גענוג איז גענוג !!! מיין בעל הבית...
איך כשלעצמי בין געווען היבש צומישט און אויפגעשאקלט פון מיין נייע פאזיציע. נאך א וויילע זיצן אן קיין שום ארבעט פאר מיר וואס צו טוען. געהאט דא און דארט עפעס. אבער נישט גענוג אז איך זאל פילן אז איך ווער אויסגענוצט באמת צו די זאך וואס איך בין געמאכט געווארן.
און טאקע אין דעים שיינעם טאג בין איך ברוך השם געכאפט געווארן דורך א אינגערמאן. גראדע מער א בעל בתי'שער. אבער עס איז קענטיג געווען אויף זיין געזיכט אז ער אויך איז היבש סורפרייזד און אנגעצויגן פון אויפנעמען נאך איינעם אויפן שטעלע.
ווי איך האב פארשטאנען – זיך צוהערנדיג ווי ער רעדט אויפן טעלעפאון – איז דאס נישט אזא אפטע זאך פאר אים, ממילא איז עס געווען גאנץ אנגעצויגן פאר אים אויך.
מזל טוב כ'האב א נייע בעל הבית.
ווי פארשטענדליך זענען זאכן געפארן געשמירט אנהייב. איך האב געטוען מיינע פליכטן פלייסיג. אן קיין בלינק מיט די אויגן. ער האט געהייסן עפעס. אדער געבעטן עפעס. וואזשע ס'זאל נאר נישט זיין, בין איך אייביג געווען גרייט רייט עוועי. איך בין באמת געווען איבערגעגעבן. און ווי כ'האב דאן פארשטאנען האט מיין בעל הבית זיך זייער געפריידט מיט מיר, און האט זיך גאר גרויס געהאלטן מיט מיר! ווי כ'האב מיך אונטערגעהערט אפאר מאל ווען ער האט מיר מיטגענומען צו וויכטיגע מיטונג'ס מיט די קליענטן זיינע.
ארויסצוברענגן א עפיזאד ווי געטריי איך בין געווען צו אים. געדענק איך. ווען ער האט חתונה געמאכט. בין איך געווען מיט אים פון אנהייב די חתונה ביז ממש נאך די מצוה טאנץ! כ'האב ממש געפילט ווי כ'דארף עס טוען פאר אים. אזוי געטריי בינעך געווען.
אזוי איז אריבער א שיין שטיק צייט. איך טוע מיינס. און ער גיבט מיר מיין לחם לאכול. און שטייצעך א באנוס צו די זייט ווען ער האט פארשטאנען אויפן ווינק אז איך דארף עס.
די שיינע תקופה איז אבער אריבער גאנץ שנעל. און קוקנדיג יעצט צוריק, האט דאן גארנישט געטוען אנדייטן, אז דאס רעדל גייט זיך אזוי שנעל דרייען פון איין מינוט אויפן צווייטן.
פלוצלינג האב איך אנגעהויבן פילן עפעס זייער שטארק אז איננו אתנו כתמול שלשום. דער בעל הבית האט שוין נישט אויף מיר די גינסטיגע בליק וואס ער האט געהאט אנהייב.
און דאס איז געפאלן אויף מיר ווי א שטארקע לאסט. היות כ'בין געווען גאר נאנט צו אים – אלס זיין פערזענליכע אסיסטענט – האב איך אנגעהויבן צו זעהן די אמת'ע פנים פון מיין בעל הבית. ווער ער איז באמת אינעווייניג ווען קיינער זעהט נישט.
די ארבעט וואס ער האט אנגעהויבן ארויפלייגן פלעגט ווערן מער און מער שווערער. ער האט אנגעהויבן פארלאנגן פון מיר אסאך מער זאכן און ער האט מיר ליטערלערי אנגעהויבן צו אביוזן מיט סתם מיר מאכן שוויצן פאר גארנישט. געהייסן מיטקומען מיט אים צו אלע זיינע ביזנעס מיטונגן און אפילו סתם צו די הוליען מיט זיינע זיינס-גלייכן חברים.
ווען כ'קוק יעצט אויף צוריק, ווער איך ממש כעס'יג זען ווי אזוי ער האט מיר געפירט ביי די נאז. נאר זייענדיג אין באקס האב איך נישט אזוי שטארק אין אכט גענומען ווי שטארק ער האט מיר אויסגענוצט.
די ארגסטע איז געווען אין זיינע צופרי שעות דער פלעגט אריינקומען ווילד, נאך מיט די פיאות צופלאטשקעט. נאך פאר די מקוה. און מאכן מהומות אויב עפעס איז נישט געווען ווי געפלאנט. נישט איינע מאל בין איך באגאסן געווארן מיט זיין קאווע און מיט א טוץ קללות. ממש ס'געווען שרעקליך דאס באנעמונג זיינע צופרי.
שרייבנדיג די שורות קומט מיר ארויף נאך אן עפיזאד וואס ליגט מיר נאך היבש אין די ביינער. געווען איז דאס אין א גרויסע שניי, ווען ער האט מיר גערופן צו די ארבעט. כ'האב דאן נישט געפילט אמבעסטן, האב איך איגנארירט די נאכאנאנדע רופן זיינע. דער אבער האט נישט נאך געלאזט. ער האט מיר ממש געפייניגט כ'זאל קומען צו די ארבעט. די קולות זיינע ליגן מיר נאך אין די ביינער. מיט קוים א געמוט האב איך מיר אויפגעהויבן און געגאנגן צו די ארבעט. איי די וועגן! אוי איז עס געווען גליטשיג. כ'האב ממש געפילט אז דאס איז עס כ'בלייב דא.. אים איז אבער גארנישט אנגעגאנגן. דער חכם שרייעט נאך יעצט. "רוען וועסטו אין קבר. יעצט זאלסטו מיר באדינען!"
מיט ביטערניש האבן מיר די געפילן אנגעהויבן נאגן טאג נאך טאג. וואס וויל מיין בעל הבית פון מיר?! וואס אביוזד ער מיר אזוי?! איך דארף דען נאך לויפן אלע זיינע קאפריזן?! היינט בארג ארויף, מארגן בארג אראפ?! אודאי קען איך פארשטיין אז איך אלס ארבעטער קען מאכן אמאל פראבלעמען און עס איז דא זאכן וואס געפעלן נישט מיין בעל הבית, אבער עס איז דא א נארמאלע מהלך ווי אזוי מען ברויך זיך אומצוגיין.
כ'וועל נישט זאגן. ס'געווען געציילטע מאל וואס ער האט געפילט אז ער האט איבערגעצויגן די שטריקל – לדעתו... – דאן האט ער מיר ארויסגענומען פאר אזא שטיקל טריעט. געגעבן א
קלאפ אין פלייצע, א שטיקל באנוס. אבער די קומענדיגע טאג איז געווען גלייך מפטירין כדאתמול...
בצר לי האב איך געכאפט א שטילע שמועס מיט מיינע אנדערע געציילטע קאלעגעס – ווען מיין בעל הבית האט שטייצעך נישט געזען – כ'האב געמוזט וויסן וואס זיי פילן, צו זיי ווערן אויך אביוזד, און וואס זיי טוען דערצו.
כולם פה אחד האבן צוגעשאקלט מיטן קאפ. אז יא. אונז זעמיר ביטער אריינגעפאלן מיט א בעל הבית. אבער ס'איז וואס ס'איז, און מען גארנישט טוען. צו מיין טענה אז יעדער זאל ארויסגיין פון דא אויף איינמאל. האט קיינער דאס נישט געוואלט אננעמען זינט זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען שוין צו שטארק אריינגעדרייעט צו קענען ארויסגיין פון די פלאץ.
מיר איז אבער דאס בכלל נישט געפאלן. ס'הייסט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס?! נישט דא אזא זאך! אייביג איז דא א וועג ארויס.
נו, בין איך געשטאנען און געווארט אויפן ריכטיגן מינוט ווען כ'וועל מיך קענען זיך ארויסדרייען פון זיינע הארטע אייזענע פויסטן.
און א קילן פרי מארגן איז עס געווען. א פארכמארעטען הימל האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט. שטארקע טראפענעס האבן נאס געמאכט די גאנצע ארום. ווען דער בעל הבית האט זיך אויפגעוועקט און א שרעקליכע מאד. געמאכט האט ער יאמערליכע קולות, אזש די גאנצע ארום האט זיך געווארפן ווי א אומשולדיג קליין צווייגעלע אויף ווילדע ים כוואליעס. זייענדיג צוזאמען אינדרויסן אויפן וועג צו די ארבעט האט ער מיר - נישט מער און נישט ווייניגער - געגעבן אזא שטופ אריין מיט כעס אין א טיפען לאך אנגעפילט מיט בלאטע...
אינגאנצען פארשעמט און צוקלאפט האב איך יענע רגע אפגעמאכט.
גענוג איז גענוג! אלעס האט א שיעור !!!
אן קיין שום מעלדונג פון פאראויס האב איך מיר געגעבן א לייג אראפ פלאך אויפ'ן ערד. דו גיי ווייטער אבער איך ארבעט מער נישט פאר דיר.
ליגנדיג אויף די ערד – טאקע צוקלאפט און אן קיין שום לופט אין מיינע לונגן – האב איך נאך געזען ווי דער בעל הבית מיינע שטעלט זיך האסטיג אפ. מיט א שרעק אין זיינע אויגן וואס כ'האב קיינמאל פריער נישט געזען. ווען כ'פארשטיי אז דאס מאל האט ער פיינעלי פארשטאנען אז ער האט איבערגעטריבן... אבער איך גיי נישט צוריק בשום אופן!
קענסט גיין צום מעקעניק לייגן א נייע רעדל...