גרעפיק און דיזיין

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חסידיש

גרעפיק און דיזיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידיש »

איך בין ניי דא און איך בין זיכער אז עס איז שוין מסתמא דא אן אשכול דערפאר. אויב יא, ביטע מיך ציווייזען ווי. אויב נישט, אפשר דארף מען מאכען א נייע סוב פארום: גרעפיק דיזיין.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שלום עליכם רבי חסידיש
די בוזט א גרפיקאי?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
חסידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידיש »

אלף בית האט געשריבן: שלום עליכם רבי חסידיש
די בוזט א גרפיקאי?

נישט עמטליך, אבער איך שפיל זיך אביסעל מיט גראפיק דא און דארט, באזונדער ווען איך דארף פאר מיר אליינס אין די ביזנעס מאך איך מיינע גראפיק געברויכען ווי אויך מיין וועב זייטעל.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

הייסט אז די קענסט אויך וועב דיזיין
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

גענוג מיט די קשיות און אויסגעפרעגעכטס, לאמיר זיך נעמען צו די עבודה...
אלף בית ווי עס שיינט זענט איר א גרעפיקער, איר זענט מכובד צו געבן די ערשטע לעקציע אין הלכות גרעפיק דעזיין, דהיינו: מוז מען קענען מאלן, אדער דער עיקר איז צו קענען די פראגרעמס?
ווי קען מען זיך לערנען די פראגרעמס אין א היימישע אטמאספערע?
ועוד ועוד ועוד!!!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מקען קענען די פראגרעמס, און גארנישט וויסן בנוגע גרעפיקס. אודאי ווי בעסער מ'קען די פראגרעמס אלץ בעסער איז.
איך קען גראדע נישט ספעציעל גוט די פראגרעמס, כ'האב קיינמאל נישט געוואלט ספענדן צייט און געלט זיך עס צו לערנען, דאך מאך איך זייער שיין גרעפיק'ס, (כפי עדותו פון די וועלכע צאלן פאר מיך די הויזן), מיין עיקר קענטעניס איז אין מאלן. ווען מ'האט מיך אויפגענומען דארט ווי איך האב איך ממש גארנישט געקענט די פראגרעמס, כ'האב נאר געקענט מאלן מיט א פעדער און א בליי, דעריבער האט מען מיך מסכים געווען צו נעמען אפילו כ'אנישט געקענט די פראגרעמס. מ'האט מיר געלערנט בעסיקס פון פאטאשאפ און אינדיזיין, און כ'האב אנגעהויבן מיט בלויז מאכן לעיאט פאר פשוטע מודעות ביז כהאב זיך צוגעלערנט די פראגרעמס און היינט קען איך שוין מעיד זיין אויף זיך אז איך בין א געלונגענע גרעפיקער.
אבער דאס איז איינמאל זיכער, אז קענען די פראגרעמס אן פארשטיין צו מאלן איז ווי דרייוון א קאר אנע לייסענס, קיינער וועט נישט נעמען פאר א שפילער איינעם וואס האט די בעסטע כלים אבער ער פארשטייט נישט צו מוזיק.
כאנישט קיין צייט מאריך צו זיין, כ'דארף גיין צינדן, ועוד חזון למועד.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
חאצקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל »

קענסט מיך? האט געשריבן: ווי קען מען זיך לערנען די פראגרעמס אין א היימישע אטמאספערע?


כ'מיין אז אין מאנסי איז דא קלעסעס - כ'דענק שוין נישט ווי - כ'האב עס שוין אסאך מאל געזעהן עדווערטייזט, זיי שרייבן אז זיי האבן שוין געלרנט פאר הונדערטער יונגעלייט אין סקווירא מאנסי און מאנארא (כ'מיין אז זיי געבן קלעסעס אויף ביזנעס מענעדשמענט, קוויק-בוקס, און נאך)
חסידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידיש »

איך קען אביסעל די פראגרעמס און אביסעל גרעפיק. בעיקר פאר ביזנעס גרעפיק. איך וויל זייער וויסען אויב איינער דא ניצט Dreamweaver CS4.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אופ... אז מ'רעדט פון גרעפיקס בינעך דא....

ניין, כ'האלט מיר נישט פארן שענסטן גרעפיקער אין די וועלט, אבער אז מענטשן צאלן, מיינעך אז זיי האבן פאר וואס צו צאלן.

איז אזוי, גענוי ווי א"ב האט שוין ארויס געברענגט, קען מען נישט קענען גרעפיקס אפילו מען קען דע פראגרעמס זייער גוט (הגם דאס אליינס איז שוין האלבע גרעפיקס, אבער די איידיעס און דאס אויסשטעלן פאדערט זיך א ספעציעלע מומחיות).

אין מאנסי איז דא א איד מיטן נאמען פרענקל (כ'געדענק נישט זיין ערשטן נאמען) וועלכער לערנט אויס די פראגרעמס, מען קען עס אויך לערנען ביי אדובי'ס "טאטעל טרעינינג" פראגרעמס, אבער דאס איז ווייט נישט גענוג, ספעציעל אז א דומם לערנט דיר עס און נישט א לעבעדיגער מענטש.
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

אינטרעסאנט אז קיינער דערמאנט זיי נישט. אין ברוקלין איז פארהאן דער באוואוסטער "באלד עדש" גראפיק קלאסן, דארטן לערנען זיך זייער אסאך פון אונזערע היימישע גראפיק דיזיינערס (וגם אני בתוכם), גאר א היימישע און געשמאקער אטמעספארע. ווער עס וויל אינפא. קען זיך צו מיר ווענדן אין אישית.
מען לערנט דארט: פוטושאפ, אילוסטרעיטאר, און אינדיזיין.
עס וועט זיין א געוואלדיגע זאכן אויב עס וועלן זיך דא צוזאמנעמען עטליכע גראפיקער און שאפן א ספעציעלע פורום וואו מען זאל זיך דורכשמועסן, זיך העלפן און תורם זיין איינעם דעם צווייטן מיט זיינע טאלאנטן.
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

גם אני מצטרף לדברי הרב סוחר (ביזנעסמאן)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וגם אני מצרף חתימתי.

שמעתי אז אין הייד-פארק איז דא אזא (פארמאכטע) פארום, אבער איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כ'מיין אז יענע פארום איז אויף עיברית, ווען מרעדט טענעלאגיע אויף עיברית פארשטיי איך נישט קיין ווארט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

ס'איז פארהאן א ספעציעלע ריזיגע וועבסייט "פראג" פאר די גאנצע נושא, וואו עס נעמען אנטייל הונדערטער גראפיקערס פון איבער די גאנצע וועלט.
(כ'ווייסט נישט צו ס'האט צו טוהן מיט הייד-פארק)
אט איז א לינק:
http://prog.co.il/
(ס'איז אויף העבראיש, ש'טייצעך)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אלף בית האט געשריבן: ווען מרעדט טענעלאגיע אויף עיברית פארשטיי איך נישט קיין ווארט.
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

נו, וועלן מיר עפענען א פראפעסניאלע פארום אויף אידיש...
תורה איז די בעסטע סחורה.
ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע:אויף וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסמאן »

ווי זאגט די גמרא? קריינא דאיגרתא וכו'
וועל איך ארויפברענגען א פראגע וואס איך האב שוין געפרעגט עטליכע חדשים צוריק, און דערווייל שטיי איך נאר פאר א לעזונג, אפשר אצינד וועט מען קענען עפעס אויסארבעטן.
אלזא, אט איז א לינק צו די פראגע, כ'וועל מיך שטארק פרייען אויב איינער קאן מיר העלפן.
דאנקע שעין.
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic
תורה איז די בעסטע סחורה.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

הרב ביזנעס מאן, איך געדענק נאך גוט אייער שאלה, און כהאב שוין זינט דאן פילע מאל געטראכט וואס דאס קען באדייטן, אבער דערווייל האב איך נישט קיין השגה פארוואס דאס איז אזוי ביי אייך (א פראגרעמער בינעך נישט, אפשר האט עס עפעס מיט דרויסענדיגע זאכן).
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

שמערי בערי האט געשריבן: אופ... אז מ'רעדט פון גרעפיקס בינעך דא....

אין מאנסי איז דא א איד מיטן נאמען פרענקל (כ'געדענק נישט זיין ערשטן נאמען) וועלכער לערנט אויס די פראגרעמס, מען קען עס אויך לערנען ביי אדובי'ס "טאטעל טרעינינג" פראגרעמס, אבער דאס איז ווייט נישט גענוג, ספעציעל אז א דומם לערנט דיר עס און נישט א לעבעדיגער מענטש.

אויף אידיש?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ביי דע וועי, איך קען נישט אזוי מורא'דיג מאלן און איך האב שוין געמאכט גאנץ שיינע זאכן (אזוי זאגט מען מיר, איך טוה עס נאך נישט פאר פרנסה) אין פאטאשאפ, איליסטרעיטער, אינדיזיין. עס ליגט נאר אין די משפחה, מיין ברודער איז א גרעפיק דיזיינער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ר' ווער בין איך. דיין אואטער האסטו אליינס געמאכט?, אויב יא קענסטו שוין איינמאל, הגם עס איז נישט קיין ריזיגע פעינטינג, אבער עס איז אן איידיע וואס פארוועם דאס פאלב ביי, םאלט דאך אים ביי אנדערע זאכן וואס יענס איז זיכער א קינץ.
יונגערמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגערמאן »

קען מען דאון לאדן פראגרעמס אויף א בלעקבערי אז מען זאל קענען מאכן גרעפיק און דיזיין
בען בלישעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בען בלישעם »

שמערי בערי האט געשריבן: אין מאנסי איז דא א איד מיטן נאמען פרענקל (כ'געדענק נישט זיין ערשטן נאמען)


נחום פרענקל- 845-425-0884
איך האב אים געפרעגט, ער זאגט אז ער לערנט אויס גרעפיקס פאר $1800.
איך פייגער זיך צו לערנען גרעפיקס, איך מאל שוין יארן.
אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיך? »

בען בלישעם האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן: אין מאנסי איז דא א איד מיטן נאמען פרענקל (כ'געדענק נישט זיין ערשטן נאמען)


נחום פרענקל- 845-425-0884
איך האב אים געפרעגט, ער זאגט אז ער לערנט אויס גרעפיקס פאר $1800.
איך פייגער זיך צו לערנען גרעפיקס, איך מאל שוין יארן.

ער לערנט אויף אידיש אדער אויף ענגליש?
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

דער אויבן-דערמאנטער פראגער וועבסייט איז פונקט ווי אונזער קרעטשמע אמאל געווען סטאנציענירט אויף הייד פארק ביז זיי האבן געעפנט זייער נייע וועב-סייט.

דעכצעך אז דעמאלט האט זיך אויך געעפנט א אידישע גרעפיקס זייטל, אבער ס'האט זיך פארמאכט. קוקט אויס אז דעמאלט איז נאכנישט געווען אזויפיל גרעפיקער ווי מיר האבן ב"ה דא אין קרעטשמע.

כ'מיין אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך צו האבן א גרעפיקס פורום.
שרייב תגובה

צוריק צו “בילדער, גראפיקס און דעזיין”