אנקעטע איבער די לעצטערע סיסטעם פון די נייעס פארום'ס

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

ליינט די תגובה ביפארן שטימען

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש אפריל 27, 2024 10:52 am

1) אין אלגעמיין גלייכט איר בעסער די נייע סיסטעם פון זיראנץ און נייעס פען לייסענס? - יא
42
14%
ניין
20
7%
איך ווייס אליין נישט / איך האב נישט קיין מיינונג
13
4%
פעלט מיין אפציע (שרייב תגובה)
1
0%
2) האלט איר פון באזידערע אשכולות פון **בלויז נייעס** און באזינדער פאר קאמענטארן? יא. אזוי ווי יעצט איז גוט
34
12%
ניין
13
4%
לייכטער ווי היצט, נאר ביי גאר היציגע אדער גאר שפאנעדע נייעס
29
10%
איך ווייס אליין נישט / איך האב נישט קיין מיינונג
5
2%
פעלט מיין אפציע (שרייב תגובה)
1
0%
3) שטיצץ איר די נייע ריקווייערמענט ארויסצונעמען עקסטערע לייסענס פאר רשות כתיבה אין נייעס? יא
26
9%
ניין
30
10%
אין האב נישט קיין מיינונג
9
3%
4) איז אייוועלט אייער מעין קוואל פון געוואר ווערן נייעס? יא
58
20%
ניין
12
4%
סך הכל שטימען: 293

אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

אנקעטע איבער די לעצטערע סיסטעם פון די נייעס פארום'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

אין די לעצטע 2 יאר האבן זיך געטוישט די נייעס פארום'ס דא אלץ מער ערענסט און מער עטוואס סטריקלי נייעס ווענט זיך ווי א אשכול
1) זיראנץ (זיראו טאלעראנץ פאלעסי וואס פארלעצער קענען פליען) ** בלויז נייעס** ביי שפאנענדע שטארק נאכגעפאלגטע נייעס מיט א באזידערע אשכול פאר קאמענטארן, אויכט ביי היציגע נייעס ווי עס קען/ווערט אנשטאט נייעס דעבאטעס

2) א נייע פאלעסי אז כדי צו האבן רשות כתיבה אין די נייעס פארום'ס דארף מען עקסטער זיך איינשרייבן viewtopic.php?t=65424

עטליכע מאל לעצטנס איז געווען העפטיגע וויכוחים צווישן ניקים און מנהלים דערוועגן, איך וועל ציטירן טייל, פאר די וואס ווייסן נישט ביי די ציטירטע המשך הדברים, "קאך לעפל" איז א פארום דא מער פאר שמיעסן און טענה'רייען איבערהויפט איבער פאליטישע פאליטיק
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 8:06 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 2:42 pm
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 2:32 pm
שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 2:27 pm
עס איז נישט דא יעצט קיין בלויז נייעס אין פאליטיק. גענוג מיט די שמאלקעפיגקייט, הרף!
נישט וואוסענדיג אויף וואס דו באציהסט זיך; פארוואס זיך נישט באנוצן מיט די צענדליגער שמועסן אשכולות אנשטאט?
גיי זוך אשכולות...

די גאנצע "נייעס" יעצט אכט חדשים בעפאר די וואלן שוין נאך די פריימעריס איז בגדר קאמענטארן... פארוואס קען מען נישט שמועסן ווי נארמאלע מענטשן? לדוגמא איינער גייט שרייבן "בלויז נייעס" אז ביידען זאגט אז טראמפ איז אין א שלעכטע פאזיציע ווייל בלא בלא בלא. וויל א צווייטער שרייבן אז לויט בלא בלא בלא איז דאס דאס פונקט פארקערט ווייל בלא בלא בלא. אופפפפס... בלויז נייעס, הבנת?

פאר פאולס אליינס דארף נישט מאכן אזוי קאמפלעצירט. די פאליטישע נייעס עס איז קיינמאל געווען אזוי עס איז נישט א מלחמה עס איז נישט דא קיין מינוט צו מינוט אפדעיטס ניטאמאל חודש צו חודש אפדעיטס.
דו כאפסט אז דער וואס האט עס געשריבן אינעם נייעס אשכול האט עס דייקא געלייגט דארט, איא?

אדרבה, שרייב עס אינעם קאך לעפל אשכול און דעבאטיר.
quote=יאנאש post_id=4970254 time=1710115661 user_id=20]
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 5:45 pm

נישט וואוסענדיג אויף וואס דו באציהסט זיך; פארוואס זיך נישט באנוצן מיט די צענדליגער שמועסן אשכולות אנשטאט?
ווייל עס פאסירט נישט, פינטל.

קאך לעפל איז טויט.
[/quote]
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 9:43 am
נ.ב. די אויבנדערמאנטע איז געשריבן אונטערן רושם פון מיטהאלטן דעם סטעיט אף די יוניען ספיעטש, וואו די בלויז נייעס קאנטראל איז געווען שוואך.

א דיזעסטער! און א רימיינדער וויאזוי יעדע נייעס אשכול פלעגט אמאל אויסזעהן.

אדרבה, פארוואס יאוועט זיך נישט ’איין’ נייעס ברענגער אינעם קאך לעפעל?
רעגנדיג האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 9:57 am
שטותים מיט הבלים.

פאר פאליטיק ליבאהבער דארף איך נישט מסביר זיין, אבער פאר יאנאש וואס איז קענטליך רוי אין דעם וועל איך יא פרובירן מסביר צו זיין. (הגם איך ווייס אז ס'איז א שאד יעדע ווארט)

האסט מיר געכאפט ביים ווארט, גע'פועל'ט, פון די מערסטע פאפולערע.

נייעס ברענגער זענען שטארק צופרידן, פאלטישע דעבאטירער (פאר וועמען אייוועלט דארף עכט צו קעיטערן) זענען נישט.

אמאל האט מען נישט געדארפט פעיסטן, סימפל, מ'האט געקענט האבן א נארמאלע שמועס אן דארפן אראפקריכן אין בעיסמענט אויפזוכן עפעס אן אלטן קאמענטארן אשכול צו וואס קיינער האט נישט קיין געדולד. חוץ פארשטייט זיך ביי גאר היציגע נייעס איז געווען פארשטענדליך אז מ'מאכט א קאמענטארן אשכול, אבער סתם ביי פשוט'ע נייעס וואס איז דא עפעס פריש מאקסימום איינמאל א טאג, וואס די גיהנם איז דאס מאראנצן דארט?

וואו איז די שמועס איבער די ניו יארק טראמפ ציווילע קעיס?
וואו איז די שמועס איבער די פאני וויליס קעיס?
וואו איז די שמועס איבער די סופרים קאורט קאלאראדא קעיס רולינג?
וואו איז די שמועס איבער דאס סופרים קאורט אויפנעמען די אימיוניטי קעיס?
וואו איז די שמועס איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען אין די האנטער קעיס?
וואו איז די שמועס איבער די היציגע אימיגראציע אישו וואס גייט נישט אראפ פונעם אויבנאן?

ענד די ליסט גאוס אן ענד אן, אמאל האט יעדע אזא געשיכטע אנגעצויגן צענדליגע בלעטער, און היינט, גארנישט, אלעס שלאפט.

ווילסט זען א גוטע עקזעמפל וואו ס'האט זיך יא אנטוויקלט געשמאקע שמועסן און היציגע דעבאטעס? (כ'ווייס נישט צי כ'זאל דיר אויסזאגן ווייל וועסט עס נאך גיין מעקן...) אין די סטעיט אוו די יוניאן אשכול וואו מ'האט ב"ה נישט אינפארסירט די צודרייטע מאראנצן פאליסי, גיי קוק וויפיל בלעטער ס'האט! אט אזוי האט קאך לעפל אמאל אויסגעזען טעגליך, ספעציעל אין אזא תקופה ווי יעצט וואס איז גאר היציג אין די פאליטישע וועלט.

און אז דו וועסט גוט קוקן וועסטו זען אז אפלו נייעס געבערענגעכץ אין די אלע אינטערעסאנטע פאליטישע טעמעס איז גאר שוואך, ופשוט הוא, אויב מ'זעט נישט קיין אינטערעסע אין די טעמע, פארוואס זאל מען באריכטן יעדע נייעסל? באריכט מען דא דארט די ראשי פרקים און שוין. נעם א משל די פאני וויליס קעיס, דו ווייסט וואספארא אינטערעסע די קעיס האט אנגעצויגן אין די פאליטישע גאס? דו ווייסט וויפיל שטיקער אינטערעסאנטע נייעס ס'איז געווען דערוועגן? דו ווייסט וויפיל פראצענט דערפון (פון די כשר'ע חלק) איז דא באריכטעט געווארן? זייער ווייניג. סיי ווי געשמועסט ווייל מ'זעט נישט קיין אינטערעסע, און נאכמער וויבאלד אסאך פון די אמאליגע קאמענטירער וואס פלעגן זיך דא דרייען אויף א טעגליכע פארנעם האבן געהאט א היבשן טייל אין ברענגען די נייעס פארן ציבור.

האקט מיט א פארקערטע סברא פון דאס וואס פאליטיק ליבהאבער זעען.
שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:49 am
American Dream האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:47 am
שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 11:32 am
@רעגנדיגגוט ארויסגעברענגט די חורבן.
אייוועלט איז אמאל געווען א פארעם

עס איז א פארגאנגענהייט היינט איז עס פלאץ פאר אפאר הויכגעשעצטע נייעס ברענגער צו באקומט לייקס
ניטאמאל... עס איז געווארן עפעס געפערליך אומאנגענעם. געדענקן מיר נאך די גוטע צייטן ווען עס איז געגאנגען א קאך, יעדע פרט ופרט איז געווארן אויסגעקאכט מיט אלע צדדים. חבל
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 3:14 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 2:06 pm
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 8:07 pm
מעגליך, איך דריי מיך נישט דארט. פאר די נייעס ליינער און שרייבער באדערט עס נישט, סאו סאך הכל פעלט אויס א קאפי פעיסטער אהין איי געסס.
העיר יו גאו, אייוועלט איז געווארן די אידיש סייט צו ליינען נייעס. קאמענטארן? גיי וואו די שווארצע פעפער וואקסט און שרייב דארט.
א גוטן זונטאג, וואו האמער געהאלטן?

איז דען אייוועלט געווען קאך לעפעל און איצט איז עס נישט? ס’איז דא פילצאליגע אפטיילונגן, איא?

סך הכל זענען געוויסע קאך לעפעל קאנטריביוטער פויל געווארן צו מעלדן א נייעס איבער וואס די רינגע ראנגי ראוזי ראולער קאוסטערס זאלן זיך דרייען ארום, און ווילן שטארק זיך באנוצן מיט אנדערע באשטייערער’ס ארבעט דערפאר.

רובא באשטייערער האבן געבעטן ’פליז טוט דאס נישט צו אונז’, מערערע ברבים און אנדערע פריוואט. איך כאפ עכט נישט פארוואס יאוועט זיך נישט ’איין’ שרייבער וואס קען פלעין זיצן אויף קאנטראל זי ענד פי אין די רעלעוואנטע אשכולות, אבער צווינגן די וואס ווילן דאס נישט טון איז דאך זיכער נישט קיין אפציע.

וואס איך האב יא געמערקט - מעגליך אומרעלעוואנט אהער - איז אז צומאל כאפט אן א ניק א שטיקל מיעדקייט און ברויך א ברעיק (איך לייד דערויף לעיטלי) אבער ער זוכט אן אוטסייד סיבה, סאו מ’בלעימד די גאנצע שטאט.
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 3:21 pm
בבקשה האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 3:01 pm
תכלית גערעדט, די נושא איז אן אלטע, יעדער שטיקל פרישע צייט וועקט זיך עס נאכאמאל אויף, וועל איך שרייבן די וועג וויאזוי איך קוק עס אן.

ס'איז דא א בד"ה אשכול, דארט שרייבט מען יעדער נפטר וואס איז אוועק פון די וועלט, צו מאל, מאכט זיך ארום א נפטר אפאר תגובות, צו מאל אבער איז דא א נפטר וואס איז וועט א לענגערע שמועס פארדינט זיך דאס א באזונדערע אשכול. צו מאל, כאפט מען גלייך אז דער איד גייט ווערן א שמועס, מאכט מען לכתחילה אויף אן אשכול.

אמאל, איז אייוועלט געווען קליין, און קיין איין נייעס איז נישט געווען צו גרויס, אז די קאממענטערן און די נייעס זאלן נישט קענען זיין צוזאמען אין איין אשכול, אבער מיט די צייט, איז אייוועלט גרעסער געווארן, בנוסף לזה, איז אנגעקומען טראמפ. דער טראמפ האט געמאכט אז יעדער נייעס אשכול איז געווארן פיל מיט קאממענטארען, ווי יעדער צד האט געשפינט לטובותם, און דערנאך אריינגעשלעפט אנדערע נושאים וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות צום נושא, און די גאנצע נייעס אשכול איז געווארן אן או נאו, או יעה, אבער וואס טוהט זיך מיט וכו' וכו', עד כדי כך אז די נייעס איז פארשוועמט געווארן.

דער תוצאה איז געווען אז די נייעס ברענגער האבן נישט געקענט געהעריג ברענגן די נייעס, און די נייעס ליינער האבן נישט געקענט ליינען. פונקט וואו ביי די בד"ה אשכול, טאמער וואלטן אלע געבליבן דארט, אפילו די גדולי הדור, וואלט יענע אשכול בכלל נישט געווען מעגליך צו ליינען, אזוי איז געווארן אלע נייעס אשכולות.האט מען געמאכט א תיקון ס'איז דא צוויי אשכולות איינס פאר נייעס, און איינס פאר קאממענטארען, די נייעס איז אזויווי יעדער נפטר, און די קאממענטערען... אקעי איז נישט אזויווי א גדול בישראל, אבער מען כאפט די נקודה.

יעצט שטעל דיר פאר, ווען ס'איז דא 2-3 ניקים, וואס שרייבן אלע נפטרים בלויז אין בד"ה אשכול (איך דארף ק\פ אין א נייע אשכול, דא שטייט בד"ה אויף הרה"ק, איך וועל דא שרייבן א לאנגע הערכה אויף דעם איד), אויף יעדעם, קיין חילוק טאמער עס קומט זיך אן אשכול פאר דעם, צו נישט, וואלט דאך יעדער פארשטאנען אז די 2-3 דארפן פליען, זיי מאכן שווער צו ליינען. נאר דא האט זיך געמאכט אז ס'איז נישט 2-3, ס'איז אסאך מער, מילא האט מען אביסל מער נאכגעלאזט, ערשט שפעטער האט מען איינגעפירט זיראנץ למען ישמעו ויראו, אבער מיט דעם אלעם, איז אסאך לויזער ווי ווען א ניק לאזט זיך אראפ אויף די בד"ה אשכול.
די נייעס ברענגער זאלן אלע עפענען אייגענע אשכולות וואו זיי ברענגען אלע זייערע נייעס פונקט ווי @אבימלך האט געטון, און פונקט ווי @הכל הבל האט געטון לעצטנס, און לאזן אלע נייעס אשכולות פארן געהעריג.

און גלייב מיר, ס'וועט זיין גענוג נייעס ברענגער וואס וועלן ברענגען די נייעס צו די נייעס אשכולות, און מ'וועט אפילו ק/פ די תגובות צו די צענטראלע אשכולות. פארוואס מוז מען היידזשעקן א גוט שטיקל נייעס מיט א גראבע "בלויז נייעס" שלאס? ברענג אלעס אין דיין פריוואטע אשכול און לאז די נייעס דיסקוסירט ווערן געהעריג צוזאמען מיט די קאמענטארן. פאר דער וואס וויל בלויז נייעס איז שוין דא היינט די אבימלך אשכול, די נייעס און נאטיצן אשכול, די בעיקינג נייעס אשכול און נאך.

גענוג קלאר?

(די משל פון די בד"ה אשכול האב איך נישט געכאפט, ווייל איך זע נישט וואס ס'איז שלעכט ווען איינער שרייבט אלע נפטרים אין די צענטראלע אשכול)
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2024 3:34 pm
ס’איז צוויי עקסטערע אישוס, און מען האט פרובירט ביידע צו אדרעסירן מיט עקסטערע פיקסעס וואס איינס ארבעט און ס’אנדערע נישט.

1. דעבאטעס שטערן די פלוס פון נייעס, אפי’ אויב ס’איז נאר סובסטאנצישע תגובות.
2. נארישע תגובות שטערן געשמאקע דעבאטעס.

פיקס פאר איינס, זיראנץ
פיקס פאר צוויי, נייעס גרופע

איינס ארבעט פערפעקט, צוויי נישט.

האסט געכאפט ווי אנדערש מיר קוקן אן די נושא? מיר האבן ביידע גענוצט פריערט דעם זעלבן אשכול צו פראוון אונזער קעגנזייטיגע שטאנדפונקטן....
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 3:04 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 8:56 am
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 4:22 am
הרב @רעגנדיג @פון אמעריקע , לענ"ד הייב אהן נאר שרייבן אין די קאמענטארן געהענעל, נעם אהין אפאר גוטע דיבאטירער און שרייבער.
די גאהר גוטע. וואס איז ראוי ליכנס בשולחן הקדוש פון די מעכטיגע זיראנץ, וועט שוין איינער אהין פיהרן אשר לא כדת.

אבער דו, וועסט האבן ווי צו שרייבן, און וואס צו שרייבן.
און דיינע חברים וועלן קענען שיין דיבאטירן, און ווער עס וויל פאר עכט זעהן וואס טוט זיך, וועט מוזן אריינקוקן - אויב איינער האט זיך מרחם געווען, - און די זיראנצען הסגורים למחצה לשליש ורביעי.
לאמיר געבן א משל, עס זענען דא אזא 27 אשכולות (בערך) איבער די וואלן, ריפאבליקאנער, דעמעקראטישע, פריימערי, גענעראל, פרעזידענט, קאנגרעס, ענד די ליסט גאוס אן, אויסער דעם איז דא א עקסטערע אשכול פאר יעדע קאנדידאט, און אויך א טראמפ און ביידען HQ אשכולות. ווייטער איז דא נאך א טאץ מיט אשכולות פאר יעדע פון טראמפ'ס אנקלאגעס עקסטער, א ביידען אדמיניסטראציע נייעס אשכול און עקסטער א ביידן אקאמפלישמענט אשכול, א עקסטערע אשכול איבער קאנגרעס און סענאט, און נאך איינס פאר יעדע קאנגרעסמאן און סענעטאר באזונדער אין וועלכע דערולם איז מער נייגעריג.

האלסט קאפ?

סאו דיין פארשלאג איז אז וואס? אלע די אשכולות זאלן זיין בלויז נייעס, און ווען איך האב עפעס א קאמענט אויף א נייעס'ל זאל איך עס ציטירן צו דער איינע קאמענטארן אשכול און דארט שרייבן מיין תגובה? און דער וואס זעהט מיין תגובה, וויאזוי גייט ער האבן א בלאסן אנהונג פון וואס איך רעד? אה, ער גייט קליקן אויפ'ן עררוא וואס גייט אים אהין טראגן, ליינען דארט, און נאכדעם צוריקגיין איבערליינען מיין תגובה, איא?

ס'איז א מהלך, אבער א פארום איז עס נישט, און געס וואט, דאס וועט גענצליך אונטערברענגען דאס ביסל פארום אקטיוויטעטן וואס גייען נאך יא פאר אין די נייעס אפטיילונג, עס איז עכט נישט געשמאק, און פארום באנוצער זאגן אסאך ענדערש מוחל טובות און א פרייליך'ן ביי ווי איידער שרייבן אויף אזא אופן.

שטעל זיך פאר א רגע וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט אין פארברענגען ווען אונזער הויכע באשפריצטע פ"ר @תולה ארץ האט איין אשכול ווי ער שרייבט אלע זיינע ארטיקלען און אויף צו קאמענטארן ברויך מען גיין אין א צווייטע אשכול, א עקסטערע אשכול וועט זיין פאר אהאנג"ז ווי שרייבער וועלן שרייבן סטריקטלי וואס זיי ווילן אייך זאגן, אבער אויף צו ענפערן דערויף דארף מען גיין אויפזיכן א צווייטע אשכול, עס ארבעט נישט אזוי אויף א פארום.
איהר האט מיר נישט פארשטאנען.

מיין עיקר נקודה איז געווען, בערך ווי @בבקשה האט שפעטער דערמאנט.

איהר קענט נישט טוישן דאס פלאץ, עכ"פ דערווייל.
צופיהל ליינער, וואס ברענגען נישט קיין שום נייעס צום פלאץ, אדער געבן גארנישט צו צום פלאץ (אויסער פון ברענגען נייעס אין דער שטיבלך און מקוואות, פון וואס ער ליינט דא....), זיי ווילען נאר זיראנץ (עכ"פ לטענת המנהלים).

ממילא דארף מען זיכען א אלטערנעטיוו, ווואס זאל אייך מאכן באקוועם דא אין אונזער וועלט, זאל מאכן דאס פלאץ אינפארמירט, אין ציענדיג פאר דיר מיט מיר און נאך.

איז כרגע דאס בעסטע מהלך הנלענ"ד אזוי:

זעצט אייך, צוזאמען מיט נאך גוטע שרייבער, טאקע נאר אינ'ם קאמענטארן, דארט זאלט איהר שרייבן אייערע נייעס אויך.

דארט וועט איהר דאך נישט ווערן פארמעקט ווען איהר לייגט עפעס צו מער פון נייעס, דארט וועט מען ווייטער קענען שרייבען וועגן די נייעס און ארום די נייעס.

איינמאל אזעלכע גוטע נייעס ברענגער ווי אייך, ושכמותך, וועלן זיין בעיקר טאקע נאר אינ'ם קאמענטארן געהענגעל, וועט דארט ווערן די פלאץ ווי יעדער וועט אהינגיין.

דארט וועט ווערן דאס פלאץ ווי מ'ליינט נייעס, און ווי מ'קוקט לכתחילה.

דער זיראנץ וועט בלייבן דאס פלאץ פאר לייוו עווענט'ס ווי מ'וועט קענען מיטהאלטן דער דרשה/משפט/לייוו ריזאלטס בשעת מעשה.

קען טאקע זיין אז איינער וועט ברענגען צום זיראנץ, די אלע נייעס וואס איהר מיט אייערע דאס גלייכן וועלן שרייבן אינ'ם קאמענטארן, אבער wהא קעירס.

מ'דארף ארויסברענגען, אז מ'קען נישט וויינען אויף די גוד אולדען דעיס, אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה, עס איז היינט אנדערע צייטן.
אמאל איז געווען א קליינע צאל אידן, וואס האבן געהאט עקסעס צום וועלטעל, אפאר אינגעלייט האבן געהאט אינטערנעט, און אויך אביסל צייט.
היינט איז דאך דער פראבלעם אז בחורים קענען זיך אויך איינשרייבן.
עס זענען דא צענדליגע מאל אזויפיהל איינגעשריבענע וויל אמאל, איז געשעהט ביי יעדער קליינע מעשה'לע טענות פון או יעס מיט או נאו.
ממילא קען זיין די מנהלים, זעהן עס אינגאנצן אנדערש ווי אמאל.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
נישט דא אזא ניק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:14 am

Re: אנקעטע איבער די לעצטערע סיסטעם פון די נייעס פארום'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט דא אזא ניק »

2. פמ"א מען זאל צוזאמענען אלע ענליכע נייעס אין איין זיראנץ אשכול, למשל אלע טראמפ קארט קעיסעס אין איין אשכול, אלע אנדערע פריימערי נייעס אין איין אשכול, אא"ו.

3. פמ"א, איך וויל מען זאל קענען פארלירען לייסענס, און אז יעדער איבער 100 תגובות זאל אוטאמאטיש באקומען רשות.
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: אנקעטע איבער די לעצטערע סיסטעם פון די נייעס פארום'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

איך האב נאכנישט געוועלט אבער א זאך וואס איך האלט שוין לאנג אז מ'דארף מאכן
איז א שטיקל לינק צוגעטשעפעט צו יעדע תגובה וואס זאל פירן צו די קאמענטארן אויף די תגובה און די קאמענטארן אשכול.

איך קוק אן די נושא אז מ'זעט א תגובה וויל מען גלייך גיין צום שמועס דערוועגן אבער אויב דארף מען גיין צו א עקסטערע אשכול אויפזיכן די תגובה
פארלירט מען די אפעטיט, למשל אבימלך האט טאקע זיין קאמענטארן אשכול לינק און זיין חתימה אבער ס'פירט דיר צו די ערשטע בלאט
אויב קען מען מאכן א לינק דירעקט צו די תגובה אין די קאמענטארן אשכול האלט איך אז ס'וואלט געווען א שטיקל לעזונג.

למעשה א גרויס עולם האט ליב צו ליינען בלויז נייעס, בכלל ביי שטארק נאכגעפאלגטע נייעס ובפרט ביי נייעס וואס פאסירט אויפן מינוט ע"ז וו"י ספי"ק,
ווי דארט דארף מען נישט יעדעמ'ס קאמענטארן נאר בלויז נייעס, אבער פון די אנדערע זייט וויל מען אויך שמועסן.

ע"כ וואלט איך געוועלט אז מ'זאל מאכן אזא מין געדאנק וואס איך האלט ס'וואלט שטארק ארויסגעהאלפן.

נאכאמאל נישט יעדע תגובה דארף א עקסטערע אשכול נאר א לינק צו דיע תגובה אין די קאמענטארן אשכול.
קען זיין ס'שוין דא אזא מין געדאנק פשוט איך ווייס נישט דערפון אדרבא זאל מיר איינער אויפקלערן
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”