מיין רייץ צו געלט!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

מיין רייץ צו געלט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

מיר געפעלט
וויאזוי די גאנצע וועלט
יעדער קוועלט
מ'בענטשט מ'שעלט
אין פלאץ מ'שטעלט
אין היץ און אין קעלט
אין יעדן געצעלט
נאר פאר געלט!!


בזיונות פארשידן
אלע מינע אידן
טרויעריג און צופרידן
מ'וועט זיין א מידן
אויסמוטשען אלע גלידן
זינגען לידן
אויפגעבן די אייגענע פרידן
נאר פאר געלט!!


אויפגעבן עהרע
גיין צו לעהרע
ארבעט שווערע
אן קיין ערקלערע
די גאנצע אטמאספערע
דמיונות לערע
שעות לענגערע
נאר פאר געלט!!


עפענען טירן
אויל שמירן
פראיעקטן אויספירן
בויען פראבירן
שרייבן נאטירן
טענה'ן פארפירן
חשבונות פלאנירן
נאר פאר געלט!!


עוסק אין שדכנות
פראבירט בדחנות
אן רחמנות
פילע חשדנות
אפי' עסקנות
אן קיין ותרנות
נישט קיין לצנות
נאר פאר געלט!!


מיין ברודער הער
האב בטחון מער
השתדלות ווייניגער
תפלות אהער
ווי דו גיבסט זיך נאר א קער
וועט דער אייבישטער
משפיע זיין אן אויפהער
נאר געלט!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
מיינע ארטיקלעך
פאר אלע שרייבעריי ארבעט און poem's
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2768
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: מיין רייץ צו געלט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

זייער שטארק!
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מיין רייץ צו געלט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

גוט גוט
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”