לשון הקודש ולהבדיל עברית

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

להודות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:21 pm
פאפיגיי האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:03 pm
אלטערנאטיוו
עס מוז נישט זיין א פונקטליכער ממלא מקום.
טראכט וואס דו ווילסט ארויסברענגען:
חידוש ראיתי
אחפוץ לדעת
א.א.וו.
וואס שרייב איך ווען איך וויל למשל שרייבען פאראינטערסירטעזאלן זיך מעלדן?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

פאפיגיי האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:47 pm
להודות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:21 pm
פאפיגיי האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:03 pm
אלטערנאטיוו
עס מוז נישט זיין א פונקטליכער ממלא מקום.
טראכט וואס דו ווילסט ארויסברענגען:
חידוש ראיתי
אחפוץ לדעת
א.א.וו.
וואס שרייב איך ווען איך וויל למשל שרייבען פאראינטערסירטעזאלן זיך מעלדן?
הרוצה/הרוצים
החפץ/החפצים
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:20 am
החפץ/החפצים
"חפץ" איז לכאורה ממש דער כוונה.
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

אין די תולדות הצדיקים ספרים וואס איז ארויסגעקומען אין די ת״ר יארן איז דא פיל מיט נייע סארט לשה״ק ווערטער וואס מ׳זעהט נישט אין פריערדיגע ספרים נישט אין די ראשונים און נישט אין די אחרונים נישט אין די שאלות ותשובות ספרים און נישט אין די מוסר ספרים אבער ס׳איז געשריבן געווארן היבש פאר איווריט איז בכלל פארשפרייט געווארן און האט זיכער נישט געהאט צו טוהן מיטן טמאנעם מייסד השפה הטמאה.

דאס האט מיך געברענגט צו א הנחה וואס איך בין נאכנישט הונדערט פראצענט זיכער דערין אז אין יענע תקופה ווען עס האבן זיך פארמערט די שרייבערס און די צייטונגען - וואס פלעגט נישט זיין אין די ת״ק יארן צוליב די נייערע סארט דרוק טעכנאלאגיע וואס איז דעמאלט ארויסגעקומען און האט גרינגער געמאכט דאס דרוקן - האבן די שרייבער׳ס פרובירט צו זיין קריעטיוו און זענען ארויפצוקומען מיט נייערע סארט ווערטער וואס מ׳פלעגט נישט זעהן פארדעם.

שפעטער ווען דער נייער איווריט שפראך איז צושטאנד געקומען האט דער שוין געהאט א רייפע פעלד פון ווי צו קאלעקטן פארשידענע איידיעס דער עולם איז אין יענע צייטן געגאנגען פאר די קאנצעפט פון רייכער מאכן דאס שרייבן אויף לשה״ק ס׳האט נישט געהאט קיין שייכות מיט ציונות אדער א נאציאנאלע שפראך נאר ס׳איז נשתרבב געווארן אלס א חלק פונעם שפה המטמאה וואס דער בן יהודה שר״י האט דאס אלעס אריינגעלייגט אין זיין נייע דיקשאנערי און מיטגענומען אלס א חלק פונעם נייעם שפראך וואס האט ליידער שנעל מצליח געווען און געווארן אויפגעפיקט ביים המון עם עס צו נוצן אלס דער אפיציעלער שפראך צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה.

כ׳וועל פרובירן ווען די צייט וועט מער ערלויבן צו ברענגען עטליכע משלים און אנצייגן געוויסע ווערטער פון די סארט ספרים וואס איז זיכער נישט לשה״ק אבער נאך פאר איווריט איז געווען א שפראך.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

100%.

איינע פון די באקאנטע משלים איז די ווארט "חשמל" פאר עלעקטריק, וואס הגה"צ דעברעצינער רב זצ"ל שרייבט אין די הקדמה פון איינע פון די חלקים פון זיין שו"ת ספר באר משה אז דער ווארט איז שוין באנוצט געווארען דורך גדולים, ווצב"ש די מונקאטשער בי"ד, נאך פאר דאס פאבריצירונג פון עברית (און וועגן די טענה אז במקורו מיינט עס א הייליגע מושג, טענה'ט ער אז מיר געפונען אויך די ווארט אל' פאר געטשקעס, הגם שלכאו' יש לחלק בטוב).
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:39 am
100%.

איינע פון די באקאנטע משלים איז די ווארט "חשמל" פאר עלעקטריק, וואס הגה"צ דעברעצינער רב זצ"ל שרייבט אין די הקדמה פון איינע פון די חלקים פון זיין שו"ת ספר באר משה אז דער ווארט איז שוין באנוצט געווארען דורך גדולים, ווצב"ש די מונקאטשער בי"ד, נאך פאר דאס פאבריצירונג פון עברית (און וועגן די טענה אז במקורו מיינט עס א הייליגע מושג, טענה'ט ער אז מיר געפונען אויך די ווארט אל' פאר געטשקעס, הגם שלכאו' יש לחלק בטוב).
קייינמאל געהערט דערפון, א דאנק.
ישעי' משה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 4:56 pm
לאקאציע:גלות אמעריקא

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי' משה »

ר' אברהם יוסף גארדן שליט"א האט א שמועס דערוועגען אויף קול מבשר. דענק נישט וועלכע
"ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקעל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע..." (תקנות המקום)
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

"עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?" ו' בראשית פ"ג (כ'ווייס נישט וויאזוי צו מאכען א לינק צו א ספעציפישע שמועס/אנאליז אויפן אידיש24 וועבזייטל).
פון בערך 5:35.

זייער א שיינע שמועס, מיט פילע שיינע מ"מ, און תוה"ד איז ער אויך מציין צום שו"ת באר משה בהקדמתו לח"ב.
ישעי' משה
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 28, 2023 4:56 pm
לאקאציע:גלות אמעריקא

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעי' משה »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:35 pm
"עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?" ו' בראשית פ"ג (כ'ווייס נישט וויאזוי צו מאכען א לינק צו א ספעציפישע שמועס/אנאליז אויפן אידיש24 וועבזייטל).
פון בערך 5:35.

זייער א שיינע שמועס, מיט פילע שיינע מ"מ, און תוה"ד איז ער אויך מציין צום שו"ת באר משה בהקדמתו לח"ב.
יא יא, ש'כח. א לינק קען מען טרעפן ביי די קול מבשר פארום איז דא אן אשכול דערפון.
"ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקעל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע..." (תקנות המקום)
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:35 pm
"עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?" ו' בראשית פ"ג (כ'ווייס נישט וויאזוי צו מאכען א לינק צו א ספעציפישע שמועס/אנאליז אויפן אידיש24 וועבזייטל).
פון בערך 5:35.

זייער א שיינע שמועס, מיט פילע שיינע מ"מ, און תוה"ד איז ער אויך מציין צום שו"ת באר משה בהקדמתו לח"ב.
תורה קאפ - הרב אברהם יוסף גארדאן: עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?
https://www.yiddish24.com/miscellanies/190/71606
לחשך אדם לומר
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:56 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחשך אדם לומר »

משלנו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 8:45 pm
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:35 pm
"עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?" ו' בראשית פ"ג (כ'ווייס נישט וויאזוי צו מאכען א לינק צו א ספעציפישע שמועס/אנאליז אויפן אידיש24 וועבזייטל).
פון בערך 5:35.

זייער א שיינע שמועס, מיט פילע שיינע מ"מ, און תוה"ד איז ער אויך מציין צום שו"ת באר משה בהקדמתו לח"ב.
תורה קאפ - הרב אברהם יוסף גארדאן: עלעקטריק, פון ווי קומט דער נאמען?
https://www.yiddish24.com/miscellanies/190/71606
קען איינער ציטירן דעם באר משה?
ייש"כ למפרע.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

שושלת איז א לשון הקודש ווארט אדער להבדיל...
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

איש ציון האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 8:39 pm
שושלת איז א לשון הקודש ווארט אדער להבדיל...
דער ווארט שושלת איז דאס זעלבע ווי דער ווארט שלשלת. אויף אראמיש געפונט מען אין די גמרא שושילתא דרבן גמליאל, די יחוס קייט פון רבן גמליאל. דאס איבערזעצן דעם ווארט פון אראמיש איז נישט נתחדש געווארן דורך די גרונד-לייגער פונעם העברעאישן שפראך נאר איז פשוט געווארן באנוצט ווי אסאך אנדערע ווערטער אלס אן איבערזעץ פון אראמיש און פארשטייט זיך אז עס איז אויך אריינגענומען געווארן אין זייערע ווערטערביכער.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

בועז האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 9:42 pm

האסט אפשר נאך דוגמאות?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:42 pm
בועז האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 9:42 pm
איש ציון האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 8:39 pm
שושלת איז א לשון הקודש ווארט אדער להבדיל...
דער ווארט שושלת איז דאס זעלבע ווי דער ווארט שלשלת. אויף אראמיש געפונט מען אין די גמרא שושילתא דרבן גמליאל, די יחוס קייט פון רבן גמליאל. דאס איבערזעצן דעם ווארט פון אראמיש איז נישט נתחדש געווארן דורך די גרונד-לייגער פונעם העברעאישן שפראך נאר איז פשוט געווארן באנוצט ווי אסאך אנדערע ווערטער אלס אן איבערזעץ פון אראמיש און פארשטייט זיך אז עס איז אויך אריינגענומען געווארן אין זייערע ווערטערביכער.
האסט אפשר נאך דוגמאות?
די ווארט "מילה" אלס די באדייט פון א "ווארט" ווערט גאר זעלטן גענוצט במשך הדורות. הגם עס איז דא שטארק באקאנטע פלעצער וואו דאס ווארט ווערט באנוצט אינעם סליחות אדער מחזור, וואו אויך צוליב דעם טור וואס שרייבט אז מ'דארף מכוון זיין פירוש המילות און דאס ווארט ווערט צוליב דעם גענוצט אסאך אין די פוסקים בשייכות הלכות תפילה. אבער אין אלגעמיין ווערט גענוצט פאר א "ווארט" די לשון "תיבה".
די ווארט מילה איז פון אראמיש מילי וואס איז די אפטייטש פון "דבר" וואס באדייט "רייד" אדער "א זאך"
אויף עברית נוצן זיי נישט דעם ווארט תיבה און נוצן נאר די ווארט מילה.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מלה שטייט אין נ"ך בלשה"ק אסאך מאל, און מי מלל לאברהם אין חומש איז די זעלבע שורש.

וואו איז דא שושלת פאר די מחדשים?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אמרי חי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:04 am
אין די תולדות הצדיקים ספרים וואס איז ארויסגעקומען אין די ת״ר יארן איז דא פיל מיט נייע סארט לשה״ק ווערטער וואס מ׳זעהט נישט אין פריערדיגע ספרים נישט אין די ראשונים און נישט אין די אחרונים נישט אין די שאלות ותשובות ספרים און נישט אין די מוסר ספרים אבער ס׳איז געשריבן געווארן היבש פאר איווריט איז בכלל פארשפרייט געווארן און האט זיכער נישט געהאט צו טוהן מיטן טמאנעם מייסד השפה הטמאה.

דאס האט מיך געברענגט צו א הנחה וואס איך בין נאכנישט הונדערט פראצענט זיכער דערין אז אין יענע תקופה ווען עס האבן זיך פארמערט די שרייבערס און די צייטונגען - וואס פלעגט נישט זיין אין די ת״ק יארן צוליב די נייערע סארט דרוק טעכנאלאגיע וואס איז דעמאלט ארויסגעקומען און האט גרינגער געמאכט דאס דרוקן - האבן די שרייבער׳ס פרובירט צו זיין קריעטיוו און זענען ארויפצוקומען מיט נייערע סארט ווערטער וואס מ׳פלעגט נישט זעהן פארדעם.

שפעטער ווען דער נייער איווריט שפראך איז צושטאנד געקומען האט דער שוין געהאט א רייפע פעלד פון ווי צו קאלעקטן פארשידענע איידיעס דער עולם איז אין יענע צייטן געגאנגען פאר די קאנצעפט פון רייכער מאכן דאס שרייבן אויף לשה״ק ס׳האט נישט געהאט קיין שייכות מיט ציונות אדער א נאציאנאלע שפראך נאר ס׳איז נשתרבב געווארן אלס א חלק פונעם שפה המטמאה וואס דער בן יהודה שר״י האט דאס אלעס אריינגעלייגט אין זיין נייע דיקשאנערי און מיטגענומען אלס א חלק פונעם נייעם שפראך וואס האט ליידער שנעל מצליח געווען און געווארן אויפגעפיקט ביים המון עם עס צו נוצן אלס דער אפיציעלער שפראך צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה.

כ׳וועל פרובירן ווען די צייט וועט מער ערלויבן צו ברענגען עטליכע משלים און אנצייגן געוויסע ווערטער פון די סארט ספרים וואס איז זיכער נישט לשה״ק אבער נאך פאר איווריט איז געווען א שפראך.
בלי ספק.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:34 pm

מיינסט אפשר: מסילת הברזל = באן
מברק = טעלעגראם

כ'בין נישט קיין היסטאריקער, אבער וויפיל איך פארשטיי האט אין יענע יארן די השכלה געבוזשעוועט אין גרויסן, מוטיגנדיג אן אויפוואכונג פאר דקדוק בפרט און אויפלעבן לשה"ק בכלל, און א דאנק דעם האט בן יהודה שר"י עווענטועל געקענט ערגענצן זיין ציל פון א פולקאמע העברעאיש.
פארגעס נישט אז השכלה איז די פארגייער פון ציוניזם, און נישט צופיל בעסער.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
כיהודה ועוד לקרא
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 07, 2023 4:46 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיהודה ועוד לקרא »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:01 pm

מיינסט אפשר: מסילת הברזל = באן
מברק = טעלעגראם

כ'בין נישט קיין היסטאריקער, אבער וויפיל איך פארשטיי האט אין יענע יארן די השכלה געבוזשעוועט אין גרויסן, מוטיגנדיג אן אויפוואכונג פאר דקדוק בפרט און אויפלעבן לשה"ק בכלל, און א דאנק דעם האט בן יהודה שר"י עווענטועל געקענט ערגענצן זיין ציל פון א פולקאמע העברעאיש.
פארגעס נישט אז השכלה איז די פארגייער פון ציוניזם, און נישט צופיל בעסער.
די דינע חילוק צווישן ’השכלה’ און ’ציונות’, איז 2 זאכן, איינס אז ביי השכלה זענען די ערליכע אליינס געווען זייער צושוידערט, ס’געפאלן מער און מער פון די ערליכע ציבור, אבער ביי ציונות זעסטו מער גאנצע קהילות וואס האבן זיך שטערקער צוזאמגענומען.
און די צווייטע זאך, אז השכלה איז געגאנגען אונטער-ערדיש און אריינגעכאפט ריינע נשמות באהאלטענערהייט, אבער ציונות איז געקומען פאמפענען מער (פון די אנדערע זייט איז עס א חסרון), אבער די ”דע את שונאך” איז געווען גרינגער!
ה’ יצילנו משניהם.
”איך בין פארצייטיש - איך נוץ אויס די צייט!”
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

עס איז דא אן אינטערעסאנטע שייכות צווישן א ווארט אין ענגליש/עברית וואס די צווייטע אפטייטש דערפון איז די זעלבע.

א ’סעקונדע’ אין עברית זאגט מען ’שנייה’. די ווארט קען אויך מיינען אין ’צווייטע’
ווידעראום אין ענגליש איז די ווארט 'second' וואס האט אויך די אנדערע באדייט פון ’צווייטע’

איך בין נייגעריג צו די שייכות איז געבויעט אויף כללים, אדער איז פונקט אזוי געשעהן.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:08 pm
עס איז דא אן אינטערעסאנטע שייכות צווישן א ווארט אין ענגליש/עברית וואס די צווייטע אפטייטש דערפון איז די זעלבע.

א ’סעקונדע’ אין עברית זאגט מען ’שנייה’. די ווארט קען אויך מיינען אין ’צווייטע’
ווידעראום אין ענגליש איז די ווארט 'second' וואס האט אויך די אנדערע באדייט פון ’צווייטע’

איך בין נייגעריג צו די שייכות איז געבויעט אויף כללים, אדער איז פונקט אזוי געשעהן.
יודעי דבר זאגן אז העברעאיש האט פלעין נאכגעמאכט ענגליש
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
ארבל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 9:09 am

לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבל »

המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:35 pm
דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:34 pm
Second - צווייטע
Second - א סקונדע

שנייה - צווייטע
שנייה - א סקונדע

ווייסעך נישט אויב ס’איז א טעות אדער סתם א משגעת.
יא, וועגן דעם האבן זיי עס געטון.
זע וויקיפעדיע.
Analog clocks and watches often have sixty tick marks on their faces, representing seconds (and minutes), and a "second hand" to mark the passage of time in seconds..
להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 12:02 am
אויף 'שניה' וואס מ'האט געפרעגט:
אין רמב"ם הלכות קידוש החודש שטייט אז יעדע מעלה ווערט צוטיילט אויף שניות (און שניות אויף שלישיות).
ס'ווערט גערופען שניה ווייל ס'איז די 2טע חלוקה, די ערשטע זייענדיג די 360 מעלות אין א סירקל.

אין ענגליש גייט עס אזוי: א דעגרי ווערט צוטיילט אויף 60 מינוט, און יעדער מינוט אויף 60 סעקענדס.
די זעלבע איז פארשטייט זיך ביי שעות אויפ'ן זייגער.
זיי רופן מינוטן די ערשטע צוטיילונג און סעקאנ"ד די צווייטע.
פון דארט איז געקומען די שניה אין איווריט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5279
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 7:37 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:08 pm
עס איז דא אן אינטערעסאנטע שייכות צווישן א ווארט אין ענגליש/עברית וואס די צווייטע אפטייטש דערפון איז די זעלבע.

א ’סעקונדע’ אין עברית זאגט מען ’שנייה’. די ווארט קען אויך מיינען אין ’צווייטע’
ווידעראום אין ענגליש איז די ווארט 'second' וואס האט אויך די אנדערע באדייט פון ’צווייטע’

איך בין נייגעריג צו די שייכות איז געבויעט אויף כללים, אדער איז פונקט אזוי געשעהן.
יודעי דבר זאגן אז העברעאיש האט פלעין נאכגעמאכט ענגליש
וואס הייסט?
זייער אסאך שפראך האבן חלקים פון אנדערע.
נעקסטיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 22, 2023 5:09 pm

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעקסטיים »

פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:08 pm
עס איז דא אן אינטערעסאנטע שייכות צווישן א ווארט אין ענגליש/עברית וואס די צווייטע אפטייטש דערפון איז די זעלבע.

א ’סעקונדע’ אין עברית זאגט מען ’שנייה’. די ווארט קען אויך מיינען אין ’צווייטע’
ווידעראום אין ענגליש איז די ווארט 'second' וואס האט אויך די אנדערע באדייט פון ’צווייטע’

איך בין נייגעריג צו די שייכות איז געבויעט אויף כללים, אדער איז פונקט אזוי געשעהן.
ארבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:21 am
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:35 pm
דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:34 pm
Second - צווייטע
Second - א סקונדע

שנייה - צווייטע
שנייה - א סקונדע

ווייסעך נישט אויב ס’איז א טעות אדער סתם א משגעת.
יא, וועגן דעם האבן זיי עס געטון.
זע וויקיפעדיע.
Analog clocks and watches often have sixty tick marks on their faces, representing seconds (and minutes), and a "second hand" to mark the passage of time in seconds..
להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 12:02 am
אויף 'שניה' וואס מ'האט געפרעגט:
אין רמב"ם הלכות קידוש החודש שטייט אז יעדע מעלה ווערט צוטיילט אויף שניות (און שניות אויף שלישיות).
ס'ווערט גערופען שניה ווייל ס'איז די 2טע חלוקה, די ערשטע זייענדיג די 360 מעלות אין א סירקל.

אין ענגליש גייט עס אזוי: א דעגרי ווערט צוטיילט אויף 60 מינוט, און יעדער מינוט אויף 60 סעקענדס.
די זעלבע איז פארשטייט זיך ביי שעות אויפ'ן זייגער.
זיי רופן מינוטן די ערשטע צוטיילונג און סעקאנ"ד די צווייטע.
פון דארט איז געקומען די שניה אין איווריט.
אויף אידיש איז עס סעקונדע וואס אויף דויטש מיינט עס סיי צווייטע און סיי סעקונדע
נעסטיים זאגמעך פארדעם
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: לשון הקודש ולהבדיל עברית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

נעקסטיים האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 9:30 am
פעטער שמואל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:08 pm
עס איז דא אן אינטערעסאנטע שייכות צווישן א ווארט אין ענגליש/עברית וואס די צווייטע אפטייטש דערפון איז די זעלבע.

א ’סעקונדע’ אין עברית זאגט מען ’שנייה’. די ווארט קען אויך מיינען אין ’צווייטע’
ווידעראום אין ענגליש איז די ווארט 'second' וואס האט אויך די אנדערע באדייט פון ’צווייטע’

איך בין נייגעריג צו די שייכות איז געבויעט אויף כללים, אדער איז פונקט אזוי געשעהן.
ארבל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:21 am
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:35 pm
דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:34 pm
Second - צווייטע
Second - א סקונדע

שנייה - צווייטע
שנייה - א סקונדע

ווייסעך נישט אויב ס’איז א טעות אדער סתם א משגעת.
יא, וועגן דעם האבן זיי עס געטון.
זע וויקיפעדיע.
Analog clocks and watches often have sixty tick marks on their faces, representing seconds (and minutes), and a "second hand" to mark the passage of time in seconds..
להודות האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 12:02 am
אויף 'שניה' וואס מ'האט געפרעגט:
אין רמב"ם הלכות קידוש החודש שטייט אז יעדע מעלה ווערט צוטיילט אויף שניות (און שניות אויף שלישיות).
ס'ווערט גערופען שניה ווייל ס'איז די 2טע חלוקה, די ערשטע זייענדיג די 360 מעלות אין א סירקל.

אין ענגליש גייט עס אזוי: א דעגרי ווערט צוטיילט אויף 60 מינוט, און יעדער מינוט אויף 60 סעקענדס.
די זעלבע איז פארשטייט זיך ביי שעות אויפ'ן זייגער.
זיי רופן מינוטן די ערשטע צוטיילונג און סעקאנ"ד די צווייטע.
פון דארט איז געקומען די שניה אין איווריט.
אויף אידיש איז עס סעקונדע וואס אויף דויטש מיינט עס סיי צווייטע און סיי סעקונדע
אויף וויפיל איך קען זען זאגט מען אין דייטש "צווייטע" פונקט ווי אידיש.
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”