שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

(פאר דער וואס האט דאס נאכנישט געליינט, קריטיש וויכטיג)


ס'שטייט אז גרויסע צדיקים פלעגן גיין כסדר זיך אינטערהערן ביי עמעראצים צו זעהן וואזוי זיי פראווענען די סדרים, שוין האב איך מיר ארויפגעצויגן מיינע קאלירטע שלייקעס און באשלאסן צו טוהן דאס זעלביגע. נאכן שפעקעלירן פאר א קורצע וויילע האב איך מיר דערמאנט פון מיין געוועזענער חבר פון ישיבה 'מתתי', אדער בעסער געזאגט 'מאָטאָש' ווי זיינע פרענדס ריפן אים בלשון חיבה, ער איז די ריכטיגע קאנדידאט.

מאָטאש איז נישט ממש אן עמהארץ אבער דאך א 'קאָאל גאֲאי', אין די היינטיגע וועלט וואלט ער באטיטולט געווארן אלס א דאאד... (מיט א שטארקע קמץ) פאר מיין עקרת הבית זאג איך אז 'כ'האב א חברותה' אין אזוי באקום איך די נויטיגע פערמיט צו פארלאזן מיין שלאכט-זאנע אין די כאאטישע ערב פסח סעזאן.

און אזוי שלעפ איך מיר אראפ די פאר גאסן ביז צו מאטאש'ס געצעלט. איך שטעל מיר אינטער די טיר און שפיץ אן מיינע אויגן און אויערן צו מיטהאלטן פונקליך יעדער'ס ווארט וואס ווערט נאר ארויסגעזאגט.

''האלא'' הער איך מאטאש'ס אייעריגע שטומע, ( מאטאש פלעגט זיך אלס האלטן פאר א שטיקעל זינגער) ברענג אהער די שטיין, געבט ער ארויס שטרענגע באפעלן צו זיין ווייבל וועלכע קומט צו וואקן מיט א שטיין וואס איר מאן האט פריער אויפגעפיקט פון די סטריט. מאטאש קומט צו וואקן מיט א ריזן קראק פאט פיל מיט הייס וואסער זיין הויזן איז אים שיעור נישט געפאלן אבער ער שרעקט זיך נישט, אין ער גרייט זיך צו כשר'ן, הלכות האט ער נישט געלערנט סאו ער טוט וואס ער געדענקט פינדערהיים, כ'מיין ביפאר מען האט אים אריינגעיאגט אין בעט אריין.
דיקע טראפענעס שווייס פליסן אראפ פון זיין אויפגעבלאזענע באקן אין ס'מישט זיך אויס מיט זיין געדשעלטע בארד דערביי אוועקהרגענענדיג שווערע שעות פון הארעוואניע וואס ער האט אין דעם אינוועסטירט. אך, לאזט ער זיך ווידער הערן, מיין בארד ווערט צומעססט!

וואט די געהענום, שרייט ער א נערוועזער. האלאו האסט שוין אויפגעפיקט די מצות פון שווער? פרעגט ער זיין עקרת'ל, ווי כאילו די גאנצע וועלט איז משובד צו עימען.
געלט האט ער נישט עכט, אפי' ער איז שוין לאנג נישט אין כולל האט ער פאר סאם ריעזאן האט ער נאכנישט געטראפן ווער ס'זאל זיין וויליג צו צאלן פעיראל פאר אזא טעלענטעד יונגערמאן ווי מאטאש.

ער נעמט אפיר זיין ריזן טעלעפאון, פארשטייט זיך א עפל דיווייס. ס'טייטש, מאטאש איז געווען פון די גרעסטע עפל 'פענס' אפי' נאכפאר ער האט געוויסט וויאזוי מ'טאטשט עס.
ער לייגט עס אראפ אויפן קאונטער מיט די סעלפי קעמרא אפען פעיסינג מאטאש'ס שיינעדגע נאז, אין פארשטייט זיך זיין ביאָטֶעפול בארד וואס ביי דע וועי מאכט אים אויסקוקן ווי עפעס אן אונגארישע גלח, באט על טעם וריח אין להיתווכיח אין פאאר שאר נאט מיט מאטאש'ן וועלעכע איז אגב פון די שטערקסטע דיבעיטערס, אזש זיינע חברים האבן אים גע'רעיט אלס נאמער איינס נאך טראמפ.

מיט זיין דיקן מה-נשתנה פינגער דריקט ער די ריקארד באטען אין הייבט אן זיין מעסיוו פראפארמענטס, האלא חברה, דא גיימער יעצט כשר'ן האלטס מיט לייוו, זאגט ער מיט זיין גריצלנדע שטומע, חברה איך בין א ריעל פראו זאגט ער ווייטער צו זיינע נייגעריגע חברים, וועלעכע זענען מוראדיג פאראינטרעסירט צו זעהן וויאזוי דער אורח גייט כשר'ן.
מיט א פעסטע האנט מענאוורע הייבט ער אינטער זיין גרויסן 'קראק פאט' אין גאלאפירט פאראויס צו זיין ברענד ניו גלאזערנע טיש.

'דיס איז ריעלי קאָאל' זאגט ער פארסאפעטערהייט בשעת'ן פראבירן צו שיף מאכן דעם טשולענט טאפ. א הייסע פארע איז געגאנגען פון די איבערגעהיצטע שיסל.
טייערע אידן אין א אמעריקא, כשר'ט ענקער הויז וועט אייך גיט זיין, זינגט זיך מאטאש אינטער זיין נעקסט לעוועל קאמפעזישאן.
אוי גייט דעיס זיין א פריקן סטעטוס טראכט ער צו זיך מיט פרייד געמישט מיט סיפוק.

אין אזוי דרייט דער חכם איבער דעם קראק פאט...

קראך!!!

טויזענטער פיצי שטיקער גלאז זענען זיך צופלויגן אין א יעדער ריכטונג... א הייסע פארע האט זיך פארשפרייעט איבערן קאך און פארשווער'ט דאס אטעמען. וואס גייט דארט פאר? שרייט זיין דערשראקענע עקרת הבית פון איר צימער, איז אלעס אוקעי?

נאטינג, ענטפערט ער מיט א דרייסטקייט, 'דשאסט די נעיבער האט אויסגעגאסן טויס'.

מאטאש כאפט זיין דשעקעט אין לויפט צו צום טיר, ער עפענט די טיר מיט א שטורעם
אין טרעפט מיר שטיין אקעגן אים מיט א שמייכעל פון באק צו באק...

חג כשר ושמח!!!
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום זונטאג אפריל 14, 2024 11:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
מוסר זאגער
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 12, 2023 11:48 am

Re: מאטאש קאשערט ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוסר זאגער »

משוגע .
אוועטאר
דער עסקן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

הא!
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

האב ליב אידישע קינדער
BATLEN ❤️ CHAOS
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »



וויפיל דארפסטו?

שיגענער די...

wow א גוט פעדער די.
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:05 pm
קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
@ביזטזעכער? ...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

🤣🤣🤣🤣
ריברענדיג.....
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:16 pm
ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:05 pm
קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
@ביזטזעכער? ...
די האסט דאך נישט קיין @לחם לאכול קום צום בוטשער און פערטיג
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

בוטשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:18 pm
לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:16 pm
ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:05 pm
קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
@ביזטזעכער? ...
די האסט דאך נישט קיין @לחם לאכול קום צום בוטשער און פערטיג
הא דרעלום גייט קיין בינגא
ריברענדיג.....
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

בוטשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:18 pm
לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:16 pm
ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:05 pm
קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
@ביזטזעכער? ...
די האסט דאך נישט קיין @לחם לאכול קום צום בוטשער און פערטיג
וועכע?...
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:19 pm
בוטשער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:18 pm
לחם לאכול האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:16 pm
ביזטזעכער? האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 9:05 pm
קודם לייקט מען ווייל אויב סאיז בוטשׁער איז עס גוט !
@ביזטזעכער? ...
די האסט דאך נישט קיין @לחם לאכול קום צום בוטשער און פערטיג
וועכע?...
די כשר'ע וואס געבט גוטע סערוויס
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

פיין! פיין!

אז סאיז שוין יא דא אפגעכאפט די ווידיאו, שטעל עס ארויף...
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

משפטים האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:17 pm
פיין! פיין!

אז סאיז שוין יא דא אפגעכאפט די ווידיאו, שטעל עס ארויף...
חשש גילוי...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וואס גייט דא פאר?!?!
ס'איז שוין נאך חודש אדר......
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3243
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פיין אויפגעלאזט די קנייטשן אויף די שטערן..
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:27 pm
וואס גייט דא פאר?!?!
ס'איז שוין נאך חודש אדר......
דאס איז נישט קיין שכל הישר... בשמחה תמיד!

אגב איז באקאנט דאס וואס אסאך דרייען ארום די ווינטשן. אנשטאט ווינטשן א פרייליכן פורים און א כשר'ן פסח זאגט מען פארקערט...
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מ'זאגטעך אין די אקדמות.. כד מטיאש'עתא.. במיתי לי נהורא.. מיין פנים שיינט.. ותחפי לכון בהתא..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
בוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:17 am
מ'זאגטעך אין די אקדמות.. כד מטיאש'עתא.. במיתי לי נהורא.. מיין פנים שיינט.. ותחפי לכון בהתא..
יע יע. מאטאש איט איז
( viewtopic.php?p=4709454#p4709454 ) שמעו ותחי נפשכם...
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @בוטשער לכבוד די אנגעצויגענע ערב יום טוב האט איהר אריינגעברענגט א שמייכל.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »



@בוטשער איז פיין!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

גראדע שכל האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:27 pm
וואס גייט דא פאר?!?!
ס'איז שוין נאך חודש אדר......
אויף משנכנס אדר ..... זאגט רש"י ימי ניסים היו לישראל פורים ופסח
זעט מען פון די רש"י אז מרבין בשמחה גייט אן עט ליסט ביז נאך פסח.
קוק דא אין תענית, די לעצטע שורה, און אין רש"י
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

סאליד סאליד!!!
פליסיגע טינט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 2:28 pm

Re: שטייטס ווייט... מאטאש ''קאשערט'' ***

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליסיגע טינט »

קוק נישט ווי מ'דארף ניש
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”