פון גאר פארשטופטע רמזים אין זוהר, ובדברי ראשונים וואס דער קאמפיוטער קען בכלל נישט אויפכאפן.


חידה
למשל: דער דברי חיים שרייבט אז רשיה״ק נהירין לי׳ שבילי קבלה.
טרעף עס אין קאמפיוטער. לאמיר זעהן. ווער ווייסט וועלכע רש״י דער דברי חיים מיינט.
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4066
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

קרבן-פסח האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:20 am
כ׳ווייס פון א איד וואס האט איבערגעארבעט שו״ת דברי חיים, בערך 50 יאר צוריק

האט ער געהאט פארשידענע שאלות ותמיהות, וואס קיין שום גדול בימים ההם האט נישט געוואוסט דעם מקור לדברי הרה״ק מצאנז זי״ע.

אנקומענדיג צום סטייפלער גאון האט ער אים געזאגט גיי אריבער צו מיין חיים, ער וועט דיר שוין אנצייגן.

איבריג צו זאגן: וכן הוה.

א שאד אז ס׳איז נאכנישט געווען קיין אייוועלט דעמאלט, וואלט ער געוויס נישט געדארפט זיך מוטשען.

נ״ב: דער דברי חיים שרייבט נישט א מאמר חז״ל, וואס דאס קען מען לייכט אויפזוכן.
מ׳רעדט פון גאר פארשטופטע רמזים אין זוהר, ובדברי ראשונים וואס דער קאמפיוטער קען בכלל נישט אויפכאפן.


חידה
למשל: דער דברי חיים שרייבט אז רשיה״ק נהירין לי׳ שבילי קבלה.
טרעף עס אין קאמפיוטער. לאמיר זעהן. ווער ווייסט וועלכע רש״י דער דברי חיים מיינט.
עס פעלט נישט קיין רש"י'ס וואו רש"י הק' איז מפרש נעמען פון מלאכים וכדומה אדער וואו רש"י דריקט זיך אויס כאשר הראוני מן השמים,
איך וועל נאר צוצייכענען סנהדרין מ"ד ע"ב רש"י ד"ה פסקנית, ווייל דער גר"א שרייבט אויף דעם "אינו כן" און דער קאמארנער איז זייער שארף אז כן וכן און ווער וואגט זיך צוזאגן אנדערש ווי רש"י וואס איז געווען פון די יורדי מרכבה (כמדומה לי אז דאס איז זיין לשון) וכו'.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

.


נעבעך נעבעך, מאנכע קענען רבי חיים פון די קרישקעלעך מעשיות און פון קופת העיר....

מאך אויף א דרך אמונה... הייב אן קוקען די קליינע אותיות... קענסט נישט? קוק זיין ספר אויף די מהרש"א, ווי ער איז מסביר יעדע ויש ליישב...
מאך אויף א טעמא דקרא... דו קענסט מיינען אז ס'איז א כתב יד פון די בעלי תוספות!
האסט שוין אמאל געטראכט ווען כנעני שטייט פאר אמורי און ווען פארקערט??
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

יקר מאוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am
פליז הרטס אויף מיט דעי קינדערשקייט איך קען א איד אין אמעריקע וואס איך האב פארהערט אין רוב תורה כמעט קיין איין איד ווייסט נישט פון דעים
אין ארץ ישראל איז אלעס א מצב

ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
ער מיר געבן א משל הרב ר משה יודא מייזעלס ז”ל האט געקענט גאנץ ש״ס עכ״פ רוב שו״ע לייג לעבן אים אפאר אירעלי זאלן מאן א מצב אין אלעס איז מסודר
א דוגמא פון הוילע שטותים. ער האט געקענט לערנען בעיון שנעל ווייל ער האט שולט געווען כל התורה בקופסא ממש, אשע"כ קדשים איז געווען פאר אום ווי גמרא ברכות
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

קיסריה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:31 pm
געווען אמאל א איד משלנו, פון וויליאמסבורג - יעדער העכער 50 ווייסט זיין נאמען - ז״ל.

ער האט אמאל געהערט רעדן עטליכע אינגעלייט אין קאווע שטיבל פון גרויסן בעסמעדריש (וועלכע?) פון הגאון האדיר ר׳ משה פיינשטיין.

רופט זיך אן דער איד: ביי אונז דרייען זיך צענדליגער אזעלכע! וואס דארף מען גיין צו פרעמדע?

וד״ל!

גוט אז די שרייבסט נישט זיין נאמען ווייל עס ער האט פשוט זיך אליינס מבייש געווען... עס זעהט אביסל אויס ווי א קינד וואס רעדט פון פייערלעשער....
איך זאג נישט אז מדארף גיין צו פרעמדע, אבער בפשטות איז נישט געווען אפילו 3 אזעלכע אין וויליאמסבורג נאכן קריג...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אכטונג!

ביטע נישט רעדן פון גדולי התורה אשר אתנו חיים לאויט”א, און אויך ביטע מאכט זיכער צו רעדן מיט רעספעקט ביים ערוועהנען גדולי התורה מדורות שעברו.

יישר כח
יוד
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:00 am
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:31 pm
געווען אמאל א איד משלנו, פון וויליאמסבורג - יעדער העכער 50 ווייסט זיין נאמען - ז״ל.

ער האט אמאל געהערט רעדן עטליכע אינגעלייט אין קאווע שטיבל פון גרויסן בעסמעדריש (וועלכע?) פון הגאון האדיר ר׳ משה פיינשטיין.

רופט זיך אן דער איד: ביי אונז דרייען זיך צענדליגער אזעלכע! וואס דארף מען גיין צו פרעמדע?

וד״ל!

גוט אז די שרייבסט נישט זיין נאמען ווייל עס ער האט פשוט זיך אליינס מבייש געווען... עס זעהט אביסל אויס ווי א קינד וואס רעדט פון פייערלעשער....
איך זאג נישט אז מדארף גיין צו פרעמדע, אבער בפשטות איז נישט געווען אפילו 3 אזעלכע אין וויליאמסבורג נאכן קריג...
איינס איז יא געווען? ר' משה האט אמאל געשריבן נאכן זאגן א פשט אין גמ' "שוב ראיתי ברש"י שכתוב כן להדיא" וכד'??

ער האט געקענט ש"ס מיט די ראשונים און יעדע סעיף קטן פון ארבע חלקי בע"פ און רגע כמימרא האט ער געוויסט צו ס'איז א רש"י צו תוס' צו וועלכע סעיף קטן

איך זאג נישט אז ס'איז נישט געווען אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך געקענט מיט אים קריגן און בעסער אויסארבעטען א הלכה אין וואס מ'האט זיך שטארק אריינגעלייגט...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

עס קומט צו שמייכלן ווי מען קלאפט זיך דאס בייכל און מען דערמאנט דא אינזערע אלע רבנים ודיינים (וואס זענען באמת גרויסע תלמידי חכמים) און מען שטעלט זיי צו צו הגרח"ק. ווי כאילו ביי די ליטאים אדער סתם ירושלמיים איז נישטא צענדליגע און הונדערטער אזעלעכע וואס האבן ניטאמאל קיין שטעלע. עטס ווייסט וואס טוט זיך אין די כוללים אין ירושלים און בני ברק? זיצן דארט אידן פאר 50 יאר און הארעווען יומם ולילה עה"ת און קענען ש"ס ופוסקים ווי עס זאל נאר זיין מען ווייסט נישט פון זיי און מען הערט נישט פון זיי.

כ'דענק א עלטערע איד אין מירער ישיבה, א פשוט'ער געשטעל וואס קענסט איהם פרעגן יעדע תוספות אין ש"ס, יעדע רא"ש בלי גוזמא

אלא מאי ר' חיים איז געווען עפעס מער ווי דעם. כ'גלייב אז אויף אייוועלט פאר 100 יאר צוריק האט מען אויכט געשריבן אז דער מורה הוראה אין טעגלאש קען נאך אזויפיל ווי דער ראגעטשאווער..

נאר אז אין סענדז סטריט האבן זיך געוואלגערט ר' משה פיינשטיין'ס שטימט אלעס...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:19 am
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:00 am
קיסריה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:31 pm
געווען אמאל א איד משלנו, פון וויליאמסבורג - יעדער העכער 50 ווייסט זיין נאמען - ז״ל.

ער האט אמאל געהערט רעדן עטליכע אינגעלייט אין קאווע שטיבל פון גרויסן בעסמעדריש (וועלכע?) פון הגאון האדיר ר׳ משה פיינשטיין.

רופט זיך אן דער איד: ביי אונז דרייען זיך צענדליגער אזעלכע! וואס דארף מען גיין צו פרעמדע?

וד״ל!

גוט אז די שרייבסט נישט זיין נאמען ווייל עס ער האט פשוט זיך אליינס מבייש געווען... עס זעהט אביסל אויס ווי א קינד וואס רעדט פון פייערלעשער....
איך זאג נישט אז מדארף גיין צו פרעמדע, אבער בפשטות איז נישט געווען אפילו 3 אזעלכע אין וויליאמסבורג נאכן קריג...
איינס איז יא געווען? ר' משה האט אמאל געשריבן נאכן זאגן א פשט אין גמ' "שוב ראיתי ברש"י שכתוב כן להדיא" וכד'??

ער האט געקענט ש"ס מיט די ראשונים און יעדע סעיף קטן פון ארבע חלקי בע"פ און רגע כמימרא האט ער געוויסט צו ס'איז א רש"י צו תוס' צו וועלכע סעיף קטן

איך זאג נישט אז ס'איז נישט געווען אין וויליאמסבורג וואס האבן זיך געקענט מיט אים קריגן און בעסער אויסארבעטען א הלכה אין וואס מ'האט זיך שטארק אריינגעלייגט...
איך האלט אז נישט אבער איך האב זיך נישט געהאט קיין כח צו טעהנה’נען איבער רבי’ס...
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:18 am
אכטונג!

ביטע נישט רעדן פון גדולי התורה אשר אתנו חיים לאויט”א, און אויך ביטע מאכט זיכער צו רעדן מיט רעספעקט ביים ערוועהנען גדולי התורה מדורות שעברו.

יישר כח
געווארט אויף דעם!

יישר כח @יאנאש !
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

כ'האב שוין צוויי מאל געעפנטפערט און זיך איינגעהאלטן, אבער אזוי ווי געויסע דא ווילן נישט גלייבן קען איך מיך מער נישט אינהיילטן און איך מיז פארציילן.
מעשה שהיה אפאר וואכן צוריק.
ס'איז מיר שווער געוען א געוויסע רבי עקיבא איגר. בצר לי בין איך אראפגעפארן צו גארפילד רד. אין שטאט קרית יואל און אריין אין היכל התורה היכל ראזענבערג. צוגעגאנגען צום ווינקל מזרחית דרומית און פארגעלייגט מיין שאלה פאר דער תלמיד חכם וואס זיצט און לערנט אגאנצן טאג און קען כל התורה כולה..
אינטער א מיניט האב האב איך באקומען א קלארע תשובה. צוגעציינכנט נאך 4 פלעצער וואס רע"א רעדט דערפון. און די קלארע פשט אין זיינע ווערטער, און פארווואס די 4 פלעצער אין ש"ס גייען צוזאמען, און וויאזוי די מהלך פון רע"א איז איין שניט אויף אלע 4 פלעצער. והיו הדברים שמחים כנתינתן מסיני.
יעצט זאג די מיר איז נישטא היינט גדולים?
שעם אן us
יעצטס ענק לערנען, גייטס פרעגען, וועט איר שוין אלעס פארשטיין.
לעצט פארראכטן דורך אפענע וועלט אום מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:20 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:49 am
וויאזוי ס'זאל נישט זיין

דער אשכול האט מיר געגעבן א התעוררות

גיימיר שוין איצט לערנען עטליכע שעה מיטן אויבערשטנס הילף
פאר דעם אליין האט זיך געלוינט צו עפענען די אשכול!

כה לחי!


האב איך געהערט פון א איד וואס האט אין די אנפאנג 2000 יארן, שטארק געלעגן אין ריעל איסטעיט, און ער האט שטארק מצליח געווען! ס׳איז געקומען די קראך 2008 און ער האט אלס פארלוירן!

דאן האט ער זיך געזעצט לערנען, און ער האט שוין גענומען דרשו בחינות אויף ״גאנץ ש״ס״! האט די איד געזאגט אזוי ״עטס מיינט האלאו מען פליפט הייזער, מארגעדזשעס, ריפיי, ס׳טוט זיך, קאנטרי פארטי׳ס״
האלאו! איך קום פון דארט! ס׳מאכט פריילעך, אבער נישט צופרידן! נאו סיפוק!


הצלחה!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

איך כאפ נישט פשט פון דעי אשכול

קודם כל ר' חיים פלעגט לערנען פון אלץ בחור ביז צו זיין הויכע עלטער 18 שעה פער טאג, טא רעכן צאם אלעס צוזאמען נישט נאר פון איין טאג..

ווי אויך, וויפיל אידן לערנען ניין שעה א מעת לעת פאר צעהן יאר און א צו? און אויב יא? וויפיל סטעיק און סושי עסן זיי נאכדעים? פון וויפיל נייעס רעדן זיי? ר' חיים איז געווען איינגעטונקען און די תורה כל כולו.

און לאמיר זאגן וועסט יא טרעפן אזא איינעם, און לאמיר זאגן אז ער קען האלב פון ר' חיים, איז עס אבער ווייט דעים.. להבדיל, העילי האט אסאך מאל אויך האלב שטימען פון טראמפ..
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:27 am
עס קומט צו שמייכלן ווי מען קלאפט זיך דאס בייכל און מען דערמאנט דא אינזערע אלע רבנים ודיינים (וואס זענען באמת גרויסע תלמידי חכמים) און מען שטעלט זיי צו צו הגרח"ק. ווי כאילו ביי די ליטאים אדער סתם ירושלמיים איז נישטא צענדליגע און הונדערטער אזעלעכע וואס האבן ניטאמאל קיין שטעלע. עטס ווייסט וואס טוט זיך אין די כוללים אין ירושלים און בני ברק? זיצן דארט אידן פאר 50 יאר און הארעווען יומם ולילה עה"ת און קענען ש"ס ופוסקים ווי עס זאל נאר זיין מען ווייסט נישט פון זיי און מען הערט נישט פון זיי.

כ'דענק א עלטערע איד אין מירער ישיבה, א פשוט'ער געשטעל וואס קענסט איהם פרעגן יעדע תוספות אין ש"ס, יעדע רא"ש בלי גוזמא

אלא מאי ר' חיים איז געווען עפעס מער ווי דעם. כ'גלייב אז אויף אייוועלט פאר 100 יאר צוריק האט מען אויכט געשריבן אז דער מורה הוראה אין טעגלאש קען נאך אזויפיל ווי דער ראגעטשאווער..

נאר אז אין סענדז סטריט האבן זיך געוואלגערט ר' משה פיינשטיין'ס שטימט אלעס...
אין סענדז סטריט האבן די לומדים שטארק פראבירט, מען פרעגט אום אנריפן פרעגן בכל התורה כולה, און ער בסבלנותו האט יעדעם גענטפערט אויפן פלאץ בעל פה און סאיז קיינמאל נישט געלינגען אום צו כאפן מיט עפעס וואס ער האט נישט געוויסט בע"פ, קומען זייערע אייניקלעך דעבאטירן דא צו זייער זיידעס זענען גרעסערע לומדים...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:45 am
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:27 am
עס קומט צו שמייכלן ווי מען קלאפט זיך דאס בייכל און מען דערמאנט דא אינזערע אלע רבנים ודיינים (וואס זענען באמת גרויסע תלמידי חכמים) און מען שטעלט זיי צו צו הגרח"ק. ווי כאילו ביי די ליטאים אדער סתם ירושלמיים איז נישטא צענדליגע און הונדערטער אזעלעכע וואס האבן ניטאמאל קיין שטעלע. עטס ווייסט וואס טוט זיך אין די כוללים אין ירושלים און בני ברק? זיצן דארט אידן פאר 50 יאר און הארעווען יומם ולילה עה"ת און קענען ש"ס ופוסקים ווי עס זאל נאר זיין מען ווייסט נישט פון זיי און מען הערט נישט פון זיי.

כ'דענק א עלטערע איד אין מירער ישיבה, א פשוט'ער געשטעל וואס קענסט איהם פרעגן יעדע תוספות אין ש"ס, יעדע רא"ש בלי גוזמא

אלא מאי ר' חיים איז געווען עפעס מער ווי דעם. כ'גלייב אז אויף אייוועלט פאר 100 יאר צוריק האט מען אויכט געשריבן אז דער מורה הוראה אין טעגלאש קען נאך אזויפיל ווי דער ראגעטשאווער..

נאר אז אין סענדז סטריט האבן זיך געוואלגערט ר' משה פיינשטיין'ס שטימט אלעס...
אין סענדז סטריט האבן די לומדים שטארק פראבירט, מען פרעגט אום אנריפן פרעגן בכל התורה כולה, און ער בסבלנותו האט יעדעם גענטפערט אויפן פלאץ בעל פה און סאיז קיינמאל נישט געלינגען אום צו כאפן מיט עפעס וואס ער האט נישט געוויסט בע"פ, קומען זייערע אייניקלעך דעבאטירן דא צו זייער זיידעס זענען גרעסערע לומדים...

נעעעע יענץ זענען נישט געווען די לומדים

די אייניקלעך פון יענע חברה האבן יארן שפעטער געשיקט די מאדנע שאלות פאר ר' חיים...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: כאטשיג האלב פון כל התורה כולה…וואס איז פשט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:33 am
יקר מאוד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:29 am
פליז הרטס אויף מיט דעי קינדערשקייט איך קען א איד אין אמעריקע וואס איך האב פארהערט אין רוב תורה כמעט קיין איין איד ווייסט נישט פון דעים
אין ארץ ישראל איז אלעס א מצב

ר חיים איז געווען א גרויסע גדול אבער גלערנט שטחיות ווען ער רעדט אין הלכה איז עס נישט צו אינטערעסענט
ער מיר געבן א משל הרב ר משה יודא מייזעלס ז”ל האט געקענט גאנץ ש״ס עכ״פ רוב שו״ע לייג לעבן אים אפאר אירעלי זאלן מאן א מצב אין אלעס איז מסודר
א וועלטס טעות איבער ר חיים’ס שטחיות!

זיין ספר דרך אמונה איז מאסיוו!

אויב די פארשטייסט וויאזוי די חזון איש האט אפגעלערנט א זאך איז ר’ חיים די איינציגע בדומה לזה,
כ'בין מצטרף צו די מחאה פון רוב חברים אז דער ווארט שטחיות קומט נישט אריין כלל.
די שיטה פין רבי חיים איז זייער גרינטליך אין פשט, אבער אינגאצאן נישט שטחי.
ס'דא סוגיות וואס רבי חיים האט מקיף געווען באופן מושלם מיט אלא דעות הראשונים מיט אחרונים, אין דאס איז זיין ארבעט אין מקצוע פין סדר זרעים, די ארבעט האט אים געקאס יגעה רבה אין נישט פין ארבל ארויס למשל ווען סגעקומען צום דרך חכמה דארט איז שוין סאך שוואכער טראץ דעם וואס ער איז שוין עלטער געווען אין זיכער גרעסער בקי. אבער לומדות דאס איז בכלל נישט זיין סגנון.

אבער צי שטעלען רבי חיים צום חזו"א איז זייער נישט ריכטיג דער חזו"א שטעלט יסודות מיט סברות מיט הבנה אין פשט געגאסן ווי אייזין בעטאן אין געשריבן חידושים על כל סדרי הששה סדרי משנה ותלמוד בבלי על הסדר, אזא מלאכה האט קיינער נישט געמאכט, הגם אז בלי ספק רבי חיים איז געוען גרעסער בקי בש"ס פין חזו"א (דער חזו"א איז אליינס מעיד אז ער איז נישט דער שטערקסטער אין בקיאות - פארשטייצך אז הלוואי אויף אונז די נישט בקיאות).
ממילא צו שטעלען רבי חיים צום חזו"א איז כלל נישט ריכטיג ולא קרב זה אלא זה כל הלילה.

אז מוויל צו שטעל צום חזו"א קען מען אפשר דערמאנען ר' חיים גריינמן בעל חידושים וביאורים א ריז אין תורה וכל מדע אויך געשריבן חידושים על דרך זיין פעטער על כל סדרי ששה משנה בעיון אליבא דהלכתא כדרך החזו"א. אלץ אינגערמאן פין 30 יאר האט ער זיך פארמאסטן מין חשיבות מיטן אלטן גאון וצדיק סטייפלער, ביז ווען מהאט אים פוליטיש אראפ געקלאפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”