וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

אבנים טובות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 2:06 pm
תולעת שני האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:58 pm
אבנים טובות האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:42 pm
חיים חייקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:29 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:24 pm
ווילאנג די ווילסט נישט אמתדיגוועט דיר גארנישט העלפן. קודם דארפסטו באמת וועלן פטור ווערן דערפון פאר אלע קאסטן אפילו ס'עט זיין גאר שווער. אז ס'איז בלויז לבך נקפך איז עס גארנישט ווערד.
פון זיינע ווערטער זעהט אויס אז ער וויל אמתדיג, ער ווייסט נאר נישט ווי אזוי
שטותים והבלים איינער וואס האט א עדיקשאן אויף מאוויס האט זיך עס אליינס אנגעמאכט בידיםווייל ער האט עסגעוואלט און ווען ער וועט מער נישט וועלן וועט ער אטמאטיש אויפהערן,
איך זאג נישט אז עס איז נישט שווער און אויך נישט אז עס איז גרינג אבער אויב ווייסט ער די פראבלעם טוט ער עס נישט און אויב טוט ער עס וויל ער (די מענטש קען נישט טוהן קיין שום זאך וואס ער וויל נישט ואכמ"ל אפשר ביי א צווייטע געלעגנהייט)
עצות זיך צו האלטן א טריט ווייטער איז א נושא פאר זיך וואס יעדער מענטש דארף אליינס וויסן לפי מצבו.
עס איז דא די פשוט'ע ווי למשל מאכן א שעות צעטיל ווי די מציאות פראסקעט און פנים וכו'
אהא הייסט דו טוסט אלעס וואס דו ווילסט.
הייב אן צו באטראכטן דיין לעבן וועסטו זען וויפיל זאכן דו ווילסט באמת און וויפיל דו טוסט פון דעם...
הייב אן לערנען ספרים וועסטו זען זיי האבן אויך נישט פארשטאנען צו דיין מהלך..
און לסיכום איינער האט געעפנט דו אשכול ווייל ער ברויך הילף און ענטפער נישט א ענטפער מיט דיין מיינונג און שיטות וואס דו האלטסט וואס דו ווייסט אז עס וועט אים נישט העלפן.
גיב דיך אויס אינדערהיים אויף דיין בחור. אדער גאר אין ישיבה אויפן מנהל...
יא איך טו אלעס וואס איך וויל און נישט נאר איך נאר יעדע מענטש וואס זיין קאפ איז נישט הויל נאר אנגעפילט מיט א מוח און בנוגע דיין צווייטע האלב תגובה וואס די ביסט עפעס ארויפגעפארן אויף א מהלך פון סתם אראפרייסן פערזענליך איז אזוי:
הייב אן צו באטראכטן דיין לעבן וועסטו זען וויפיל זאכן דו ווילסט באמת און וויפיל דו טוסט פון דעם...

איך באטראכט וכדלעיל און סשטערט מיר טאקע מער ווי איין זאך וואס איך וויל און וואס איך האב געטוהן
הייב אן לערנען ספרים וועסטו זען זיי האבן אויך נישט פארשטאנען צו דיין מהלך..

אדערוויייל בין איך נישט מסכים וואס איר זאגט אי"ה וועל איך שרייבן וועגן דעם ווען איך וועל האבן מער ישוב הדעת (איך מארגן אינדערפרי וועט עס שוין זיין)
און לסיכום איינער האט געעפנט דו אשכול ווייל ער ברויך הילף און ענטפער נישט א ענטפער מיט דיין מיינונג און שיטות וואס דו האלטסט וואס דו ווייסט אז עס וועט אים נישט העלפן.
גיב דיך אויס אינדערהיים אויף דיין בחור. אדער גאר אין ישיבה אויפן מנהל...

אויב איר פילט פאר וויכטיג איך זאל אייך ענטפערן אויף דעם ביטע שרייב
א תירוץ אויף רצון ווי געזאגט אז איך וועל שרייבן בנוגע דעם
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

איך האב בשעתו געמעקט די דרייוו.
נאך אפאר שעה האב איך געפילט ווי איך קען נישט! און איך האב עס ווידער געשאפט.
די נאכט שפעטער [3.30 פארטאגס] עס ווידער געמעקט נאך א ביטערע מקרה.

ב"ה נעטכן און היינט איז בעסער. הגם אז איך ווייס אז אזוי גייט עס, עס איז א חלק פון די זאך, אפאר טאג אזוי אפאר טאג אזוי.

א דאנק פאר אלע חברים אויפן אויסקלארן און מחזק זיין.
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5218
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:חאן יוניס

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
פאר די נעקסטע צוויי טעג, נאכדעם איז אלעס צוריק צום אלטן.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

פראביר דורך צוביסלעך באגרעניצן צייט.
אנאליז ווען די איז עיקר קוק-צייט. אויב ביינאכט, זיי דיר מקבל נישט צו קוקן פאר 7 ביינאכט.
אויב בעיקר וויקענד און חאגעס - זיי דיר מקבל נישט צו קוקן די אנדערע טעג
אויב איז עס 24\6 דאן הייב אן מיט 1 טאג א וואך למשל יעדן מאנטאג וכו'

איינמאל די ביזט אין קאנטראל, און פאר עטליכע וואכן האסטו זיך געקענט מתגבר זיין, דאן ריק ארויף די שלאכטפעלד טיפער אין שונא'ס טעריטאריע און נעם איין נאך א טאג.

אבער א קבלה מוז גיין מיט פייער און אנטשלאסנקייט און קוראזש.
מיינע תאוות זענען נישט אינגאנצען בעה"ב אויף מיר. עפעס מעג איך אויך אריינרעדן.
איך בין א מאן און נישט קיין שוואכלינג. איך קען מיך אויפשטעלן און שטעלן א ווידערשטאנד.
איך שרעק מיר נישט פון קיין דורכפאל איך בין גרייט דערויף, און מיט שטארקייט וועל איך מיר אויפשטעלן און גיין פאראויס.
טריט ביי טריט, מייל ביי מייל - יעדע רגע איז א ריזיגע געווינס, יעדע פיצעלע קבלה איז מיליאנען.
איך קען עס באווייזן, און איך וועל עס באווייזן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5767
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צ/ק, דיין שאלה איז אויף עני עבירה, דוקא אויף ראיות אסורות אדער דוקא אויף ראיות אסורות פון מאוויס?

אויב דו האסט ארויס דאס ענין פון אידישקייט בכלליות און דו ווייסט וויאזוי זיך מתמודד צו זיין מיט מצוות ועבירות וועלכע קומען דיר אונטער דאן פארוואס נישט נוצן די כללים ביי מאוויס? אויב ביזטו שוין בייגעקומען אנדערע נסיונות און פלוצלונג דא ארבעט עס נישט, אפשר ביזטו דיך מער מסביר פארוואס דאס איז אזוי צו פארשטיין פארוואס מאוויס האט ביי דיר עפעס א ספעציעלן כח המושך?

אויב ווידעראום איז דאס לאו דוקא א מאווי פראבלעם נאר א אידישקייט פראבלעם וועלכע האט זיך פערצופאל איצט אויסגעשפילט אויף מאווי'ס, מיין איך אז דו זאלסט פשוט גיין צו א מורה דרך וואס זאל דיך אויסלערנען יהדות פון סקרעטש צו ווייסן וואס איז אסור און וויאזוי מ'אנטלויפט פון עבירות ווי פון פייער, יא גוט געהערט ווי פון פייער, אזויווי מ'ציטערט פון א ברען.

ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך "כי אם ליראה".

נ. ב. חכמינו ז"ל זאָגן אויפ'ן פסוק אשרי אדם נשוא פשע כסוי חטאה אז א מענטש זאָל נישט פארציילן זיינע עבירות פון בין אדם למקום. אויב די נסיון פון מאוויס קענסטו דיך נישט גובר זיין אבער אנדערע נסיונות קאנסטו יא, דאן פארמאך דעם אשכול נישט עובר צו זיין אויף דעם חז"ל און זיי דיך גובר אויף ראיות אסורות דורך גיין פריוואט פאר הילף.

פראקטיש געשמועסט.
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
טאקע די נישט גוטע שפירונגען, האבן אים עס דאך געמאכט קוקן אין פירסט פלעיס.

די עצה איז נישט, צו מאכן זיכער צו שפירן עקלדיג, נאר צו אנערקענען אז טאקע די נישט גוטע און ליידגע הרגשים, איז וואס מאכט מיר עס קוקן. און זען וויאזוי מען קען זיך פאררעכטן און ארויסקריכן דערפון און זיך אנפילן אויף א געזונטע מהלך. נישט נאך טיפער אריינקריכן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
חז"ל לערנען אונז לגבי געוויסע נייגונגען אין א מענטש אז "משביעו רעב"! און מ'זעט עס בכלל ביי אלע נייגונגען פון א מענטש.

דער אלקאהאליקער פילט דען נישט עקעלדיג נאכן ברעכן? אבער וועלכע משוגע'ענער גייט אים זאגן צו זיך אנטרינקען נאך צען מאל אבער ווי קרעזי, ווייל אזוי גייט ער אויפהערן?!

אוודאי איז דא אזא מושג ווי אז צומאל ווען מ'איז שטארק פארכאפט מוז מען היטן ראק באטטעם צו קענען ארויסקריכן. אבער דאס איז נישט א סודזשעסטען פאר איינער וואס האלט נאך ב"ה נישט ראק באטטעם, נאר בלויז א ביטערע אבזערוואציע וואס געשעט צומאל (אדער אפילו אסאך מאל). אבער, אבער! עס געשעט אויך ב"ה פילע מאלן וואס מענטשן זעען זיך ארויס פון מצבים/נייגונגען סתם פון ארבעטן שווער אסאך פארן היטן ראק באטטעם. און עס איז זינלאז צו זאגן פאר איינעם "גיי היט ראק באטטעם" ווייל דאן גייסטו אפשר זיך אויפכאפן, ווייל עס איז ליידער מעגליך אז מ'בלייבט שוין דארט מיט א רואינירטע לעבן רח"ל.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
אסאך מענטשן וואס האבן זיך ארויסגעזעהן פון שלעכטע געוואוינהייטן איז עס געקומען נאכן זיך זעהן אין א ביטערע מצב וואס האט זיי געפאטש אין פנים אז זיי מיזן זיך נעמען אין די הענט אריין.

דאס איז מסתם וואס ברענגט דיר צו געבן די עצה.

די פראבלעם איז אבער צווייפאכיג.
1. די מציאות גייט ביידע וועגן. אסאך מענטשן האבן נאכן היטן ראק באטטאם געגראבן א טיפערע לאך וואס זיי האבן ניטאמאל געוויסט קען גיין אזוי טיף.
2. דער ווילן ארויסצוגיין ווערט אפשר שטערקער, אבער מיט דעם ווערט דער נסיון אויך שטערקער!

ווי @שטארקע אור און @קנאפער ידען האבן דיר גענטפערט, פארוואס מאכן דאס געדראנג צו אנטלויפן שטערקער?
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!

פלטרין של מלך האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 12:56 pm
איך האב בשעתו געמעקט די דרייוו.
נאך אפאר שעה האב איך געפילט ווי איך קען נישט! און איך האב עס ווידער געשאפט.
די נאכט שפעטער [3.30 פארטאגס] עס ווידער געמעקט נאך א ביטערע מקרה.

ב"ה נעטכן און היינט איז בעסער. הגם אז איך ווייס אז אזוי גייט עס, עס איז א חלק פון די זאך, אפאר טאג אזוי אפאר טאג אזוי.

א דאנק פאר אלע חברים אויפן אויסקלארן און מחזק זיין.
@פלטרין של מלך איז דא א זאך אין עבודת השם וואס די האסט הנאה צו טוהן?
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

צד השוה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:40 pm
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
אסאך מענטשן וואס האבן זיך ארויסגעזעהן פון שלעכטע געוואוינהייטן איז עס געקומען נאכן זיך זעהן אין א ביטערע מצב וואס האט זיי געפאטש אין פנים אז זיי מיזן זיך נעמען אין די הענט אריין.

דאס איז מסתם וואס ברענגט דיר צו געבן די עצה.

די פראבלעם איז אבער צווייפאכיג.
1. די מציאות גייט ביידע וועגן. אסאך מענטשן האבן נאכן היטן ראק באטטאם געגראבן א טיפערע לאך וואס זיי האבן ניטאמאל געוויסט קען גיין אזוי טיף.
2. דער ווילן ארויסצוגיין ווערט אפשר שטערקער, אבער מיט דעם ווערט דער נסיון אויך שטערקער!

ווי @שטארקע אור און @קנאפער ידען האבן דיר גענטפערט, פארוואס מאכן דאס געדראנג צו אנטלויפן שטערקער?
ביטע פארגלייך נישט די נושא מיט אלקאהאל אדער דראגס.

היטן א ראק באטטאם פון דראגס האט אנדערע דינים
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

צד השוה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:41 pm

@פלטרין של מלך איז דא א זאך אין עבודת השם וואס די האסט הנאה צו טוהן?
איך האב ליידער נישט געפיל צו הייליגע זאכן
הגם אז איך בין עס תולה אין ADHD.
ווען איך האב א גוטע חברותא קען איך הנאה האבן.
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

צ/ק

הייב אן עסן קנאבל.
מיין באבע זאגט אז קנאבל העלפט פאר אלעס.
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

גרעי עריע האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 8:09 pm
צ/ק

הייב אן עסן קנאבל.
מיין באבע זאגט אז קנאבל העלפט פאר אלעס.
קנאבל העלפט נאר אז מעןזאל נישט פארהערן
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

הייליגער @פלטרין של מלך
ר' נחמן מברסלוו שרייבט : ווען א מענטש גייט דורך א נסיון זאָל ער זיך מצייר זיין וויאזוי א מלך זיצט מיט זיינע שרים און האַלטן מיט א פאַרמעסט ווי צוויי מענטשן שלאגען זיך אדער ווי א מענטש שלאגט זיך ווי א חיה

און יעדער מאל וואס דער מענטש שטאַרק זיך און באזיגט זיין קעגנער האט דער קעניג א מוראדיגע הנאה און דער קעניג מיט אַלע זיינע שרים שאלן און פאטשן פאר פרייד

אונזער ליבע טאטע אין הימל קוקט אייביג אויף אונז און ווען א מענטש גייט דורך א נסיון שטייט דער אייבערשטער כביכול מיט אן איינגעהאלטנע אָטעם מיט אַלע מלאכים ושרפים און קוקן אראפ אויף דיך און וואַרטן אז די זאלסט באזיגען דעם שלעכטן יצר און ווען די באזיגסט אים ווערט אין הימל אזא שמחה וואס מען קען ניטאמאל אראפשרייבן.

געב נישט אויף ! גיי אן ! דער אויבערשטער ווארט אייביג פאר דיר און ער האפט די זאלסט אינגאנצן צוריקומען צו אים.

ס׳איז גרינג? בכלל נישט, עס איז זייער שווער, אבער מיט אסאך יגיעה און אסאך תפילה קען מען אייביג צוריקומען און זיך אויפהייבן צו די העכסטע מדריגות!

הצלחה רבה וכל טוב.
לעצט פארראכטן דורך גיבור אום מוצ"ש מארטש 09, 2024 9:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

אויף אזא זאך דארף מען ארבעטן מיט רציחה ממש.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

לפנות בוקר האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 1:00 pm
פלטרין של מלך האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 12:54 pm
איך האב לעצטס באקומען א דרייב מיט פיל מאוויס, און איך בין נישט מסוגל אויפהערן קוקן שעות שעות שעות
איך שפיר ווי איך בין נישט מסוגל אויפהערן אפילו עס שטערט מיר זייער
וואס קען מען טוהן??
שיק אריין.

באמת, מיט א שטארקן רצון האלט דיך איין פאר פינף מינוט, נאך דעם צען מינוט, און אפילו דו פאלסט דורך נאכדעם, קוק אויף דעם אז דו האסט זיך איינגעהאלטן פאר צען גאנצע מינוט און נישט אויף דעם אז דו ביסט דורכגעפאלן, נאך דעם צוביסלעך וועסטו קענען אויפהערן אינגאנצן.

וויכטיג צו אנערקענען אז איך האב א פראבלעם און איך דארף מיך אליין העלפן דערמיט.
געוואלדיג
און בעיקר רעדן צום אייבערשטן אויף יודיש, זאג אים דיין פראבלעם, זיי דיך מבטל, זאג איך קען נישט אהן דיר

דער אייבערשטער וועט דיר זיכער העלפן
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 9:50 pm
אויף אזא זאך דארף מען ארבעטן מיט רציחה ממש.
...................??
Solomon-2
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 26, 2019 2:29 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Solomon-2 »

Delete everything put a good filter on your device and ask them to block video and all the links
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פלטרין של מלך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 1:05 pm
צד השוה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:41 pm

@פלטרין של מלך איז דא א זאך אין עבודת השם וואס די האסט הנאה צו טוהן?
איך האב ליידער נישט געפיל צו הייליגע זאכן
הגם אז איך בין עס תולה אין ADHD.
ווען איך האב א גוטע חברותא קען איך הנאה האבן.
אינטערעסאנט, מענטשן מיט ADHD האבן געווענליכע שטארקערע געפילן ווי סתם, מער ווארים צו זאכן. יעקישע קאלטקייט גייט נישט צוזאמען מיט ADHD.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

אויף איין פוס האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 8:12 pm
גרעי עריע האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 8:09 pm
צ/ק

הייב אן עסן קנאבל.
מיין באבע זאגט אז קנאבל העלפט פאר אלעס.
קנאבל העלפט נאר אז מעןזאל נישט פארהערן
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

ליטווישער האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 11:15 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 9:50 pm
אויף אזא זאך דארף מען ארבעטן מיט רציחה ממש.
...................??
די גבורת הנפש וואס מ'דארף האבן. מ'קען נישט אריינקומען מיט קיין פשרות אדער חשבונות. מ'דארף זיך רייסן אפילו ווען מ'פילט דעפרעסט, ליידיג, אנגעוויזן, און אפילו מ'פילט מ'וויל זיך איינרעדן אז ס'איז ממש גארנישט, נאר איין כשר'ע קליפ און שוין. אבער מ'דארף זיין שטארק, בלאקירן אלעס, טרעפן בעסערע סיפוק און טון יעדע זאך וואס קען העלפן.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 12:11 am
פלטרין של מלך האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 09, 2024 1:05 pm
צד השוה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:41 pm

@פלטרין של מלך איז דא א זאך אין עבודת השם וואס די האסט הנאה צו טוהן?
איך האב ליידער נישט געפיל צו הייליגע זאכן
הגם אז איך בין עס תולה אין ADHD.
ווען איך האב א גוטע חברותא קען איך הנאה האבן.
אינטערעסאנט, מענטשן מיט ADHD האבן געווענליכע שטארקערע געפילן ווי סתם, מער ווארים צו זאכן. יעקישע קאלטקייט גייט נישט צוזאמען מיט ADHD.
נוץ איך עס לכאורה, די געפילן, נישט מיט א מסודר'דיגע אופן
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

בטילה מביאה לידי...

אויב איינער האט נישט קיין סדר היום, איז אויסגעשטעלט צו ווערן פארכאפט אין מאוויס אדער סיי וועלכע אנדערע פראבלעמען.

און דער סדר היום דארף זיין זאכן וואס מען וויל טוהן. עכטע זאכן, נישט קיין אינטערטעימענט, נאר עפעס אויפטוהן פאר פאר דיר, פאר דיין שטוב, פאר די וועלט, און פארן אויבערשטן.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: וויאזוי זאל איך מיך אפגעוואוינען פון קוקן מאוויס??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 3:13 pm
צד השוה האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:40 pm
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 1:02 am
די עצה איז צו קוקן פאר שעות אריכות אהן שלאפן עסן וכו און דיין ארומיגע זאלן דיר אנשרייען פאר וואס די פארברענסט דיין צייט. ביז די וועסט פילן אזוי עקעלדיג אז די וועסט אפילו נישט האבן א תאווה צו קוקן נאכאמאל.
אסאך מענטשן וואס האבן זיך ארויסגעזעהן פון שלעכטע געוואוינהייטן איז עס געקומען נאכן זיך זעהן אין א ביטערע מצב וואס האט זיי געפאטש אין פנים אז זיי מיזן זיך נעמען אין די הענט אריין.

דאס איז מסתם וואס ברענגט דיר צו געבן די עצה.

די פראבלעם איז אבער צווייפאכיג.
1. די מציאות גייט ביידע וועגן. אסאך מענטשן האבן נאכן היטן ראק באטטאם געגראבן א טיפערע לאך וואס זיי האבן ניטאמאל געוויסט קען גיין אזוי טיף.
2. דער ווילן ארויסצוגיין ווערט אפשר שטערקער, אבער מיט דעם ווערט דער נסיון אויך שטערקער!

ווי @שטארקע אור און @קנאפער ידען האבן דיר גענטפערט, פארוואס מאכן דאס געדראנג צו אנטלויפן שטערקער?
ביטע פארגלייך נישט די נושא מיט אלקאהאל אדער דראגס.

היטן א ראק באטטאם פון דראגס האט אנדערע דינים
איך זעה נישט פארוואס עס זאל זיין אנדערש לגבי דעם.

אדרבה, אפשר קענסטו מיר עפעס אויסלערנען
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”