OCR וויאזוי איבער פירן א pdf צו word
האט איינער עפעס מער אינפארמאציע איבער די נייע OCR פראגרעם, יא דאס וואס די אוצר החכמה נוצט לעצטענס צו קאווערטן ספרים פון פדף אויף טעקסט. ווי אויך ביי היברובוקס.ארג, האב איך באמערקט אז זיי האבן צוגעלייגט צו זייערע אפציעס סירטש דורך אסר, און עס איז עפעס געוואלדיגט.
האב איך געסירטשעט אויף גוגל און אראפגעלאודט עפעס א טרייעל פון אסר, אבער עס איז נאר אויף ענגליש, עס האט נישט קיין היברו, אבער אויף ענגליש איז עס געוואלדיג. איך האב ספעציעל אויפגעזוכט א אלטען צוהקטען פי די עף, וואס אפילו אדובי 8 האט נישט געקענט קאנווערטן (די נייע אדובי ארבייט זייער גוט אויף ענגליש), און איך מוז זאגען: איז עס געוואלדיג! נישט נאר וואס עס האט מיר קאנווערט אויף טעקסט, עס האט אפילו נאכגעמאכט די אויסשטעל פונקט ווי אויפן ארגינאלען צעטל, ממש נישט צום גלויבען.
אויב איינער ווייסט ווי מען קען שאפען דעים פראגראם אויף היברו זאל ביטע מיטטיילען. ולמצוה גדולה יחשב