והסירותי מחלה מקרבך - מויסטשער קיור: והמסתעף
אבער, עס זענענן דא וואס ניצען אויס די טראגעדיעס פאר שמאלע זייטיגע אינטערעסן, טייל האבן שוין אזויפיל מאל איבער געזאגט דעם ליגענט, ביז זיי מיינען שוין אז עס איז אמת, און זיי רייטען מיט געפילען אז מויסטשער קעיר איז די זאך וואס איז ביהיינד די אלע מחלות, כאילו דער וואס האט נאר קארפעט ליידט נישט דערפון,
דערפאר וואלט איך געוואלט אז מען זאל עס דא דעבאטירען און אראפלייגען דעם יסוד איין מאל פאר אלעמאל, די שאלה איז ווי פאלגענד:
צוויי וואכן נאכן שמירן דעם {קעניג/פריץ פון אלע קרענק ..} מויסטשער קעיר, קען עס נאך בדרך הטבע האבן עני סייד עפעקט? ניין און לכאורה נאכאמאל ניין,
בשעת'ן שמירען איז פעינט פינקט אזוי שעדליך ווי מויסטשער קעיר ווען מען איז דארט אדער דערנעבין בשעת מעשה, אויב אזוי וואס ווילן זיי?
לענ"ד, איז עס הויל בלאף, פעניט ווען ס'איז נאס איז אויך שעדליך, און א פאר טאג נאכן שמירען שטייען ביידע אייניג,