משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

אינטערוויו: איראן גייט פאראויס מיט פלאן אויסצופירן טויט שטראף אורטייל אויף א איד "ערווין נתנאל בן ציונה" טראץ דרוק קאמפיין‎: ר' אברהם יעקב טערקלטויב
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106145
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

Thank you האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:26 pm
איראנער רעזשים גייט פאראויס מיט פלאן אויסצופירן טויט שטראף אורטייל אויף איד טראץ דרוק קאמפיין‎:

אן עקספערט איבער אידישע אנגעלעגנהייטן אין איראן זאגט, אז עס איז א קעיס פאר די איראנער רעזשים צו צייגן אז זיי זענען שטארק און אז זיי ברעכן זיך נישט פאר קיין שום דרוק.
דאס איז טאקע א פראבלעם, וואס אפשר איז בעסער צו גיין שטיל, ווייל איראן שטייט לעצטנס אויס אסאך קריטיק אין די וועלט, פאר די מערסטע [חוץ כינע] הינריכטונגען וואס זי פירט דורך טאג איין טאג אויס פאר אזעלכע מעשיות, און זי דארף ווייזן אז זי האלט זיך פעסט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ממש אזוי האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:38 pm
אינטערוויו: איראן גייט פאראויס מיט פלאן אויסצופירן טויט שטראף אורטייל אויף א איד "ערווין נתנאל בן ציונה" טראץ דרוק קאמפיין‎: ר' אברהם יעקב טערקלטויב
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106145
ער זאגט אויף די אינטערוויו אז די פירער פון די נטורא קרתא איז אינוואלווד אין די קעיס.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

לאמיר האפן אז דאס איז אמת
באפרייט!!
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (17.37 KiB) געזען 5872 מאל
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מוצ"ש מאי 18, 2024 10:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13728
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ער הייסט אַרווין נתנאל גהאַהרעמאַני, און זיין מאמע הייסט ציונה/סאניע.

דער פיר און צוואנציג יעריגער וואוינט אין קערמאַנשאַך אין מערב איראן.
דער הרוג הייסט אַמיר שאָקרי, און די הינריכטונג וועט ח"ו ווערן אויסגעפירט קומענדיגן מאנטאג, אויב וועט מען נישט באווייזן צו מאכן עפעס א דיעל מיט די שאָקרי פאמיליע.
GNxEjbBXgAAH3F6.jpeg
GNxEjbBXgAAH3F6.jpeg (79.96 KiB) געזען 5865 מאל
לויט די פאמיליע האט נתנאל פארבארגט געלט פאר אַמיר, און ווען נתנאל איז געקומען אפבעטן די געלט האט אַמיר אים פראבירט צו שטעכן מיט א מעסער, און נתנאל האט צוריקגעשלאגן און אומגעברענגט אַמיר איז זעלבסט פארטיידיגונג. די אינצידענט האט לויט באריכטן שוין פאסירט צוויי יאר צוריק.

אַרווין נתנאל'ס רעגירונג אידענטיפיקאציע קארטל.
אטעטשמענטס
arvin-ghahremani-why-iran-murdering-82096329.jpg
arvin-ghahremani-why-iran-murdering-82096329.jpg (36.28 KiB) געזען 5356 מאל
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מוצ"ש מאי 18, 2024 11:22 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יידישע קהילות האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:56 pm
לאמיר האפן אז דאס איז אמת
טורקס טענעט אז עס איז נישט אמת.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

איך מיין אז דער אינטערוויא דרעזנער מיט טורקס פון פרייטאג איז נאך נישט געברענגט געווארן דא
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106126
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:58 pm
יידישע קהילות האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:56 pm
לאמיר האפן אז דאס איז אמת
טורקס טענעט אז עס איז נישט אמת.
בלעז שרייבט אויך עס ליידער פאלש
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2613
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

רח"ל, אלע הינריכטונגן איז דורך תליה?
#בשיטה נישט
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

נו שוין האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:29 pm
רח"ל, אלע הינריכטונגן איז דורך תליה?
יא
פון וויקיפידיע:
Hanging is the only common method of execution in 21st-century Iran, usually carried out in prison.
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

עקסידענט אדער געפעכט?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
יוד
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מאטל שניידער האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 11:42 pm
עקסידענט אדער געפעכט?
לויט ווי איך פארשטיי איז געשעין אן עקסידענט ביי א געפעכט. דהיינו ער האט אים עקסידענטלי גע'הרג'ט ווען זיין כונה איז נישט געווען צו הרג'נען
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איש טוב מבשר טוב!!!
IMG_0459.jpeg
IMG_0459.jpeg (49.85 KiB) געזען 4477 מאל
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:17 am
איש טוב מבשר טוב!!!
IMG_0459.jpeg
ב"ה!
לאמיר האפן פאר בשורות טובות!
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18988
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

WOW!

דיע סטאטוס איז געפאוסט געווארן 2:12, איך גלייב איז די נייעס איז פריש, דאס הייסט אז ר משה ארבעט אריין פאר די זאך אינמיטן די נאכט!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

חסדי השם: נאך העפטיגע שתדלנות האט מען באוויזן אפצושטיפן מיט א חודש די הינריכטונג פונעם איד אין איראן https://www.yiddish24.com/news/bulletin/106164
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

אינטערוויו: הותר בני תמותה: שווערע לעצט-מינוטיגע אינטערווענצן ווערן געמאכט דורך די עסקנים פון צדק צו ראטעווען דעם איראנער איד, נתנאל בן סוניה/ציונה וועמען ס'דראעט געברענגט צו ווערן צו דער תלי' אין בלויז 24 שעה. הר"ר משה מארגארעטן, דער גרינדער און פירער פון צדק טיילט מיט די לעצטיגע פרטים https://www.yiddish24.com/interviews/12/106161
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

עמית האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:42 am
אינטערוויו: הותר בני תמותה: שווערע לעצט-מינוטיגע אינטערווענצן ווערן געמאכט דורך די עסקנים פון צדק צו ראטעווען דעם איראנער איד, נתנאל בן סוניה/ציונה וועמען ס'דראעט געברענגט צו ווערן צו דער תלי' אין בלויז 24 שעה. הר"ר משה מארגארעטן, דער גרינדער און פירער פון צדק טיילט מיט די לעצטיגע פרטים https://www.yiddish24.com/interviews/12/106161
די סטאטוס קוקט אויס צו זיין מער לעצטיג
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:45 am
עמית האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:42 am
אינטערוויו: הותר בני תמותה: שווערע לעצט-מינוטיגע אינטערווענצן ווערן געמאכט דורך די עסקנים פון צדק צו ראטעווען דעם איראנער איד, נתנאל בן סוניה/ציונה וועמען ס'דראעט געברענגט צו ווערן צו דער תלי' אין בלויז 24 שעה. הר"ר משה מארגארעטן, דער גרינדער און פירער פון צדק טיילט מיט די לעצטיגע פרטים https://www.yiddish24.com/interviews/12/106161
די סטאטוס קוקט אויס צו זיין מער לעצטיג
יאפ, די אינטערוויו איז שוין כמעט צוויי אהאלב שעה אלט, אכטע צופרי אין איראן באדייט צוועלווע דרייסיג ביינאכט דא.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

ווי די 'צדק ארגאנעזאציע' גיבט איבער האט מען באוויזן אפצושטיפן די הינריכטונג מיט פיר וואכן, וואס וועט גיבן צייט פאר די עסקנים צו באאיינפלוסן די פאמיליע פונעם מאן וועמען דער איד האט בטעות אומגעברענגט, אז זיי זאלן אפשוינען דעם איד'ס לעבן, און זאלן גיבן ערלויבעניש פאר די געריכט צו לאזן דעם איד גיין פריי, אזוי אויך וועט מען ארבייטן אויפן לעגאלע פראנט צו זען אויב מען קען טוישן די אורטייל. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל פארן איד וואס איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים: ערווין נתנאל בן ציונה.
(אידיש 24)
זיך טענה'ן מיט א נאַר איבערצייגט אז עס זענען דא צוויי.
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:48 am
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:45 am
עמית האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:42 am
אינטערוויו: הותר בני תמותה: שווערע לעצט-מינוטיגע אינטערווענצן ווערן געמאכט דורך די עסקנים פון צדק צו ראטעווען דעם איראנער איד, נתנאל בן סוניה/ציונה וועמען ס'דראעט געברענגט צו ווערן צו דער תלי' אין בלויז 24 שעה. הר"ר משה מארגארעטן, דער גרינדער און פירער פון צדק טיילט מיט די לעצטיגע פרטים https://www.yiddish24.com/interviews/12/106161
די סטאטוס קוקט אויס צו זיין מער לעצטיג
יאפ, די אינטערוויו איז שוין כמעט צוויי אהאלב שעה אלט, אכטע צופרי אין איראן באדייט צוועלווע דרייסיג ביינאכט דא.
דא איז א פרישע אינטערוויו
אינטערוויו: עוֹד הֵם מְדַבְּרִים וַאֲנִי אֶשְׁמָע: דער דרינגנדער מיטינג אין איראן מיט די געריכטליכע-אויטאריטעטן, וואס העסקן ר' משה האט דערמאנט אין אונזער פריערדיגן שמועס האט געברענגט גינסטיגע רעזולטאטן. ר' משה קערט זיך צוריק שפעט ביינאכט מיט א בשורה טובה https://www.yiddish24.com/interviews/12/106166
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 9:49 am
אויב איז ראַאיסי טויט, קען דאס נישט גוט אויסווירקן אויף די נתנאל גהאַהרעמאַני קעיס.

די רעגירונג וועט ווילן צייגן סטאביליטעט און שטארקייט אין די אומשטענדן.
אפשר גייט נאך אן ביי זיי אין פרס\איראן די פארצייטישע פרס'ישע איינפירונג אז ווען א קנאקער פון די רעגירונג שטארבט איז מען מבטל אלע גזירות, כמבואר בתענית כט. ועוד...
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

לויט ווי משה מארגערעטן זאגט אויף קול מבשר איז דער הרוג נישט א פערסישער נאר פון א קורדישע שבט. דאס מאכט א טראפּ לייכטער די פעטהוועיס צו האפענונג ווייל די קורדן האבן עפעס א דיפלאמאטישע קשר מיט די אמעריקאנער.
אוועטאר
שכולו טוב
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

געהערט א שמועה אז די ראש פון נטורא קרתא י.ד.וו. האט ערלעדיגט דאס אפשטופען די גזר דן.
נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 4:39 pm
די פראבלעם איז מיר זענען בייעסד ליידער און מיר פארנעמען נישט מיט קיין מהלך ברייטער ווי אונזער שמאלע קאפ, יעדער איינער לפי דרכו לכאן ולכאן.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: משפט נתנאל בן ציונה פון איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

שכולו טוב האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 12:38 pm
געהערט א שמועה אז די ראש פון נטורא קרתא י.ד.וו. האט ערלעדיגט דאס אפשטופען די גזר דן.
ער האט אבער גענוצט משה מארגרעטען פאר א שטעלפארטרעטער...
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”