Lenovo Laptops

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ברוכים הבאים צום סעריא פון אפלערנען פארשידינע מאדעל נומבערס פון פראדאקטען.

היינט וועלען מיר ארום רעדען פון Lenovo לעפטאפס כדי אז איר זאלט האבען די מינדירסטע השגה פארען זיך ארויס לאזען קויפען א לעפטאפ צו וויסען בערך וואס און ווי צו קוקען.

פאר אנדערע פראדוקטען קענט איר טרעפען א לינק און מיין סיגנעטשיר👇

אויב האט איר הנאה ביטע קליקען די לייק באטטען☝️אזוי ווייסען מיר אז איר האט הנאה און מיר וועלען קענען אי"ה ברענעגען נאך און די סעריא.

Lenovo

ThinkPad

טינקפעד לעפטאפס זענען געמאכט פאר ביזנעס צוועקען.

דאס זענען די מער powerful לעפטאפס.

טינקפעד איז אויך באוויסט צו קומען מיט די רויטע TrackPoint אינמיטען פון די קיבארד געמאכט צו קענען גרינגער נעיווגעטן אנשטאטס נוצען די mouse.
red-track.png
red-track.png (79.56 KiB) געזען 1262 מאל

ווי אויך טוט Lenovo אריין לייגען און די מאדעל מער סעקיוריטי פיטשערס איבער אנדערע מאדעלס.

דאס קומט און אפאר Series

T Series

דאס זענען די מערסט פאפאלער פון די טינקפעדס. דאס זענען די גרויסע און שטארקע לעפטאפס. צאמגעשטעלט פון די בעסטע קאמפאנענטס. און גוטע קוואלעטי. ווי אויך האט עס גוטע סעקיוריטי פיטשערס געמאכט פאר ענטערפרייס יוזערס.

און די ליין לויפען די ThinkPad T14 וואס זענען 14 אינטשעס און די ThinkPad T15 וואס זענען 15 אינטשעס.

X Series

דאס זענען זייער ענדליך צו די T Series אבער זענען מער קלענערע ווי למשל די ThinkPad X13 וואס איז א קנאפער 13 אינטשעס.

די focus איז בעיקר אז סזאל זיין Ultraportable און גרינג פאר טרעוולען. נישט צו גרויס סזאל אריין פיטען און בעקפעקס. ווי אויך עקסטרע לאנג בעטערי ווייל געווענליך ווען מען טרעוועלט האט מען נישט אייביג ווי עס צו טשארטשען.

סאיז אויך דא די X1 וואס דאס איז גאר גאר גוטע סחורה.

L און די E Series

דאס זענען מער budgeting לעפטאפס געמאכט פאר ווער סוויל נישט צאלען אזוי סאך. און פארשטייט זיך וועט עס זיין שוואכער ווי די T Series ווי למשל די בעטערי וועט נישט קענען האלטען אזוי לאנג ווי די T Series.

די L וועט זיין אביסעל בעסער ווי די E Series.

און דעים לויפען די ThinkPad L13, L14, and L15 לעפטאפס

P Series

דאס זענען די העווי לעפטאפס מיט א שטארקע גרעפיקס קארד און אסאך RAM געמאכט פאר גרעפיק דיזיינערס וכדומה.

דא האט איר א בילד פון א טינקפעד
thinkpad.jpg
thinkpad.jpg (40.62 KiB) געזען 1262 מאל

ThinkBook

טינקבאק איז זייער ענדליך צו די טינקפעד לעפטאפ. אויך געמאכט פאר ביזנעס צוועקען אבער זענען מער budgeting לעפטאפס.

דאס זענען מער פאר startup business owners דאס קומט שוין נישט מיט די רויטע TrackPoint. ווי אויך זענען די ספעקס שוואכער ווי די טינקפעדס.

Ideapad

איידיעפעד לעפטאפס זענען מער די everyday לעפטאפס מער געמאכט פאר browsing און פערזענליכע באנוץ; מער פאר היים באנוץ. דאס זענען שוואכערע לעפטאפס פון די טינקפעדס.

און די ליין לויפען די Ideapad 9 וואס איז גאר טייער, Ideapad 7 וואס איז אויך טייער און powerful
דערנאך Ideapad 5 און Ideapad 3 וואס זענען מער מיטעלגארטיג

נאכדעים די Ideapad 1 וואס זענען נאך שוואכער.

זיי האבען אויך און די ליין Flex וואס באדייט אז סקען זיך בייגען 360.

וויבאלד דאס איז מער פאר האום יוז וועט עס געווענליך קומען מיט ווינדאוס Home משא"כ די טינקפעד וועט קומען מיט ווינדאוס פרא.

דא האט איר א בילד פון א איידיעפעד
lenovo-ideapad-slim-7i-pro-02.jpg
lenovo-ideapad-slim-7i-pro-02.jpg (67.18 KiB) געזען 1262 מאל
Yoga

דאס זענען די 2 און 1 לעפטאפס. א צוזאמשטעל פון א לעפטאפ מיט א טעבלעט געמאכט פאר די מענטשען וואס קענען נישט דיסיידען צו זיי זאלן קויפען א טעבלעט אדער לעפטאפ. דאס איז אזא hybrid פון די צוויי. אזאלעכע לעפטאפס קען מען איינבייגען א 360 עס מאכען אויסזעהן ווי א טעבלעט.
פארדעים וועלען אלע Yogas זיין טאטש סקרין.

דאס לויפט אויך ווי די איידיעפעדס Yoga 7 Yoga 9 Yoga 3 Yoga 5

די העכער די נומבער אלץ א בעסערע כלי איט איז

בילד

Legion

דאס זענען די gaming ליין. אויסשטאפירט מיט אלעס א לעפטאפ דארף האבען צו שפילען געימס.

בילד

Lenovo

Lenovo האט גאר גאר שוואכע לעפטאפס פאר גאר ביליג ע"פ רוב וועט עס זיין chromebooks וואס פאלט נישט אריין און איינער פון די אויבענדערמאנטע קאטעגאריעס און דאס פארקויפן זיי אויף זייער וועבזייטעל אינטער די נאמען Lenovo.


Lenovo desktops

ביי דעסקטאפ זענען בעיקר דא די ThinkCenter וואס זענען גלייך צו די טינקפעדס און IdeaCentre וואס זענען דומה צי די איידיעפעדס.

בילד

זייער דעסקטאפס זענען מנישט אזוי פאפאלער ממילא איז נישט ווערט צו מאריך זיין און דעים.
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מאנטאג אפריל 01, 2024 5:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך שרייב יעצט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:21 pm
לאקאציע:בחצרות קדשיך

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שרייב יעצט »

?Legion is a good option for photo editing

can it handle heavy programs like PS?
מאופעדס, מאטארסייקלס, וכדומה, באלאנגען נישט אויפן סיידוואלק.
יודישע ביזנעס בעלי בתים וואס האבן דעליווערי גיום:
עס איז אויף אייער אחריות!
לאמיר מאכן דעם טויש און ראטעווען לעבנס.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וועלכע לעפטאפ איז די brightness זייער זייער גוט? אפילו ווען מען בייגט די סקרין ?
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פארוואס זענען פארהאן לעפטאפס פון די אויבנדערמאנטע פירמע וואס די FN קנעפל איז ביי די עק אנשטאט די CTRL? עס מאכט געפערליך נערוועז...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איך שרייב יעצט האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 5:41 pm
?Legion is a good option for photo editing

can it handle heavy programs like PS?
Look for ThinkPad P Series
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: Lenovo Laptops

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

@קנאפער ידען

איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן אייער פידבעק.

ווי אויך זענען אריין געקומען שאלות צו די מערכת וואס איר וואלט אפשר בעסער געקענט ענטפערען.
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”